ייש"כ אליבא דאמת פאר'ן ארויפברענגען די אינטרעסאנטע שאלה.
לענ"ד, דארף מען דא מעיין זיין מכמה פנים, ועיקרם, מצד הסברא, ומצד הכתוב. עס איז דא דא איין מדובר מצד די מקורות, ווי שליח האט צוגעברענגט, איז דאס א מדובר וואס האט א מקור אין גמרא און אין די פוסקים. אז עס איז א מדובר צו צריך להזכיר שמו. און לגבי מזכיר זיין די טאטע'ס אדער מאמע'ס נאמען שטייט נישט דארט, דאס איז אן עקסטערע ענין וואס איז תלוי במנהג כמוזכר, אבער לויט ווי איך געדענק איז די מקור פון די מנהג אונזערע געבויט אויף א זוהר (?) אז א תפלה דארף מען מפרש זיין ווי ווייט מעגליך, און וויבאלד די מאמע'ס נאמען איז מער זיכער ווי די טאטע'ס וואס איז נאר א חזקה, דערמאנט מען א חולה מיט'ן מאמע'ס נאמען.
יעצט דארף מען חוקר זיין וואס איז די סברא פון דעם. א בריסקער וואלט מסביר געווען אז דאס איז א דין אין הלכות תפלה, אז א תפלה האט א געוויסע פארעם וויאזוי מען דארף עס זאגען און איינע פון די דינים איז אז מ'דארף מזכיר זיין די חולה'ס נאמען. לויט דעם האט דאס גארנישט מיט די סברא צו כוונה, נאר עס האט מיט וויאזוי די הלכה איז קוסע אז עס הייסט מזכיר געווען די נאמען. איז אויב די הלכה זאגט אז שמו ושם אמו איז גענוג איז דאס גענוג, איי וואס איז מיט שני יוסף בן שמעון, צו אנדערע שאלות וואס מ'קען פרעגן , גייט אונז נישט אן. דאס איז די הלכה און שוין.
דא יש מקום לחקור באופן כללי וואס איז די גדר פון די אלע סארט הלכות תפלה, וואס דאס איז נישט די איינציגסטע עס זענען דא נאך טויזנטע גדרים און הלכות וויאזוי צו דאווענען וכו'.וואס מיינט דאס פונקט? אז טאמער נישט 'לא יצא?' וואס איז די משמעות דערפון? ווי שטארק איז דאס מחייב? עס איז קלאר אז עס איז דא א חילוק צווישען די סארט הלכות און הלכות שבת וכשרות למשל. בשעת וואס דער וואס איז עובר אויף הלכות שבת איז אן עבריין, איז דער ואוס איז עובר אויף הלכות תפלה וואסארא עבירה האט ער געטוהן? אסאך הלכות תפלה אסמכוהוהו אויף ברכה לבטלה וכו' (וואס איז פאר זיך צ"ע ואכמ"ל) אבער ביי תפלות פרטיות איז דאך דאס אוודאי נישט שייך, איז לכאורה די אלע סארט הלכות דארף מען פארשטיין אז זיי זענען אזוינע ליטורגישע המלצות וויאזוי א תפלה זאל זיך פירען אבער זיי האבען נישט די תוקף פון אנדערע סארט הלכות. ויש בדבר זה נפק"מ רבות ועצומות ואכ"מ, עכ"פ לענייננו אויך אויב איז דאס א הלכה איז קלאר אז עס איז נישט אזא שטרענגע הלכה ווי אנדערע נאר איז אזא המלצה וויאזוי איז די בעסטע וועג צו דאווענען, און קען זיין אויב איז דא אנדערע מער מהות'דיגע שיקולים ווי כוונה וכדו' איז דאס דוחה די הלכה.
יעצט לאמיר אבער נישט בלייבען ביי דעם ווי א פארביסענער ליטוויק נאר לאמיר ווייטער קלערן, וואס איז טאקע די הסבר פון די זאך. דא וועלן זיך צוטיילען די דעות לויט וויאזוי מען פארשטייט די ענין פון תפלה בכלל. א מער ראציאנאלישער מענטש (וואס איז אבער א מאמין און גלייבט איכשהו אז תפלה איז א זאך און עס קען העלעפן, דער וואס גלייבט בכלל נישט אין תפלה אדער גלייבט נישט אז תפלה האט מיט העלפען ווי אנדערע מפרשי הרמב"ם איז דאך נישט שייך צו דער נושא) וועט טענה'ן אז תפלה איז נישט עפעס א מיסטישע חלות אז מען זאגט געוויסע ווערטער געשעהט געוויסע פעולות, נאר עס ארבעט אויף א שכל'דיגע וועג. דער אייבישטער ווייסט דאך יענעמ'ם נאמען און אלעס וואס ער דארף וויסען, נאר אלעס איז תלוי אין דער מענטש ווי שטארק ער איז מכוון לבו לאביו שבשמים, ער וועט זאגען על דרך דער משנה אין ראש השנה "וכי נוסח ממית או נוסח מחייה? אלא בזמן שאדם אומר את התפלות ומכוון את לבו לאביו שבשמים הוא נושע".
לויט די סארט הבנה קען מען טענה'ן אז דער נאמען איז נאר א וועג פון מעורר זיין כוונה, איז אויב איינער שפירט ער איז בעסער מכוון ווען ער זאגט משה בערקאוויטש מיין חבר ווי משה בן שטערנא מוטשקא וואס קוים ער ווייסט ווי עס צו זאגען, איז אוודאי בעסער אזוי. וואס איז לגבי א מענטש וואס ער קען נישט בכלל? איז א חילקו אז ער זאל דאווענען פאר איינער יאנקל בן רחל אדער בעסער יאנקל זילבערשטיין? דאכציך ר' גדליה נדל האט געטענה'ט אז דאווענען פאר איינער וואס מ'קען נישט און האט נישט קיין געפיל צו עם האט נישט קיין משמעות, הגם פארשטייט זיך אין א געוויסע זין קען מען האבען א געפיל פאר יעדער מענטש וכו'.
עס איז אבער דא א צוייטער גאנג צו תפלה, וואס קוקט דאס אן מער אזוינע קנעפלעך וואס מען דרוקט און אזוי קומט דער ישועה פון הימל. די מקובלים וואס טענה'ן למשל אז אויב זאגט מען א ווארט נישט ריכטיג איז מען מחריב עולמות וועלן זיכער אזוי פארשטיין, לויט די גאנג איז דא א שטארקע משמעות צו די ווערטער וואס מ'זאגט און נישט נאר צו די כוונה. און וויפיל מ'פראבירט ראציאנלאזירען, זענען אסאך הלכות פון תפלה פון חז"ל מכריח אז זיי האבען אזא מין הבנה, למשל אל ישאל אדם בלשון ארמי שאין מלאכי השרת מבינים בלשון ארמי. און נאך אסאך. פארשטייט זיך ראציאנאליסטען ווי דער רמב"ם וועלן דאס פארענטפערן מיט כל מיני מהלכים, אבער נאך אלעס איז דא אזא גאנג אין אידישקייט. לויט דער גאנג איז אויב די מנהג און אפשר הלכה איז צו זאגען אויף די מאמע'ס נאמען מסתמא האט דאס א באדייט אין עולמות עליונים און עס איז נישט כדאי זיך ארומצושפילען מיט דעם.
מדאתינן להכא, איז גאנץ גוט אויף הלכות תפלה וואס מ'קען אזוי טענה'ן, וואס איז אבער מיט טויזנטע אנדערע הלכות וואס האבען מיט מיסטיקה גארנישט איינגעלייגט, און דאך עקש'נען מיר צו שרייבען די טאטע'ס אדער מאמע'ס נאמען. אויפרופען צו די תורה, וואס איז זיכער נאר א פראקטישע זאך מען זאל וויסען וועם רופט מען אויף, וואסארא פשט האט משוגע מאכען דער גבאי געדענקען די טאטע'ס נאמען פון יעדער און נאך אלעס ווייסט יענער נישט אלעמאל זיכער אז מ'רופט עם אויף? וואסארא פשט האט צו חתמ'נען אויף שטרות, כתובות, וכו', מיט די טאטע'ס נאמען ווען די משפחה נאמען איז פיל א שטערעקערע מזהה? וואסארא פשט האט זיך משוגע מאכען אויף שמות גיטין כאילו עס איז עפעס א חלות מדאורייתא צו שרייבען די נעמען אויף די אלע פאני וועגן, ווען די איינציגסטע גדר להלכה איז אז מען זאל וויסען קלאר ווער דאס איז און זיך נישט פארמישען, וואלט דען נישט געווע פיל בעסער צו שרייבען דער סושאל סעקיוריטי נאמבער? וצע"ג.