Under maintenance
הויפט זייט » ווען ריזן פאלן (צו דער פטירה פון הרב עובדיה יוסף ז"ל)

ווען ריזן פאלן (צו דער פטירה פון הרב עובדיה יוסף ז"ל)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4901
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:20 pm#154788
ווען ריזן פאלן (צו דער פטירה פון הרב עובדיה יוסף ז"ל)
איך בין נישט געווען קיין גרויסער אנהענגער פון הרב עובדיה יוסף ז"ל, דער מנהיג פון דער ספרדישער עדה. איך האב נישט געגליכן זיין באנעמונג, זיין אגרעסיווקייט, זיינע חומרות, און געוויסע פון זיינע שיטות. בכלל בין איך נישט קיין גרויסער חסיד פון מנהיגים, אזעלכע וועלכע זעצן זיך באקוועם אריין אין פראכטפולע פאטעלן, און גייען מיט באצירטע בעקישעס. אבער היינט ווען די נייעס פון הרב יוספ'ס פטירה איז אנגעקומען האב איך באלד געשפירט א ציפ, א טיפן שטאך. עטליכע שעה שפעטער, ווען די נייעס איז מיר שוין נישט געלעגן אויפ'ן געוויסן, האב איך אבער נאך געשפירט קאלעמוטנע אויפ'ן הארץ, און איך האב זיך געדארפט דערמאנען וואס עס האט גורם געווען מיין שלעכטן געמוט.

וואס, אייגנטליך, האט מיך אזוי בארירט מיט זיין פטירה? פארוואס בין איך – א קנאפער חסיד פון הרב יוספ'ס שיטות – פארטרויערט געווארן פון זיין טויט? עס איז שווער צו דערגרונטעווען צו די טיפענישן פון נשמה, און דערגיין די ניואנסן פון צווישנמענטשליכע געפילן און באציאונגען. אבער ווען איך טראכט יעצט וועגן הרב יוסף, שפיר איך אז די גוזמאות פון זיינע נאכפאלגער זענען טייל מאל ריכטיג. די וועלט איז טאקע אן אנדערע וועלט אן דעם גאון. די וועלט איז טאקע געווארן ארימער, און מער פאר'יתומ'ט.

און איך דערמאן זיך פון דעם זעלבן ציפ וואס איך האב געשפירט ווען הרב אלישיב ז"ל איז נפטר געווארן, און ווען סטיוו דזשאבס פון דער עפל-פירמע איז געשטארבן, און אפילו ווען קריסטאפער היטשענס, דער מיליטאנטישער אטעאיסט, איז יונג אוועקגעריסן געווארן.

די אלע דערמאנטע זענען דווקא מענטשן וועלכע איך האב נישט געגליכן, מענטשן מיט נעגאטיווע זיטן וועלכע זענען די ערשטע אויף מיין ליסטע פון מידות פון וועלכע מ'טאר זיך נישט אפלערנען. געוויסע זענען געווען אראגאנט, אנדערע שלעכט, אדער עגאאיסטיש, אומסימפאטיש, עקסטרעם אדער ראסיסטיש. דאס הארץ האט אבער געגעבן א ציפ ווען זיי האבן איבערגעלאזט די וועלט, איך האב געשפירט א פארלוסט ווען די נייעס איבער זייער פטירה איז אנגעקומען.

טראץ זייערע ארומנעמענדיגע פעלערהאפטיגע פערזענליכקייטן, האב די אלע געמאכט די וועלט רייך מיט זייערע גאונ'ישע טאלאנטן און זייער פילפארביגער כאראקטער. הרב יוסף מיט זיין גאונות און מנהיגות, הרב אלישיב מיט זיין התמדה, דזשאבס מיט זיין מענטשליכער פארשטאנד און היטשענס מיט זיין שפראך און כח הדיבור.

טראץ דעם וואס מיר אנערקענען אז דור הולך ודור בא, און מיר ווייסן אז פרישע גאונים וועלן ווייטער ארויסשפראצן פון די אינגערע דורות, איז אבער יעצט, ווי מיר שטייען היינט, די וועלט געווארן ארימער. א וועלט מיט הרב עובדיה יוסף איז אנדערש ווי א וועלט אן אים. פון איין טאג צום צווייטן האבן מיר פארלוירן אנציקלאפעדישער תורה-וויסנשאפט, און מנהיגות פון העכסטן קאליבער. און וואס איז נאך וויכטיגער – א מענטש, א סימבאל, פאר הונדערטער טויזנטער מענטשן.

איך בין א סענטימענטאליסט אין א וועג. איך ווער פאר'כישופ'ט פון באדייטפולע חפצים, און איך קען גלאצן אויף אן אור-אלטן שטיינדל אין א מוזעאום. איך טייל צו חשיבות אפילו צו נישט-לעבעדיגע זאכן ווען הינטער זיי באהאלט זיך א געשיכטע, א מענטש, א רצון, א בענקשאפט. די אלע פיר האב איך קיינמאל נישט באגעגנט, אבער איך וואלט זיי געוואלט רייכן די האנט, זיין א וויילע במחיצתם, און זען פון דער נאנט די מענטשן וואס זייער מהות דערציילט א געשיכטע וואס איז גרעסער פון זייער לעבן.

הרב יוספ'ס פטירה שאפט א חלל פון מענטשליכער דערגרייכונג. עס ווייטאגט אז מיר, דער מענטשליכער מין, האט פארלוירן א מענטש וואס איז אזוי ווייט אנגעקומען, האט אזויפיל ביישטייערט צו דער טיפקייט פון מענטשהייט, און האט אזויפיל באדייט פאר אלפים ורבבות.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:34 pm#154795
להבדיל
להבדיל
להבדיל
להבדיל

דא האסטו אפאר שטיק, לייג זיי אריין אוואו זיי באלאנגען אין דיין ארטיקל.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:39 pm#154796
לא אלמן ישראל
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:42 pm#154797
הערליך שיין.
אבער בדרך אגב, הרב יוסף איז רעלאטיוו געווען א גרויסער מקיל און האט נישט מחדש געווען חומרות אין הלכה. פארקערט ער איז געווען א גרויסער מקיל אין גאר שווערע שאלות. ער האט נאר מורא געהאט צו גיין עד הסוף קעגן די חומרות'דיגע ליטווישע העגעמאניע און האט דעריבער נישט איבערגעצויגן די מקיל שטריק.
זיין גאלדענע בעקישע און פאטעל איז גראדע מאדנע, אבער איז נישט קיין אנדייטונג אויף עליטיזם, ער איז געווען אן עכטער פאלקס מענטש וואס האט אייביג געדענקט זיין ארימע יוגנט און זיינע ארימע ברודער.
קריסטאפער היטשענס בין איך נישט אנטציקט ווילסט אפשר לינקן צו א דרשה וואס מאכט אים משכמו ולמעלה?
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:46 pm#154799
ר' ראובן צום באדויערן האסטו עטליכע טעותים איבער דעם גאון אים אראפלייגענדיג אלטץ א מענטש וואס איז געזיצן אויף באקוועמע פאטעלן און געלעבט א ברייט לעבן, ווי אויך ברענגסטו ארויס דאס אז דער גאון איז געווען אן ענצעקלאפעדיא בשעת ווען רב אלישיב איז געווען א גרויסער שקדן ווי אויך איז מאדנע וואס די זאגסט אז דער גאון איז געווען א מחמיר בשעת ווען ער איז גאר געווען באקאנט מיט זיין כחא דהיתרא (אפשר מיינסטו רעלאטיוו צו די קאנסערוואטיוו באוועגונג)
וויסן זאלסטו אז דער גאון איז געווען צו דער זעלבער צייט א שקדן עצום נישט ווייניגער פון רב אלישיב, און זיין לעבן איז ער נישט געפארן וואקאציאנירן אפילו נישט און ארץ ישראל זעלבסט בשעת ווען רב וואזנער שליט"א דארף זיך פון צייט צו צייט אריבערכאפן צו די שווייץ
ביים גאון איז די בעסטע וואקאציע געווען נאך א בלאט גמרא.
וויפיל בילדער ס'זאל נאר זיין פון זיינע פאליטישע באגעגענישן איז דאס אלטץ פארגעקומען בשעה שאינו יום ולא לילה, תיכף דערויף איז ער שוין צוריקגעווען ביי די גמרא.
זכותו תגן עלינו.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:49 pm#154800
ר' איד איר שרייבט שרעקליכע ווערטער. צו לייגן דער אטעיסט היטשענס מיט סטיוו דזשאבס אין איין קאטעגאריע מיט מרן רב אלישיב זצ''ל און מרן הרב יוסף זצ''ל אלס ''מענטשן מיט נעגאטיווע זיטן וועלכע זענען די ערשטע אויף מיין ליסטע פון מידות פון וועלכע מ'טאר זיך נישט אפלערנען'' איז נישט קיין דברים של רשע, נאר ענדערשער דברי טפשות פונעם ערשטן קלאס.
Go do your homework
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:52 pm#154802
ר' קופערניקס, לפי השמועה פלעגט דער גאון פארלערנען שיעורים און בני ברק , דער סטייפלער זצ"ל וואס האט געהאלטן אז מ'דארף גיין אינגאנצן מיט די פסקים פון זיין פעטער ווצבש"פ אז א כזית איז אזוי גרויס ווי א וואסער מעלאנע האט געפירט א מערכה אז דער גאון זאל נישט פארלערנען קיין שיעורים דארט, דער גאון אבער האט זיך פון אים נישט אפגעשראקן.
וויסט איינער צו ר' חיים קאניעווסקי האט זיך באטייליגט ביי די לויה ?
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:54 pm#154803
אליצפן האט געשריבן:ר' איד איר דארפט א גרויסן דאקטער.

פארוואס אזוי שארף דעם ערשטן מאל? פרוביר קודם מיט שיינעם יענער קען אויך האב א צד וואס ער האט געמיינט
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:59 pm#154805
בשבילי! האט געשריבן:
אליצפן האט געשריבן:ר' איד איר דארפט א גרויסן דאקטער.

פארוואס אזוי שארף דעם ערשטן מאל? פרוביר קודם מיט שיינעם יענער קען אויך האב א צד וואס ער האט געמיינט

אנטשולדיגט, אבער ווען איינער פארגלייכט די צוויי גרעסטע גדולים פונעם היינטיגן דור, מיט א כופר בעיקר און א נידריגע גוי, אלס מענטשן וואס מ'טאר זיך פון זיי נישט אפלערנען, מיין איך אז ס'קומט צו זיין אביסן שארף.
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:07 am#154807
דאכט זיך מיר אז ביי די עגונות סאמטוכע מיט הרב גורן איז ער עפעס אויף געווען א גוזמא פון נעכט און דאס האט אים אויך גורם געווען פראבלעמען מיט זיינע אויגן נאכן זיך אזויפיל איבערשטרענגען,
ראובן, קענסט ר' עובדיה לכאורה נאר פון קוקען אפאר קליפס פון יו טוב... ר' עובדיה קען מען נאר קענען פון זיינע ווערק, און פון זיין פריע יוגענט היסטוריה
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:10 am#154809
ATUB @ראובן ATUB , טויטע שטיינער פארגאפט אייך ביז כלות, און דאס אז א מענטש איז געשטיגן צו ווערן א רועה נאמן און א אב רחמן פאר טויזענטער אידן, אין זיי זעהסטו נאר מידות משחתות, אדזש איר צייכענט זיי אויף א שווארצע ליסטע?

#לאתגורו
ביסט ארויף אויף מיין ליסטע.
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:35 am#154815
איך זיץ ביי מיר אינדערהיים און איך וויין. הזאת נעמי? איז דאס דער עם חכם ונבון? בין איך אין קאווע שטיבל?
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:37 am#154816
און איך מיין נישט ראובן.
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:38 am#154818
צו אלע מבדילים, ראובן שרייבט דא זיינע כלליות'דיגע געדאנקען אויף די שטערבליכקייט פון אומשטערבליכע טאלאנטן, ממילא איז אייער קריטיק שלא במקומן. אבער אז מ'רעדט שוין, וויל איך טאקע מוחה זיין פאר'ן צושטעלן סטיוו דזשאב, א געלונגענער און גלייכצייטיג קוריאזער מענטש וואס האט אויסגענוצט זיינע טאלאנטן צו פארבעסערן דאס לעבן פאר די מענטשהייט, צו הרב אלישיב.
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:40 am#154820
כלומר? אונז פארשטייען נישט צו ראובן'ס art ?
-
יאיר האקט. און מאכט נאך ערגער.
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:41 am#154821
אנטשולדיגט פארן אויסברוך, נאר די נידעריגע ניווא פון לייענען און פארשטיין דאס געליינטע וואס איז קענטליך אין טייל תגובות אין דעם אשכול איז ווייטאגליך.

יאיר האקט
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:44 am#154823
רבותי, איך האק נישט. און איך מאך נישט ערגער, נאר ארגער.
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:50 am#154825
איך פארשטיי די נקודה פון ראובן און זיינע שטיצער, און הגעו בעצמכם ווען מען רעדט ווען פון די איאטאלע כומעיני קעגן אלי וויזעל וואלט איר נישט געשריגן העי, די איאטאלע'ס התמדה איז מורא'דיג און ער האט מחזיר בתשובה געווען גאנץ פרס ומדי, יעדער וואלט רעדט פארשטאנען אז מען רעדט אביעקטיוו איבער קוואליפיקאציעס.
אבער, ראובן, הוא הנותנת, מען רעדט נישט דא איבערן איאטאלע נאר איבער אידישע סימבאלן וואס זענען נאנט צום הארץ פון די חברה דא, אלזא פארשטיי זייער פראטעסט.
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:50 am#154826
א טייל עולם האט זייער נישט ריכטיג אפגעלערנט מיין ארטיקל. חומרות? עליטיזם? ברייט לעבן? פארגלייכן? זעט נאר מידות משחתות?

קופערניקוס האט געשריבן:הערליך שיין.
אבער בדרך אגב, הרב יוסף איז רעלאטיוו געווען א גרויסער מקיל און האט נישט מחדש געווען חומרות אין הלכה. פארקערט ער איז געווען א גרויסער מקיל אין גאר שווערע שאלות. ער האט נאר מורא געהאט צו גיין עד הסוף קעגן די חומרות'דיגע ליטווישע העגעמאניע און האט דעריבער נישט איבערגעצויגן די מקיל שטריק.
זיין גאלדענע בעקישע און פאטעל איז גראדע מאדנע, אבער איז נישט קיין אנדייטונג אויף עליטיזם, ער איז געווען אן עכטער פאלקס מענטש וואס האט אייביג געדענקט זיין ארימע יוגנט און זיינע ארימע ברודער.
קריסטאפער היטשענס בין איך נישט אנטציקט ווילסט אפשר לינקן צו א דרשה וואס מאכט אים משכמו ולמעלה?

אוודאי ווייס איך אז הרב יוסף איז געווען א גרויסער מקיל, אפילו די פרייע פרעסע האט אים אויף דעם אויסגעלויבט, און איך האב טאקע נישט געשריבן אז ער איז געווען א "מחמיר". איך האב געשריבן אז געוויסע חלקים פון אים האב איך נישט געגליכן, צווישן זיי זענען זיינע חומרות - און אוודאי האט ער געהאט געוויסע חומרות, צום ביישפיל זיין חומרא אויף פאה נכרית.

איך האב אויך נישט געשריבן אז ער איז געווען אן עליטיסט - נאר אז איך גלייך נישט דעם סארט מענטש וואס זיצט אין דעם פאטעל פון מנהיגות. זאל ער זיין דער איידלסטער און צוגעלאזנסטער מענטש. איך גלייך נישט די סארט מענטשן. איך האב געהאט געשריבן א שורה דארטן וואס איך האב למעשה ארויסגענומען ווייל עס איז נישט נוגע צום ארטיקל. איך האב געשריבן: "איך גלייך די שטילע גאונים, קול-דממה-דקה'ניקעס, וואס אין זייערע ד' אמות זענען זיי בונה עולמות מיט זייערע טאלאנטן." דאס איז א פערזענליכער פרעפערענץ, און איז נישט קיין באשולדיגונג אויף הרב יוסף.

וועגן היטשענס, איך האב געגליכן זיין כוח הדיבור. דו נישט? נישט געפערליך. איך בין נישט אויסן צו איבערצייגן די וועלט.

נהורא נפישא האט געשריבן:ר' ראובן צום באדויערן האסטו עטליכע טעותים איבער דעם גאון אים אראפלייגענדיג אלטץ א מענטש וואס איז געזיצן אויף באקוועמע פאטעלן און געלעבט א ברייט לעבן, ווי אויך ברענגסטו ארויס דאס אז דער גאון איז געווען אן ענצעקלאפעדיא בשעת ווען רב אלישיב איז געווען א גרויסער שקדן ווי אויך איז מאדנע וואס די זאגסט אז דער גאון איז געווען א מחמיר בשעת ווען ער איז גאר געווען באקאנט מיט זיין כחא דהיתרא (אפשר מיינסטו רעלאטיוו צו די קאנסערוואטיוו באוועגונג)
וויסן זאלסטו אז דער גאון איז געווען צו דער זעלבער צייט א שקדן עצום נישט ווייניגער פון רב אלישיב, און זיין לעבן איז ער נישט געפארן וואקאציאנירן אפילו נישט און ארץ ישראל זעלבסט בשעת ווען רב וואזנער שליט"א דארף זיך פון צייט צו צייט אריבערכאפן צו די שווייץ
ביים גאון איז די בעסטע וואקאציע געווען נאך א בלאט גמרא.
וויפיל בילדער ס'זאל נאר זיין פון זיינע פאליטישע באגעגענישן איז דאס אלטץ פארגעקומען בשעה שאינו יום ולא לילה, תיכף דערויף איז ער שוין צוריקגעווען ביי די גמרא.
זכותו תגן עלינו.

טייל פון דיינע באמערקונגען האב איך שוין געענטפערט פריער פאר קופערניקוס. איך ווייס זייער גוט אז הרב יוסף איז געווען א שקדן וועלכער איז געזעסן און געהארעוועט יומם ולילה. אפילו איינער וואס האט נישט געלערנט זיינע פילצאליגע גאונישע ספרים האט זיך אוודאי אנגעשטויסן אין די בילדער ווי ער איז שוקד על דברי תורה אין שפיטאל פאר און נאך אפעראציעס. איך כאפ נאר נישט וואו עס קומט אריין אין מיין ארטיקל. איך האב נישט פרובירט אויסצורעכענען די מעלות פון יעדן מענטש וואס איך האב דערמאנט, כ'האב נאר דערמאנט איינס צוויי זאכן וועלכע כאראקטעריזירן דעם מענטש. הרב יוסף איז בעיקר ארויסגעשטאנען מיט זיין גאונות און מנהיגות, און הרב אלישיב מיט זיין התמדה.

אליצפן האט געשריבן:ר' איד איר שרייבט שרעקליכע ווערטער. צו לייגן דער אטעיסט היטשענס מיט סטיוו דזשאבס אין איין קאטעגאריע מיט מרן רב אלישיב זצ''ל און מרן הרב יוסף זצ''ל אלס ''מענטשן מיט נעגאטיווע זיטן וועלכע זענען די ערשטע אויף מיין ליסטע פון מידות פון וועלכע מ'טאר זיך נישט אפלערנען'' איז נישט קיין דברים של רשע, נאר ענדערשער דברי טפשות פונעם ערשטן קלאס.
Go do your homework

נישט נאר היטשענס און הרב יוסף באלאנגען נישט אין איין קאטאגאריע, נאר אפילו הרב יוסף און הרב אלישיב באלאנגען און באזונדערע קאטאגאריעס. אלע פיר, ווי אנדערש זיי זאלן נאר זיין, באלאנגען אין איין קאטאגאריע מיט דעם אז איך האב געכאפט א ציפ אין הארץ הערנדיג איבער זייער טויט. איך האב אנאליזירט מיין הארץ, נישט די מענטשן וועמען איך האב אויסגערעכנט. איך שעץ יעדן פון די פיר פאר גענצליך אנדערע סיבות, און איך וואלט נישט געוואלט האבן קיין פערזענליכע נאנטשאפט מיט זיי צוליב גאר אנדערע טעמים.

אז דו וועסט מדייק זיין אין מיינע ווערטער וועלכע דו האסט ציטירט וועסטו זען אז נישט די פיר מענטשן געפינען זיך אויף א ליסטע, נאר אלע פיר האבן פארמאגט געוויסע זיטן וואס אט די זיטן געפונען זיך אויף "מיין ליסטע פון מידות פון וועלכע מ'טאר זיך נישט אפלערנען."

קאווע טרינקער האט געשריבן:@ראובן, טויטע שטיינער פארגאפט אייך ביז כלות, און דאס אז א מענטש איז געשטיגן צו ווערן א רועה נאמן און א אב רחמן פאר טויזענטער אידן, אין זיי זעהסטו נאר מידות משחתות, אדזש איר צייכענט זיי אויף א שווארצע ליסטע?

מיין ארטיקל זאגט פונקט פארקערט ווי וואס דו שרייבסט. איך זע נישט קיין מידות משחתות, נאר איך זע טאקע "א רועה נאמן און א[ן] אב רחמן פאר טויזנטער אידן." אט דאס פרוביר איך מסביר צו זיין אין דעם ארטיקל.

---
דער עולם האקט. איך האף אז איינער פון די פרישע מגיבים האט יא געכאפט וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען.
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:55 am#154827
ס'וואלט מיר געווען אינטערסאנט צו וויסן וועלעכע גדול "בישראל" האט גע'past די test צו אייער גענויע געשמאק?
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:55 am#154828
סזעט אויז ווי ס'ווערט א סומאטכע דא
וועלכע שלעכטע מידות מיינט ראובן?
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:58 am#154829
ראובן מיר האבן געכאפט, אבער די כאפ אויך אז גענוי ווי די (אדער דיין חברים לדעה) פאדערן אסאך ליבשאפט און מיטגעפיל מיט דעב טאמבור הי"ד זללה"ה און מען טאר נישט ראציאנאליזירן בשעה שמתו מוטל. הרב יוסף מעג דא זיין איינעמס דעבי. איינעמס סאפט ספאט.
איך האב נישט קיין פראבלעם איך ערקלער נאר די פאר פאנאטישע וועמען די קוקסט אן ווי עליענס.
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:58 am#154830
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'וואלט מיר געווען אינטערסאנט צו וויסן וועלעכע גדול "בישראל" האט גע'past די test צו אייער גענויע געשמאק?

ער זאגט דאך אז ער האט נישט ליב קיין מנהיגים. דער איינציגער גדול בישראל וואס איז נישט געווען מנהיג וואס איך געדענק יעצט איז רבי אפרים זלמן מרגליות.
נולד מאוחר האט געשריבן:סזעט אויז ווי ס'ווערט א סומאטכע דא

א סומאטאכע צוליב עטליכע ווערטער וואס ראובן האט געלאזט פאלן. גאר פאסיג לעילוי נשמתו פון ר' עובדיה.
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:59 am#154831
יידל האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן אויסברוך, נאר די נידעריגע ניווא פון לייענען און פארשטיין דאס געליינטע וואס איז קענטליך אין טייל תגובות אין דעם אשכול איז ווייטאגליך.

יאיר האקט

אנטשולדיגט איך זעה נישט פארוואס איר רעגט זיך אזוי. צו זענט איר מסכים מיט ראובן אריינצולייגן הרב אלישיב מיט הרב יוסף אינעם קאטעגאריע פון "מענטשן מיט נעגאטיווע זיטן וועלכע זענען די ערשטע אויף מיין ליסטע פון מידות פון וועלכע מ'טאר זיך נישט אפלערנען. געוויסע זענען געווען אראגאנט, אנדערע שלעכט, אדער עגאאיסטיש, אומסימפאטיש, עקסטרעם אדער ראסיסטיש."?
אויב יא פרעג איך די זעלבע קשיא הזאת ק''ש?
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 1:04 am#154832
קופערניקוס האט געשריבן:ראובן מיר האבן געכאפט, אבער די כאפ אויך אז גענוי ווי די (אדער דיין אנדערע ניקס אדער חברים לדעה) פאדערן אסאך ליבשאפט און מיטגעפיל מיט דעב טאמבור הי"ד זללה"ה און מען טאר נישט ראציאנאליזירן בשעה שמתו מוטל. הרב יוסף מעג דא זיין איינעמס דעבי. איינעמס סאפט ספאט.

עס שיינט מיר אז קיין איינער פון די מגיבים איז נישט קיין ספרדי אדער עפעס א הוגה ובקי בעשרים חלקים יביע אומר, וואס איז יעצט גאר סענסיטיוו צו די רויע פריצייטיגע פטירה פון זיין 93 יעריגער אידאל, נאר א כלליות'דיגע מחאה אויפ'ן פארגלייכן א גדול באתאיסטים צו א גדול בישראל, אין כאטש וואספארא אבסטראקטע פארנעם, אן כאטש זאגן להבדיל.
אגב, מען דארף טאקע דערגיין ווען די להבדיל'ס האבן זיך אנגעהויבן יאווען, און ווען זיי האבן באקומען זייערע אלפים ורבבות ורבוא פעמים אייניקלעך. פאקטיש האב איך אמאל געזען אין אן אור אלטן ספר ווי ער רעדט וועגן דעם באשעפער און עבודה זרות בנשימה אחת, און ער דערמאנט אפילו נישט קיין פראסטער להבדיל!
דער ספר הייסט חומש בראשית לא נג.
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:56 pm#155110
קופערניקוס האט געשריבן:הערליך שיין.
אבער בדרך אגב, הרב יוסף איז רעלאטיוו געווען א גרויסער מקיל און האט נישט מחדש געווען חומרות אין הלכה. פארקערט ער איז געווען א גרויסער מקיל אין גאר שווערע שאלות. ער האט נאר מורא געהאט צו גיין עד הסוף קעגן די חומרות'דיגע ליטווישע העגעמאניע און האט דעריבער נישט איבערגעצויגן די מקיל שטריק.
זיין גאלדענע בעקישע און פאטעל איז גראדע מאדנע, אבער איז נישט קיין אנדייטונג אויף עליטיזם, ער איז געווען אן עכטער פאלקס מענטש וואס האט אייביג געדענקט זיין ארימע יוגנט און זיינע ארימע ברודער.
קריסטאפער היטשענס בין איך נישט אנטציקט ווילסט אפשר לינקן צו א דרשה וואס מאכט אים משכמו ולמעלה?

ס'דא אפילו אן אנעקדאט, וואס הרב עובדי' יוסף האט אליין פארציילט. אז תיכף נאך די וואלן פאר הרב הראשי ווען זיי ביידע, ער און הרב שלמה גורן ז"ל זענען ערוועלט געווארן און הרב גורן האט מתיר געווען די (ברודער און שוועסטער) לאנגער ממזרים דורך א גקינצלט פשט'ל. ר'האט מפקיע געווען די קידושין פון זייער מאמע. ממילא האט זי נישט געדארפט קיין גט, און זיי האבן נישט דעם סטאטוס פון ממזרות. האט הרב עובדי' יוסף זיך אזוי שטארק אויפגערעגט אויף איהם אז ר'האט געוואלט ארויפגיין אין די לשכה פון רבנות הראשית און איהם גוט אנשייגעצן.
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:06 pm#155114
יאיר האט געשריבן:צו אלע מבדילים, ראובן שרייבט דא זיינע כלליות'דיגע געדאנקען אויף די שטערבליכקייט פון אומשטערבליכע טאלאנטן, ממילא איז אייער קריטיק שלא במקומן. אבער אז מ'רעדט שוין, וויל איך טאקע מוחה זיין פאר'ן צושטעלן סטיוו דזשאב, א געלונגענער און גלייכצייטיג קוריאזער מענטש וואס האט אויסגענוצט זיינע טאלאנטן צו פארבעסערן דאס לעבן פאר די מענטשהייט, צו הרב אלישיב.

יאיר. אויב איך לערן גוט פשט אין דיינע ווערטער, זוך איך דעם "דיס-לייק" באטט'ן. דו פארדינסט דריי גרויסע "דיס-לייקס". ווייל דיין סטעיטמענט גרעניצט זיך מיט "מאי אהנו לן רבנן". נאר ס'מעגליך אז איך מאך א טעות. ואיתו הסליחה. :?: :!: :roll: :?: :!: :oops:
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 11:48 pm#155164
berlbalaguleh האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:הערליך שיין.
אבער בדרך אגב, הרב יוסף איז רעלאטיוו געווען א גרויסער מקיל און האט נישט מחדש געווען חומרות אין הלכה. פארקערט ער איז געווען א גרויסער מקיל אין גאר שווערע שאלות. ער האט נאר מורא געהאט צו גיין עד הסוף קעגן די חומרות'דיגע ליטווישע העגעמאניע און האט דעריבער נישט איבערגעצויגן די מקיל שטריק.
זיין גאלדענע בעקישע און פאטעל איז גראדע מאדנע, אבער איז נישט קיין אנדייטונג אויף עליטיזם, ער איז געווען אן עכטער פאלקס מענטש וואס האט אייביג געדענקט זיין ארימע יוגנט און זיינע ארימע ברודער.
קריסטאפער היטשענס בין איך נישט אנטציקט ווילסט אפשר לינקן צו א דרשה וואס מאכט אים משכמו ולמעלה?

ס'דא אפילו אן אנעקדאט, וואס הרב עובדי' יוסף האט אליין פארציילט. אז תיכף נאך די וואלן פאר הרב הראשי ווען זיי ביידע, ער און הרב שלמה גורן ז"ל זענען ערוועלט געווארן און הרב גורן האט מתיר געווען די (ברודער און שוועסטער) לאנגער ממזרים דורך א גקינצלט פשט'ל. ר'האט מפקיע געווען די קידושין פון זייער מאמע. ממילא האט זי נישט געדארפט קיין גט, און זיי האבן נישט דעם סטאטוס פון ממזרות. האט הרב עובדי' יוסף זיך אזוי שטארק אויפגערעגט אויף איהם אז ר'האט געוואלט ארויפגיין אין די לשכה פון רבנות הראשית און איהם גוט אנשייגעצן.

סנישט געווען סתם א פורים מפקיע זיין די קידושין וכו וכו, די מעשה איז געווען אז די מאמע פון די לאנגערס האט און פולין חתונה געהאט מיט א גוי וואס אפיצעל באט ער זיך מגייר געווען, און נאכדעם האט מרת לאנגער חתונה געהאט מיט א צווייטען און געהאט די צוויי חברה, און די בי"ד האט זיך נאר גערעכנט מיט די טענה פונם גוי אז ער איז א גר,און וועגן דעם האבן זיי זיך גערעכנט מיט די קידושין, אבער הרב גורן האט געטענה'ט אז עס איז נישט דא קיין שום ראיה אויף זיין גירות, סאיז נישט דא קיין בריוו פון קיין רב וואס האט געזאלט האבן געמאכט דעם גירות, ובנוסף האט ער געטראפן אסאך דאקומענטן מיט ראיות אז ער איז נאך אלס א גוי, ובכן האט די קידושין קיין תוקף, און ער טענהט אז ער האט געהאט פופצען בתי דינים וואס זענען דורך זיינע ראיות און האבן מסכים געווען צו זיין היתר, און דעמאלט איז געווארן א שטיקעל ריס צווישען אים מיט הרב יוסף, סאיז געפלויגען פליקעס אהין און צוריק הרב יוסף האט געטענהט אז ער לעבט אונטער א דיקטאטורישע הערשאפט פון הרב גורן, און אמאל זיך אויסגעדריקט אויף אים מיט די חברי הרבנות המן ועשרת בניו, און הרב גורן האט צוריק געפליקט מיטן אים רופען קאדאפי, וכו וכו זיך געשלאגען און געהארגעט כדרכה של תורה, און הרב גורן האט אמאל באקומען א צעטיל וואס סאיז געשטאנען אויף דעם אם התחלת עם יוסף אז תיאסף, קיין גרויסען כבוד פאר די רבנות איז נישט געווען, אבער הרב גורן איז נישט געגאנגען מתיר זיין סתם און די וועלט אריין
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 1:09 am#155176
לידיעת הרב "אחד העם". (דער ערשטער און דער צווייטער.) ווען איך האב געברענגט די מעשה פון הרב יוסף און הרב גורן האביך נישט געמאכט קיין דזשאדזשמענט אויף הרב גורן און זיין פסק. ווייל ווער בין איך זיך אריינצומישן צווישן אזעלכע גדולי התורה. לפי ידיעתי איז הרב גורן געווען א גאון נאך אלס בחור. פארדעם האט איהם דער "נזיר" גענומען פאר אן איידעם. ר'איז געווען אן ערליכער איד אויך. און ר'האט געטון טובות (בעניני גיוס לצבא) פאר מענטשן פון די קנאות'דיגע קרייזן אויך, וועלכע האבן איהם אראפגעריסן און מבזה געווען אן אויפהער.
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 3:16 am#155191
:!: קאווע שטיבל--א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגן.
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 11:24 am#155225
יואב האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:אכשר ,יו נעילד איט!

נישט צו גלייבן אז אין טווענטי טירטין זאלן די ס"ח זיך נישט וועלן אומקוקען וויפיל יואליס און יוליטעס פאלנע שקצים עס דרייען זיך ארום און זיי זענען ממשיך מיט די דרעקישע חינוך.


כ'הער, קבל האמת ממי שאמרו. נאט אייך א לייק דערפאר.

איין מינוט אבער! אזא ביליג ראסיסט'עלע ווי איך אויך, וועלעכע שמירט נאכאנאנד אן די ווענט פונעם שטיבל מיט האספולע נעגאטיווע אנטי-הומאנטערישע גראפיטי איז געוויס אויך א פרי פון סאטמאר. הא? און די דרעקישע חינוך גיבסטו אריין פאר דיינע קינדער אין יארע 2013? "טאקע אומגלויבליך".

וויאזוי גייט נאר די נעמען פון די "סטארס"?
וואו איז דער סאטמארער ווען מ'ברויך אים.

חברה! גענוג זיך געריסען! גענוג! גענוג!
יעצט לאמיר גיין צו א פרישע רייסעריי, זיכט אקטיווע אשכולות און אנגעהויבען מיט א פרישקייט!
איך וויל אייך זען!
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:27 pm#155273
אכשר'ל ידידי ,לאז יואב זיך אויסגעבן. מיט די חברה איז א מצווה יעדעס ווארט ער שרייט אויף מיר האט ער ווייניגער צייט צו שרייבן דברי כפירה וזלזול כלפי מעלה ,מוטב שיכנס החץ בי וכו.
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:49 pm#155278
איך אויך האט געשריבן:אכשר'ל ידידי ,לאז יואב זיך אויסגעבן. מיט די חברה איז א מצווה יעדעס ווארט ער שרייט אויף מיר האט ער ווייניגער צייט צו שרייבן דברי כפירה וזלזול כלפי מעלה ,מוטב שיכנס החץ בי וכו.

דאס איז אלעס גיט אויב נעמט מען אן אז עבירות שבין אדם למקום איז ערגער פין בין אדם לחבירו, ס'איז אבער נישט אזוי, און די צייכענסט זיך אויס מיט פליקן ווער אימער סגעפעלטער נישט מיט געפערלכיע שנאה ביסן און די מיינסט נאך אז ביסט קיוט און געריבן צי אלע צרות.
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:58 pm#155282
ביסט אויך אינטייטעלט צו א מיינונג. איך ווער גאנץ ווייניג צוקראצט דערפון.
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 3:07 pm#155285
ווער ס'באטראכט דער אנהויב און דער סוף פון דעם אשכול, קען זען בפירוש'ע פראוו קעגן:
.Natural selection/Survival of the Fittest/Evolution
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 4:08 pm#155302
כעת נחשף: הקשר בין מרן זצ"ל לאדמו"ר מסאטמר שליט"א
כעת נחשף: הקשר בין מרן זצ"ל לאדמו"ר מסאטמר שליט"א
שניהם מעולם לא נפגשו, שניהם מנהיגים ברמה בעלי השקפות קיצוניות זה מזה, אך כשמדובר בהלכה, מצאו מיד את הקשר. הקשר בין מרן הגר"ע יוסף זצוק"ל לבין כ"ק האדמו"ר מסאטמר שיבדלחט"א.
משה לדרמן - ניו יורק
ה' חשון תשע"ד 09:38

פגישה אישית בין שני האישים החשובים מעולם לא התקיימה, אך בין מרן הגר"ע יוסף זצ"ל לבין יבלחט"א האדמו"ר מהר"א מסאטמר שליט"א היה קשר תורני מופלג. ככל מה שנגע בענין תורני או הלכתי הטיבו לתקשר ביניהם.



היה זה כשהרה"ג רבי דוד יוסף שליט"א שם פעמיו לארה"ב יחד עם חברי 'בד"ץ בית יוסף', לבחון מקרוב את הליכי השחיטה המוהדרים שבקרית יואל במונרו. בית החשיטה הקפדני בפיקוחו האישית של האדמו"ר מסאטמר שליט"א. בשחיטה מחמירים מאוד לפי שיטת הבית יוסף.



עם תום הסיור עלו חברי 'בד"ץ בית יוסף' יחד עם רבי דוד יוסף למעון האדמו"ר, שקיבלם בחיבה רבה. הרב דוד העניק את הספר 'יביע אומר' – חיבור של מרן זצ"ל, לאדמו"ר.



האדמו"ר התרגש מאוד כשראה בפתח הספר הקדשה אישית של מרן זצ"ל, בו הוא כתב: "לאדמו"ר כבוד קדושת האדמו"ר בנן של קדושים רבינו אהרן טייטלבוים שליט"א, מוצש"ק ד' שבט תשע"א, ביקרא דאורייתא", בתוספת חתימה אישית של מרן.



מיני אז הספר לא נפרד מידי האדמו"ר. הוא נמצא קבע באוצר הספרים הפרטי של האדמו"ר בבית לימודו.


כ'וויל נאר צולייגען די עם הארץ'עס פונם שרייבער, אין קרית יואל איז דא נאר א שלאכט הויז פון עופת און סאיז נישט שייך ''בשחיטה מחמירים מאוד לפי שיטת הבית יוסף''.
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 4:09 pm#155303
:!: קאווע שטיבל--א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגן.
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 5:07 pm#155322
יואב, מתוק מדבש! הלוואי זאלן דיינע ריכטיגע ווערטער עפעס אויפטון.
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 5:41 pm#155348
כאדיר שוין געענפערט שטערט מיר נישט צו זיין דיין צילברעט.
העוו פאן.

נאר וואס יא ,ווען איך האב געשריבן א תגובה וואס האט באצייכענט לעיקוואד אלס כופר האט מען עס געמעקט ווייל די הנהלה האט געהאלטן עס אטאקירט א אנדערע ניק פערזענליך ,ווארט איך צו זעהן אויב דיין תגובה וואס אטאקירט מיך אסאך שטערקער וועט מען אויך מעביר זיין.
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 7:00 pm#155363
דא איז אנדריש ווייל די ביסט דער וואס אטאקירט און דעגארירסט יעדער וואס איז נישט ווי דיר. נישט נאר ביי כפירה על דאטפוך אטפיך,
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 7:02 pm#155364
געדענק אז יענע משנה האט א המשך אויך..
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 7:03 pm#155365
לאז אויס די לעצטע 3 ווערטער מיינע, ליין דעם עיקר און ווער א נארמאליר מענטש
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 8:50 pm#155379
איך אויך האט געשריבן:געדענק אז יענע משנה האט א המשך אויך..

כ'האב דיר געגעיבן א לייק. אן נעמען א שטעלונג אין די מחלוקה. נאר איך גלייך זייער שטארק ווען איינער קען צוריקענטפערן אין פינטל..... :lol: :roll: :oops:
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 2:07 am#155485
מ'קען שוין מאכן סיום הש"ס לעילוי נשמתו
מיינט צו זאגן, די ש"ס פארטיי איז שוין באנקראט, יעדער זאגט אנא אמלוך.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 11:22 am#298478
אוי, דער שטאך, דער טיפער ציפ - צוריק מיט דער פטירה פון אליווער סאקס.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 12:45 pm#298504
ATUB @ראובן ATUB אפשר ערקלערסטו וואס אליווער סאקס האט צוגעגעבן צו דיין וועלט, (איך פרעג ווייל איך ווייס גארנישט איבער אים)
זונטאג אוגוסט 30, 2015 12:48 pm#298506
גראדעמעכעלע האט געשריבן:@ראובן אפשר ערקלערסטו וואס אליווער סאקס האט צוגעגעבן צו דיין וועלט, (איך פרעג ווייל איך ווייס גארנישט איבער אים)
זונטאג אוגוסט 30, 2015 2:27 pm#298538
ווען כ'שפיר דעם ציפ אין הארץ איז עס נישט דווקא ביי א מענטש וואס האט מיר עפעס צוגעגעבן פערזענליך, נאר ביי מענטשן וואס איך האב געשפירט אז זיי האבן געמאכט די וועלט מער קאלירפול מיט זייערע אויסערגעווענליכע כשרונות. אליווער סאקס האט געשריבן פענאמענאלע ביכער, און איז געווען א כאראקטער פון מתינות און אינטעליגענץ. ווי א מענטש פון וועמען איך האב געוואוסט און געלייענט לאנגע יארן, שפיר איך א חלל אין דער וועלט אז ער איז שוין א פארגאנגנהייט.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 2:33 pm#298541
Re: ווען ריזן פאלן (צו דער פטירה פון הרב עובדיה יוסף ז"ל)
איז דא ערגעץ ווי מען קען לייענען וועגן אים?
זונטאג אוגוסט 30, 2015 8:51 pm#298607
ראובן טייערע, איך מיין אז דער עולם האט שוין ארויסגעברענגט אין די פריעדיגע 2 בלעטער, אז במחילת כבוד גאונתך זאלסטו נישט מישן ריזן של קודש מיט סטארס של חול, קענסט עפענען א נייער אשכול צו באוויינען די גרויסע לאך וואס די געוואלדיגע פילאזאפן לאזן איבער אין דיין הארץ, איך מיין אז דער אשכול האסטו געפענט לכבודו של הרב עובדיה זצ"ל.

מיט פארשטענדעניש און מיטן פולסטן מאס ריספעקט