דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 6:38 am#153635
שערי מדע לא ננעלו - א מעסעדש צו די פילע געסט
אין ליכט פון עפעס א ספאנטאנער זעלבסמארד אין הילקרעסט וועלעכעס האט אויפגעשוידערט כלל ישראל מיט אירע איבערלאזערס, און געפירט צו אן אינטעלעקטואלער שאטדאון דא אינעם שטיבל, האב איך זיך אראפגעלאזט במצולות ים, און זיך אנגעשטויסן אין פילע אינהאלטספוריייכע אשכולות.
כ'האב דורך געאקערט אן אלטער אשכול איבער קוואנטום פיזיקס, און צוויי אשכולות איבער איינשטיין'ס רעלאטיוועטי טעאריע.
קודם בין אין נבהל ונשתומם פון אונזערע חכמים ס'דרייען זיך דא.
א ATUB @קול דודי ATUB , ATUB @פשוט-קאמפליצירט ATUB ATUB @שרגא ATUB ATUB @יידל ATUB ATUB @יאנקל ATUB , ATUB @יאיר ATUB , ATUB @ונבנתה העיר ATUB , ATUB @געפילטע פיש ATUB , און נאך.
דערנאך בין איך נבהל ונשתומם, גערעגט און ווילד, איבער די קליינע מספר קארגע סינגל דיזשיט לייקס די חברה האבן ערהאלטן.
יעצט היות כ'האב געזעהן קאווע שטיבל האט געבראכן שוין דריי מאל די באזוכער רעקארד, ומה שמיעה שמעו? אז עפעס איינער האט זיך דערהארגעט. לעבעדיג מאכן גייט מען איר נישט, די קינדער בלייבן מילא אזוי ווי דער געריכט אורטיילט, רעכטע גייען סיי ווי בלייבן רעכט, און לינקע גייען בלייבן לינק. קיינער גייט נישט טוישן קיינעמס מיינונג, די סיסטעם גייט ווייטער סיסטעמירן טראץ דעם שאטדאון, אוי טי די'ס גייען ווייטער אויטידירט ווערן, והכל על מקומו יבא כמעט בשלום.
וויל איך מודיע זיין די פילע געסט פון ארום דער גארער וועלט ס'קומען אהער לחסות בצל קורתינו.
קאווע שטיבל שטעלט פאר א רייכע אויסוואל אשכולות, וועלעכע ערהאלטן גאר ברייטע קאמפליצירטע ידיעות, הערליך עלאקוואנט באשריבן, און רייך בארבייט אויף א גרינגן וועג למען הבין לזולת דברי בינה. מ'קען זיך קונה זיין זעק מיט חכמה, נהנה זיין מזיו אורם של חכמים. זאכן מ'האט אייך נישט אויסגעזאגט, זאכן איר האט נישט געזעהן אויף מאמע לשון ערגעץ אנדערש. נישט אין אויסגאבעס, און נישט אויפן געוועב.
גייט אריין אינעם וויסנשאפט פארום, און נישטערט אדורך אשכולות ס'געפעלט אייך. איר וועט זיין סורפרייזד צו זעהן וואס דער ATUB @לעיקוואד ATUB קען אלץ.
און פאר די ניקס דא, הגר והאזרח. ס'איז א בושה אז א סטאפעד פינגער-אויסגעזויגענעם שמייכל ארטיקל קען האבן באלד 50 לייקס, און קוואנטום פיזיקס זאל האבן זיבן.