Under maintenance
הויפט זייט » "הציץ ונפגע: אנטומיה של מחלוקת חסידית", דוד אסף

"הציץ ונפגע: אנטומיה של מחלוקת חסידית", דוד אסף

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #463
מאנטאג אפריל 23, 2012 11:20 pm#6955
"הציץ ונפגע: אנטומיה של מחלוקת חסידית", דוד אסף
אין די טעג גייט ערשיינען דעם לאנג-ערווארטעטן בוך פון דעם בארימטן חוקר החסידות דוד אסף: "הציץ ונפגע: אנטומיה של מחלוקת חסידית". דער בוך דעקט די געשיכטע פון בערעניו פון ליאווע, דער זון פון דעם רוזשינער ז"ל, וועלכער האט זיך אפגעלאזט פון זיין רבנות און האט זיך צוגעשטעלט צו א גרופע משכילים, און דערנאך, די מחלוקת וואס האט אויסגעבראכן צווישן צאנז און סאדיגורע. נאך איבער א יאר צוריק האט שוין אסף געוואונען דעם "פרס בהט" פון דער חיפה אוניווערסיטעט פאר דעם כתב-יד פון דעם ספר.
די ריזיגע ביבליאגראפיע פון דעם בוך קען מען זען דא; פאלגנד איז דער ענגלישער אבסטראקט:

Abstract

This book focuses on an exciting, dramatic and tragic chapter in Jewish history, which, though never recounted in full, and forgotten over time, is of invaluable importance to the history of the late Hasidic movement and the history of East European traditional Jewish society.

In its pages, two separate but related stories are described. The first tells the story of the Zaddik Dov Ber Friedman, known as Bernyu, son of the famous Zaddik Israel of Ruzhin, who, in 1869 publically renounced his ties to Hasidism and joined up with the Maskilic camp. He took this drastic step, which climaxed with his threat of conversion, at a time of personal stress and psychological crisis. Fearing that he would make good his threat, his family arranged for him to be kidnapped from his hometown Leova (Rumania) and brought to his brother’s Hasidic court at Sadigura (Sadagóra, Austrian Bukovina). After the involvement of the local police and his release from this forced imprisonment, Bernyu moved to the nearby city of Chernowitz, and resided at the home of the maskil Dr. Yehudah Reitman, who served as vice-president of the Jewish community. During his stay there, Bernyu refrained from ritual observance and published a manifesto in the Jewish press announcing his defection from the Hasidic camp and his new way of life. These scandalous events provoked great interest and widespread reactions among the Jewish milieu, from joy and expectation among the Maskilim to grief and sadness among the Hasidim. Finally, after much internal and external agitation, Bernyu recanted his actions and returned to his brother’s Hasidic court in Sadigura where he lived in seclusion until his death (1876).

Detailed in the second part of the book is the story of the fierce internal Hasidic controversy that broke out in February 1869, in the midst of the Bernyu affair. Under the leadership of Rabbi Haim Halberstam of Tsanz (Nowy Sacz, Western Galicia), a well-known Zaddik and much admired halachic authority, Bernyu’s behavior was interpreted by his followers as the reasonable outcome of the dangerous and heretical ideological path of Hasidism known as ‘the regal way,’ which was promoted by the lifestyle and conduct of the Friedman dynasty of Sadigura. In a series of epistles Halberstam called on several communities to excommunicate and persecute the Sadigura Hasidim. This was the beginning of an unprecedented controversy in the history of Hasidism, in which hundreds of rabbis (including non-Hasidim) and dozens of communities, mainly in Galicia but also Russia, Congress Poland, Hungary and Palestine took part. The dispute, reflected in many polemic tractates (not all have been preserved), comprised mutual bans, violence and brutality, informing to the authorities, expropriations of livelihoods, and promoting of hatred between brothers. The controversy died down after the passing of its protagonists in 1876 but still percolated for years after. Tension between the two camps is still recognizable in our time.

These events have barely been described, let alone studied, in their entirety and what has been done so far in terms of scholarly research has been incidental and based on a very limited selection of primary sources. Hasidic historiography almost completely ignores this affair, considering it to be one of the most embarrassing events in its history. Based on hundreds of primary and secondary sources of all types, including rare books and manuscripts, archival and governmental records, contemporary newspapers, testimonies and memoir literature, this book is the first comprehensive study of this topic. The reader will be introduced to a detailed anatomy of a fundamental controversy which is interpreted not only as an ideological dispute between two confronting systems in Hasidism but mainly as an exciting and moving social and human drama.
דינסטאג אפריל 24, 2012 6:58 pm#7226
Re: "הציץ ונפגע: אנטומיה של מחלוקת חסידית", דוד אסף
דא קען מען זען נאך אויסצוגן פונעם ספר:
m http://failedmessiah.typepad.com/failed ... s-123.html m
דינסטאג אפריל 24, 2012 11:44 pm#7357
Re: "הציץ ונפגע: אנטומיה של מחלוקת חסידית", דוד אסף
דא m http://www.hebrewbooks.org/3004 m האט איר א לינק צום סאנזער צדיק וואס באשרייבט אין אידיש די געשיכטע, דער שרייבער האלט זיך מער ווייניגער אויף די צאנזע זייט. אויף די אנדערע זייט איז דא א ביכל פון א שרייבער יצחק אבן אונטערן נאמען אינעם רבינ'ס הויף, וואס אנדערשט וואו דער סאנזער צדיק איז דער ביכעל נישט געווידמעט בלויז אויפן מחלוקת, אבער צווישען די שירות ברענגט ער אראפ אסאך אינפארמאציע, איך האב נישט געקענט געפונען קיין לינק דערפאר, אויב איינער האט א לינק זאל ער עס ביטע אהערשטעלן.
מיטוואך אפריל 25, 2012 9:17 pm#7790
Re: "הציץ ונפגע: אנטומיה של מחלוקת חסידית", דוד אסף
שכוח משה געציל פאר די לינק,
ווען קומט ארויס די "הציץ ונפגע" אין ווי גייט עס זיין צי פארקויפען ?
מיטוואך אפריל 25, 2012 10:55 pm#7822
Re: "הציץ ונפגע: אנטומיה של מחלוקת חסידית", דוד אסף
אינעם קומעדיגע ספר זיינע, האף איך ער זאל נאר באשרייבען, דער אמת פאררוואס דער 'תפארת שלמה' איז געפארען שבועות אין צאנז, אין פארוואס רבי אליעזר דזיקוב'ער איז נישט געפארען צו צאנז, צום חתונה פון זיין אייניקעל רבי אהרן מבייטש בן ה'אמרי נועם'. וד"ל
מיטוואך אפריל 25, 2012 11:09 pm#7833
Re: "הציץ ונפגע: אנטומיה של מחלוקת חסידית", דוד אסף
דולה ומשקה האט געשריבן:אינעם קומעדיגע ספר זיינע, האף איך ער זאל נאר באשרייבען, דער אמת פאררוואס דער 'תפארת שלמה' איז געפארען שבועות אין צאנז, אין פארוואס רבי אליעזר דזיקוב'ער איז נישט געפארען צו צאנז, צום חתונה פון זיין אייניקעל רבי אהרן מבייטש בן ה'אמרי נועם'. וד"ל

פארוואס זאל מען ווארטן ביז איינער גייט אפשר ארויסגעבן א בוך, ווען דו קענסט אונז משקה זיין מיט די געוואלדיגע ידיעות וואס דו האסט שוין דולה געווען?
מיטוואך אפריל 25, 2012 11:22 pm#7840
Re: "הציץ ונפגע: אנטומיה של מחלוקת חסידית", דוד אסף
לויט וואו עס ליגט מיר אין קאפ דאכט זיך מיר אז דער אמרי נועם איז אויך נישט געווען אנוועזענד ביי די חתונה, עס איז דעמאלטס פארגעקומען א גרויסע הלכהדיג'ע מחלוקת צווישען דעם אמרי נועם אינעם צאנזער רב, אויב ווען א איד פארענדיגט זיין טערמין אינעם קרעטשמע וואס ער האט ארויס געדינגען פונעם פריץ מעג א צווייטער קומען אין פארשלאגען פארען פריץ א העכערען געהאלט, עס איז נאך דא אסאך צו שרייבען בנוגע יענעם מחלוקת, אפשר א צווייטע מאל.
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:41 am#7913
Re: "הציץ ונפגע: אנטומיה של מחלוקת חסידית", דוד אסף
משה געציל האט געשריבן:אויף די אנדערע זייט איז דא א ביכל פון א שרייבער יצחק אבן אונטערן נאמען אינעם רבינ'ס הויף, וואס אנדערשט וואו דער סאנזער צדיק איז דער ביכעל נישט געווידמעט בלויז אויפן מחלוקת, אבער צווישען די שירות ברענגט ער אראפ אסאך אינפארמאציע, איך האב נישט געקענט געפונען קיין לינק דערפאר, אויב איינער האט א לינק זאל ער עס ביטע אהערשטעלן.


m http://www.hebrewbooks.org/43336 m
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 1:05 pm#7952
Re: "הציץ ונפגע: אנטומיה של מחלוקת חסידית", דוד אסף
משה געציל האט געשריבן:לויט וואו עס ליגט מיר אין קאפ דאכט זיך מיר אז דער אמרי נועם איז אויך נישט געווען אנוועזענד ביי די חתונה, עס איז דעמאלטס פארגעקומען א גרויסע הלכהדיג'ע מחלוקת צווישען דעם אמרי נועם אינעם צאנזער רב, אויב ווען א איד פארענדיגט זיין טערמין אינעם קרעטשמע וואס ער האט ארויס געדינגען פונעם פריץ מעג א צווייטער קומען אין פארשלאגען פארען פריץ א העכערען געהאלט, עס איז נאך דא אסאך צו שרייבען בנוגע יענעם מחלוקת, אפשר א צווייטע מאל.

דער אמרי נועם האט געהייסען פאר זיין זון בגזירת כיבוד אב אז ער זאל פרעגן זיין שווער די הייליגער צאנזער רב פון ווי ער נעמט זיין פסק הלכה, ווי שטייט עס אין די תורה,
ממחרת החתונה האט ר' אהרן געפרעגט זיין שווער ווי ס'שטייט האט די דברי חיים גענטפערט א פחד פון א לשון "איך בין די תורה, און אין מיר שטייט עס"
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 1:09 pm#7953
Re: "הציץ ונפגע: אנטומיה של מחלוקת חסידית", דוד אסף
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:אינעם קומעדיגע ספר זיינע, האף איך ער זאל נאר באשרייבען, דער אמת פאררוואס דער 'תפארת שלמה' איז געפארען שבועות אין צאנז, אין פארוואס רבי אליעזר דזיקוב'ער איז נישט געפארען צו צאנז, צום חתונה פון זיין אייניקעל רבי אהרן מבייטש בן ה'אמרי נועם'. וד"ל

פארוואס זאל מען ווארטן ביז איינער גייט אפשר ארויסגעבן א בוך, ווען דו קענסט אונז משקה זיין מיט די געוואלדיגע ידיעות וואס דו האסט שוין דולה געווען?

גם אני מצטרף, בכלל איז לעצטענס געווארן א פארמעסט ווער עס קען מער מאל שרייבען וד"ל ואכמ"ל ודו"ק א.א.וו.,
פרייטאג אפריל 27, 2012 12:42 am#8186
Re: "הציץ ונפגע: אנטומיה של מחלוקת חסידית", דוד אסף
אורח האט געשריבן:בכלל איז לעצטענס געווארן א פארמעסט ווער עס קען מער מאל שרייבען וד"ל ואכמ"ל ודו"ק א.א.וו.,

איי סעקאנד דעט.
זונטאג מאי 06, 2012 10:59 pm#10282
אט איז די דעקל פונעם נייעם בוך:

Heziz venifga.gif
Heziz venifga.gif (255.76 KiB) געזען געווארן 4249 מאל


די תוכן:
heziz-index.gif
heziz-index.gif (39.31 KiB) געזען געווארן 4249 מאל

heziz-index2.gif
heziz-index2.gif (53.5 KiB) געזען געווארן 4249 מאל
זונטאג מאי 06, 2012 11:01 pm#10283
שיין!
מ'קען עס שוין קויפן?
זונטאג מאי 06, 2012 11:05 pm#10287
heziz-index3.gif
heziz-index3.gif (55.63 KiB) געזען געווארן 4245 מאל


די אבסטראקט אין ענגליש
heziz-abstract1.gif
heziz-abstract1.gif (83.47 KiB) געזען געווארן 4245 מאל

heziz-abstract2.gif
heziz-abstract2.gif (89.06 KiB) געזען געווארן 4245 מאל
זונטאג מאי 06, 2012 11:06 pm#10288
יאנקל האט געשריבן:שיין!
מ'קען עס שוין קויפן?

אין א"י. עס וועט זיין אוועילעבל אין אמעריקע ביז געציילטע טעג.
מאנטאג מאי 14, 2012 1:37 pm#11889
א פרישע אינטערוויוא מיט דוד אסף, דאסמאל ספעציעל פאר חסידים.

איין ציטאט פון דארט :

Unpious: Are there more “untold tales” that weren’t included in your book?

DA: Many. There were many incidents that were covered up by Chasidim. You know, think about what happened recently in Viznitz. The rebbe passed away two months ago. Everyone knew he suffered from dementia for more than ten or fifteen years. He’s not serving in any real leadership role at all. And there’s this sensational story about the split between his two sons. Now they are two separate communities. But now, in the age of smartphones and with aggressive media—which tries to be first to get the scoop and to report on the scandal—these things can’t be covered up anymore. But think what would’ve happened if there was this sort of family drama back in the 19th century; it would’ve been totally covered up. So this is my work, to assemble small details in order to understand the full story.
מאנטאג מאי 14, 2012 1:38 pm#11890
יואליש האט געשריבן:א פרישע אינטערוויוא מיט דוד אסף, דאסמאל ספעציעל פאר חסידים.

איין ציטאט פון דארט :

Unpious: Are there more “untold tales” that weren’t included in your book?

DA: Many. There were many incidents that were covered up by Chasidim. You know, think about what happened recently in Viznitz. The rebbe passed away two months ago. Everyone knew he suffered from dementia for more than ten or fifteen years. He’s not serving in any real leadership role at all. And there’s this sensational story about the split between his two sons. Now they are two separate communities. But now, in the age of smartphones and with aggressive media—which tries to be first to get the scoop and to report on the scandal—these things can’t be covered up anymore. But think what would’ve happened if there was this sort of family drama back in the 19th century; it would’ve been totally covered up. So this is my work, to assemble small details in order to understand the full story.

פארריכט דעם לינק ביטע.
מאנטאג מאי 14, 2012 1:44 pm#11892
פאראכטן. יישר פארן אנמערקן.
מאנטאג מאי 14, 2012 4:04 pm#11937
גאנץ א שוואכע אינטערוויו. כ׳האב ערווארטעט עפעס בעסער. אספ׳ס לעבנסגעשיכטע איז מיר אינטערעסאנט געווען; איך האב ביז יעצט געמיינט אז ער איז עטוואס רעליגיעז.
מאנטאג מאי 14, 2012 4:35 pm#11949
אסף קומט אויך אפיר ווי איינער וועלכע נוצט אקאדעמישע מיטלען צו אויפבלאזן קאנטראווערסיע. קוקטס נאר ווי ער לעכצט נאך א חרם. איך שטעל מיך פאר אז מארק שפירא לעכצט אויך נאך א חרם, די חילוק איז נאר אז מארק שפירא וועט קיינמאל נישט מודה זיין אויף דעם. אסף האט נישט קיין פראבלעם דאס צו זאגן.
מאנטאג מאי 14, 2012 4:41 pm#11952
יואליש האט געשריבן:א פרישע אינטערוויוא מיט דוד אסף, דאסמאל ספעציעל פאר חסידים.



ווי יואליש האט שוין באמערקט:

פרידא וויזעל, אקא שפיצל שטרומפקינד, כאפט א שמועס מיט פראפעסאר דוד אסף איבער זיין נייעם ביכל "הציץ ונפגע".

דוד, וועלכע איז ברייט באקאנט פון זיינע פארגאנגענע ביכער און אויסגאבן וואס האבן שטארק אויסגעברייטערט די פעלד פון חסיד'ישע היסטאריע, פארוויילט יעצט דא אין אמעריקא, און פרידא וויזעל האט גענומען די געלעגנהייט עם צו אינטערוויוען פאר דעם אינטערנעץ פארום פון די געוועזענע חסידים אקא "אוו דהע דערעך'ס", אנפייעס. ווי ס'איז קענטליך אין דעם אינטערוויו, איז אויסער די חסידים וואס האבן אזא ספעציעלע אינטערעסע אין די ארבעט פון פראפעסאר דוד אסף, זענען אויך די געוועזענע חסידים שטארק אינטרעסירט אין עם פערזענליך, און זיי פילן גאר אז ער איז א זייעריקע.

אין דעם אינטערוויו, דערמאנט דוד זיין חרדי'שן עבר און ערקלערט וואס האט עם צוגעברענגט זי איבערצולאזן. זעלבסט פארשטענדליך איז אז ער רעדט ארום אסאך בנוגע זיין לעבנסלענגליכע שטודיע פון חסידות, וואס האט עם געברענגט דערצו, און אסאך אינטרעסאנטע אנעקדאטן בנוגע זיך זיין ארבעט. דערנאך רעדט ער בנוגע וויאזוי ער זעט היינטצייטיגע חסידי'שע אידן אין ליכט פון זיין ארבעט – וויאזוי זיי נעמען דאס אויף, קריטיק אויף עם, וכדו'. און אפשר נאך אינטרעסאנטער פון אלעם זענען זיינע מיינונגען אויף די היינטצייטיגע חרדי'שע געזעלשאפט.

דוד אדרעסירט אויך דאס וואס פיל חרדים האבן אויף עם טענות אז ער טוט דוקא גריבלען אין נושאים וואס שטעלן נישט חסידות אין די שענסטע ליכט מעגליך. ער ברענגט ארויס אז ער וויל דוקא שרייבן זאכן וואס זענען דראמאטיש און אינטרעסאנט. א מעשה וואס האט נישט אן אנהויב, מיטל, און ענדע ציט עם נישט. נאכמער, די פערזענליכקייטן פון מענטשן ווערן נאר קלאר דורך די דראמא, וויאזוי זיי האנדלען דערמיט וכו'.

זיינע מיינונגען אויף די היינטצייטיגע חסיד'ישע געזעלשאפט זענען פארצווייגט. פון איין זייט שטעלט ער פאר די סיבות פארוואס חסידות האלט אן אזוי לאנג. ער קלערט אז די געלונגענקייט פון חסידות זייטן קריג איז אן אנטווארט צום שרעקליכן חורבן וואס זי האט איבערגעלעבט ביים שואה, א פרואוו אויף ווידערגעבורט, און נאסטאלגיע פאר'ן אמאליגן שלימות. פון די אנדערע זייט שטעלט ער אויס וואס די גרעסטע געפאהרן זענען פאר די עתיד פון די חסיד'ישע געזעלשאפט. אינטרעסאנט איז ווי ער האלט אז אויסער די ברייטקייט פון די אונטערנעץ, איז פעמיניזם גאר פון די עיקר געפאהרן. ער זאגט אז די פרויען באקומען געמישטע דירעקטיווס, און אז די מעמד פו די פרויען טוישט זיך אויף אזא פארנעם אז ס'איז שייך צו שטערן אויף אן ערנסטן פארנעם דעם סטאטוס קווא. חוץ אויב מיט דעם לעצטן געדאנק זוכט ער נאר צו לעקן זיך צום רעבעצין שטרומפקינד, איז דאס מן הסתם דער גרעסטער שטיקל נייעס וואס קומט ארויס פון דעם ארטיקל...
דינסטאג מאי 29, 2012 10:35 am#14909
בקיצור המעשה,
קען מען באקומען דעם בוך פון דוד אסף דא בארצות הברית - אויב יא אין וועלעכע געשעפט?
דינסטאג מאי 29, 2012 1:45 pm#14952
אסף שרייבט אויף זיין בלאג:
אפשר לרכוש את הספר ב'חנויות הספרים המובחרות'
ובמיוחד בחנות הספרים הירושלמית 'אדרבא', שמוכרת את הספר במחיר מבצע (50% הנחה) עד סוף חודש מאי:
64 ש"ח במקום 128 ש"ח.

אדרבא
רחוב בן מימון 5, ירושלים
adraba@adrababooks.co.il
טלפון: 02-5671266

ה'אדרבאים', רחל או יונתן, ישלחו את הספר ברצון לכל מקום, כולל לחו"ל.

מיין קאפיע איז אנגעקומען פון א"י דעם ערב יו"ט.
מיטוואך מאי 30, 2012 6:44 am#15079
דאס הייסט אז אין בארא פארק (ווילימסבורג זיכער נישט...) איז דאס נישט צובאקומען, אפילו אין ביגעלאייזען אדער מאזנים?
מיטוואך מאי 30, 2012 10:27 am#15093
דולה ומשקה האט געשריבן:דאס הייסט אז אין בארא פארק (ווילימסבורג זיכער נישט...) איז דאס נישט צובאקומען, אפילו אין ביגעלאייזען אדער מאזנים?

איך גלייב אז נישט.