Under maintenance
הויפט זייט » איך וויין!!! אוי מי יורה דעה ומי יבין שמועה.

איך וויין!!! אוי מי יורה דעה ומי יבין שמועה.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4895
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:34 am#154590
איך וויין!!! אוי מי יורה דעה ומי יבין שמועה.
איך ווייס אז עס איז שוין דא אן אשכול דערוועגן אין פארום ''אידישע נייעס'', איך פיל אבער אז עס איז דא א שטארקע געזעלשאפט'ליכע נקודה וואס דארף ארויסגעברענגט ווערן, דא אין 'געזעלשאפט'.

מיר שטייען יעצט אויף צופרי צו א נייע וועלט, א וועלט אהן דער גדול ישראל, מרן רבא דעמיה, הרה''ק עובדיה יוסף זכותו יגן עלינו. עיני עיני יורדה מים על שבר בת עמי.

אבער איך גיי נישט דא סתם וויינען, עס איז דא א נקודה וואס דארף ארויסגעברענגט ווערן וועגן אים, וואס איז כנראה א בחינה פון חבל על דאבדין ולא משתכחין.

אין געוויסע קרייזן, איז דער היינטיגער געשעהניש, אנגעקוקט כמעט ווי גארנישט, און איך האב שוין אנגעהויבן הערן די 'שרעקליכע' טענות וואס זיי האבן אויף אים, אבער טאקע וועגן דעם פיל איך אזא הערצה צו אים.

חוץ פון דעם מציאות אז ער האט געראטוועט דאס אידישקייט, לעבן, און חיות בגשם ורוח פון הונדערטער טויזענטער אידן, וואס וואלטן אהן אים נישט געהאט קיין שום חיות, און וואלטן נאר צוגעגעבן צו די פארברעכן אין ארצינו הקדושה אויף א גרויסען פארנעם, וואס פארדעם אליין דארפן מיר אים אלע מכיר זיין, ער האט אויפגעשטעלט מוסדות החינוך, און יא, מיט א געהעריגע באלאנסירטע תורה'דיגע און וועלטליכע חינוך, ממש א יחיד במינו און די וועלט ווי קינדער האבן א גאנצן אידישן, צוזאמען מיט א גאנצן סעקולארען חינוך, וואס מיר אלע קענען זיך לערנען פון דעם, ווי הונדערטער טויזענטער קינדער זענען ערצויגן געווארן.
אבער נישט דאס מיין איך.

ער האט געהאט א כח וואס מען טרעפט נישט היינט אויף אזא פארנעם, און דאס איז לא תגורו מפני איש ער האט געזאגט זיין מיינוג אין אלעם, נישט קיין חילוק וויפיל קריטיק, קול קורא'ס און חרמות ער האט באקומען דערפאר, ער האט געקענט שטיין איינער אליין קעגן די גאנצע וועלט פון די לעצטע הונדערט יאר, און זיך האלטן צו דעתו, וואס ער האט געהאט די רעכט דערצו, קעמפן פאר די אפגעהיטענע רייכע ספרדישע מסורה (וואס איז סאך רייכער, עלטער, און קראנטער פון די אשכנזישער, מכח די פאקט אז זיי האבן סאך ווייניגער געוואנדערט, דהיינו די בני עדות המזרח, פון מאראקא, איראק, איראן, מצרים, וכו'), אפילו ווען די גאנצע וועלט איז דאמינירט געווען דורך די אשכנזים, שלא ביושר.

מען קען פן דעם רעדן אסאך, און איך וועל לאזן די חברים ממשיך זיין, וויבאלד איך גיי שוין אריין צו די ארבעט.
די עיקר נקודה איז נאר: מיר דארפן באוויינען דעם כח פון א גדול וואס האט געקענט שטיין קעגן די גאנצע וועלט, אהן קיין מורא, און זאגן זיין אייגענער מיינוג. אפילו און א צייט וואס מען פרובירט אונז צו פארדרייען א ראפ מיט אזאלכע שטותים ווי 'אזוי טוט מען' און מען טאר נישט משנה זיין, און די ספרי שו''ת זענען מלא הבל דן צו זיין און וואס די זיידעס האבן יא אדער נישט געוואלט און געטוהן, אהן זיך רעכענען מיט אומצאליגע זאכן וואס זענען קלאר מותר ע''פ תורה, און מען מאכט פון זיי איסורי כריתות על לא דבר.

וכל בית ישראל יבכו.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:56 am#154597
געוואלדיג ארויסגעברענגט די מצב.
די וועלט אהן הרב עובדיה איז נישט וואס עס איז געוועהן פריער..
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:01 am#154599
בושה וחרפה! שומו שמים!!!
די מטורפים ווייסן נישט קיין גבול. אצינד הער איך וואו עפעס א מקנא קנאת ה' באציט זיך צו מרן מיט'ן כינוי "עובדיה יאשקע" רח"ל. אוי לו לאותו בושה.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:04 am#154601
אפטעמיסט האט געשריבן:בושה וחרפה! שומו שמים!!!
די מטורפים ווייסן נישט קיין גבול. אצינד הער איך וואו עפעס א מקנא קנאת ה' באציט זיך צו מרן מיט'ן כינוי "עובדיה יאשקע" רח"ל. אוי לו לאותו בושה.

ג"א הקטן מצטרף לבושה..
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:06 am#154602
אפטעמיסט האט געשריבן:בושה וחרפה! שומו שמים!!!
די מטורפים ווייסן נישט קיין גבול. אצינד הער איך וואו עפעס א מקנא קנאת ה' באציט זיך צו מרן מיט'ן כינוי "עובדיה יאשקע" רח"ל. אוי לו לאותו בושה.

אפשר איז א בושה אז מ'שטעלט צו א לווי' פאר די ראשי המדינה הכופרות, און א כופר מחלל שבת וועט מספיד זיין?
און דאס איז אפציעל נישט וואס איין מעשוגענער זאגט אין ביהמ''ד
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:08 am#154603
outspoken האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:בושה וחרפה! שומו שמים!!!
די מטורפים ווייסן נישט קיין גבול. אצינד הער איך וואו עפעס א מקנא קנאת ה' באציט זיך צו מרן מיט'ן כינוי "עובדיה יאשקע" רח"ל. אוי לו לאותו בושה.

אפשר איז א בושה אז מ'שטעלט צו א לווי' פאר די ראשי המדינה הכופרות, און א כופר מחלל שבת וועט מספיד זיין?
און דאס איז אפציעל נישט וואס איין מעשוגענער זאגט אין ביהמ''ד

א שטיקל בושה אפשר, אבער נישט וועגן דעם איז מען געגאנגען קיין שמגר נאר וועגען די טהרה, אבער פון דא ביז רופען...וכו'??
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:19 am#154605
און אונזערע ברודער אויף אוי-וועלט האבן נאכנישט איינגזען פאר וויכטיג צו מאכן אשכול לכבוד דעם גדול הדור זצ"ל.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:15 am#154613
היימישער ליטוואק האט געשריבן:און אונזערע ברודער אויף אוי-וועלט האבן נאכנישט איינגזען פאר וויכטיג צו מאכן אשכול לכבוד דעם גדול הדור זצ"ל.

גדול הדור? ביי די ספרדים, נו, נישטא עפעס א ספרדישע אייוועלט?
דוכט זיך פאר די אשכנז'ישע וועלט האט ער גארנישט צוגעגעבן, ממילא האבן זיי נישט וואס צו קלאגן מי יורה דעה ומי יבין שמועה, ב"ה מיר האבן מי יורה דעה ומי יבין שמועה
אוודאי איז תלמיד חכם שמת אין לו תמורה, דארטן ווי ער האט משפיע געווען מאורו

ת נ צ ב ה
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:27 am#154616
היימישער ליטוואק האט געשריבן:און אונזערע ברודער אויף אוי-וועלט האבן נאכנישט איינגזען פאר וויכטיג צו מאכן אשכול לכבוד דעם גדול הדור זצ"ל.

זיי האבען שוין אן אשכול, גייטס קוקט ווי אזוי עס זעט אויס, ראו מה בין בני לבין....

m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=20955 m
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:36 am#154621
אוי געוואלד!! עס איז אוועקגעריסן געווארן דער גרעסטער מנהיג ישראל וואס מיר האבן געזעהן איו די לעצטע הונדערט יאהר, און א גאון שלא היה כדוגמתו אין די היסטאריע פון כלל ישראל. אין הונדערטער יארן ארום (משיח זאל אוודאי פריער קומען) וועט מען נאך רעדן פון הרב עובדיה ברתת ובזיע.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:38 am#154622
סאשי פיש האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:און אונזערע ברודער אויף אוי-וועלט האבן נאכנישט איינגזען פאר וויכטיג צו מאכן אשכול לכבוד דעם גדול הדור זצ"ל.

זיי האבען שוין אן אשכול, גייטס קוקט ווי אזוי עס זעט אויס, ראו מה בין בני לבין....

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=20955

כמיטב המסורת פון אייוועלט איז עס שוין פארשפארט..מוחות דחוקים!!
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:39 am#154623
הרב ש"ך וואס האט געגרינדערט דער ש"ס פארטיי אין פיר יאר שפעטער געגרינדערט דער 'דגל התורה' פארטיי, האט זיך כל ימיו נישט געקענט מוחל זיין אויף דעם אז ער האט אוועק געגעבן דער ש"ס באוועגונג צו די ספרדים. די בני אשכנז אין ארץ ישראל האבען געהאט די אויבערהאנט אין די הילוך החיים אין דער פאליטישע חלק אין דער מדינה ביז הרב עובדיה האט איינגעזעהן אז זיי צוען איבער דער שטריק, האט ער במו ידיו מיט זיין כח המשכה גענומען די לייצעס אין דער הענט אריין אין געמאכט ש"ס פאר די דריטע גרעסטע פארטיי אין מדינת ישראל, ווען 'דגל התורה איז אלעמאהל געוועהן צו מערסטנס פיר מאנדאטן אין ש"ס געהאלט אין איין וואקסען בכמות ובאיכות ביז צו דער קליימעקס פון 17 בענקלעך אין דער כנסת, ביז אריה דרעי האט דאס צוביסלעך געלייגט מטה מטה ווי עס האלט היינט ביי 11 זיצן.

יעצט וועט דער ש"ס פארטיי זיך צוטיילען אין גרויסען, ווייל הרב עובדיה האט באוויזען צוזאם נעמען די יוצאי מארקא, מצרים, אירן, תימן אונטער איין פירעשאפט, גאר א זעלטענע אין אויסגעווענדליכע דערגרייכונג, דאס איז כאילו איינער זאל צוזאמען נעמען סאטמאר וויזניץ סקווירא בעלז אונטער איין מנהיג, א אומעגליכע ערשיינונג. יעצט מיט זיין פטירה וועט הרב אמנון יצחק צוריק באקומען דער יוצאי תימן וואס וועט גרעסער מאכען זיין פאליטישע פארטיי ואילו באקומען כאטש איין מאנדאנט, אזוי וועט וועט הרב ראובן אלבז מאכען שבת פאר זוך, אין משפחת אביחצירא וועט אויך מאכען שבת פאר זיך אין אין בני הספרדים יוצאי מאראקא וועלן נאך גיין רבי דוד'ס דעת תור.

אנדערש ווי הרב אמנון יצחק וואס האט פרובירט בחייו פון הרב עובדיה זיין מזל, האט רבי דוד אביחצירא און הרב ראובן אלבז און נאך אנדערע געזעצן שטיל כל ימיו פון הרב עובדיה מפני דרכי שלום, משום כבוד הגדול, און בכלל אלץ א שטיקעל הכרת הטוב, ווייל ווי נישט ווי האט ער ארויף געשטעלט די בני הספרדים אויף די מאפע, אבער יעצט ווען די אלע האבען פיינט בתכלית השנאה דער פירעשאפט פון ש"ס ובראשם אריה דרעי, וועט זיך יעדער גיין זייערע אייגענע מהלך.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:43 am#154625
און די פערדן האבן געמעקט די נארמאלע תגובה. כאנישט עקספעטעד אנדערש.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:43 am#154626
נאר פאר ספרדים? זייט ווען?
אלע פוסקי וגדולי ההוראה ניצן זיין יביע אומר,
מצודתו פרוסה גם לאשכנצים...

מע'מאכט אן אשכול צו באוויינען א גאון וצדיק,
און ס'איז אנגעפולט אז מ'שטימט פאר שלעסער.
אוי לאותו בושה ...
כ'הער זאגען אייוועלט זוכט א גוטן לאקסמיט..

קען איינער מאכען א רישומא קדישא פון אלע זיינע ספרים?
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:49 am#154630
וואס איז די יאמערייען דא? סקען זיך דאכטן אז מרעדט דא פון א יונגע מענטש , ס"ה איז ער געווען א 93 יעריגער טאקע א גרויסע תלמיד חכם , איז עסט מען א שטיקל קעיק מטרינקט צו אביסל שליוואוויטץ און מזאגט זכותו יגן עלינו און געגאנגען ווייטער
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:51 am#154631
שושן פורים האט געשריבן:וואס איז די יאמערייען דא? סקען זיך דאכטן אז מ'רעדט דא פון א יונגע מענטש. ס"ה איז ער געווען א 93 יעריגער, טאקע א גרויסע תלמיד חכם, איז עסט מען א שטיקל קעיק מ'טרינקט צו אביסל שליוואוויטץ און מ'זאגט זכותו יגן עלינו און געגאנגען ווייטער

שושן! :געוואלד: :דיסלייק: :דיסלייק:

כל המוריד דמעות על אדם כשר....
(סתם נייגעריג, כ"ו אב האסטו אויך אזוי געזאגט?)
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:54 am#154633
איך אויך האט געשריבן:און די פערדן האבן געמעקט די נארמאלע תגובה. כאנישט עקספעטעד אנדערש.

איך האב די גאנצע אשכול געקאפיעט פארען מעקען דא האט איר אהערליכע שטיקעל וואס מען האט געמעקט, זאג מיר פארוואס?!
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:56 am#154636
ווייל דארט האבן די ס"ח דאס אויבערהאנט ,ב"ה אז דא קאנטראלירט מען זיי זאלן זיך נישט צופיל צופירן די הענט ארויס פון די צימעס גבולים.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:57 am#154637
כל המוריד דמעות על אדם כשר מיינט נישט אז מ'דארף שרייען אז די וועלט גייט אונטער.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:00 am#154638
איך מיין מען זאל עפענען א עקסטערע אשכול פאר די אייוועלט סומאטוכע. עס באלאנגט נישט אהער.

איך האלט אויך ס'איז געווען נאריש צו מעקן, אבער 2 פונקטן ווי דער איטשע האט געטרעטן (געטרויטן?) אויף די הינער-אויגן און האט גורם געווען פארן לאקסמיט און קליענ-אפ גיי זאל ערשיינען:

1. "דער איד איז געווען ביי זיי אסאך אסאך מער ווי די סאטמאר'ע חסידים האבן אנגעקוקט הרה"ק ר' יואל זי"ע"..... אזא איסאלט? ס'איז דאך נישט מעגליך
2. "אונז זענען געווען פארנומען צו מוחה זיין קעגן די ציונים (דהיינו, א נארישקייט), אבער דער איד האט "ברוב חכמתו" געארבעט האנט ביי האנט מיט די רשעים און מיט מס"נ אויפגעטון"... - ממש היפוך השיטה הקדושה.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:01 am#154640
קאווע טרינקער האט געשריבן:כל המוריד דמעות על אדם כשר מיינט נישט אז מ'דארף שרייען אז די וועלט גייט אונטער.

כל המוריד דמעות על אדם כשר מיינט נישט אז מען עסט לעקעך און שליוואוויטץ און מען גייט ווייטער.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:03 am#154643
שושן פורים האט געשריבן:וואס איז די יאמערייען דא? סקען זיך דאכטן אז מרעדט דא פון א יונגע מענטש , ס"ה איז ער געווען א 93 יעריגער טאקע א גרויסע תלמיד חכם , איז עסט מען א שטיקל קעיק מטרינקט צו אביסל שליוואוויטץ און מזאגט זכותו יגן עלינו און געגאנגען ווייטער

מ'וויינט נישט אויף אים, מ'וויינט אויף זיך. איך גיי יעצט לעבן אין א וועלט וואס איז אזוי פארארעמט געווארן. איך האב פארפאסט צו כאפן א בליק אויף דעם מנהיג הדור. איך האב פארלוירן, די וועלט האט פארלוירן.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:04 am#154644
נו, גיי שנעל אריבער צו ר' פישעלע.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:13 am#154648
פליז. ר' פישעלע איז טאקע א גאון מופלג און א שטארקער פוסק, און איך האב ב"ה שוין אסאך מאל געהאט די זכיה צו רעדן מיט אים. אבער דא רעדט מען פון גאונות ממש אין דוגמתו, און מנהיגות שאין דוגמתו.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:35 am#154658
лпم iοوԴ האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:וואס איז די יאמערייען דא? סקען זיך דאכטן אז מרעדט דא פון א יונגע מענטש , ס"ה איז ער געווען א 93 יעריגער טאקע א גרויסע תלמיד חכם , איז עסט מען א שטיקל קעיק מטרינקט צו אביסל שליוואוויטץ און מזאגט זכותו יגן עלינו און געגאנגען ווייטער

מ'וויינט נישט אויף אים, מ'וויינט אויף זיך. איך גיי יעצט לעבן אין א וועלט וואס איז אזוי פארארעמט געווארן. איך האב פארפאסט צו כאפן א בליק אויף דעם מנהיג הדור. איך האב פארלוירן, די וועלט האט פארלוירן.

ווי פונקטליך אין דיין לעבן האט רב עובדיה געהאט קאנטראל
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:36 am#154660
שמעקעדיג האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:וואס איז די יאמערייען דא? סקען זיך דאכטן אז מ'רעדט דא פון א יונגע מענטש. ס"ה איז ער געווען א 93 יעריגער, טאקע א גרויסע תלמיד חכם, איז עסט מען א שטיקל קעיק מ'טרינקט צו אביסל שליוואוויטץ און מ'זאגט זכותו יגן עלינו און געגאנגען ווייטער

שושן! :געוואלד: :דיסלייק: :דיסלייק:

כל המוריד דמעות על אדם כשר....
(סתם נייגעריג, כ"ו אב האסטו אויך אזוי געזאגט?)

איך בין נישט קיין סאטמארע
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:25 pm#154666
ביי די ראדיקאלע נטורי קרתא גייט היינט זיין א סעודה מקיים צו זיין דעם פסוק באבוד רשעים רנה

די סעודה וועט זיין אין א ביהמ"ד אויף יוז סט.

אוי דארפן זיי דאקטורים
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:29 pm#154667
גוט זאגערס זאגען אז היינט גייט זיין דער סיום הש"ס מיט די מעמד פון מיליאנער מענטשען!!!
והמבין יבין

ש"ס איז פארטיג
לדעתי,
הרה"ג המאור הגדול ר' שלמה משה עמאר שליט"א געוועזענער רב הראשי לספרדים וועט זיין "דער גרעסטער" ממלא מקומו על אפם פון מנהיגי ש"ס, דער איד איז אויסער זיין א גרויסער גאון בתורה איז ער זייער א קלוגער מענטש, זייער סיפאטיש, ער האט זייער א פיינע כאריזמע, ער איז א געבוירענע מנהיג, און היימישע רבנים גלייכען אים זייער צוליב זיין היימישער סטייל, ער איז ווייט פון א פחדן, ווער עס געדענקט ווען ער איז געווען דער איינציגסטער רב וועלכע האט מקבל פנים געווען דעם פויבסט מיט "לוחות" אויף זיין גאלדענע בעקישע, אלץ ענפער פון דער פויבסט שתי וערב,
m http://www.inn.co.il/News/News.aspx/189189 m
ער איז א זאפטיגער רעדנער, און ער קען שפילען "האלי" אויך, ער האט איין מעלה מער פון הרב עובדיה מיט דעם וואס ער גיבט מער אכטונג "וואס ער רעדט", פארשטייט זיך אז אין תורה איז ער נישט אזא ריז ווי הרב עובדיה, ווייל הרב עובדיה'ס גרויסקייט אין תורה איז נישט מעגלעך צו רעפלעיסען!

הגאון הרב אלבז שליט"א דער צווייטער ממלא מקומו

זיין זון הרב יצחק יוסף וועט זיין ממלא מקומו נאר מיטען דינען דער פופאט דאלי פאר אריה דרעי אבער דאס איז עס
יצחק יוסף האט נישט דעם טאטע'נס כשרונות, ווייט פון אים כרחוק "הרב עובדיה" מ"יצחק"...
איך גלייב אז ער וועט בלייבען מיטען נאמען "ש"ס" אבער ש"ס וועט בלייבען אן קיין מענטשען

ש"ס האט אין מיינע אויגן געטוען 2 גאר גרויסע טעותים די לעצטע 12 חדשים, די ערשטע מיטען רודפ'ן הרב אמנון יצחק, כאטש זיי האבען געהאלטען אז הרב אמנון איז שוואכער פון זיי (ס'איז אמת געווען "דאן") אבער די "שאדען" וואס די פרשה האט אנגעמאכט פאר ש"ס איז אומגעהויער גרויס, ש"ס האט דאן אנגעהויבען צו ראלען בארג אראפ ביים דעת הקהל, די צווייטע טעות איז געווען מיטען מדחה זיין הרב שלמה משה עמאר,
זייער טעות איז זיך צו ארומקלאמערען ארום די "קינדער" פון הרב עובדיה, מיינענדיג אז "נאר" אויב דער ממשיך איז א "זון" קען עס ווייטער אנגיין, וואס לדעתי איז דאס א שרעקליכער טעות, און ווען זיי זאלען מאכן א יד אחת מיט הרב אמנון בשעתו און געבליבען אין גוטען מיט הרב עמאר, וואלטען זיי יעצט געקענט מכתיר זיין הרב עמאר אלץ ממשיך און ש"ס וואלט געבליבען לעבען און וואקסען,
אבער ס'איז נישט די ערשטע היזק וואס די "אייניקלעך" האבען אנגמעכאט פאר כלל ישראל
און לכאורה אויך נישט די "לעצטע"

ליידער וועלט מען מנהיגים וואס אויסער "קינדער" זענען זיי גארניקס
ווען כלל ישראל וואלט דאס משוגעת אויסגעמעקט וואלטען מיר אשכנזים אויך אויסגעזען בעסער
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 1:24 pm#154677
חבל מאד שלא זכית להכיר את הרב זצוק"ל,
למרן ע"ה הייתה תכונה שלרבים אין וזו : אומץ!
תאר לך את האומץ הדרוש להתיר עגונה או לפסוק לקולא בעניין שבת וכדומה.
אין לתאר את גודל האחריות הדרושה שביודעין רבבות מעם ישראל הולכים לפי פסקי ההלכה הללו.
מרן חי בצינעה וענווה, וכל עיניינו היה באלפי הספרים שנמצאים בסיפרייתו.
עוד ועוד פסקים, עוד ועוד חידושים...
לשמחתי גם מהמגזר הליטאי והחסידי מרן זכה להערצה גדולה מפי גדולי ישראל מכל החוגים-דבר המעיד על גדולתו התורנית האדירת מימדים.
ת.נ.צ.ב.ה
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 1:28 pm#154681
אוי זאגסטו גוט @אכשיר דרא!
עס וואלט שוין געמעגט זיין ''אכשיר דרא'' אין דעם נושא, און דעמאלטס וועט זיין אכשיר דרא אין אסאך ענינים.

נ.ב. איך בין א רבי'ש קינד....
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 1:32 pm#154682
ימי קדם האט געשריבן:אוי זאגסטו גוט @אכשיר דרא!
עס וואלט שוין געמעגט זיין ''אכשיר דרא'' אין דעם נושא, און דעמאלטס וועט זיין אכשיר דרא אין אסאך ענינים.

נ.ב. איך בין א רבי'ש קינד....

ס'הייסט אז משיח גייט נישט זיין קיין רבי'ש קינד
פאר אפאר סיבות
1) עני, די רבי'שע קינדער זענען רייך
2) רוכב על החמור, זיי פארן מיט קעדילעקס
3) גייט קומען אויסלייזען אידן פאר בחינם, אן נעמען א קוויטעל
4) ווייל ער גייט בלאזען מיט א שופר, לתקוע בשופר זה חכמה ואינה מלאכה, וד"ל
5) ווייל אלע אידען גייען אים ליב האבען, משא"כ...
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 1:39 pm#154686
אכשיר דרא האט געשריבן:
ימי קדם האט געשריבן:אוי זאגסטו גוט @אכשיר דרא!
עס וואלט שוין געמעגט זיין ''אכשיר דרא'' אין דעם נושא, און דעמאלטס וועט זיין אכשיר דרא אין אסאך ענינים.

נ.ב. איך בין א רבי'ש קינד....

ס'הייסט אז משיח גייט נישט זיין קיין רבי'ש קינד
פאר אפאר סיבות
1) עני, די רבי'שע קינדער זענען רייך
2) רוכב על החמור, זיי פארן מיט קעדילעקס
3) גייט קומען אויסלייזען אידן פאר בחינם, אן נעמען א קוויטעל
4) ווייל ער גייט בלאזען מיט א שופר, לתקוע בשופר זה חכמה ואינה מלאכה, וד"ל
5) ווייל אלע אידען גייען אים ליב האבען, משא"כ...

זאגסטו איך זאל זוכען א צווייטע פרנסה, משיח וועל איך שוין זיין? איך הער.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 2:50 pm#154697
ימי קדם! טאקע א שאד
איך פיל מיט מיט דיין צער
איך וועל עס אויך נישט זיין, כ'מיין לכאורה
איך בין נישט אזא עני
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 3:01 pm#154698
лпم iοوԴ האט געשריבן:פליז. ר' פישעלע איז טאקע א גאון מופלג און א שטארקער פוסק, און איך האב ב"ה שוין אסאך מאל געהאט די זכיה צו רעדן מיט אים. אבער דא רעדט מען פון גאונות ממש אין דוגמתו, און מנהיגות שאין דוגמתו.

אגב האט מיר איינער געזאגט בשם ר. פישעלע עובדיה ורב אלישיב הלכה כרב עובדיה
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 2:44 pm#154950
סאשי פיש האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:און אונזערע ברודער אויף אוי-וועלט האבן נאכנישט איינגזען פאר וויכטיג צו מאכן אשכול לכבוד דעם גדול הדור זצ"ל.

זיי האבען שוין אן אשכול, גייטס קוקט ווי אזוי עס זעט אויס, ראו מה בין בני לבין....

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=20955


דא האט איר עטליכע אויסצוגען פון אייוועלט וואס זענען ראוי לברכה:

מיללער האט געשריבן:די אונטערשטע שורה איז אז די רעדע איז פון א גאון עצום, ובנוסף לזה איינער וואס האט אויפגעטאן פאר אידישקייט, אויף א פארנעם וואס ביי די אשכנזים איז לכאורה נישטא איין אזא פיגור אין די היסטאריע פון כלל ישראל (איך רעד נישט לדורות הבאים ווי דער חת"ס, איך מיין 'בדורותם') הונדערטער טויזנטער אידן איבער דער גארער וועלט זענען היינט נענטער לה' ולתורתו א דאנק דעם איד.

קומען אפאר זינלאזע חדר אינגלעך, אפרוחים שלא נפתחו עיניהם, און הייבן אן מעסטן מיט זייערע אויסגעמאגערטע 'כל-העולם-כולו קאלירפול-בעקיטשע' מעסטערס, ער איז נאר געווען אהער ער איז נאר געווען אהין, ווער פרעגט זיי די פימפערנאטערס?! זיי לערנען נישט א גאנץ יאר וואס ער האט געלערנט אין איין טאג!

ווער רעדט נאך ווען מ'נעמט אפיר דעם ראסיסטישען 'ספרדי' קארטל, און מ'הייבן אן שמירן לעיבלס, ווי קען א מענטש זיין אזוי אומסענסעטיוו? איך ווייס נישט פון וועלכע קהלה די שרייבערליך קומען, אבער ביי אונז אין סאקמיר האט מען דאס געלערנט? איר מיינט אז די אשכנזים קאנטראלירען די אינטערנעט און 'אייוועלט'? וואס איז מיט אונזער עם חכם ונבון, גרויסהאלטערישע איינשטיין קעפ ווייסן חוזק צו מאכן פון 'ספרדים' ווען זיי אליינס האבן נישט די מינימום שכל וואס דער רבוש"ע האט מטביע געווען אין 'יעדן' בר נש.

א חרפה און א בושה, אנא נוליך חרפתינו


פרשיסחא האט געשריבן:איך מיין אז צו רעדן וועגן אזא וועלט'ס גאון דארף מען זיין לכה"פ עטוואס נענטער צום זיין גדלות בתורה.

מען קען נישט ארויסשרייבן וואס פאר א אבידה האבן אונז גאנץ כלל ישראל פארלוירן נעכטן, א איד א תלמיד חכם וואס איז טאקע נישט כדוגמתו לעצטע דריי הונדערט יאר, עכ"פ ביי אחינו הספרדים, די ידיעת התורה זיינע איז הפלא ופלא, און די התמדת התורה זיינע איז געווען ממש לאין שיעור, מען קען זאגן אז ער איז געווען אין התמדה חד בדרא, או צו דעם איז דאך באוואוסט אז אלע פוסקי דורנו האבן זיך שטארק גערכענט מיט זיין דעה, ווי רבי משה פיינשטיין בעל מנחת יצחק, און יבדל"א בעל שבט הלוי.

אויך איז איז כדאי צוצולייגן, אז אין זיינע ערשטע ספרים איז דא געדרוקט ווארעמע הסכמות פון חברי הבד"ץ דעמאלטס רבי פנחס עפשטיין און רבי דוד יונגרייז, וואס מען קען זעהן דארט ווי זיי האבן שטארק מחשיב געווען זיין לערנען און זיינע פסקים.


כתר ישועה האט געשריבן:לאמיר ארויסשרייבן אין קורצן ממש: זיין השקפה איז נישט געווען אייניג אזויווי רוב החרדים דק"ק אשכנז [אזוי אויך איך זיין שפראך געווען אזוי ווי א ספרד'ישע], אבער סוף כל סוף האט ער פשוט געראטעוועט יהדות הספרדית!! אין הונדערטער טויזענטער משפחות אריין געברענגט יודישקייט עכ"פ בזעיר אנפין. [זיין גאונות אין געווען א זעלטהייט פאר זיך]. אונז ווערן נישט יעצט זיינ'ס א אנהענגער, אבער יעדער יוד האט זיך זיינע מעלות, און דאס זענען זיינע.
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 4:35 pm#155004
שרייבער האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:און אונזערע ברודער אויף אוי-וועלט האבן נאכנישט איינגזען פאר וויכטיג צו מאכן אשכול לכבוד דעם גדול הדור זצ"ל.

גדול הדור? ביי די ספרדים, נו, נישטא עפעס א ספרדישע אייוועלט?
דוכט זיך פאר די אשכנז'ישע וועלט האט ער גארנישט צוגעגעבן, ממילא האבן זיי נישט וואס צו קלאגן מי יורה דעה ומי יבין שמועה, ב"ה מיר האבן מי יורה דעה ומי יבין שמועה
אוודאי איז תלמיד חכם שמת אין לו תמורה, דארטן ווי ער האט משפיע געווען מאורו

ת נ צ ב ה


אייוועלט:
מי יודע האט געשריבן:ווי יענער האט געענטפערט פאר דער וואס האט געקלאגט, אוי מי יורה דעה ומי יבין שמועה
מיר האבן ב"ה מי יורה דעה ומי יבין שמועה, ביי אונז האט זיך די וועלט נישט געטוישט, די ספרדישע דארפן דאס באקלאגן

יענער פון ק"ש... :lol:
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 4:49 pm#155009
חזון עובדיה - פסח (עמ' סג)
"ראיתי איזה חכמים פעה"ק ת"ו שמרבים להחמיר לרבים בדיני פסח... והמחמיר לאחרים ענוש יענש בידי שמים שמאבד ממונם של ישראל. ולדעת כמה גדולים דינו כעובר על עבירות שבין אדם לחבירו שאין יוהכ"פ מכפר ח"ו, ושגגת תלמוד כזאת בודאי שעולה זדון."
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 7:51 pm#155062
צוויי בענדער "מעין אומר"- שאלות גפרעגט פון און גענטפערט דורך הגרע"י זצ"ל. אויף היברו-בוקס - דא און דא
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:24 pm#155125
היימישער ליטוואק האט געשריבן:און אונזערע ברודער אויף אוי-וועלט האבן נאכנישט איינגזען פאר וויכטיג צו מאכן אשכול לכבוד דעם גדול הדור זצ"ל.

תינוקות שנבו, נעבעך. די וועלט האט א טעות. מ'מיינט אז די תינוקות שנשבו דרייען זיך ארום נאר אין ארץ ישראל אין א קיבוץ אדער אין רוסלאנד. זיי דרייען זיך ארום אין ניו יורק און לאנדאן מיט שטריימל און בעקיטשע און ווייסע זאקן. :roll:
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:48 am#155188
лпم iοوԴ האט געשריבן:און א גאון שלא היה כדוגמתו אין די היסטאריע פון כלל ישראל.

ממש אזוי? גרעסער פונעם ווילנער גאון? גרעסער פון משה רבינו? און פונעם שיטה לא נודע למי?
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 8:02 am#155195
זר זהב האט געשריבן:
лпم iοوԴ האט געשריבן:און א גאון שלא היה כדוגמתו אין די היסטאריע פון כלל ישראל.

ממש אזוי? גרעסער פונעם ווילנער גאון? גרעסער פון משה רבינו? און פונעם שיטה לא נודע למי?

"כלל ישראל" איז א גוזמא, ודוגמתו "כינוס כלל ישראל".
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 9:34 am#155209
אי הכי , "גאון" נמי גוזמא הוא? , ודוגמתו...... אוי..ווי הייב איך אן ...
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:07 am#155217
איך וויין!!! ווייל איך בין געווען אין ארץ ישראל, און געלערנט (געדרייט) אלץ בחור אין ארץ ישראל, און עס איז מיר קיינמאל נישט בייגעפאלען צו גיין זעהן הרב עבודיה יוסף זצ"ל...

חבל על דאבדין ולא משתכחין...
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 11:30 am#155228
גנדי האט געשריבן:איך וויין!!! ווייל איך בין געווען אין ארץ ישראל, און געלערנט (געדרייט) אלץ בחור אין ארץ ישראל, און עס איז מיר קיינמאל נישט בייגעפאלען צו גיין זעהן הרב עבודיה יוסף זצ"ל...

חבל על דאבדין ולא משתכחין...

וואס וואלסטו געהאט דערפון , חוץ פון קענען זאגן פאר דיינע אייניקלעך אז האסט איהם געזען?
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 1:20 pm#155258
און וואס וואלסטו געהאט אויב דו וואלסט ווען נישט געשריבן דיין תגובה?
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 1:39 pm#155260
moti107 האט געשריבן:און וואס וואלסטו געהאט אויב דו וואלסט ווען נישט געשריבן דיין תגובה?

וואלסטו געהאט איין לייק ווייניגער... (דערווייל)
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 9:01 pm#155692
גאנצל האט געשריבן:ביי די ראדיקאלע נטורי קרתא גייט היינט זיין א סעודה מקיים צו זיין דעם פסוק באבוד רשעים רנה

די סעודה וועט זיין אין א ביהמ"ד אויף יוז סט.

אוי דארפן זיי דאקטורים

זאלן זיי פרעסן און זויפן מי שעורים עד שיבקע כריסם. :lol: :roll: :oops:
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 9:14 pm#155694
berlbalaguleh האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:ביי די ראדיקאלע נטורי קרתא גייט היינט זיין א סעודה מקיים צו זיין דעם פסוק באבוד רשעים רנה

די סעודה וועט זיין אין א ביהמ"ד אויף יוז סט.

אוי דארפן זיי דאקטורים

זאלן זיי פרעסן און זויפן מי רגלים עד שיבקע כריסם. :lol: :roll: :oops:
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 10:30 pm#155701
אוי ביסטו גוט היימישער/ליטוואק. האסט אוודאי געהערט די מעשה מיט'ן ליטוואק וואס האט איין טאג מחליט געווען אז ער גייצעך שמד'ן, ר"ל. זיין חבר איז מיטגעגאנגען מיט איהם פאר נייגעריגקייט ווען ר'איז געגאנגען צום גלח'ס הויז אפצושמועסן די פרטים פון די שמד צערעמאניע. אריינקומענדיג, זאגט די גלח'טע אז איהר מאן איז פונקט נישט אינדערהיים, אבער ער וועט באלד קומען. זי האט זיי אריינגעפיהרט אין ליווינג רום. ווארטנדיג, נעמט דער בעל דבר ארויס א קליין גמרא'לע פון זיין בוזעם טאש און וויל זיך נעמען לערנען. רופט זיך זיין חבר אן צו איהם. "דו ביסט חסר דיעה?" דו גייסט זיך שמד'ן און דו לערנסט גמרא. ענטפערט ער צוריק "ביטול-טעירעה."..... :lol: 8-)
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 5:06 am#155750
יש לתרץ....
berlbalaguleh האט געשריבן:אוי ביסטו גוט היימישער/ליטוואק. האסט אוודאי געהערט די מעשה מיט'ן ליטוואק וואס האט איין טאג מחליט געווען אז ער גייצעך שמד'ן, ר"ל. זיין חבר איז מיטגעגאנגען מיט איהם פאר נייגעריגקייט ווען ר'איז געגאנגען צום גלח'ס הויז אפצושמועסן די פרטים פון די שמד צערעמאניע. אריינקומענדיג, זאגט די גלח'טע אז איהר מאן איז פונקט נישט אינדערהיים, אבער ער וועט באלד קומען. זי האט זיי אריינגעפיהרט אין ליווינג רום. ווארטנדיג, נעמט דער בעל דבר ארויס א קליין גמרא'לע פון זיין בוזעם טאש און וויל זיך נעמען לערנען. רופט זיך זיין חבר אן צו איהם. "דו ביסט חסר דיעה?" דו גייסט זיך שמד'ן און דו לערנסט גמרא. ענטפערט ער צוריק "ביטול-טעירעה."..... :lol: 8-)


די מעשה איז נישט ממש, ווייל א גלח טאר נישט חתונה האבן, אלא אם כן נאמר די תירוץ אויף דעם אז יתרו האט חתונה געהאט אז קודם מתן תורה בא.