נצבד האט געשריבן:סאיז סאך א גרעסערע חילול השם פאר אינז היימישע יודען, אז יונגעלייט שלא קרא ולא שנא ולא שימש,נעמען זיך די רעכט אריינצורעדען און הלכה'דיגע ענינים,וואס זייער גאנצע נאלעדש נעמט זיך פון א גוגל סורטש.
כ'זע נישט די חילול השם פון יונגעלייט וואס קענען נישט א נושא אבער דאך רעדן זיי אריין אחרי חקירה ודרישה - צי דורך ליקוט ספרים צי דורך גוגל. כך הוא מנהג רוב דייני זמנינו.
נצבד האט געשריבן:ממילא אנעים'ס חילול השם איז בעיקר פארען אנרירען דעם עסק-נאכדערצו ברבים-און דאס פיטערען פאר "אינז".
ליידער איז אנעים גערעכט - אויב קוקט מען אן די שאלה מיט די געווענליכע מהלך אין הלכה וואס ווערט געלערענט מיט אונזער יוגענט. אויב ווילט איר זיך דינגען ליינט קודם דורך די מאמר אויף די גרויסע מצוה פון שנאת הגוים וואס איז געדריקט געווארן אין "הפעמון" און געשריבן דורך נישט קיין צווייטער ווי הרב יאסעל דייטש, רה"כ צאנז קלויזענבערג באראפארק און פון די הויפט בעלי דעה אין יענער קהלה. די שאס אויף צוריק איז נישט געקומען פון קיין רבנים ומורי הוראה, נאר פון א שרייבער - הרב אשר לעווין, טאקע גאר א טאלאנטפולע שרייבער און אויסערגעווענליכע בעל כשרון ורב מעש, אבער דאך נאר א שרייבער\עסקן.
די חילול השם איז אז די רבנים זאגן נישט באמת פאר די אייגענע עולם די פארקערטע פון דעם. ס'שטערט איבערהויפט נישט פאר רוב מנין ורוב בנין פון די היימישע רבנים אז די עולם זאל באמת קוקן אויף גוים ווי "נישט-מענטשן" וואס אויב נישט פאר פאליטישע חשבונות טאר מען מיט זייערע הרגשים זיך נישט רעכענען. אין די מאטיוו פון די רבנים קען מען דן זיין. מעגליך ס'איז ווייל זיי האלטן באמת ע"פ הלכה אזוי, און מעגליך אז ס'איז די תוצאות פון זיך באפריינדן מיט די גוים וואס טוט שטופן די רבנים צום "שקר הקדוש".
אלזא נצבד, די חילול השם געהערט נישט פאר אנעים, נישט פאר דאס מגלה זיין און נישט פאר אונז פיטערן ידיעות וואס מיר האבן שוין געזויגן אינאיינעם מיט די מאמע'ס מילך. די חילול השם איז ליידער מכם ובכם. פון אונזערע אייגענע תורה אוטעריטעטן, רבנים, מורי הוראה, וראשי ישיבה, וואס לערנען באמת די הלכות פאר אונזערע יונגווארג, אדער וואס ס'שטערט זיי נישט גענוק צי באאיינפלוסן די הלכה אויף די פארקערטע וועג.
נצבד האט געשריבן:און ישמאעל טייערער, דער שמרי' העסטו קיינמאל נישט קענען באפרידיגען, אויב וועט ער נישט האבען עפעס צו די האנט,וואס ליגט דערין א פינטעל אמת,וועט ער רעפארטען א פאזיטיווע נייעס און דאס אויסדרייען אלס נעגאטיוו,אז דאס אויך נישט ,וועט ער נעמען איינעם'ס פאזיטיווע זייט וואס איז געווארען באריכטעט ערגעץ אנדערש און צולייגען דערצו אז דער מדובר האט "נאך אלץ נישט" פארדאמט מאלעסטעישאן, אויב וועט זיין א שוואכע נייעס טאג און ממש גארנישט האבען צו פיטערען זיינע פינסטערע לוזערס,וועט ער ברענגען פון אן אנאנימער בלאגער וואס האט זיך פארטינקען און צי טיפע וואסערן,און דאס באריכטען כאילו הרב אלישיב האט דאס "גע'פסק'נט.
ממילא אלס עצה טובה,דו האסט נישט וואס צו זיכען אויף יענע קו קלאקס קלען סייט,ווייל ער וועט דיך קיינמאל נישט דיסעפוינטען.
נצבד, פארגעס נישט דעם אלטן כלל. דער שליח, אדער דער נייעס ברענגער, איז נישט דער ציל פון דיינע קוילן. אויב געפעלט דיר נישט וואס שמרי' שרייבט קענסטו בודק זיין און פרובירן צו פאררעכטן וואס ער טענה'ט דערויף. אולי יש תקוה. שיסן דעם נייעס ברענגער פארזיכערט נאר פראבלעמען זאלן לענגער בלייבן פראבלעמען.
נקוט האי כללא בידך. חילול השם איז נישט ווייל מענטשן "ווייסן" זאכן וואס דו ווילסט נישט זיי זאלן וויסן. חילול השם איז דאס "טון" אזוינע זאכן וואס באופן וואס דאס קומט ארויס ווערט גאט'ס נאמען פארשוועכט.