Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » אפיציעלע טיילונג אין קרית טאהש

אפיציעלע טיילונג אין קרית טאהש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4616
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:57 pm#145873
אפיציעלע טיילונג אין קרית טאהש
א פרישע פליגל צו די מחלוקה האט אויסגעבראכן אין קרית טאהש, נאכדעם וואס די אלטע מחלוקה ברענט שוין אפאר יאר איבער מי בראש.

שוין עטליכע יאר וואס עס ברענט אין טאהש א שרעקליכע מחלוקה, מיט העצע אקעגן דעם רב דארט הרב אלימלך לאווי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מ'טאהש שליט"א, וואס האט זיכער געמיינט אז נאך די פטירה פון זיין ברודער הרב מרדכי ז"ל בלייבט ער פאקטיש דער איינציגסטער יורש, אבערווייז! טאהש קוקט אויס איז נישט אקזעמט פון די אנגייענדע מחלוקת אינערהאלב די אידישע קרייזן, און נאך אפאר יאר פון פראטעסטן און טיילונג האבן געוויסע גענומען די מחלוקה צו א פרישע שטאפל און געעפענט מוסדות הארט נעבן דעם שטעטל, וואס איז שוין היינט באוואוינט, מיט די מערהייט פון די אפגעטיילטע.

פאריגע וואך איז ארויסגעקומען א בריוו אונטערגעשריבן דורך די איידעמער פונעם טאהש'ן רבי'ן, דייני טאהש בכל אתר ואתר און נאך רבנים פון מאנטריאל און ניו יארק
IMG-20130823-WA088.jpg
IMG-20130823-WA088.jpg (87.63 KiB) געזען געווארן 6021 מאל

זינטאג איז אבער ארויסגעקומען אן הכחשה פון דריי רבנים אז זיי האבן קיינמאל נישט גענומען א שטעלונג אין די מחלוקה
IMG-20130827-WA080.jpg
IMG-20130827-WA080.jpg (223.38 KiB) געזען געווארן 6021 מאל
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:09 pm#145883
אוי ניין, פליז.... טאהש אויכעט?
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:14 pm#145884
וואס איז די מצב הבריאות פינעם רבי׳ן? ער איז נאך ביי די כוחות? ער ווייסט פינעם מחלוקה?
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:17 pm#145886
What goes around comes around....

אז מ'לייגט זיך מיט קעץ שטייט מען אויף צוגראטשעט...
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:25 pm#145892
בדחן האט געשריבן:וואס איז די מצב הבריאות פינעם רבי׳ן? ער איז נאך ביי די כוחות? ער ווייסט פינעם מחלוקה?

ניין. ער ווייסט נישט אפילו...
ליידער, נישט דאהי.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:37 pm#145900
ס'צום האפען אז די טאהש'ע העלן ביסעל סייכעל האבען און גיין צו אומפארטייאישע רבנים דן זיין די קעיס ווי עטליכע רבנים פאדערן אויף כנ''ל

א'ניש העט'ס ענדיגען ווי די קרית יואל'ע סוטואציע ווי די פראקציע פון בנ''י האט זיך געבויט דורך די סארט מהלכים פון אינטערדריקען די אפאזיציע און די הנהגת העיר האט זיך איינגעקויפט אויף אייביג א אפעזיציע כח וואס לעבט מיט העיט און שנאה קעגן זיי און העל'ן ניש פארגעסן זייערע פארפייניגטע יארען טראץ ס'שוין אריבער באלד פיפצען יאר וואס זיי לעבן במנוחה
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:40 pm#145901
וואס איז די מחלוקה בכלל, מ'רעד דא פון קוים קוים 200 משפחות. האלב דערפון איינגעשטעלט אין די מוסדות. די אנדערע האלב ווייקט זיך אין מקוה און עסט.
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:55 am#145948
הרב לאבין פארשטייט אז אין טאהש טאר מען נישט עפענען צוויי מוסדות? וואס איז טאהש אנדערש ווי קרית יואל?

א שוואגער מיטן רבין.....?
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:23 am#145964
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 12:53 am#146949
נאר,,פרייליך האט געשריבן:ס'צום האפען אז די טאהש'ע העלן ביסעל סייכעל האבען און גיין צו אומפארטייאישע רבנים דן זיין די קעיס ווי עטליכע רבנים פאדערן אויף כנ''ל

א'ניש העט'ס ענדיגען ווי די קרית יואל'ע סוטואציע ווי די פראקציע פון בנ''י האט זיך געבויט דורך די סארט מהלכים פון אינטערדריקען די אפאזיציע און די הנהגת העיר האט זיך איינגעקויפט אויף אייביג א אפעזיציע כח וואס לעבט מיט העיט און שנאה קעגן זיי און העל'ן ניש פארגעסן זייערע פארפייניגטע יארען טראץ ס'שוין אריבער באלד פיפצען יאר וואס זיי לעבן במנוחה

און די זאליס, נישט?! כ'ווייס נישט . וואו דאוונט דער משב"ק פון ברך משה זכותו יגן עלינו, הרב משה גבאי, פרידמאן שליט"א?!
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 12:39 am#149954
אז די בני יואל איז משוגע בין איך מסכים אבער אז די טאשע האבען שכל וויל איך נאך טראכטען!
דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 10:39 am#150864
can someone explain the reason for the fight?
who leads the other side?
מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:44 am#152430
וואס מיינט דאס?
מיטוואך אקטאבער 02, 2013 7:22 am#153267
נאר,,פרייליך האט געשריבן:ס'צום האפען אז די טאהש'ע העלן ביסעל סייכעל האבען און גיין צו אומפארטייאישע רבנים דן זיין די קעיס ווי עטליכע רבנים פאדערן אויף כנ''ל

א'ניש העט'ס ענדיגען ווי די קרית יואל'ע סוטואציע ווי די פראקציע פון בנ''י האט זיך געבויט דורך די סארט מהלכים פון אינטערדריקען די אפאזיציע און די הנהגת העיר האט זיך איינגעקויפט אויף אייביג א אפעזיציע כח וואס לעבט מיט העיט און שנאה קעגן זיי און העל'ן ניש פארגעסן זייערע פארפייניגטע יארען טראץ ס'שוין אריבער באלד פיפצען יאר וואס זיי לעבן במנוחה


You don't know what you're talking about, bnei yoel people are still being harassed to this day.
Their Shul has been closed not too long ago.
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:39 pm#159124
דולה ומשקה האט געשריבן:קוק וויקיפעדיא וועט איהר אלץ פארשטיין....

דא זענען די 10 אויסגאבערס/גליונות פון "דער דורכפאל", וואס איז ערשינען חודש'ליך במשך החדשים אדר - אב, בשנת תשס"ה
http://www.israel613.com/books/DER-DORCHFAL-1.pdf
http://www.israel613.com/books/DER-DORCHFAL-2.pdf
http://www.israel613.com/books/DER-DORCHFAL-3.pdf
http://www.israel613.com/books/DER-DORCHFAL-4.pdf
http://www.israel613.com/books/DER-DORCHFAL-5.pdf
http://www.israel613.com/books/DER-DORCHFAL-6.pdf
http://www.israel613.com/books/DER-DORCHFAL-7.pdf
http://www.israel613.com/books/DER-DORCHFAL-8.pdf
http://www.israel613.com/books/DER-DORCHFAL-9.pdf
http://www.israel613.com/books/DER-UPHALTER-10.pdf

ככלב שב על קיאו, אלטער אויסגעדראשענע פאשקעווילען, קענסט שוין פאר די געלט ציטירן צימערמאנס פאשקעווילן..
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:42 pm#159126
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואס איז די מחלוקה בכלל, מ'רעד דא פון קוים קוים 200 משפחות. האלב דערפון איינגעשטעלט אין די מוסדות. די אנדערע האלב ווייקט זיך אין מקוה און עסט.

עס איז כהיום דא איבער 500 משפחות, די זעלבע מקוה ווייקערס זענען דא אין ראדני און אין קרית יואל אויכעט. איך וואון נישט אין טאהש, און איך האב גארנישט מיט טאהש, איך פראביר מיך נאר צו האלטן צו די תקנות הפארום פון לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! רעד נישט ווען דו ווייסט נישט עפס, האלט דיך אביעקטיוו. ביסט זייער חשוב אין טייער, אבער צו די זאך. זעסט דאך דו ווייסט ניטאמאל וויפיל אידן עס וואונען דארט.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 3:07 pm#163889
טאהש.jpg
טאהש.jpg (82.33 KiB) געזען געווארן 3904 מאל
דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 1:14 pm#178735
מה זאת?
זונטאג יאנואר 26, 2014 4:14 pm#179289
נאר,,פרייליך האט געשריבן:ס'צום האפען אז די טאהש'ע העלן ביסעל סייכעל האבען און גיין צו אומפארטייאישע רבנים דן זיין די קעיס ווי עטליכע רבנים פאדערן אויף כנ''ל

א'ניש העט'ס ענדיגען ווי די קרית יואל'ע סוטואציע ווי די פראקציע פון בנ''י האט זיך געבויט דורך די סארט מהלכים פון אינטערדריקען די אפאזיציע און די הנהגת העיר האט זיך איינגעקויפט אויף אייביג א אפעזיציע כח וואס לעבט מיט העיט און שנאה קעגן זיי און העל'ן ניש פארגעסן זייערע פארפייניגטע יארען טראץ ס'שוין אריבער באלד פיפצען יאר וואס זיי לעבן במנוחה


אינטרעסאנט, אין וויליאמבורג האט די נועם המידות געמעגט אונטערדרוקן די אפאזציע!
הא לן והא להו - קלינגט היימישלעך???
דינסטאג יוני 17, 2014 11:33 pm#206569
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואס איז די מחלוקה בכלל, מ'רעד דא פון קוים קוים 200 משפחות. האלב דערפון איינגעשטעלט אין די מוסדות. די אנדערע האלב ווייקט זיך אין מקוה און עסט.

די אנדערע האלב וויל אויך זיין איינגעשטעלט
דינסטאג יוני 17, 2014 11:33 pm#206570
לשוא הכיתי האט געשריבן:http://theantitzemach.blogspot.com/2014/01/blog-post_1694.html

ער האט נישט געוויסט אז עס וועט זיין בילדער פון דעם
זונטאג אוגוסט 16, 2015 10:06 pm#296173
can someone explain what the fight was there and if?how it ended?