Under maintenance
הויפט זייט » איז "לחיים" מייחס שפרה לאווען'ס ניגון צו יו"ט ערליך?

איז "לחיים" מייחס שפרה לאווען'ס ניגון צו יו"ט ערליך?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4821
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:07 pm#152161
איז "לחיים" מייחס שפרה לאווען'ס ניגון צו יו"ט ערליך?
"לחיים הפקות" האט לעצטענס ארויסגעגעבן א נייע זמירות אידישע ניגונים. זיי נוצן שפרה לאווען'ס ניגון "הערצעלע מיין." וויבאלד מרס לאווען איז מיר נישט אורטודוקסיש, האבן זיי אין א שרעקליכע מיאוס'ע שריט מייחס געווען איר ליד צו יו"ט ערליך. מרס לאווען זאגט אז יוסף משה כהנה איז געווען ביי איר אין מאנטריאל און באצאלט א מינימאלע פרייז פאר ניצן אירע ניגונים. פארשטייט זיך איז גארנישט דערמאנט געווארן וועגן אוועק'גנב'נען איר קרעדיט פון זיין די מחברת
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:14 pm#152163
הערצעלע מיין,
די האסט א וואונדער קראפט אין דיר,
א שליסעלע א קליין.
וואס אלצדינג ווערט ארויסגעברענגט נאר דורך דיר.

דאס רצון אויב ס'פעלט, קען איך נישט געבן זיך א קער.
און ווען די גיבסט עס מיר, דארף איך גאר קיין סאך מער.


ווייל אויב דיין רצון איז פעסט,
וועט זי אפי' ברעכן אייזן,
און דאס שווערסטע וועל איך מיט איר באווייזן.

און אויב דיין רצון איז פעסט.
קען איך אלעס דורך שווימען,
און קיין זאך איז מעגליך נאכצוקומען.

--
דאס אלעס סיי וועלכע שווערע וועג,
און נאך שלאפלאזע נעכט און טעג.

נישט קיין חילוק ווען,
מיט דיין רצון מען קען,
גאר פארגעסן,
אלע אינטערעסן.

און דיין ווילן געט כח אויך,
מקבל זיין אלץ ווי מען ברויך.
און סבלנות שטיל,
רחמנות האבן פיל,
און פון זיך געבן אן א גבול.

--
ווייל אויב דיין ווילן איז שטארק,
מעג עס דינערן און בליצן,
און קיין זאך וועט קענען שטערן מיר,

און אויב דיין ווילן איז שטארק.
וועלן קיין תירוצים ניצן.
פון מיין באשלאס צו געבן זיך א ריר.

--
געדענקן דאס אבער גוט,
א שוואכע ווילן גארנישט טוט,
א רצון וואס איז פויל,
עס בלייבט נאר רייד אין מויל.
און קיין מעשים קומען נישט דערמיט.

אויב עס איז נישט באמת פעסט,
גארנישט אויספירן די וועסט,
זי וואקעלט און פארשווינד,
צום בלאז פון יעדער ווינט.
און צום סוף פון איר מען פארגעסט.

--
עשה רצונו כרצונך
כדי שיעשה רצונך כרצונו
בטל רצונך מפני רצונו
כדי שיבטל רצון אחרים
מפני רצונך

--
אוי הוי.
טאטע זיסער אין מיין הארץ געגעבן,
האסטו דאך רצונות פיל ערליי,
און איך וויל אין דיר באמת שטרעבן.
אויספירן א יעדן איינס פון זיי.

איך וויל.
אלעמאל געזונט זיין פריש און מונטער,
מיט בלוט און שמחה קענען דינען דיר,
ביישטיין אין אלע גוט ביי וואס קומט אונטער.
און איך בעט באשעפער העלף מיר.

איך וויל.
די קינדער מיינע קענען גרינג ערציען,
מיט שיין פרנסה רואיג נערן זיי,
אין תורה וואקסן און מיט מידות בליען.
די זכיה שענק מיר טאטע'ניו געטריי.

--
אוועק פון גוטע האר,
איך ווער אנטוישט און פיל מיט צער,
ווען איך האב נישט דערגרייכט,
מיין שטרעבן נישט עררייכט,
ווייל די מיטלען כ'האב נישט געהאלטן פאר.

איך וויל טאטע טון פאר דיר,
וואס דיין רצון פארלאנגט פון מיר.
שענק מיך ביטע די מעגליכקייט דערצו.
צו קענען שאפן דיר נחת פיל.

--
אוי אוי.
יודעלע מיין טייער איך פארשטיי דיר,
אין העכסטן שטייגער ווילסטו דינען מיר.
איך בעט דיר אבער ווייס אז מיין באגער,
איז טאקע זאלסט מיר דינען מיט דיין שטער.

ס'שווער.
דאס וויל אבער דער באשעפער דיינער,
דאס איז ריכטיגע רצון ה',
מקבל זיין זאלסטו הנהגה זיינער.
און מיט דעם וואס ער געט דיר דינען אים.

נאכמער.
געשטעלט האט ער דיר דווקא מיט השגחה,
מיט דיין כשרונות מידות און נאטור,
באשערט דיין וואוין ארט און אויך דיין משפחה.
און דאס איז דיין עבודה טאקע דאס.
רצון ה' איז דיין עבודה טאקע דאס

הערצעלע מיין,
די האסט א וואונדער קראפט אין דיר,
א שליסעלע א קליין.
וואס אלצדינג ווערט ארויסגעברענגט נאר דורך דיר.

טאטע'ניו באגליק,
סייעתא דשמיא פאר טריט און שריט.
איך זאל נאר וועלן,
דיין ווילן צופרידן שטעלן.


from ivelt
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:31 pm#152166
באקומען אין אימעיל
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:38 pm#152170
לכאורה מיינען זיי די מקורות פוןן ביידע ניגונים זענען די זעלבע, יא ATUB @יואליש ATUB ?
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:43 pm#152174
מיינט נישט 'לחן' א tune?
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:48 pm#152175
זייער א גוט פונקט
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:50 pm#152176
די Tune איז יא פון ר' יו"ט ערליך?
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:56 pm#152180
ווי קען מען הערן דעם ניגון? דאס פיוט איז זיכער נישט יו"ט עהרליך. ס'איז אפי' נישט זיין שניט.
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:58 pm#152182
משה געציל האט געשריבן:די Tune איז יא פון ר' יו"ט ערליך?

איך קען נישט אלע עהרליך'ס ניגונים, אבער איך מיין אז דאס איז נישט זיין ניגון.
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:06 pm#152184
און דאס אז שלמה קארלבאך'ס ניגונים וואס ער נוצט קרעדיטירט ער עפעס איינעם 'עממי'.. איז אויך א פארברעך. אויב איז ער דיר נישט גענוג ערליך דאן זינג נישט זיינע ניגונים. שעים
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:06 pm#152185
ווי אזוי האט דער (שוואכער) בדחן געזאגט, ''יענקעל מיללער איז געפארען אויפן ערעפלען''...
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:07 pm#152187
יואליש האט געשריבן:וואו קען מען הערן דעם ניגון?
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:11 pm#152188
עס הערשט דא א שטיקעלע צעמישעניש. די מעשה איז ווי פאלגנד. די פאעמע "הערצעלע מיין" האט פארפאסט די געוועזענע טאהשע פרוי, שפרה לאווען. ווי לאווען שרייבט אויף פעיסבוק האט יוסף משה כהנא אפגעקויפט פון איר די ווערטער (לויט ווי כ'האב פארשטאנען איז די ציל געווען דאס צו נוצן אויף א לחיים טעיפ). עס איז גוט באקאנט אז אין היימישע אלבומען, אדער עכ"פ אין לחיים אלבומען וועלן קיינמאל נישט געבן קרעדיט פאר א פרוי פאר א קאמפאזיציע אדער ליריקס. עס איז דעריבער מסתבר אז ווען לאווען האט פארקויפט די פאעמע פאר כהנא איז געווען פארשטענדליך אז כהנא וועט עס נוצן אן געבן קרעדיט פארן מחבר. די חוצפה פון כהנא איז נאר אין עס אנלייגן אויף יו"ט ערליך.
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:44 pm#152292
יידל האט געשריבן: די חוצפה פון כהנא איז נאר אין עס אנלייגן אויף יו"ט ערליך.

למעשה זעה איך אויף Facebook אז דער tune איז טאקע פון יו"ט ערליך, ממילא איז דאס נישט דער עולה
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:47 pm#152295
וועלכע ניגון?
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:59 pm#152301
איך ווייס נישט
דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 11:34 am#153691
בכלל דא א צומישעניש,
אין "דאס אידישע הארץ" איז אדרעסירט לחן: עתיק יומין, מילים: אין מילים...
אין "דאס אידישע געזאנג" ווערט אדרעסירט לחן: הרב יו"ט ערליך, מילים: ש.ק. לאווען.
די פייל די זעלבע פראדאקשן און ארום געטיילט אין כמה פון זיינע סידי'ס.
רצון - "דאס אידישע הארץ"
רצון - "דאס אידישע געזאנג"
אליבא דאמת, איר האט בכלל פון גאר א דריטן סידי'ס מיטן זעלבן ניגון.
דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 2:01 pm#153757
תכלית וועמענס tune איז דאס איך געדענק נישט אזא tune פון ר' יום טוב ערליך
דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 2:21 pm#153763
איך געדענק אויך נישט,
אבער כדרכו של כהנא, וואס טראנספארמירט ניגונים פון סולת צו תבן, מעגליך אז פשוט מען דערקענט דאס נישט.
נאך אן אפשרות,
כידוע איז כהנא ווייט נישט נאמן מיט די מקורות זיינע, אמאל ביודעים און אמאל בלא יודעים,
ממילא איינמאל האט ער עס 'אנגעשמירט' אויף ר' יו"ט'ן, און איינמאל עפעס א פארהוילן "עתיק יומין"...
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 12:03 am#357919
אין אן אינטערוויו די וואך מיט'ן מאמענט, שמועסט יוסף משה כהנא אויס אז זיין אפיציעלע פאליסי איז צו שפילן אויף זיינע אלבומס ניגונים אפילו אויב די מחברים זענען נישט געווען ערליך לדעתו, אבער ער גיט זיי נישט קיין קרעדיט ווייל עס קען שאטן פאר זיין ברענד.