Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » נהפכו לרבנים ואדמורים

נהפכו לרבנים ואדמורים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
10 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 35 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4859
זונטאג אקטאבער 27, 2013 8:24 pm#158968
געפילטע פיש האט געשריבן:יעדע רבי'סטווע האט זיך דאך אנגעהויבן מיט איינער וואס זיין טאטע איז נישט געווען קיין רבי. נו, אז ער האט געמעגט, מעג איך דאך אויך.

וואס הייסט? דער פישפיק לאדאני'ער רבי און דער שאראש פאטאקי'ער רבי זענען דארט געוועין רבי נאך פון ששת ימי בראשית. אדער לכה"פ פון מתן תורה!
זונטאג אקטאבער 27, 2013 8:31 pm#158970
zurich האט געשריבן:לעצטענס הער אי ס'דא א נייע מנהיג פאר טיילן קוגל... ער רופט זיך אדמו"ר מדאבשינא

ווער ס'איז מאכטס א גוגל סערטש......

וואסי? די אנדערע שטעילעך זענען שוין באזעצט! הגם ס'נאך דא עטליכע אמעריקאנער שטעיטלעך ווי למשל "הא-האו-קוס, העקנסעק אדער שעבויגן, אילינאוי. אבער הרוצה לשקר ירחיק עדותו! :lol:
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:09 am#159053
berlbalaguleh האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:לעצטענס הער אי ס'דא א נייע מנהיג פאר טיילן קוגל... ער רופט זיך אדמו"ר מדאבשינא

ווער ס'איז מאכטס א גוגל סערטש......

וואסי? די אנדערע שטעילעך זענען שוין באזעצט! הגם ס'נאך דא עטליכע אמעריקאנער שטעיטלעך ווי למשל "הא-האו-קוס, העקנסעק אדער שעבויגן, אילינאוי. אבער הרוצה לשקר ירחיק עדותו! :lol:


העי, וואס איז מיט קעלעמעזאא? אדער סעסקעטון סעסקעטשאוואן? זיי זענען עפעס מפיל קינדער?
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:06 pm#299434
א פיינע איד מיטן פאמיליע נאמען קארנרייך ער פירט א שוהל אין ירושלים אין א געגענט מיטן נאמען תל ציון, עכ"פ דער קארנרייך האט בימים ההם חתונה געהאט מיט איינער פון טעכטער פון דער סערעטער-וויזשניצ'ער רבי וועלעכע האט געוואוינט אין חיפה, בזכות זיין ווייב'ס פאטער האט ער געפירט דעם אויבערדערמאנטער שוהל.
לימים איז דער שווער נתבקש געווארען לישיבה של מעלה אדער במתיבתא דרקיע (ווי פונקטליך איז מיר יעצט נישט אינטרעסאנט), האט שוין דער היינטיגער קארנרייך מחליט געוועהן אז ער דערקלערט זיך אלץ א 'אדמור'. לאמיר נישט פארגעסן אז אדמו"ר איז די ראשי תיבות פון די ווערטער: 'אדונינו מורינו ורבינו'. ווען דער שווער לאזט נישט איבער א זוהן ההראוי לאנשים הדרים בשיכון סערט וויזניץ חיפה, החרשתי, אבער ער האט דאך איבערגעלאזט ר' יענקעלע, על כן וואס איז דער שגעון וואס איז אריין אין קאפ פון דער אויבערדערמאנטע פערזוין?
...נעתר לבקשתינו ולהפצרות חסידיו מעריציו..., נאך א תנא קמא וואס דער עבירה פון דער אינטערנעט גייט עד לבו 'הטהור'...
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:43 pm#299441
א שיין ווארט שטייט בשם די פריערדיגע, אויף די משנה סוף מסכת סוטה וואס רעדט פון עקבתא דמשיחא, איינע פון די זאכן וואס די משנה רעכנט אויס איז ״זקנים יעמדו בפני נערים״, פרעגט זיך א קשיא: בשלמא חוצפא יסגי, נו וואס זאל מען טאן אז זיי האבן נישט קיין דרך ארץ, אבער ווער בעט דעם זקן זיך אויפצושטעלן פאר דעם אינגערמאן??? נאר וואס דען, בעקבתא דמשיחא וועט יעדע אינגערמאנטשיקל זיך עפענען א ״בעסמעדרעש״ און אלע זקנים וועלן זיך מיזן אונטערהייבן פארן הויעך געשעצטן רב/אדמו״ר, מוז מען טאקע צוענדיגן טייערע חברים אז עס וועט אונז קיין סאך נישט העלפן, ווייל די משנה ענדיגט צו: ועל מי יש לנו להשען??? על אבינו שבשמים!!!
מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2015 10:18 pm#299621
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אדמו"ר מדאבשינא האט היינט מכניס געווען א ספר תורה אין סאטאמר סאוט 8 ביהמ"ד

הקובץ המצורף br.jpg לא זמין יותר.

ווערט געזען פון רעכטס צו לינקס, הרהגה"צ ר' ראובן בראך שליט"א אבי רבינו, הגה"צ רח"צ ט"ב אב"ד סאטמאר י"ם טאנצט מיט'ן ספר, ??, כ"ק מרן רבינו שליט"א מיט'ן פנים זייטיג.


דער מיט'ן ווייסע בעקיטשע איז כ"ק אדמו"ר מבאדישל - ירושלים, שווער פון הגה"ק רבינו מדובשנא
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 11:11 am#389773
פייפער

לעווי אין מאנסי (א באבוב'ער יונגערמאן) דער מושגעת איז איהם אריין אין קאפ און זיך געקרוינט אלץ 'פריסטיקער רבי'.
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 1:55 am#390632
דולה ומשקה האט געשריבן:לעווי אין מאנסי (א באבוב'ער יונגערמאן) דער מושגעת איז איהם אריין אין קאפ און זיך געקרוינט אלץ 'פריסטיקער רבי'.

משה יעקב לעווי איז א בארא פארקער וואס מופט קיין מאנסי עפענען א בית מדרש.

ער איז נישט קיין פשוטער אינגערמאן, ער איז א גרויסער מיליאנער.
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 1:57 am#390633
דולה ומשקה האט געשריבן:א פיינע איד מיטן פאמיליע נאמען קארנרייך ער פירט א שוהל אין ירושלים אין א געגענט מיטן נאמען תל ציון, עכ"פ דער קארנרייך האט בימים ההם חתונה געהאט מיט איינער פון טעכטער פון דער סערעטער-וויזשניצ'ער רבי וועלעכע האט געוואוינט אין חיפה, בזכות זיין ווייב'ס פאטער האט ער געפירט דעם אויבערדערמאנטער שוהל.
לימים איז דער שווער נתבקש געווארען לישיבה של מעלה אדער במתיבתא דרקיע (ווי פונקטליך איז מיר יעצט נישט אינטרעסאנט), האט שוין דער היינטיגער קארנרייך מחליט געוועהן אז ער דערקלערט זיך אלץ א 'אדמור'. לאמיר נישט פארגעסן אז אדמו"ר איז די ראשי תיבות פון די ווערטער: 'אדונינו מורינו ורבינו'. ווען דער שווער לאזט נישט איבער א זוהן ההראוי לאנשים הדרים בשיכון סערט וויזניץ חיפה, החרשתי, אבער ער האט דאך איבערגעלאזט ר' יענקעלע, על כן וואס איז דער שגעון וואס איז אריין אין קאפ פון דער אויבערדערמאנטע פערזוין?
...נעתר לבקשתינו ולהפצרות חסידיו מעריציו..., נאך א תנא קמא וואס דער עבירה פון דער אינטערנעט גייט עד לבו 'הטהור'...

ער האט א ברודער א רבי שוין יארן, אדמו"ר משידלובצא ירושלים. אן איידעם ביי הרה"ק מביאלא זצוק"ל.
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 1:35 pm#390688
דולה ומשקה האט געשריבן:א פיינע איד מיטן פאמיליע נאמען קארנרייך ער פירט א שוהל אין ירושלים אין א געגענט מיטן נאמען תל ציון, עכ"פ דער קארנרייך האט בימים ההם חתונה געהאט מיט איינער פון טעכטער פון דער סערעטער-וויזשניצ'ער רבי וועלעכע האט געוואוינט אין חיפה, בזכות זיין ווייב'ס פאטער האט ער געפירט דעם אויבערדערמאנטער שוהל.
לימים איז דער שווער נתבקש געווארען לישיבה של מעלה אדער במתיבתא דרקיע (ווי פונקטליך איז מיר יעצט נישט אינטרעסאנט), האט שוין דער היינטיגער קארנרייך מחליט געוועהן אז ער דערקלערט זיך אלץ א 'אדמור'. לאמיר נישט פארגעסן אז אדמו"ר איז די ראשי תיבות פון די ווערטער: 'אדונינו מורינו ורבינו'. ווען דער שווער לאזט נישט איבער א זוהן ההראוי לאנשים הדרים בשיכון סערט וויזניץ חיפה, החרשתי, אבער ער האט דאך איבערגעלאזט ר' יענקעלע, על כן וואס איז דער שגעון וואס איז אריין אין קאפ פון דער אויבערדערמאנטע פערזוין?
...נעתר לבקשתינו ולהפצרות חסידיו מעריציו..., נאך א תנא קמא וואס דער עבירה פון דער אינטערנעט גייט עד לבו 'הטהור'...

ער האט געווינט אמאל און תל ציון, די לעצטע 7-8 יאהר שוין נישט, עכ"פ זייט זיין שווער איז אוועק האט ער זיך אנפאנגען רופן קאסוב ויז'ניץ, און ער פירט א ביהמ"ד און א ישיבה [מיט 15 בחורים] און א קליין שמחות זאל וואס ער האט אפגעדינגען אויף א פאר יאהר.