דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 10:25 am#147678
סטמרער חסידים אז מ'אלט ניט מיט זיי, קאנען זיי חלילה סיקירן
דאס זענען די ווערטער פון די היינטיגע סקולענע רבי אלס אינגערמאן.
אלטע פאסט אויף הערשיל ציג, ערשט יעצט געטראפן. ( m http://theantitzemach.blogspot.com/2012 ... st_29.html m )
די פילע טעקסט:
"אבער דאך ווייס איך ניט צו אמעריקא איז פאר אונז, מיר ווילן און מיר האפן זיך צו זען בקרוב מיט אייך, אבער אין תכלית ווייס איך ניט. די מאמע תחי' איז ניט געזונט, זי ליגט מיט ווייטאגן, עס ווייזט אויס דאס די קלימא שאדט איר. בעלגיע איז נישט גוט פאר רעומאטיזן און זי האט די איינציגע שוועסטער די מומע זלאטע אין ארץ ישראל, און אויך רייזל האט די עלטערן אין ארץ ישראל. דער מאמעס א נעפאט יעקב בן צבי מאשקאוויץ שרייבט מיר זאלן אונבאדינגט קומען קיין ארץ ישראל. ער האט אין בני ברק א ווילא מיט 5 צימער, גיבט ער דאס אונז און ער וויל אראנזירן מעבל יעצט. וועגן יעקב און צבי קלער איך אויך אפשר וואלט געווען פאר זיי מער תכלית אין ארץ ישראל. ר' אהרן גודמאן נ"י האט אונז איבערגעגעבן וואר דער סטומרער רבי שליט"א האט מיט אים אסך גערעדט וועגן טאטן, וועט דאך זיכער דער טאטע זיין ביי דעם סאטמרער רבי, קלער איך אז ער וועט זיכער מאכן א שמועס איבער די ענינים, זאל ניט חלילה ארויסקומען פון דעם קיין סכסוך. לויט ווי איך האב געהערט איז דער ראש הקהל מר יעקב שלמה נ"י שטיינפעלד אויך פון די מקורבים פון סטמרער רבי שליט"א, און אויך דאס קהל איז אויך סטמרער אנהיינגער, ווייס איך ניט צו דער טאטע שליט"א וועט קענען זיין מיט זיי צוזאמען. דער טאטע שליט"א האט זיכער ליב יעדן איד און יעדן רבי, אבער די סטמרער חסידים אז מען האלט ניט מיט זיי, קאנען זיי חלילה סיקירן. און דא אין אנטווערפען האט אונז אפגעווארט ביים אוויאן סיי די אגודת ישראל און אן עולם סטמרער חסידים. די סטמרער פארזארגן אצל דעם טאטן שליט"א מיט ספרים, ספר ויואל משה און דובב שפתי ישנים און פארזארגן אונז מיט צייטונגען פון די נטורי קרתא".