Under maintenance
הויפט זייט » די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט

די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4769
זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 5:48 pm#150288
די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
סאיז נישטא נאך א היימישע קאמפאני וואס האט אזא רייכע היסטארי פון שפיכת דמים (תרתי משמע), אנגעהויבען פון די קאמפאניס וואס זיי האבען פשוט און פראסט ארויסגע'גנב'ט(מיט כל מיני טעראר) פון די ארגינעלע בעלי בתים, און געענדיגט ביי אינז די פשוטע קאנסומערס, און זייערע קאמפעטישאנס אינדערמיט.


איך האף אי"ה זיך אויפפרישען די דעטאלען, וויבאלד סאיז שוין דורך א שיין ביסעל יארען, און דאס רעפארטען דא,

אבער און די צייט, קען דער עולם פארציילען וואס זיי ווייסען איבער די פאלגענדע קאמפאניס, וואס האבען געפיעלט קדם'ס מאפיאנערישע טאקטיקען אויף זייערע הויט,

תירוש,שיבולים,שופרה טשאקלאד,הדר (לויט מיין אינפא, האט קדם זיך ערשט פארמאסטען מיט הדר) א ניסלעך קאמפאני (דענק נישט די נאמען) .

ס'אמאל זיכער אז ווען דער עולם וואלט ווען געוויסט וואס און וויזוי די קדם'בינאו פאמיליע ארקעסטרירט זייער מאנאפאל אויף אינזער ציבור, וואלט ווען קיינער נישט צוגערירט צו זייערס אן אייטעם
זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 8:48 pm#150341
בינא?
זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 9:52 pm#150360
משפחה מיט לאסיאנוא, באמבינאו און די גאמבינאו'ס ועוד...
זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:00 pm#150361
במציאות, זענען די געפען פראדוקטן מיט א שמוץ ארונטער ביליגער ווי די אלגעמיינער מארקעט. קען זיין אז הא ניחא אין כולל גראסערי ווי זיי געבן אפשר בעסערע פרייזן צוליב זייער buying power, אבער אזוי איז דער פאקט.

מען דארף נאר געדענקן, אז על פי הלכה, ודעת תורה, איז קאמפעטישן א גוטע זאך, כמבואר במשנה סוף פרק הזהב. זעהט אויס אז נצבד (וואס איז פשט אין דעם ניק?) האלט אז קדם איז פסקי לחיותא פון די אנדערע קאמפעניס, וואס דאס איז אסור לויט אלע דעות.

געב ארויס די פרטי הדברים, און האף אז זיי סאבפינאו'ען נישט ערעב באריסטא שליט"א צו באקומען אייער אידענטיטעט כדי אייך צו קלאגן אין געריכט...
זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:05 pm#150363
סהאט מיר אוכט געוואונדערט וויאזוי קיינער רעדט נישט און שרייט נישט קיינמאל איבער די גרויסארטיגע רשעות וואס דיע משפחה האט אלץ צאמגעטוהן, און אלעס בהצנע לכת זיי מעניזשעין צו קאווערען זייער רשעות פאר דער עולם ווערט געוואר.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט מען זיי געדארפט באיקאטירן , איך האב מיטגעהאלטען די שבלים רשעות,און די שאקלאד,און ווען איך גיי און גראסערי קען איך נישט לייגען א Gefen פראדוקט און מיין שאפפינג קארט
אויב איינער איז באקאנט זאל ביטע שרייבען באריכות מחמת קוצר פנאי קען איך נישט שרייבען באריכות
זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:23 pm#150370
גפן איז נישט ביליגער ווי די אנדערע קאמפעניס
זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:59 pm#150407
איך האב שוין אויך געהערט פון זייערע strong arming קלענערע קאמפאניס און סטארס, דירסטריביוטערס, אבער איז ווייסט איינער אויב זיי טוען זאכן אומלעגאל? זענען זיי ערגער ווי יעדע גרויסע קאמפאני? איז עס אסור אפצוקויפן א ביזנעס פון איינעם פאר א פרייז וואס יענער דארף זיין משוגע אפצוזאגן?

איך דיפענד נישט די קאמפאני אדער זייער מעשים, און אפגערעדט אז עטיש און מענטשליך איז עס נישט, אבער איז דאס נישט וויאזוי ביזנעס אין אמעריקע גייט? סורווייוועל אוו די פיטעסט?
מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:28 am#150427
געפילטע פיש האט געשריבן:איך האב שוין אויך געהערט פון זייערע strong arming קלענערע קאמפאניס און סטארס, דירסטריביוטערס, אבער איז ווייסט איינער אויב זיי טוען זאכן אומלעגאל? זענען זיי ערגער ווי יעדע גרויסע קאמפאני? איז עס אסור אפצוקויפן א ביזנעס פון איינעם פאר א פרייז וואס יענער דארף זיין משוגע אפצוזאגן?

איך דיפענד נישט די קאמפאני אדער זייער מעשים, און אפגערעדט אז עטיש און מענטשליך איז עס נישט, אבער איז דאס נישט וויאזוי ביזנעס אין אמעריקע גייט? סורווייוועל אוו די פיטעסט?

אבער ס'זענען אויך דא "אנטי-טראסט" געזעצן אין אמעריקע, וועלכע פארמיידן פון א קאמפאני צו באקומען א מאנאפאל אויפ'ן מארקעט און אפהרג'נען קאמפעטיש'ן.
מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 1:31 am#150452
איין קליינע משל:

פאר ארום פופצען צוואנציק יאר צוריק, איז תירוש(זארגט אייך נישט, קדם אוינט זיי שוין היינט צוטאג) געשטאנען זייער שמאל,

קדם האט זיך דערוויסט אז בעפאר פסח האט דער בעל הבית פון תירוש זיך אנגעבארגט א געוואלד מיט געלט, און די פסח סיזאן איז געווען קריטיש וויכטיג פאר זיין עצם קיום, האט קדם קאנטאקטעד אלע מקוה אידען אז דאס יאר פסח ווילען זיי "טיילען אומזיסט!" פאר יעדען וואס איז גרייט צו נעמען גרעיפ דשוס,

די פלאן איז געווען זייער פשוט, אז תירוש זאל זיך דערשטיקען מיט זיינע גרעיפ דשוס אין "מיזען" אינטערגיין,און נאך בלייבען א בעל חוב.

קדם האט זיך נישט צום סוף געקענט אויסקומען מיט די מקוה אידען , ווייל זיי האבען געשריגען איז זיי ווילען פארדינען, און אז זיי וועלען טיילען בחינם העלען זיי גארנישט פארדינען, אויסצולייגען געלט פון טאש פאר די מקוה אידען'ס פראפיט, האבען קדם שוין נישט געוואלט, ממילא איז דאס נישט צושטאנד געקומען, אבער די מעשה ווייזט ווי ווייט די מאפיאנערען זענען גרייט צו גיין ,אינטערצוברענגען זייערס א קאמפאטישאן, נישט קיין חילוק ווי קליין( תירוש האט קיינמאל נישט געהאט קיין פינעף פראצענט פון די מארקעט) ער איז!
מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 2:01 am#150459
סאיז סעיף צו זאגען אז די גאנצע זאך אז סאיז נאך בכלל דא א קאמפעטישאן פאר גפן, און די געשעפטען (פאר ווער עס ווייסט וויזוי זיי קאנטרעלירען די שעלווס פון "אלע" געשעפטען), איז נאר א דאנק די הינדערטער אדער גאר טויזענטער קונים אווי מיר, וואס וועלען קיינמאל נישט צורירען א קדם/גפן פראדוקט, אפילו דעם קאמפעטישאן'ס פראדוקט ליגט אויף די גאנץ אינטערשטע פאליצע ווי דו מיזט דיך ממש אראפבייגען ביזען קנעכל, און גפן'ס איז שטענדיג אויף די שאלדער היי שעלוו.

האט זיך טאקע ענק קיינמאל נישט געווינדערט וויזוי אלע גפן פראדוקטען, זענען שטענדיג שיין ברייט אויסגעלייגט ממש און דיין נאז, בשעת אלע אנדערע קאמפאניס זענען ערגעץ העכער אדער אינטער זיי ?
מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 4:28 am#150468
נצבד האט געשריבן:סאיז נישטא נאך א היימישע קאמפאני וואס האט אזא רייכע היסטארי פון שפיכת דמים (תרתי משמע), אנגעהויבען פון די קאמפאניס וואס זיי האבען פשוט און פראסט ארויסגע'גנב'ט(מיט כל מיני טעראר) פון די ארגינעלע בעלי בתים, און געענדיגט ביי אינז די פשוטע קאנסומערס, און זייערע קאמפעטישאנס אינדערמיט.


תירוש,שיבולים,שופרה טשאקלאד,הדר (לויט מיין אינפא, האט קדם זיך ערשט פארמאסטען מיט הדר) א ניסלעך קאמפאני (דענק נישט די נאמען) .



איז אזוי, קודם גלייב איך אז וויינשטאק\מיעל מארט האט זיך גארנישט צו שעמען פאר הערצאג\קדם. צווייטנס, איך האב טאקע קיינמאל נישט געהערט פון די אלע מעשיות, אדרבה, אפשר פארציילסטו וואס דו ווייסט, וואס איז די מעשה מיט שיבולים, שופרה טשאקלאד, הדר, ניסלעך קאמפאני.

איבער תירוש האב איך דוקא יא געהערט, אז עס האט געהערט פאר צוויי שווארץ ברודער, איינער האט געמאכט די וויין און דער אנדערער האט געפירט דעם ביזנעס, און קדם האט זיי געאפערט א הויכן פרייז אפצוקויפן, און דער ברודער וועלכער האט געפירט די ביזנעס האט פארקויפט, אבער דער אנדערער ברודער האט געזאגט אז ער האט נישט קיין חלק אין דעם און ער האט גע'עפענט ארמון (עללייד וויין), וועלכע מען קען טאקע היינט קויפן ביי די מקוה אידן, ער האט פיינע וויינען און ברוינפנס, און ער שטייט טאקע ווייט פון קדם, ער האט קיינמאל נישט געוואלט האנדלען מיט זיי.

פון איין אנדערע מעשה נבלה ווייס איך, אז דער בעה"ב פון ספיריט אוו סאלאמאן (שוין פארגעסן דעם נאמען) פלעגט מאכן היימישע ברוינפן און פארקויפן אין די מקוואות, דער עולם האט עס זייער ליב געהאט און עס אסאך געקויפט, האט קדם אים אפגעקויפט און געמאכט א דיל מיט אים אז זיי וועלן לייסענסן זיינע פראדוקטן (צו באקומען אזא לייסענס קאסט אסאך געלט) און וועלן זיין זיינע שותפים. ער האט מסכים געווען און מען האט געמאכט דעם דיעל, אבער פלוצלינג האט דער עולם אויפגעהערט קויפן (אזוי האט קדם עכ"פ גע'טענה'ט) און דער איד איז געבליבן אן פרנסה.

האט ער זיך געבארגט געלט און אליינס ארויסגענומען לייסענס און אנגעהויבן פראדוצירן ברוינפן אונטער דעם נאמען ספיריט אוו סאלאמאן, און פלוצלינג האט דער עולם ווידער אנגעהויבן קויפן...

עס איז אבער זייער אינטערעסאנט, ווער עס האט געקענט ר' יונה הערצאג ז"ל, דער איז דאך געווען א צדיק פון א איד, נישט סתם, גאר אן ערליכער איד געווען, און אפילו היינט זענען די הערצאגס פערזענליך זיייער פיינע מענטשן, דער טעראריסט\מאפיא עלעמענט קלעבט עפעס נישט מיט זייער מהות.

נו, ר' נצבד (ווער?) זייט מוחל לאזט אייך הערן.
מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 9:58 am#150492
הדד:

גראדע פון די מעשה פון ספיריט אוו סאלאמאן האב איך נישט געהערט ביז יעצט.


יעצט די פאלגענדע איז נישט אזוי גרויזאם און בארבאריש, אבער באציהט זיך צו וואס חכם באשי האט געשריבען אז קאמפאטישאן איז געזונט פארען קאנסומער, כאילו די קדם קריים פעמילי מאכט זיכער אז סאיז דא קאמפעטישאן ביי די היימישע עסען פראדוקטען, זאג איך אייך אז זיי טוען כל טצדקי שבעולם אז סזאל נישט זיין קאמפאטישאן און זיי זאלען בלייבען מיט די מאנאפאל.


ביז פאר ארום פופצען יאר צוריק האט רוב רובם היימישער עולם קידוש געמאכט אדער אויף גרעיפ דשוס אדער אויף קאנקארד, טאקיי און סאטערען אד"ג , ניין און ניינציק פראצענט וויינען איז געווארען פראדעצירט דורך קדם, און יעדער איז געווען צופרידען, קדם ווייל זיי האבען געהאט די גאנצע מארקעט, און דער עולם, ווייל זיי האבען נישט געוויסט אז וויין איז עפעס וואס מ'קען ענדשויען....


ביז א שיינעם טאג איז א יונגערמאנטשיק (כ'דענק נישט זיין נאמען אויף די מינוט) פון צוואנציק יאר, אריין אין וויין דיסטריביושען, ער האט אנגעהויבען דיסטריביוטען "אלע" קאמפאניס פון וויין (דאכט זיך אז א גרויסע פראצענט דערפון איז געווען הדר) ער האט ממש געמאכט א רעוועלאציע ביים היימישען עולם אין די וויין געטרונקאכץ, יעדען צווייטען פרייטאג האט ער געמאכט און א צווייטען שוהל, וויין טעיסטינגס און אנגעהויבען ממש צווינגען דעם עולם צו אינדשויען דעם אור אלטען ויין ישמח לבב אנוש.

דער עולם האט אנגעהויבען פארלאנגען גוטע וויינען , איז געגאנגען קדם אין געזען און דעם יונגערמאן א שטארקע טרעט אין זייער דאמינענס, האבען זיי אנגעהויבען אים לייגען פיסלעך און סטראשענען די מוכרים, זיי האבען אים נישט געגעבען פון זייערע וויינען צו דיסטריביוטען, און ער האט זיך געמוזט פארלאזען נאר אויף אלע קלענערע קאמפאניס.

ביז קדם האט געזען אז דער יונגערמאן איז העיר טא סטעי, ער לאזט זיך נישט שאנטאזשירען פון זיי, האבען זיי געזאגט , אט דאס איז וואס אינז זיך מיר....
מ'האט אים אריינגענומען אונטער די קדם'בינאו פאמיליע'ס פליגלען...
און זינט דאן דיסטריביוט ער "נאר" פאר קדם.

און שוין
מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 11:32 am#150539
The founder of mount kisko published books against jews that didnt help their brethen. Now this is what became of them. Also there is another family there that are very rich and behave the same
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:14 am#151693
איך בין זיכער אז אפאר יודען גייען האבען א שמחת יום טוב!
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 10:13 am#151733
אמת ויציב יעדעס ווארט וואס נצבד שרייבט און דאס רירט אן ממש נאר דעם שפיץ בארג פון די קדם מאפיאערן. עס איז ביי מיר ברור אז ווען דער עולם קאנסומערס זאל וויסן אפילו נאר א הונדערסטעל פון זייערע שגץ שטיק וואלט מען זיי באיקאטטעד אין גרויסן.
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 8:04 pm#151862
איינער האט זיי געוואלט צופיקסען
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 8:25 pm#151864
מאפיאנערען אהער מאפיענערן אהין וואס זאל מען טוען זייער גרעיפ דזוס איז זייער גיט!!
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 9:03 pm#151872
קודם וועלכע אנדערע גרעיפ דזשוס האסטו געטרייט?
איך האלט אז NATURES OWN איז זייער גוט.
די סיבה פארוואס קדם איז אסאך מאל בעסער איז וועגען,
אויב עס געלונגט נישט די גרעיפ דזשוס אדער די טרויבען איז נישט גוט לייגען זיי נישט ארויף די קדם סטיקער נאר א תירוש אדער רש"י סטיקער וואס באלאנגט אויך פאר זיי,
= אלע שוואכע סחורה לייגען זיי אויף די אנדערע ברענטס.
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 9:10 pm#151874
NATURES OWN איז מבושל מייניך
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 9:38 pm#151885
ווער איז NATURES OWN? היימישע קאמפאני? ס'האט זייער א רייכע געשמאקע פלעווארדיגע טעם. און סאך ביליגער.
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 11:26 pm#151895
Natures Own האט נישט קיין אידישן טעם לעניית טעיסטי.
הגם זייער עפל דזשוס איז פון די בעסטע, לעשירת טעמי.
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 11:30 pm#151896
שמעקעדיג האט געשריבן:Natures Own האט נישט קיין אידישן טעם לעניית טעיסטי.


קדם האט אוועקגעשטעלט וואס הייסט א אידישע טעם?
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 12:13 am#151905
אז דו וועסט טרינקען אפאר וואכען נעטשורס אוען, העסטו זאגען אז קדם איז סתם קאאל עיד,

סהאט זיך אמאל ארוםגעדרייט א ווערטל, אז קדם האט אמאל ציוויסען געלאזט פאר תירוש, אז ווילאנג ער וועט טרייען צו מאכען גרעיפ דשוס פון טרויבען, וועט ער אים קיינמאל נישט ביטטען...
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 5:04 am#151926
איז נישט natures own אויך קדם??
מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:08 am#152420
שופרה טשאקאלאד
ATUB @נצבד ATUB די מעשה ווי אזוי קדם-גפן האט אונטערגעברענגט שופרה טשקאלאד.

קדם איז געווארען א שותף מיט שופרה און ער האט זיכער געמאכט זיך צי צעקריגען מיט שופרה און ווען שופרה איז געגאנגען צום דין תורה מיט זיי האט קדם ארומגעשלעפט מיט זיי ווי לאנג, אז נישט נאר ער האט נישט געהאט קיין געלט פאר די דין תורה נאר ער איז אפילו נישט איבערגעבליבען מיט קיין געלט צו עפענען נאכאמאל די ביזנעס = רשעות!!!

ועיין אין ATUB @מאראנצןזאפט ATUB -אשכול- וועגען די קארפטירטע בתי דינים.

לעצטענס האט שופרה נאכאמאל געפענעט א טשאקאלאד קאמפני מיטען נאמען פרדס.
מיטוואך מערץ 30, 2016 9:28 am#326933
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
וועלכע קאמפאני מאכט די טייערע פרומע גרעיפ דזשאוס? אפשר נישט ארמון, איך געדענק נישט פונקט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מיטוואך מערץ 30, 2016 11:11 am#326947
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
ליפא האט געשריבן:ארמון באלאנגט פאר קדם

זיכער? איך מיין דו מאכסט א טעות. גראדע דער בעה"ב פון ארמון (נחום בר"י שווארץ פון מאנרא) האט אמאל געהאט תירוש גרעיפ זשוס, און דאס האט קדם אפגעקויפט.
מיטוואך מערץ 30, 2016 11:18 am#326951
אזוי ליגט מיר אין זכרון אז קדם האט עס אפגעקויפט. אפשר זכרון פארנארט מיר
מיטוואך מערץ 30, 2016 1:04 pm#326973
יא ער האט איהם אפגעקויפט
מיטוואך מערץ 30, 2016 8:15 pm#327036
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
תירוש באלאנגט פאר קדם
ארמון באלאנגט פאר שווארץ
דאנערשטאג מערץ 31, 2016 12:18 am#327079
דעת זקנים ברענגט דאארויס א נקודה למחשבה

(נישט אז איך בין מסכים מיט עהם אבער כאפטס א בליק)
דאנערשטאג מערץ 31, 2016 7:17 pm#327187
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
אנגעקומען קיין לעיקוואוד $2:99 א פלאש אין גורמעט גלאט. מיט א טי-שירט אומזיסט אז מ'קויפט כ גאנצע קעיס. נאר היינט נאכט
uploadfromtaptalk1459466176540.jpg
בילד
דאנערשטאג מערץ 31, 2016 7:23 pm#327188
רב ליטוואק, כ׳האב מיר געפענט פיר גרויסע אויגן ווען איך האב דיר געזעהן קויפן א גאנץ קעסטל, שוין יארן וואס איך זעה דיר מאכן די ארדער און די קויפסט איין באטל יעדע צווייטע וואך. אההה דאס טישערט דארפסטו, איי גאט איט. אבער איין מינוט, דו גייסט אנטוהן דעם טישערט? קוים וואס מ׳זעהט דיר אן א היט? וויאזוי גייען זיי צוזאמען?
דאנערשטאג מערץ 31, 2016 8:10 pm#327193
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
איך האב קיינמאל נישט געהאט א טי-שירט. יעצט אז איך האב, זוך איך א פאסיגע הוט, און איך ווער א טונא -בייגעל

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 31, 2016 9:03 pm#327202
שלום שטיסל האט געשריבן:רב ליטוואק, כ׳האב מיר געפענט פיר גרויסע אויגן ווען איך האב דיר געזעהן קויפן א גאנץ קעסטל, שוין יארן וואס איך זעה דיר מאכן די ארדער און די קויפסט איין באטל יעדע צווייטע וואך. אההה דאס טישערט דארפסטו, איי גאט איט. אבער איין מינוט, דו גייסט אנטוהן דעם טישערט? קוים וואס מ׳זעהט דיר אן א היט? וויאזוי גייען זיי צוזאמען?


נישט געזארגט אזא פירפל טישוירט זעהט זיך ארויס פון אונטער די שניי ווייסע העמעד..
פרייטאג אפריל 01, 2016 6:38 am#327254
איך האב געזען ביידע קאמפאניס אין breadberry נעכטען . צוויי פונקטען די welches שטייט קלאר from concentrate און גרעסערע אותיות . אויף קדם דארפט איהר זיכען אויף די אינגרידיענס צו זעהן from concentrate. ביידע זענען מסתם פון juice אבער האבען אויך concentrate פאר flavor consistency. קדם איז קליגער מיט דעם אז מען באהאלט עס אין די small print. די welches באטעל וואס שרייבט עס ארויס און פראנט איז לויט מיין מיינונג א נארעשקייט ווייל עס מאכט דאס אויסזען ווי א ביליגערע juice.

לגבי די פרייז איז קדם געווען 4.99 און welch's געווען 4.49 א קליינע חילוק אבער איי געיס אז אין די היימישע געשעפטען וועט דאס זיין מיט א 2-3 דאלער העכער ווי shoprite/Walmart ...דאס פארשטיי איך נישט ,די היימישע געשעפטען זענען ביזי יעצט קאווערען די גאסען מיט טרעילארס פאר פריי storage אויפן ציבור׳ס חשבון סאו וואס קאסט די עקסטרע 2 דאלער ?
פרייטאג אפריל 01, 2016 7:45 am#327256
א געוויסע היימישע כשרע עסען פאבריק האט מיט יאהרן צוריק פארהאנדעלט מיט א קליינע קאמפאני אין קאנאדא וואס האט געמאכט זייער גוטע גרעיפ זשוס און ער האט געוואלט מאכן דארט גרעיפ זשוס מיט א נייע נאמען, ער האט אנגעהויבן אריינצוטהן אין דעם און ער איז ארומגעגעאנגען פרעגן די בעלי הכשרים וויאזוי מ׳קען עס אויסארבעטען אויף די בעסטע וועג ס'זאל נישט זיין קיין יין נסך וכו' בקיצור וואס ווען וואו איז ער געוואר געווארן אז קדם האט אפגעקויפט די פאבריק פאר גאר א טייערע פרייז, זיי האבן זיך דערוואוסט (דורך די הייליגע רבנים) אז א אנדערע ערנסטע עסן פאבריק פלאנט צו קומען מיט גרעיפ זשוס האבן זיי געאפפערט די פאבריק א פרייז וואס זיי האבן נישט געקענט אפזאגן. וואס??? די מעשה האט מיר פארציילט די בעה"ב פון יענע כשר'ע עסן פאבריק וואס האט געוואלט מאכן די גרעיפ זשוס און געבליבן מיטן צונג אינדרויסן.

עטץ כאפטס וואס דא גייט פאר? אדער נאכאלץ נישט? אז נישט וועל איך אייך עס מוזן מסביר זיין מיט א משל פון א בת מלך :lol:
פרייטאג אפריל 01, 2016 10:30 am#327272
וועטערבאריכט האט געשריבן:איך האב געזען ביידע קאמפאניס אין breadberry נעכטען . צוויי פונקטען די welches שטייט קלאר from concentrate און גרעסערע אותיות . אויף קדם דארפט איהר זיכען אויף די אינגרידיענס צו זעהן from concentrate. ביי

איך זוך און זוך, קענסט מיר ווייזן וואו?

rps20160401_102947.jpg
פרייטאג אפריל 01, 2016 11:12 am#327278
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
קדם שרייבט אינו מבושל, איז וועלטש אויך אינו מבושל?
פרייטאג אפריל 01, 2016 11:15 am#327279
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
קדם אין גלאזענע פלעשליך איז לחומרא אינו מבושל. אז דו ווילסט מחמיר זיין אויף קידוש, אדער מאך מאסט, אדער קויף טייערע אינו מבושל וויין.
אלע קדם'ס טענות אז די פלאש ערהאלט נישט קיין צוקער און איז נישט מבושל איז שקר.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
פרייטאג אפריל 01, 2016 2:05 pm#327299
ליפא האט געשריבן:
וועטערבאריכט האט געשריבן:איך האב געזען ביידע קאמפאניס אין breadberry נעכטען . צוויי פונקטען די welches שטייט קלאר from concentrate און גרעסערע אותיות . אויף קדם דארפט איהר זיכען אויף די אינגרידיענס צו זעהן from concentrate. ביי

איך זוך און זוך, קענסט מיר ווייזן וואו?

Here you go
פרייטאג אפריל 01, 2016 2:17 pm#327301
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
בילד
קלענערע פלאש.
The point is it has juice from concentrate too, welch's writes it on the label clearly, kedem writes it in the small print.


וועטערבאריכט
פרייטאג אפריל 01, 2016 3:40 pm#327314
אקעי דאס זענען די פלעסטיק באטלעך. דארף מען אויך וויסן צו וועלטש לייגט נאר צו קאנסענטרעיט אדער דאס גאנצע איז פון קאנסענטרעיט
מוצ"ש אפריל 02, 2016 9:53 pm#327328
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קדם אין גלאזענע פלעשליך איז לחומרא אינו מבושל. אז דו ווילסט מחמיר זיין אויף קידוש, אדער מאך מאסט, אדער קויף טייערע אינו מבושל וויין.
אלע קדם'ס טענות אז די פלאש ערהאלט נישט קיין צוקער און איז נישט מבושל איז שקר.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


די גלאזערנע איז יא מבושל אדער נישט?
און ווי אזוי ווייסטו אז קדם זאגט ליגנט לגבי צוקער און נישט מבושל?
זונטאג אפריל 03, 2016 12:53 am#327355
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
דאס ווייס איך פון ר' י. ק. ז"ל, וואס אחרי פטירתו קען איך נאכזאגען וואס ער האט געוואוסט פון די ביזנעס אז די קאנצענטרעי"ט אין די וויין און זאפט איז נישט עפעס א קליין פערצענט לשבר את הטעם, נאר א געזונטע חלק פונ'ם סיסטעם.
די גלאזענע באטלעך, זענען זיי מחמיר אלס אינו מבושל, אבער פיהל פוסקים זענען אפילו מקיל דערויף

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זונטאג אפריל 03, 2016 11:36 am#327387
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
ליטוואק, פון וואנעט נעמסטו אז ס'האט צוקער צוגעלייגט?

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
דינסטאג אפריל 05, 2016 9:17 am#327653
סאשי פיש האט געשריבן:איך בין זיכער אז אפאר יודען גייען האבען א שמחת יום טוב!


אוי זיי האבען מסתמא נאך נישט באקומען דעם טשעק דעם חודש
מיטוואך אפריל 13, 2016 9:48 pm#329071
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
בילד

C/P
Only non Jewish stores Kedem 64oz. $2.99

Shame on you Kedem Company
זונטאג אפריל 17, 2016 3:35 pm#329556
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
uploadfromtaptalk1460921519260.jpg

דא זאגען זיי אז ס'איז פונקט ווי קדם, דער רוב איז אויסגעקוועטשטע טרויבען, מיט אביסל קאנצענטרעיט. וויבאלד איך האב געהערט אז קדם איז למעשה ביז פופציג פערצענט פון קאנצענטרעיט, איז מסתבר אז דא איז אויך אזוי, און זייענדיג מער אפען צו געזעצען האבען זיי געשריבען דער אמת אז ס'הייסט זאפט פון קאנצענטרעיט, כנ"ל
דינסטאג אפריל 19, 2016 7:02 pm#330106
Re: די קדם'בינאו פעמילי קאנגלאמערעיט
זעהט אויס אז מען דארף אריינגיין אין די מארקעטיג ליין (אזאך וואס זיי האבן שוין לאנג נישט געטיהן)