Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג

אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 181 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4566
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:16 am#144124
אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג
כגלייב נישט סאיז נאכנישט דא א אשכול וועגען דע יוד
סיז דא אסאך צו רעדען וועגן זיין יוגענט, די מחלוקה. און היינט אלס אדמו"ר
ווען וועלט איס וועלט וואלט ער געווען א רשכבה"ג, ער זינגט שיין, זאגט שיין, א קנאפע תלמיד חכם, הערליכע בעל תפלה, בעל מקובל, קען חכמת היד והפרצוף, אין היינט האט ער שוין אויכעט ריזכן מוסדות אין שטאט מיט שיינע בנינים

דאנט געט מי ראנג פאר עי סעקאנד, כהאלט נישט ער איז פליט אין הימעל, אבער ער איז עטליסט די זעלבע גרויסע ץ ווי אלע רביס אין זיין עידזש, און אסאך א קלענערע גענגסטער ווי ביידע סאטמארע רביס בעלז סקווערע וכו' וכו' אויב כהאב ווען א טשויס נעם איך עם

כלייג אריין איין קליפ וואס כהאב יעצט געטראפען פון א דרשה נאך לייבי קלעצקי
אוי איז ער א פרא, אוי זאגט ער גיט, אוי ברעטשעט ער אריין, אוי קרעכצעט ער דילישעס
שמעו ותחי נפשכם

m http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... KNa3JRyPz8 m
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:19 am#144125
די נושא דא איז איבער האדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש. נישט פארדרייען דעם אשכול.
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:21 am#144128
גבאי שני האט געשריבן:די נושא דא איז איבער האדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש. נישט פארדרייען דעם אשכול.

But its also about both satmare, skvere and belze rabbi's, isn't it?
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:21 am#144129
יא מ'קען ווערן צומישט אז די אשכול איז איבער די גענגסטערס פון סאטמאר, בעלזא און סקווירא.
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:43 am#144143
גבאי שני האט געשריבן:די נושא דא איז איבער האדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש. נישט פארדרייען דעם אשכול.

וואס קומסטו ווארענען גלייך ביים ערשטען תגובה נאך פאר איינער זאגט א ווארט? נאר מוז זיין אז ער האט עפעס געשריבען וואס גייט זיך יעצט אנהויבען דא לעבעדיג..
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:03 pm#144177
די ניקולשבורגער רבי האט א ספר פון מכתבים איך געדענק נישט די נאמען, עפעס "יחיאל". איך האב אמאל אריינגעקיקט דערינען, און ס'הערליכע זאכן.
איך מיין אז זיי עיקר גדלות וואס מענטשען זעען היינט איין איז אז אפילו מען האט אים ממש געצאפט די בליט אזוי פיל יאהרן האט ער ממש גארנישט צוריקגעענטפערט, און קיינמאל נישט באשמיצט די מענטשן וואס האבן אים גע'רודף'ט.
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:19 pm#144188
איי פארוואס? אבער פארוואס נישט...?
קודם וועל איך דא אראפ-פעיסטן געוויסע חלקים פון זיין בלאט אין וויקיפידיע מיטן מוסף זיין פרטים:

כ"ק אדמו"ר הרב יוסף יחיאל מיכל לעבאוויטש שליט"א מ'ניקלשבורג, איז א זון פון זיין פאטער רבי ברוך יהודה לעבאוויטש (טאטע פון הרב ברוך מרדכי - קאמארנע רבי, הרב נפתלי - דער באקאנטער תורה שרייבער פון רבינו הק' מ'סאטמאר ז"ל און פון די חידושי תורה בענדער בפרט, און הרב אליעזר דוד) אן איידעם פון הרב רבי שרגא שמואל שניצלער, טשאבער רב אין ירושלים (טאטע פון רבי זושא - דער פאטער פון די באקאנטע שניצלער ברודער), און זיין מוטער יענטל.
ער איז געוועזן א תלמיד אין דער סאטמארער ישיבה. ער האט אנגעהויבן פירן א חבורה פון ערליכע בחורים ווי מען איז זיך צוזאמען געקומען יעדע שטיק צייט זיך מחזק צו זיין אין עבודת השם.
במשך א צייט בעיקר נאכן רביה"ק מסאטמאר זי"ע הסתלקות האט מען אים אויפגענומען אלס רבי, און אזוי ווי ער איז אן אייניקל פונעם רבי'ן ר' שמעלקא פון ניקלשבורג האט דאס חסידות באקומען דעם נאמען ניקלשבורג.

דאס ניקלשבורגער חסידות איז היינט פלאצירט אין דער שטאט מאנסי ווי זיי האבן געבויעט א שיינעם בית המדרש
ביהמ''ד ניקלשבורג.jpg
ביהמ''ד ניקלשבורג.jpg (170.63 KiB) געזען געווארן 5286 מאל

1ביהמ''ד ניקלשבורג.jpg
1ביהמ''ד ניקלשבורג.jpg (208.89 KiB) געזען געווארן 5286 מאל

און ווי אויך אויף געשטעלט א ישיבה גדולה,
ניקלשבורג ישיבה.jpg
ניקלשבורג ישיבה.jpg (84.63 KiB) געזען געווארן 5286 מאל

און א ישיבה קטנה,
ניקלשבורג ישיבה קטנה.jpg
ניקלשבורג ישיבה קטנה.jpg (200.25 KiB) געזען געווארן 5286 מאל
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:43 pm#144212
און ווי אויך האבן זיי איבערגענומען די מיידל שולע בת מלך וואס ווערט היינט געפירט דורכן ניקלשבורגער רבי'ן.
דער ניקלשבורגער רבי האט א נאמען פון א שטארקן צוגעלאזטן איד, מיט וועם מ'קען זיך דורך רעדן כל ערליי ענינים ברוחניות ובגשמיות, אסאך יידן קלאפן אן טעגלעך ביי אים אין שטוב צו הערן א עצה והדרכה, צו זאל עס זיין שלום בית, געזונט און פרנסה.
קודש פנימה.jpg
קודש פנימה.jpg (213.21 KiB) געזען געווארן 5271 מאל

זיין געגנווארט איז געשמאק, ווייל ער האט אלע כשרונות וואס א איד קען זיך נאר ווינטשן, ער איז א הערליכער בעל תפילה, ווי אויך א געוואלגדיגן כח הדרוש, און א שמועס מיט אים איז מחי' נפשות. ועל כולם א חסידישער עולם איז זיין קרייז, ער האט איבערגעדרוקט ספרים ווי נתיב מצוותיך מיט זיינע הגהות און ער האט ביי זיך הונדערטער כתבי ידות פון זיינע חידושים.
ער האט חתונה געהאט (בזיוו"ש) מיט דער טאכטער פון אוהעלער רבי'ן און געצויגן קיין מאנסי. היינט צוטאג איז דער ניקלשבורגער רבי פארעכנט פון די חשוב'סטע און ווארעמסטע רבי'ס אין ניו יארק, א ניקלשבורגער חסיד ווערט ארויף געקוקט און רעספעקטירט.
עס קומט ארויס א גליון ניקלשבורג וואס ווערט פארקויפט אין די געשעפטן וואס האט אין זיך באשרייבונגען פון דעם חסידות ניקלשבורג אלע געשעענישען וואס עס טוט זיך אין די חסידות ווערט דארט אראפ געלייגט מיט קאלירטע בילדער פון די אלע מאורעות.

די ניקלשבורגע חסידות האט א וועבזייטל m http://www.nikolsburg.org/ m

איינע פון זיינע זון איז דער באקאנטער משמח אלקים ואנשים דער פעסטער רבי הרב יואל.
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:58 pm#144222
איינס פין די מלחמות פון וואס מען וויל (סאטמאר בפרט) עס זאל פארגעסען ווערן איז די מלחמה קעגן ר' מעכל אין זיינע חסידים

עס זענען דא וואס זאגען אז די מלחמה האט זיך אנגעפאנגען ווען נאך דעם רבין'ס פטירה האט מען האט איינגעזען אז אויב וועט מען אים נישט אינטערברענגען וועלן א גרויס חלק אינגעלייט ווערן זיינע חסידים אדער ווי מען האט זיי א נאמען געגעבן "מעכעליסטען"

איך האב געלייגט א האנט אויף אן ארגינעלן קונטרס מתי שוא (ס'שטייט טאקע חלק א', כ'מיין אבער ס'איז קיינמאל נישט ארויסגעקומען חלק ב') עס האט 50 בלעטער וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך א לויפער מיט א פילאפף געבעקט דורך סאטמאר
מתי שוא 1
מתי שוא 2
מתי שוא 3
מתי שוא 4
מתי שוא 5
מתי שוא 6
מתי שוא 7
מתי שוא 8
מתי שוא 9

איך האב אויך דערווישט דעם ספר דברי שלום ואמת עס האט 500 בלעטער ארויס געגעבן דורך די מעכעליסטן אבער כ'מיין האט מען עס קיינמאל נישט ארויסגעגעבן פארן פאבליק
ספר דברי שלום ואמת
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:17 pm#144235
געהערט אמאל א ווערטל:

וואס איז דער חילוק צווישן יארמער רב און ניקלשבורגער רבי?
דער יארמער רב האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און זיך צולאכט אינמיטן די דזשאוק, אזוי אז יעדער האט געזען אז עס איז א דזשאוק, אבער דער ניקלשבורגער רבי איז שטערקער פון דעם, ער האט זיך נאכנישט צולאכט... ער מאכט עס בעסער.
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:19 pm#144238
באקומען אין אישי:
רוב אינפארמאציע איז שוין עקספייערד.
זיי מוטשען זיך מיט געלט. ער האט שוין דעריבער אויפגעגעבן ביידע ישיבות, די מיידל שולע בת מלך איז אויך אפגעטיילט, ער האט אבער א ת"ת פאר קלענערע קינדער (ביז כיתה ב') וואס הייסט בני מלכים. דער גליון ערשיינט מער נישט.
ער איז טאקע א ווארימער קלוגער איד, אבער לעצטנס גייען זאכן בארג אראפ.
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:55 pm#144268
שעפטל האט געשריבן:
קודש פנימה.jpg




וואס איז די בעט דארט אין זיין חדר מיוחד? האט ער נישט מורא מפני החשד וד"ל
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:03 pm#144273
ווי קען מען פארגעסן א גוט ווארט פונעם רבי'ן

איינע פון די גרויסע ר"י אין סאטמאר (נישט פאסיג צו שרייבן א נאמען) האט געזאגט אין יענע צייטן אויפ'ן רבי'ן מכלומרש'ט פון רבינו מסאטמאר זצ"ל

"אז אזוי האט זיך אנגעהויבן די כת ש"ץ"

די רבי איז אמאל דורך געגאנגען יענעם'ס ביהמ"ד וואס ס'איז געווען אין זיין שכינות יענער האט זיך זייער געפלאגט. דאס ביהמ"ד האט אויסגעזען ווי א כאטקע זיך געפלאגט מיט מתפללים און נאך

האט די רבי אנגעוויזן אויפ'ן ביהמ"ד און געזאגט בנועם לשונו

"און אזוי האט זיך ג'ענדיגט כת ש"ץ"

היינט קען מען דאס זאגן אויף זיין קהלה אויך.....
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:21 pm#144281
וזאת למודעי!
שהקונטרס הנוכחי הי' למראה עיני של הרבנים הגאונים שליט"א, ועברו עליו והוטב בעיניהם וזרזו להדפיסו.... :lol: :lol:
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:35 pm#144289
שעפסיל מיט דיין שרייבען אזוי גרויס אויף ר' מעכיל -- און זאכען וואס דוא ווייסט אז ס'איז נישט אמת . ביזטו גורם אז מען זאל שרייבען אויף איהם און כמובן אויך א טייל זאכען וואס ס'איז נישט אמת .כידוע זיין דור שני דארף א גרוסע ישועה ברוחניות . וכמעט אין בית אשר אין בו מת רח''ל השם ירחם
איין אמתער ידידי פין ר' מעכיל
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:47 pm#144297
פוינט אוט דעס וואס איז נישט אמת (חוץ טאקע וואס כ'האב קארעקטעט)
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:51 pm#144301
שעפטל האט געשריבן: א ניקלשבורגער חסיד ווערט ארויף געקוקט און רעספעקטירט.
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:59 pm#144307
נאך אזוי ווי אסאך אנדערע קהילות
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:03 pm#144308
דאס יא. עניטיים ווי א זאלביטובער
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:05 pm#144309
ניקלשבורג אדער פאפא אדער יארמע... וואסא חילוק?
א מענטש ווערט רעספעקטירט לויט זיינע מעשים, נישט לויט וועלכע חסידות ער באלאנגט.
און טאמער טאקע נישט, דאן דארפן מיר א גרויסן תיקון - אפגעזעהן צי ס'איז ראסיסטיש אדער סעלף העיטינג - עס איז עקלדיג און סטופיד צו לעיבלען א מענטש לויט די קהלה ווי ער באלאנגט אדער איז אויפגעצויגן געווארן, ווילאנג ער זעלבסט טוט נישט קיין אומרעכט.
יעדער טרעפט זיך דאס פלאץ ערגעץ אנדערש. און מיר דארפן דאס טאלערירן.
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:11 pm#144312
זר זהב האט געשריבן:דאס יא. עניטיים ווי א זאלביטובער


הייסט אז ביי די זאבילטובע מחלוקה וועט מען ברענגען א ראי' פון דא אז זאבילטוב איז א קהילה און נישט א חסידות.
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:37 pm#144334
איך האב יעצט דורכגעליינט ביידע קונטריסים (שכוח שעפטל), שומו שמים וואס גייט דארט פאר. א הימל געשריי ממש.

איך האב אצינד עטליכע קושיות, ווער עס קען מיר פארענטפערן:

א. איז אמת די מעשה מיט די פטירה? - וואס איז פשט דערפון? - איך האב אויך אמאל געהערט א טעיפ פון די צוואה און א חבר (ווער ס'האט מיר מזכה געווען מיט דעם טעיפ) האט מיר דערציילט בשם אן אייניקל פונעם ניקלשבורגער רבי'ן, אז די טעיפ איז אטענטיש. איז וואס איז פשט דערפון? - איז ער א בלאפער? - איז פאראן פרטים וואס זענען צוגעלייגט געווארן אדער אראפגענומען געווארן? - וואס גייט פונקטליך פאר?

ב. ווי איך זעה, האט יואלי לעבאוויטש נאך עלטערע ברודער און שוועסטער (א זאך וואס איך האב נישט געוויסט ביז היינט). וואו געפינען זיי זיך? - זענען זיי בשלום מיטן טאטע'ן? - ווילן זיי אים קענען אדער נישט? - ווער איז דער ברוך יודא לעבאוויטש און פארוואס הערט מען נישט פון אים, נאר בלויז פון יואלי'ן?

ג. עס מאכט מיר דעם רושם אז נאכן זיך ציען קיין מאנסי, איז זיין 'חברותא' (וואו זיי רופן עס אן) קלענער געווארן. איז עס טאקע אזוי? - אויב יא, פארוואס?
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:49 pm#144343
לויט ווי כ'האב געהערט (כ'בין נישט געווען בשעת מעשה..) איז די מתי שוא שטארק איבערגעטריבן. הנח להם להלויפערס אז כדי צו כשר'ן אידיש בלוט איז אלע מיטלען געווען אקעי, נכלל אויפצוטראכטן אדער איבערטרייבן מעשיות.
נאך די רדיפות און טעראר האט ער פארלוירן א גרויסן חלק מסלתה ומשמנה פון זיין חברותא, און דערפאר איז עס קלענער געווארן.
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 5:03 pm#144348
הייסט אז שמואל פריד האט אויפגעטאן וואס ער האט באמת געוואלט, אז ער האט אים אוועקגענומען רוב מנין ובנין. לויט ווי איך האב אמאל געהערט, האט ער געהאט פאר די רדיפות, מער פון וויפיל ער האט היינט.
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 5:22 pm#144353
שמואל איז א שוואגער געווען.

קיין שאלה נישט אז מיט די רדיפות און איסורים האט מען אים אוועקגענומען (עכ"פ אויף יענע צייט - צו היינט בגלו) א שיינעם ציבור
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:29 am#302069
איינער ווייסט אפשר ווי מ'קען נאך טרעפן דעם אלטן ביכל מתי שוא?
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:41 am#302071
סמיילי האט געשריבן:ווי קען מען זעהן די קונטרס מתי שוא???

געוואלדיג האט געשריבן:אין טוילעט אדער קירכע.

ישראלי האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר ווי מ'קען נאך טרעפן דעם אלטן ביכל מתי שוא?
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:54 am#302072
איינער זאל מיר ביטע זאגן וועלכע טוילעט
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 10:32 am#302095
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
ישראלי האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר ווי מ'קען נאך טרעפן דעם אלטן ביכל מתי שוא?

גם אני מצטרף איך וואלט געוואלט א בליק טוהן און דער ביכעל און אויך אויףן דברי שלום ואמת (איך קען נישט עפענען די לינק) ביטע איבער לייגען ביידע אדער אנווייזן ווי מען קען דאס טרעפן
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 10:37 am#302097
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
דעם דברי שלום ואמת קען מען פארשאפן ביי די חסידי ניקלשבורג אבער דעם מתי שוא ווייס איך נישט ווי צי שאפן
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 10:57 am#302102
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
משום גילוי וויל איך נישט צו גיין צו א ניקלשבורגער עס בעיטן טאמער איינער קען עס פאוסטן וואלט איך עים שטארק דאנקבאר געוועין
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:39 pm#302166
קענסט גיין צו די אידן וואס האבן נישט קיין ניק דא, איך גלייב דו ווייסט ווער זיי זענען.
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:42 pm#302168
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקולשבורג
ניקלשבורג האט געשריבן:קענסט גיין צו די אידן וואס האבן נישט קיין ניק דא, איך גלייב דו ווייסט ווער זיי זענען.

Wow I didn't c u for a long time
איך גלייב די האסט עס נו לייג ארויף כאטש די דברי שלום ואמת
זונטאג יולי 03, 2016 5:29 pm#340025
די וואך פרייטאג צונאכטס פרשת שלח העעל"ט איז אין ביהמ"ד פארגעקומען א טרויעריגע און אינטרעסאנטע ספעקטאקל ווען נאך מנחה פאר קבלת שבת, האט מען פלוצלינג געהערט קלאפעס אויפן בלעמער און איינער א אומבאקאנטער האט זיך אויפגעשטעלט ביים באלעמער און געזאגט...

מער ווייניגער איז דאס תוכן דבריו
מורי ורבותי מיין נאמען איז .......... פאר בערך פופצן יאר צוריק איז דער רבי שליט"א געווען אין קאשוי, דער רבי איז געזיצן דארט אין א שטוב, און געווארט אריינצוגיין צו קאשויער רב ז"ל, איך בין דעמאלטס געווען א אינגער בחור מיט ווייניג שכל, און איך האב געוואלט מקנא זיין קנאת ה' צבקות, האב איך גענומען א גרויסע שטיין און אריינגעווארפן אין די שטוב אויסשיסנדיג דערביי די פענסטער, נאכפאלגענדיג מיט נאך שטיינער וואס איך האב געווארפן, שפעטער ווען די רבי איז געזיצן ביי א טיש מיט קאשויער רב, האב איך ווייטער געשטאנען דארט אין חוזק געמאכט, היינט ווען מיין שכל איז נתרבה געווארן, פארשטיי איך די עוולה וואס איך האב געטוהן, און איך וויל איבערבעטן דעם רבין שליט"א און ווער עס איז אלץ דארט געווען, איך קען נישט קיין נעמען, איך ווייס אז ר' נחום שווארטץ איז דארט געווען, און איך וויל בעטן מחילה דא ברבים, און מען זאל איבערגעבן פאר די אנדערע אידן אויך אז איך בעט זיי איבער.

וועט מען אוודאי פרעגן אי מלכא אנא עד השתא לא אתי לגבאי? ווי בין איך געווען ביז יעצט? נאר יעצט פאר פסח איז מיין צוויי יעריג קינד א געזונט קינד וואס גארנישט האט איהם געפעלט איז איין טאג נישט אויפגעשטאנען ליידער, און איך בין זיכער אז עס קומט וועגן דעם, בעט איך נאכאמאל אז מען זאל מיר מוחל זיין, און ווער עס קען נישט מוחל זיין, זאל מיר זאגן וואס איך קען טוהן אז מען זאל מיר מוחל זיין.

רבינו שליט"א האט זיך אויסגעדרייט צו איהם און געזאגט מחול לך מחול לך, און נאכן דאווענען האט די רבי איהם געפרעגט, וואס איז זיין קינד'ס נאמען, צו לערנען משניות לעילוי נשמתו.
זונטאג יולי 03, 2016 5:47 pm#340030
ווען איך וואלט דארט געווען וואלט איך געענטפערט: איך האב דיר שוין דאן מוחל געווען ווייל יא מחילה נישט מחילה איז במילא קיין נ"מ. אבער ווייניג שכל האסטו נאך יעצט, ווייל אז כהאב דיר שוין דעמאלס מוחל געווען איז די שטראף נישט וועגן דעם און אז דו האסט זיך דערוועקט נאר דאדורך דעם האט דיין חרטה יענער פנים. נאר האסט מזל אז כהאב דיר שוין דעמאלס מוחל געווען אדער הארבער, מיין מחילה מאכט אויך נישט צופיהל אויס. צווייטנס, גאט שטראפט נישט אזוי און זיכער נישט קינדער פאר די חטא פון זייערע עלטערן. אבער א נחת אז דו פיהלסט יעצט אויך א צער, ווען דו האסט מיר דעמאלס מצער געווען, דאס בין איך מבטיח וועל איך ארבעטן אויף מיר, כ'זאל נישט שפורן. כ'קען דיר אבער נישט צוזאגן. נאכאלעם בין איך א בשר ודם.
זונטאג יולי 03, 2016 6:06 pm#340032
טאמבל איך זעה דו ווייסט וואס טוצעך אין הימל, איך ווייס ליידער נישט גארנישט, אבער לגבי די נקודה וואס דו שרייבסט
טאמבל סאס האט געשריבן:צווייטנס, גאט שטראפט נישט אזוי און זיכער נישט קינדער פאר די חטא פון זייערע עלטערן


איז פונקט די וואך אין די פרשה זעהט מען אז ס'נישט אזוי, און איך בין מעתיק די תגובה פון שמעון וואלף:
שמעון וואלף האט געשריבן:אויבן האב איך געברענגט מקורות אז מחלוקת ברענגט טראגעדיעס
רש"י אין פרשת קרח (במדבר ט"ז כ"ז) שרייבט "בא וראה כמה קשה המחלוקת שהרי בית דין של מטה אין עונשין אלא עד שיביא ב' שערות ובית דין של מעלה עד עשרים שנה, וכאן אבדו אף יונקי שדים"
מאנטאג יולי 04, 2016 1:53 am#340087
די מידות מזוהבות פון דעם ניקלשבורגער רבי שליט"א איז הפלא ופלא, אפילו זיינע שונאים זענען דאס מודה. חוץ זיין גדלות בתורה ובעבודה ובהשפעה און פילע אויסטערלישע געלונגענקייטן וואס די וועלט האט נישט פארגינען ליידער.

און איך בין נישט קיין ניקלשבורגער חסיד. גלייבסט נישט? דיין פראבלעים
מאנטאג יולי 04, 2016 10:34 am#340117
חוץ זיין גדלות בתורה ובעבודה ובהשפעה און פילע אויסטערלישע געלונגענקייטן וואס די וועלט האט נישט זוכה געווען ליידער.

סאיז א זשענערל פראבלעים וואס די חסידשע קרייז מוטשעט זיך אז געלונגענע מענטשען קענען נישט ארויסגעבן זייערע טאלאנטען ווייל זייזענען געבוירען געווארען צו בלויע קאלנער משפחה'ס און בו בעת מוז מען זיך שטיקען מיט פירערס און דעריקטארען פון מעכטיגע מאוומענטס אפי' זיי זענען נישט עפעס אזוי געוואלדיג געלונגען
איין מעלה איז יא אז נישט יעדער איינער פאר וועמען עס שמעקט קען נעמען די גדולה און האנט אריין
שטעלט אייך פאר ווען סאיז ווען די נארמע צו זיין ווי דאבשינע רעבי מוואלט דאך אויס געלאפען פון שטעיטליך
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 6:05 pm#357065
איך בין אנגעקומען אויף קאווע שטיבל נישט צו לאנג צוריק און הערשט יעצט האב איך געטראפן דעם אשכול איבער ר׳ מעכל לעבאוויטש, איך האב אסאך צו זאגן, אבער איך בין נישט אזוי מסודר׳דיג ממילא בעט איך איבער דעם עולם אויב עס וועט זיין אביסל צופארן.

פאר די אלע וואס האבן געשריבן אז ר׳ מעכל איז א רבי פונקט ווי אלע רבי׳ס און אלע רבי׳ס זענען שפילער׳ס האט ער אויך רעכט, איך וויל נישט יעצט אריין גיין אין דעם נושא צו אלע רבי׳ס זענען שפילער׳ס ווייל דאס איז נישט דער טעמע יעצט און עס פאר לאנגע א גודל אריכות ואין כאן מקומו, נאר בנוגע ר׳ מעכל, ער איז נישט קיין פשוט׳ער שפילער וואס וויינט שיין ביי שאלעשידעס און מאכט שיין מיט די הענט ביי כל מקדש און טאנצט א שיינע מצוה טענצל, דאס אלעס שטערן נישט קיינעם אדרבה אסאך אידן האבן הנאה צו זעהן א שיינעם טיש וכדו׳ אפילו אויב עס איז געשפילט, אבער ר׳ מעכל האט מכר ווי אנדערע רבי שפילער׳ס איך האב מקבל געוועהן גאר קראנו מענטשן וואס געדענקן גאר מאדנע זאכן וואס ער פלעגט טוהן רון איין רעדן פאר זיינע בהמות אז דאס איז ענינים על פי קבלה און העכערע זאכן, לדוגמא ער פלעגט קענען נעמען אזעלכע משוגעים ווי מענדעל׳ע ווייס (אן אפגעריסענער משוגע׳נער וואס פלעגט זיך דרייען אין די גאסן און מען האט נישט געקענט שטיין אין זיינע ד׳ אמות צוליב דעם גערוך וכדו׳) און ער האט איהם גענומען אין די זייט און געשמועסט מיט איהם שטילערהייט אז קיינער זאל נישט הערן און דערנאך פלעג ער צוריק קומען זאגן אז דאס איז עפעס א העכערע נשמה און ער האט גערעדט מיט איהם גאר הויעכע ענינים וכו׳, דאס איז שוין אינגאנצן א נייע בחינה פון שפילן און בלאפן.

יעצט צו די וואס האבן ארום גערעדט איבער זיינע געוואלדיגע גוטע מידות, פרעגטס ענק אביסל נאך ביי די מונקאטש׳ער אידן וואס געדענקן איהם נאך פון ווען ער איז געוועהן דארט איין געשטעלט זיי וועלן פונקטלעך וויסן צו דערציילן איבער זיינע פיינע מידות ווי ער האט ליב געהאט אפצוטוהן א גוטן שטיקל אויף עפעס א תם וואס יענער וועט דאך סיי ווי נישט כאפן, און דער עולם וועט שטארק לאכן פון דעם גוטן שפיצל וכדו׳ אזעלכע סארט זאכן, ער האט זייער ליב געהאט אונטער צו הערן פריוואטע שמועסן פון אנדערע מענטשן, ער פלעגט קענען זאגן גראבע אפענע שקרים פאר מענטשן אין פנים אריין, פרעגטס נאר אין מונקאטש עטס העטס שוין הערן.

יעצט אחרון חביב, וואס צוליב דעם האב איך בכלל אנגעהויבן שרייבן, ווייל בעצם אינטערעסירט מיר די גאנצע זאך אין די לינקע פאה, איך האב גראדע ליב צו הערן זיינע שאלעשידעס בכיות און איך האב ליב צו זעהן זיינע שפילן (טישן), נאר היות מען האו אנגעהויבן רעדן דא איבער וואלף גוטמאן וויל איך עס נישט אזוי אדורך לאזן, נאר אביסל מסביר זיין דער ענין פון ר׳ וואלף ע״ה, ר׳ וואלף איז געוועהן א שטארקער מונקאטש׳ער חסיד, אדוק ומקושר בכל נימי נפשו צו כ״ק אדמו״ר מ׳מונקאטש שליט״א און זיך נישט גערירט אן איהם, ר׳ וואלף איז געוועהן העד קאונסלער אין מונקאטש׳ער קעמפ און דאס אז ער האט באקומען דעם דזשאב האט גארנישט געהאט צו טוהן מיט ר׳ מעכל, נאר היות אז ר׳ מעכל איז געוועהן מנהל דעמאלטס האט ר׳ וואלף גע׳ארבעט אסאך מיט איהם אינאיינעם.

יעצט בנוגע דעם גביות עדות און דעם מסירת מודעה, ווען עס איז פאר געקומען די גרויסע שערוריה אנטקעגן ר׳ מעכל, האט מען פון בי״ד גערופן ר׳ וואלף גוטמאן אז ער זאל אריבער קומען אין בי״ד ווייל זיי ווילן מיט איהם רעדן, איז ער געגאנגען אין בי״ד אזוי ווי די הלכה פארלאנגט, בי״ד האו איהם געפרעגט צו ער ווייסט פון דעם אז ר׳ מעכל פלעגט ארויס פארן פון קעמפ אסאך מאל ביינאכט און צוריק קומען שפעט פארטאגס, האט ער גע׳ענפערט יא ער ווייסט דערפון און ער קען עדות זאגן דערויף אז ער פלעגט אוועק פארן, ער ווייסט נישט ווי ער איז געפארן און וואס ער האט געטוהן דארט אבער ער איז עדות אז ער איז געפארן, און ער האט דערויף אפיציעל עדות געזאגט אין בי״ד וזה הוא, דא הייבט זיך עס אן און דא ענדיגסט זיך עס.

יעצט איבער די מסירת מודעה, ווער עס טוט אביסל אדורך דעם ענין פון דעם מסירת מודעה איז עס ממש א געלעכטער, די גוטמאן משפחה לעבט, עס קען יעדער זיין גיין פרעגן, זיי ווייסן צו זאגן פון דעם קויפמאן, אבער זיי ווייסן נישט פון אזא מעשה צו זאגן אז ער איז געוועהן מיט זייער טאטן אין פילאדעלפיע.

דער דאטום ווען דער מסירת מודעה הרט געזאגט פארקומען איז תשנ״ח דעמאלטס איז ר׳ וואלף שוין די צווייטע מאל קראנק געוועהן, ער איז קראנק געוועהן שטין איינמאל פארדעם, און נישט סתם קראנק נאר ממש על ערש דוי, אינטערעסאנט אז דעמטלטס איז איהם גארנישט בייגעפאלן אז אפשר איז דאס צוליב דעם וואס ער האט געפאלגט די הלכה און עדות געזאגט אויף א זאך אויף וואס ער איז געוועהן עדות, נאך א פלא איז אז אין יאר תשנ״ט איז ר׳ וואלף געוועהן אין רימישע״ן (אזוי דאכצעך מיר אס ס׳הייסט) דאס הייסט אז די מחלה איז אוועק געגאנגען און מען דארף האלטן אן אויג פאר א שטיק צייט זעהן צו מען זעהט טאקע גארנישט וואס דאן קען מען באשטעטיגן אז ער איז פולקאם געזונט, עכ״פ אין יענע תקופה איז ער אנגעגאנגען מיטן טאג טעגליכן לעבן געהעריג, אינטערעסאנט אז עס איז איהם נישט בייגעפאלן דעמאלטס צו גיין איבערבעטן ר׳ מעכל, בפרט אז דער וועם ער האו מ׳כלומר׳שט געשיקט האט נאך דעמאלטס נישט געהאט איבער געגעבן דעם שליחות, אויך איז אינטערעסאנט אז ר׳ וואלף האט יעדע קלייניגקייט אין לעבן איבער געשמועסט מיט זיין רבי׳ן דער מונקאטש׳ער רב שליט״א און פונקט דער זאך האט ער איהם נישט געקענט פרעגן צו אפשר איז ער קראנק צוליב דעם, הלא דבר הוא ???

נאכדעם וואס דער מסירת מודעה איז ארויס געקומען אין פאבליק, האט משפחת גוטמאן זיך פרובירט צו פארבינדן מיט דעם קויפמאן, אבער אין קול ואין עונה ואין קשב, מען הערט נישט פון און מען זעהט נישט פון איהם, פשוט ער באהאלט זיך פון זיי, ווייל ער ווייסט גאר גוט אז די גאנצע מעשה איז הוילע בלאף און שקר, און ער שעמט זיך פשוט צו קוקן די גוטמאן׳ס אין פנים.

יעצט אחרי ככלות הכל, לאמיר שוין זאגן אז די גאנצע מעשה מיט מסירת מודעה וואלט ווען יא געוועהן אמת, ווי קומט דאס צו א איד נאך דערצו איינער וואס האלט זיך פאר א רבי און א צדיק צו נעמען די נאמען פון א טייערע אינגערמאן וואס איז שוין ליידער נישט בהאי עלמא, און עס אזוי צו׳פאטשקענען און די גאסן אן דעם וואס ער זאל מברר זיין אביסל צו די מעשה קען בכלל שטימען, או דעם וואס ער זאל רופן די משפחה און רעדן מיט זיין קודם, דאס מיינט ער איז געגאנגען בכוונה און געטירנקן דאס בלוט פון אן אלמנה און יתומים און דאס אלעס האט ער געטוהן ברבים ביי א מ׳כלומר׳שטע פסח שני טיש מיט׳ן שיינעם קאלירטע בעקיטשע און ברייטן היט, און דערנאך קענען קומען מענטשן און זאגן אויף איהם צדיק און קדוש און אז ער האט אזעלכע פיינע מידות אוי לנו שכך עלתה בימינו, און אויף דעם וויינט דער נביא ״חדשיכם ומועדיכם שנאה נפשי״ איך האב פיינט ענקערע פסח שני טישן, ווי מען קומט זיך צוזאם כדאי מצער צו זיין אנדערע אידן אום אלעס אונטערן שליחים פונעם תורה פשוט ווייל ער וויל אז יענער זאל האבן א תיקון אויף יענע וועלט, געוואלד און געשריגן, און דאס גופא דארף נאך ארויס צו ווייזן זיינע שיינע מידות אז ער האט יעדעם מוחל געוועהן, אויף דעם קען מען ריכטיג זאגן פני הדור כפני הכלב, איך האף אז ער וועט בקרוב תשובה טוהן און איבער בעטן די אלע וואס ער האט פארשעמט ברבים.
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 9:45 pm#357093
יהודי פשוט: דיין מאמר איז ריין לשון הרע, געמישט מיט דיין פערזענליכע אגענדא פון הוצאת שם רע אויף אן ערליכן איד וועלכער איז מקרב לבבות של ישראל לאביהם שבשמים. א דורכגעליטענער איד וועלכער האט זיך און אנדערע מחזק געווען מיט די געוואלדיגע מידת הביטחון. אן עובד ה' . די אנדערע פרטים וואס דו רעכנסט דא אויס, זענען נישט באקאנט פאר מיר און פאר אנדערע נייטראלע מענטשן וועלכע האבן נישט קיין פערזענליכע נגיעות. זיי קענען יא, אדער נישט אמת זיין. למחצה, לשליש ולרביע. נאר ס'איז לא מעלה ולא מוריד. ווייל ווען מ'קוקט אויף די גאנצע פיקטשער זעהט מען א איד וועלכער איז זייער א סאך אדורך געגאנגען אין זיין לעבן און ער שמייכלט נאך און ווייזט ארויס זיין אהבת ישראל פאר א יעדן איד. דאס איז די גרעסטע מעלה פון אלעם...!
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 9:59 pm#357094
יהודי פשוט וואס זאגט די מונקאטשער רבי אויף ר' מיכל?
אגב איך ווייס נישט צו סאיז דא נאך א נושא וואס האט געברענגט אזויפיל נייע מעמבערס...
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 10:09 pm#357096
מאטל שניידער: ייש"כ. איך פיהל ווי איך האב דא ב"ה א חבר. א קאלעגע. ס'איז זייער איינזאם צו זיין א בעל עגלה צווישן אזעלכע הויכגעלערנטע און הויך געשעצטע אידן. ידענים. אדער די וועלכע רעדן זיך איין אז זיי זענען ידענים. אפשר קענסטו נאך ברענגען א שוסטער און א בלעכער דא אהער אין קאווע שטיבל, וועל איך זיין זייער צופרידן. ולמצוה גדולה ייחשב... :lol:
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 10:16 pm#357100
יהודי פשוט, כהאב איין שאלה צו דיר... וואס פונקטליך האסטו געזעהן לעצטענס אז ר' מיכל האט גוטס אין זיין לעבן אז דו זאלסט נעמען די מיה צו זיך איינשרייבן דא אין שטיבל אים צו אטאקירן?? קען זיין פשוט ווייל דו האסט געזעהן אפאר גינסטיגע תגובות דא? ניטאמאל דאס פארגינסטו אים?
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 10:31 pm#357102
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג
יהודי פשוט האט געשריבן:
נאכדעם וואס דער מסירת מודעה איז ארויס געקומען אין פאבליק, האט משפחת גוטמאן זיך פרובירט צו פארבינדן מיט דעם קויפמאן, אבער אין קול ואין עונה ואין קשב, מען הערט נישט פון און מען זעהט נישט פון איהם, פשוט ער באהאלט זיך פון זיי, ווייל ער ווייסט גאר גוט אז די גאנצע מעשה איז הוילע בלאף און שקר, און ער שעמט זיך פשוט צו קוקן די גוטמאן׳ס אין פנים.


פארוואס האבן זיי זיך נישט פארבינדן צום ניקלשבורגער רבין?
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 10:54 pm#357104
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג
Wow
סאיז ב״ה אדורך א שיין שטיק צייט וואס מהאט נישט בארעדט קיינעם דא אין שטובעל.

לאמיר האלטן די סטענדארד הויך אין די אשכולות וועלן בלייבן שטינקען פין אינטען.

ביטע נישט ענפערן נישט נאר אין די אשכול נאר אין אלע אנדערע וואס בארעדן פערזענליכע מענטשען

לאמיר טרינקען קאווע אן לשון הרע.

יהודי פשוט גיי אהיים טאטי קומט באלד סאיז נישט פאר קיין בוחרים די שמועס (פאלאץ דא)
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 11:08 pm#357108
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
יהודי פשוט גיי אהיים די קינדער ווארטן אויף טאטי'ן

פארראכטן
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 8:09 am#357116
א איד: איך פארשטיי נישט פונקטלעך די שאלה, פארוואס זאלן זיי זיך פארבינדן מיט ר׳ מעכל? פשוט איהם מודיע זיין אז ער האט זיי וויי געטוהן?? איך מיין אז ער פארשטייט עס אליין.

יעצט צו אלע אנדערע וואס זענען געווארן אויס מענטש פון די טריקענע פאקטן, די טבע פון מענטשן איז זיך אנצונעמען פאר א נרדף און איך פארשטיי ענק אבער דאס מאכט איהם ווייטער נישט פאר קיין צדיק און דאס געבט נישט קיין בארעכטיגונג פאר זיינע עוולות.
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 8:53 am#357118
Re: אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג
און קויפמאן האט עס נישט פארשטאנען אליינס?
ווען וואלף גוטמאן האט אויפגעמאכט די אלע שקרים פון די גביות עדות, האט ער עס אויך פארשטאנען אליינס?
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 1:36 pm#357143
יהודי פשוט: איך זעה אז דו ביסט זייער שטארק אנגעווייטאגט אויף איהם. איך גיי איהם שוין קאללן (בלי"נ) און זאגן אז א איד איז זייער שטארק ברוגז אויף איהם. איך בין זיכער אז ער וועט זיך שטארק מצער זיין ווען ער וועט דאס הערן. דו ביסט גרייט אריבערצוגיין אין ניקלשבורגער ביהמ"ד און בין מנחה למעריב וועט די רבי איבערשמועסן די גאנצע סוגיא מיט דיר.אדער אפשר ווילסטו אז ער זאלל אריבערקומען צו דיר אין שטוב. איך בין זיכער אז א יהודי פשוט וואוינט אין א בית פשוט. דו ווילסט מוחל זיין מיר איבערגעבן דיין אדרעס און פאון נאמבער, שטילערהייט. אז קיין פרעמדער זאלל נישט הערן. און איך וועל דאס בלי"נ איבערגעבן פאר'ן ניקלשבורגער רבי'ן. און ער וועט זיך שוין פארבינדן מיט דיר...ביי דע וועי. דו וואוינסט אין נ.י. סיטי אדער אין מאנסי. איך בין סתם נייגעריג צו וויסן...יישר כח למפריע...(ניין. סאיז נישט קיין טעות הדפוס אדער אן אמעראצעס. דער קריטיקירער איז אן עיין ה"א. ווייל ער ווייסט נישט די מיינונג פון דעם ווארט... :lol: :roll: )
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 3:35 pm#357149
א איד: ווי איך האב שוין געשריבן איז דער גביות עדות געוועהן אויף איין פרט, וואס ר׳ וואלף ז״ל האט דאס מעיד געוועהן ווייל עס איז געוועהן אמת און ער האט עס געזעהן מיט זיינע אויגן, נאר וואס דען, אין דעם פאל קומט צו זאגן דעם מאמר החכם my mind is made up already, don't confuse me with the facts, און עס שטערט מיך לגמרי נישט, אז עטס זענט נישט אינטערעסירט אין פאקטן.

יעצט צום בעל עגלה, איך האב עס נישט געוואלט דערמאנען אבער אז די האסט שוין אנגערירט די נושא וועל איך עס זאגן, איך פערזענליך האב גראדע ליב ר׳ מעכל׳ס סטייל, איך הער אסאך אויס זיינע שאלעשידעס תורות, זיינע בכיות, זיינע ניגונים, זיינע טישן וכדו׳ איך גלייך עס גאר שטארק, אבער איך גיי נישט לכבוד דעם זיך אן נעמען פאר איהם בלינדערהייט דארטן ווי ער איז באגאנגען א שרעקליכע עוולה.

נ.ב. איך בין טאקע אן ע״ה, אבער אזוי פיל ווייס איך נאך