Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קאווע שטיבל • ביאור סוד בסדר אכילת פיצא

קאווע שטיבל • ביאור סוד בסדר אכילת פיצא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4661
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 8:04 pm#147167
ביאור סוד בסדר אכילת פיצא
רזין דרזין בענין אכילת פיצא

ווייקענ׳דיג זיך אזוי אין בור היינט צופרי, איז מיר פארענטפערט געווארן א שווערע שאלה וואס באדערט מיך שוין עטליכע יאר. אינז וויסען דאך אז הנך לישראל דבני נביאי הם, און ממילא יעדער דבר טוב וואס איז א מנהג אין כלל ישראל האט דאך זיכער א יסוד בהררי קודש, און וועגען דעם זוך איך שוין א לאנגע צייט א פשט אויפן מנהג קודש וואס היימישע יודן פירן זיך, אז ווען מ׳עסט פיצא בייגט מען עס אין האלב און מען עסט עס אזוי. ולא ידעתי מנהג זה מהיכן הוא חי.

אבער זייענדיג אין מקוה זיך טובל׳ן און אינזין האבן די שמות וואס מ׳ברויך, איז מיר איינגעפאלן א פשט וואס לולי דמסתיפנא וואלט איך געזאגט אז דאס איז דער מקור. ״פיצא״ איז בגי׳ 181 כמנין ״מאכלי בהמה וגוי״ (מיט די 3 ווערטער). ווי אזוי קען מען אינז עס מתקן זיין און מעלה זיין די ניצוצית דקדושה? נאר דורך איינבייגען די פיצא. ממילא קומט אויס אז אויף איין זייט איז דא ״פי״ בגי׳ 91 (מיטן כולל), און אויפ די אנדערע זייט איז דא ״צא״ בגי׳ 91. אז מנעמט די מאכלים פון גוים און בהמות און מאיז זיי מעלה פארן באשעפער (די צוויי שמות פון די רבש״ע צוזאמען איז בגי׳ 91) איז מען מיט דעם אלעס מתקן.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 8:06 pm#147169
א גאנצע פיי איז עולה בגי' מאכל יפה וממלא
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 8:35 pm#147182
און לאמיר נישט פארגעסען צולייגען אז הוי"ה אדנ"י איז דאך אויך איין און ניינציג, און טאמער לייגט מען צו די ה' מוצאות הפה וואס מען ניצט בשעת'ן עסען, ווערט עס בגי' 95 כמספר יפה און יהי"ה אדנ"י, די שם העתיד לבא. ווערט אן השגה אין די הייליגע פיצא.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 9:45 pm#147193
ואין פיצא פה ומצפצף!
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 9:58 pm#147196
איך האב אמאל געהערט א טעם, אז ווען מ׳בייגט דאס איין ווערט דער פיצא בבחינת מרזב, און דאדורך טוען די לאנגע טיפת המושכות גבינות האמעריקאי, זוחל זיין משפה ולפנים. והדברים עמוקים ואכמ״ל.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:00 pm#147198
מקובלני מבית אבא, שכתב ישן נושן נמצא בבית הכנסת הישן בבבל, בכתב יד חד מקמאי, ושמו רבינו חזון פלפל נרו יזרח ויאיר, ובו כתוב: מאכל בהמה יש, יש אומרים שמה פיצא, ומנהרדעה אמרו פיצה שמה. יש אומרים אין מברכין עליה כדין מאכל בהמה, ויש אומרים מברכין עליה. וגמרינן מ'נמשל כבהמות נדמו. ע"כ.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:34 pm#147207
ערנסטערהייט, קען מיר איינער מסביר זיין מיט וואס איז פיצא מאכל בהמה מער פון קישקע אדער גאלע?

און לגבי די רמזים, וואס איז די וויץ, נאר ביי די פיש שבת מעג מען מכוון זיין שמות? אז א איד מיינט ערנסט און איז מכווין ביים עסן די פיצא שמוה"ק איז אוודאי איז זיין עבודה מקובל ומרוצה למעלה פונקט ווי דער וואס איז מקפיד מסדר זיין די לעכט צו דרום און די חלה צו צפון שבת על פי עפעס א רמז.

(ומקובלני מאת מו"ר שליט"א סודות ורמזים עצומים לכוון בעת אכילת הפיצה ואינו נמסר מעל דפי השמייכל).
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:37 pm#147209
און כידוע פון זיידן ר' לייזער וואלף אז קוגל איז בגימטריא דעם שם הוי', און אז ס'שטימט נישט עסט מען צו נאך א שטיקל.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 11:00 pm#147216
גם אני קיבלתי ענינים נשגבים במאכל מורכב הזה.
אפס קצהו אגלה, בבחינת קצ"ה ומשול"ש, אבל בתשר"י, ימי ח"ג, אוכלים שלמים כע"ג, אין סוף.
אלו העיגולים קטנים הם עם חלל באמצע, לרמז על ימי החול, בבחינת כמחולת המחנים, ועתיד הקב"ה לעשות מחול לצדיקים שהקפידו לאכול מעוגות בצורת מחול, וחלל באמצע ע"ש הריקנות שבהם. וזה סוד חוני המעגל.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 11:50 pm#147236
אינטערעסאנט אז ס'דיר איינגעפאלן פונקט אין מקוה, קען מען אפשר צולייגן, אז פיצ"א מיט די אותיות (נ"א פיצ"ה) איז דאך גימ' קפ"ה, און קאווע איז דאך במקום מקוה, וחושבנא הדין כחושבנא הדין, ווייל בי די קאווע איז מען ממתיק די ביטערע שווארצע קאווע\דינים מיט די זיסע ווייסע מילך\צוקער\רחמים, צוזאמען מיט די מקוה וואסער, איז עס ביי די פיצא די זעלבע בחינה, אז די רויטע טאמאטע סאס וואס איז רומז אויף דינים, וואס ווערט נמתק מיט די ווייסע קעז כידוע, וממילא אז ס'דיר איינגעפאלן אין מקוה איז א סימן אז דאס איז טאקע פשט.

עוד יש לאמר אז צדיקים פלעגן מקרב זיין די קץ מיטן פיצא, ווייל פיצ"א, פלוס אכט סלייסעס, און די כולל\פיי, איז גימ' ק"ץ. דוק ותשכח. און ווען די חשבון וואלט נישט געשטימט וואלט איך געזאגט אז העכסטענס עס צו נאך א סלייס משלים צו זיין, אבער וואס זאל איך טוהן אז די חשבון שטימט יא?
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 8:14 am#147268
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס
דער ניק פיצה עסער ווערט נישט אנגענומען, ווייל ס'איז ענדליך צו קאווע טרינקער.

כמה גדולים דברי מנהלים.
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 10:12 am#147293
מענין לענין לאותו ענין.

שמעתי פעם עובדא רבה, שפ''א צלצל חסיד אחד את רבי משה ביק'אי מגדולי לוחמי נגד העירוב הארורה, פה בברוקלין המעטרה, ושאילתו בפיו, אם יש חיוב לברך ברכות המזון על שני חתיכות פשדטידא גבינה, דמתקריה פה במדינתינו "פיצ''א" ע''ש של מאכל עתיק יומין שנהגו אנשי רומי לאכול בסעודתם, וקיבל תשיבה ברירה וגם חרופה, בדרך שאילה כמו כמנהג אינשי דתינו מאז ומקדם, וז''ל: ד''א, חתיכה אחת לא די לך? באשכנז בלע''ז: "חזיר איינס איז דיר נישט גענוג?"

ויהי לפלא!
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 10:32 am#147296
ומתאמרא בשמיה דצדיקים הקודמים נ"ע, פיצ"ע נוטריקון ע'מך י'שראל צ'ריכים פ'רנסה.
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 10:34 am#147298
שמעקעדיג האט געשריבן:ומתאמרא בשמיה דצדיקים הקודמים נ"ע, פיצ"ע נוטריקון ע'מך י'שראל צ'ריכים פ'רנסה.

אונטרעסאנט
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 10:45 am#147307
אייגענטליך שטאמט עס טאקע פון דעם מאכל פצע"י, וחושבנא דדין כחושבנא דדין,
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:00 am#147310
כל חיך אוכל יטעם וגו'
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:03 am#147312
שמעתי מפי מקור נאמן, שה'מילקשעקער הראשון נשמתו עדן, אמר פעם בסעודת משיח ביום אחרון של פסח, שהוא זמן רעוא דרעוין, זמן הכנה למצות אכילת פיצא בחפזון, שכונת המצוה הוא מטעם אין סוף, כיון שהוא עגול, וגם שמחתכין אותה למנין שמונה שהוא בחינת אין סוף ולמעלה מן הטבע כמבואר בספרי קבלה. ע"כ.
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:05 pm#147382
מ'פארציילט אז מ'איז אמאל אריין צו א רבי בעטן ער זאל אסר'ן פיצא, האט ער געפרעגט ''מאכל זה, מה הוא'' האבן די עסקנים הקדושים מסביר געווען, אז דאס איז א שטיקל טייג, מיט א אויסגעקוועטשטע טאמאטע, מיט אביסל צולאזטע קעז. האט די רבי געזאגט "אט דאס פלעגט מען דאך עסען אינדערהיים..."
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:08 pm#147383
האבן די וואוילע אידן אינדערהיים נישט געגעסן העירינג ווייל "ס'איז א פוילעשע מאכל" אזוי ווי די היינטיגע פ''ץ צדייקים עסען נישט פיצא ווייל "ס'איז א אמעריקאנער מאכל"?
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:23 pm#147391
איך קען קוים ווארטן, דו נעקסטע דשזענערעישען רעביס,
וועלן טיילן שיריים [נותר] פון פיצע און פרענשפרייס, אוי עט זיין א געשטופעכץ.

וכבר אני נוהג לעצמי לכוון כי הטשיז הוא חלב, והיינו מדת הרחמים, והקעטשאפ הוא אדום, מדת הדין, וצריכים להמתיק מדת הדין במדת הרחמים, כידוע מספה"ק דכמו כן
הוא ביו"ט שבועות, הטעם שאוכלים סעודת בשר וחלב,
וע"כ איני משתמש במזלג או סכין, כידוע מצדיקים לאכול בידיים דייקא, להעלות החי למדבר, והדברים עתיקים .

א חידוש נאך נישטא א חיבור א ספר הלכות אכילת פיצע והמסתעף, בליווי תמונות וציורים
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:31 pm#147399
המקדישים בשילוש.
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:53 pm#147408
אבער אויב פארמישט מען דער יוצרות, קומט דאך אויס, אז דו קעטשאפ איז פון אונטען, והלא פסקינן תתאה גבר, ולכאורה מדת הדין גובר, ולכן צריכים לראות שיהיה החלב מלמטה, שהמדת הרחמים יגבר על מדת הדין...

ווען איך מאך אליינס דו פיצע, איז דעיס מיינע כוונות,
כידוע נוהגין לומר בשעת אפיית המצות, פירורין יהיה הפקר, וכתב האריז"ל אז דורך שוויצען בשעת מ'באקט מצות, דאס איז ממתיק טפה, הזרע לבטלה, שנגרם ע"י שוויצען, און וועגן דעם זאגט מען פירורין, היינו פירורי הטפה לאחר מצות עונה, יהיה הפקר, שלא יהיה להסט"א יד בזה. ובספה"ק כתבו, דפירורין יהיה הפקר הוא ר"ת יפ"ה, ותיבת יפ"ה רומז על זיווג איש ואשה כיודע מהזרע קודש, דלכן מאחלין הזיווג יעלה יפ"ה.
ממילא יש לחדש ולומר, דכמו כן הוא בשעת אפיית הפיצע, יפ"ה ראשי תיבות, פ'יצע י'היה ה'יטב, וע"י אפייתו ממתיקים ג"כ הטפה סרוחה, הנגרם ע"י הזיעה בשעת אפיית הפיצע.
שוין אביסעלע אטיפע פשט. עמוק עמוק מי ימצאנו.
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:52 pm#147451
סאו וואט האט געשריבן:איך קען קוים ווארטן, דו נעקסטע דשזענערעישען רעביס,
וועלן טיילן שיריים [נותר] פון פיצע און פרענשפרייס, אוי עט זיין

איך געדענק ווי די עלטסטע קינד פון די גער'ע רבי, ער פלעגט דאווענען אין סאטמער ביהמ''ד אויף עזרת תורה, און ער פלעגט דרשנען דארט. האט ער איינמאל זיך אנגעריפן אז ווען ער ווערט רבי , גייט ער מאכן א יעדע חודש א ר''ח טיש , יעדע חודש פאר אן אנדערע שטעטל, און עס וועט זיין דארט פיצא ..
לאמיר ווארטן ביז ער ווערט רבי..
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 7:16 pm#147477
שמעקעדיג האט געשריבן:ומתאמרא בשמיה דצדיקים הקודמים נ"ע, פיצ"ע נוטריקון ע'מך י'שראל צ'ריכים פ'יצא!!
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:13 pm#147509
ויש שנוהגין לאכול פיצא בראש השנה לסמנא טבא, ואומרים יה"ר שיתפוצצו שונאינו ומקטריגנו...
(ולמעשה מתפוצץ המעיים)
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 3:18 pm#147766
big joe האט געשריבן:מ'פארציילט אז מ'איז אמאל אריין צו א רבי בעטן ער זאל אסר'ן פיצא, האט ער געפרעגט ''מאכל זה, מה הוא'' האבן די עסקנים הקדושים מסביר געווען, אז דאס איז א שטיקל טייג, מיט א אויסגעקוועטשטע טאמאטע, מיט אביסל צולאזטע קעז. האט די רבי געזאגט "אט דאס פלעגט מען דאך עסען אינדערהיים..."

מ' דערציילט אז מ' איז אמאל געגאנגען פארציילען פאר א רב אז מ' האט געכאפט א בחור מאכן פרענטש פרייס, האט ער געפרעגט ווא ס איז דאס האט מען איהם מסביר געווען אז עס איז צושניטענע פאטעיטאס געקאכט אין אויל, האט ער געזאגט נו וואס איז אזוי שלעכט מיט דעם?
(ויש מוסיפין, אין לאגער איז נישט בעסער געווען)
מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:30 am#152488
chosen people האט געשריבן:
סאו וואט האט געשריבן:איך קען קוים ווארטן, דו נעקסטע דשזענערעישען רעביס,
וועלן טיילן שיריים [נותר] פון פיצע און פרענשפרייס, אוי עט זיין

איך געדענק ווי די עלטסטע קינד פון די גער'ע רבי, ער פלעגט דאווענען אין סאטמער ביהמ''ד אויף עזרת תורה, און ער פלעגט דרשנען דארט. האט ער איינמאל זיך אנגעריפן אז ווען ער ווערט רבי , גייט ער מאכן א יעדע חודש א ר''ח טיש , יעדע חודש פאר אן אנדערע שטעטל, און עס וועט זיין דארט פיצא ..
לאמיר ווארטן ביז ער ווערט רבי..

דו ווייסט זיכער אז דער עלסטער זוהן איז נישט אינגאנצן. מען זאגט אז זיין טאטע דער רבי האט עם אמאל געזאגט אז ער האט געזוכט א גראבער זקן אין די מושב זקנים אבער נישט געפינען..
פרייטאג מאי 17, 2019 5:24 pm#430675
Re: ביאור סוד בסדר אכילת פיצא
big joe האט געשריבן:רזין דרזין בענין אכילת פיצא

״פיצא״ איז בגי׳ 181 כמנין ״מאכלי בהמה וגוי״ (מיט די 3 ווערטער). ווי אזוי קען מען אינז עס מתקן זיין און מעלה זיין די ניצוצית דקדושה? נאר דורך איינבייגען די פיצא. ממילא קומט אויס אז אויף איין זייט איז דא ״פי״ בגי׳ 91 (מיטן כולל), און אויפ די אנדערע זייט איז דא ״צא״ בגי׳ 91. אז מנעמט די מאכלים פון גוים און בהמות און מאיז זיי מעלה פארן באשעפער (די צוויי שמות פון די רבש״ע צוזאמען איז בגי׳ 91) איז מען מיט דעם אלעס מתקן.

אין בכורות לח:
IMG_4580.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג פעברואר 07, 2020 7:27 am#442672
אכטונג, פיצא קען זיין סכנה'דיג!

New York Post : Pizza sent a record number of Americans to the ER in 2018

m https://nypost.com/2020/02/06/pizza-sen ... r-in-2018/ m
מוצ"ש פעברואר 08, 2020 9:08 pm#442710
Re: ביאור סוד בסדר אכילת פיצא
big joe האט געשריבן: אינז וויסען דאך אז הנך לישראל דבני נביאי הם, און ממילא יעדער דבר טוב וואס איז א מנהג אין כלל ישראל האט דאך זיכער א יסוד בהררי קודש, און וועגען דעם זוך איך שוין א לאנגע צייט א פשט אויפן מנהג קודש וואס היימישע יודן פירן זיך, אז ווען מ׳עסט פיצא בייגט מען עס אין האלב און מען עסט עס אזוי. ולא ידעתי מנהג זה מהיכן הוא חי.

אבער זייענדיג אין מקוה זיך טובל׳ן און אינזין האבן די שמות וואס מ׳ברויך, איז מיר איינגעפאלן א פשט וואס לולי דמסתיפנא וואלט איך געזאגט אז דאס איז דער מקור. ״פיצא״ איז בגי׳ 181 כמנין ״מאכלי בהמה וגוי״ (מיט די 3 ווערטער). ווי אזוי קען מען אינז עס מתקן זיין און מעלה זיין די ניצוצית דקדושה? נאר דורך איינבייגען די פיצא. ממילא קומט אויס אז אויף איין זייט איז דא ״פי״ בגי׳ 91 (מיטן כולל), און אויפ די אנדערע זייט איז דא ״צא״ בגי׳ 91. אז מנעמט די מאכלים פון גוים און בהמות און מאיז זיי מעלה פארן באשעפער (די צוויי שמות פון די רבש״ע צוזאמען איז בגי׳ 91) איז מען מיט דעם אלעס מתקן.

מ׳קען אפשר זאגן נאך מער אין דעם אז דער תניא זאגט אין שער היחוד והאמונה (פ״ז) אז דער שם הוי׳ ב״ה ווייזט אויף דעם אז הקב״ה איז למעלה ממקום וזמן, אבער ער איז זיך כביכול מתפשט אף תחת מקום וזמן און אויף דעם ווייזט דאס שם הוי׳ צוזאמען מיט׳ן שם אדנ-י (וואס די דין דערפון איז מצמצם) ע״ש באריכות. יעצט, ווי באקאנט זאגט דער אוהחה״ק (בראשית ב ג) אז די גאנצע בריאה הבאה יש מאין קען נאר האבן א קיום פאר זעקס טעג. און נאר דורכ׳ן היטן שבת גיבט מען דאס א ״ריטשארדזש״ אויף צו קענען אנגיין פאר נאך זעקס טעג ע״ש. יעצט, א קאור קאמפאנענט פון די בריאה איז דאך זמן ומקום (ועיין במו״נ ח״ב פי״ג ופ״ל). און... עממ... ווי באקאנט זענען אחינו בני ישראל ״זיך נוהג״ מקיים צו זיין דעם (שבת קיט:) פת חמה במוצאי שבת מלוגמא מיט פיצא. איז דעריבער איז מען דאס כופל צו ווייזן אויף דעם שם הוי׳ בשילוב אדנ-י המרמז לתחת מקום וזמן וואס דאס איז די יסוד הבריאה וואס מ׳האט יעצט מחדש געווען דורכ׳ן היטן שבת וכהאוהחה״ק. און דאס איז אויך דאס וואס מ׳איז עס כופל, צו ווייזן אז עס גייט איבער אין א סייקל פון 6 טעג וכנ״ל (ועיין כאן, בענין אז לגבי אידן איז זמן/צייט מער סירקולער).