Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרה"ג ר' גבריאל ציננער שליט"א

הרה"ג ר' גבריאל ציננער שליט"א

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4943
זונטאג אקטאבער 13, 2013 6:51 pm#156050
הרה"ג ר' גבריאל ציננער שליט"א
די צייטונג האט געשריבען וועגען הרה"ג ר' גבריאל צינער אז ער איז האט געשריבען די מערסטע ספרים אין די היינטיגע דור, בינעך געקומען דא זעהן אויב מע האט שוין געשריבען וועגען איהם און בין סורפרייזט אז נאכנישט.

איך ווייס כמעט נישט ווער ער איז נאר אז כאב ליעב צו לייענען זיינע ספרים נטעי גבריאל וואס איז זייער שיין און גרינג פאר מיין מח און איך קען עס פארשטיין.

ער האט כמעט אלע הלכות וואס מען דארף וויסן ביי יו"ט און אנדערע וויכטיגע הלכות.

ווער קען נאך שרייבען וועגען איהם?

ער איז מער מחמיר אדער מער מקיל?
זונטאג אקטאבער 13, 2013 6:52 pm#156051
די גרעסטע שיעור און די גרעסטע מגיד שיעור זענען אנדערע רבנים
מאנטאג אקטאבער 14, 2013 11:24 am#156209
די לאנגע באשרייבונג וועל איך לאזן פאר די עקספירטס דא אין שטיבל. נאר אפאר פרטים וואס איך ווייס איבער אים.

ר' גבריאל איז א פאפא תלמיד און א חסיד פונעם שפע חיים פון קלויזנבורג.
ער ניצט די כח דהתירא ווען ער קען, ער פסקענט זייער אסאך אויפן דרך פון ר' פישעלע, זענען זייער נאנט.
ער איז א רב מיט מידות טובות אבער שטארק ווען מ'דארף.
א אוהב ישראל. אז איר וואוינט אין בארא פארק און ס'איז ליל טבילה און די מקואות זענען פארשפארט וועט ער שיקן די רעבעצין עפענען זיין מקוה וואס איז כשר לנשים.
זיינע ספרים זענען זייער אויפגעכאפט צוליב די רייכע, קורצע און קלארע שפראך.
זיין אפענקייט געבט אויך צו, צו די געשמאק פון די ספרים. ער רעכענט זיך מיט יעדן פוסק גרויס אדער קליין, אמאל אדער היינט, אשכנזיש אדער ספרדיש.
היינטיגע דיינים האבן זייער ליב זיינע ספרים ווייל אלעס איז מוכן מ'דארף נישט קלעטערן אין ספרים.
מאנטאג אקטאבער 14, 2013 11:35 am#156212
ספריו:

קונטרס נטעי גבריאל - ברכת החמה 2009

ספר נטעי גבריאל - כצאת השמש :קידוש החמה וברכתה ‬ 2009

ספר נטעי גבריאל - הל’ שמיטת כספים ופרוזבול ‬ 2007

ספר נטעי גבריאל - פורים המשולש ‬ 2005

קונטרס נטעי גבריאל הלכות בין המצרים ח"ב‬ 2003

ספר נטעי גבריאל - הלכות פסח ‬ח"ב 2002

נטעי גבריאל - הלכות ראש השנה ויום הכפורים ‬ 2001

נטעי גבריאל - הלכות יחוד 2001

נטעי גבריאל - תגלחת הילדים
‬
ספר נטעי גבריאל - הלכות פורים :מט"ו בשבט עד ר"ח ניסן ‬

ספר נטעי גבריאל - כתיבת והכנסת ספר תורה ‬ 1998

ספר נטעי גבריאל - הלכות פסח ח"א 1997

ספר נטעי גבריאל - הלכות יום טוב ‬ 1997

ספר נטעי גבריאל - הלכות בין המצרים ‬ח"א 1997

ספר נטעי גבריאל - הלכות יום כיפורים ‬ 1994

ספר נטעי גבריאל - הלכות ערב פסח שחל בשבת ‬ 1994
מאנטאג אקטאבער 14, 2013 12:07 pm#156223
ידען האט געשריבן:די גרעסטע שיעור און די גרעסטע מגיד שיעור זענען אנדערע רבנים


די אויסגאבע וואס איז ארויס געקומען פאר יו"ט סוכות, מיינען זיי דערמיט די משפחה אין עברית
זיי האבען געהאט א'ן עקסטערע ביילאגע פין אלע יודישע רעקארדס

צווישען זיי
די גרעסטע מחבר - הרב ציננער
די גרעסטע שיעור - געדענק איך נישט יעצט
די גרעסטע מגיד שיעור - הרב אריאלי פין ישיבת מיר
מאנטאג אקטאבער 14, 2013 1:58 pm#156266
די גרעסטע שיעור - געדענק איך נישט יעצט


ר' מיכל זילבער
מאנטאג אקטאבער 14, 2013 2:27 pm#156272
שפתים קישאקTM!
מאנטאג אקטאבער 14, 2013 2:29 pm#156273
ר עובדי יוסף זצ״ל האט ארויס געגעבען 70 ספרים האבעך געהערט.

ניין?
מאנטאג אקטאבער 14, 2013 2:58 pm#156290
ATUB @שפתים ישק ATUB שפתים ישק!
מאנטאג אקטאבער 14, 2013 3:16 pm#156297
כ'בין ממש משוגע געווארן פארן רב'ס בקיאות און אזא הייקעלע ענין ווי הלכות ניטול.
מאנטאג אקטאבער 14, 2013 4:29 pm#156317
ידען האט געשריבן:ר עובדי יוסף זצ״ל האט ארויס געגעבען 70 ספרים האבעך געהערט.

ניין?

די איזרעאלי צייטונגען האבן די וואך געהאט א חשבון פון פופציג ספרים וואס ער האט אליינס געשריבן די רעשט האבן תלמידים אין שרייבערס מלקט געווען פון זיינע דרשות , ספרים און שיעורים
מאנטאג אקטאבער 14, 2013 6:50 pm#156349
ר׳ גבריאל 40

ר׳ עובדי׳ 50

ווער האט מער?
דינסטאג אקטאבער 15, 2013 6:05 am#156449
אזא ליצנות שוין לאנג געזעהן... כידוע
דינסטאג אקטאבער 15, 2013 9:35 am#156464
שפתים קישאקTM!
דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:29 am#156486
איך ווייס נישט פארוואס די ליצים האבען זיך גענומען דווקא צי עם
דינסטאג אקטאבער 15, 2013 1:41 pm#156525
אין איין וועגס קען מען שוין דאס אויך צולייגען - נטעי ההרים על הלכות קאנטרי, ובו יש ד' פרקים.
l download/file.php?id=649 l
דינסטאג אפריל 14, 2015 1:43 am#265842
אזוי ווי רוב פון מיינע מיינונגען אויף רבנים זענען געווענליך מעהר ווייניגער אויף די נעגאטיווע זייט און מעהר בייסיג געשטימט, פיהל איך אז מ'דארף אמאל זאגן עפעס פאזעטיוו אויך אז מ'געפינט שוין יא א פערזענליכקייט אינערהאלב אונזערע רייען וואס פירט זיך אויף מענטשליך און יושר'דיג, און היות איך האב לעצטענס מיטגעהאלטן א פרשה ווי איך האב מיך פערזענליך באקענט מיט הגאון הרב גבריאל ציננער שליט"א צום ערשטען מאל און איך האב מיט אים אביסל פארברענגט און געשמוסט אפאר מאהל אין די לעצטע פאר וואכן, און וואס מעהר איך האב מיט אים פארברענגט בין איך מעהר נתפעל געווארן פון אים צוליב אפאר סיבות:

1) זיין שארפע תפיסה און זיין גוטע קאפ
2) זיין גרייטקייט צו העלפן אנדערע און זיין איבערגעגעבנקייט
3) זיין שכל הישר און פראקטישקייט
4) זיין ענוה און זיין צוגעלאזנקייט
5) וע"כ בין איך געוועהן סופרייזט פון זיין אפען מיינדנעס, ער ערלויבט זיך צו גיין "אוט אוף די באקס" און ער איז ווייט פון פאנאטיש אקעגן די היינטיגע חרדי'שע מעינסטרים רבנים.

איך האב אים בכלל נישט געקענט פאר די פרשה און איך גלייב שווער אז איך וועל נאך עפעס האבן מיט אים, הגם ער האט מיר געגעבן זיין נומבער און ער האט מיר אפאר מאל געזאגט אז איך זאל אים רופן עני טיים, גלייב איך נישט אז איך וועל האבן עפעס א ספעציעלע שייכות מיט אים אדער ווערן יעצט אויף דער עלטער א נטעי גבריאל חסיד, פיהל איך נאך אלץ אז ס'ווערד דאס מיט צוטיילן מיטן חשובן ציבור שותה קאווע מיין פערזענליכע גוטע עקספיריענס וואס איך האב געהאט מיט אים.

און יעצט אז כ'האב מיך אביסל באקענט געמאכט מיט אים וואלט מיר געוועהן היפש אינטערסאנט צו וויסן מעהר וועגן זיין בעקגראונד און פון ווי ער שטאמט, און עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ער האט געהאט עפעס א מחלוקה מיט פאפא, וויאזוי איז דאס צושטאנד געקומען?

זעט אויס אז איך וויל מוזן ווארטן מיט געדולט אויפן נעקסטן חאלהאמויד אז מורנו הרב מאראנצנזאפט זאל זיך מרחם זיין אין די מערצעהעשעם נעקסטע קאווע שטיבל'ס אויסגאבע :lol:

און פארשטייט זיך ס'וואלט געוועהן אינטערסאנט צו הערן די מיינונג פון די חכמי השטיבעל איבער אים, און פון די וואס קענען אים לענגער און בעסער צו עס איז טאקע אזוי שיינענדיג...
דינסטאג אפריל 14, 2015 2:17 am#265855
אגריע. פון מיין עקספיריענס מיט אים קען איך זאגן אז עס פארווארפט זיך נישט היינט צופיל אזעלכע רבנים, מצד אחד א גאון עצום בתורה ומצד שני אזוי אפען מיינדעד צו די היינטיגע וועלט, און גייט אסאך מיטן כחא דהתירא עדיף, וכדברי רויטע וואנצעס הנ"ל (הגם סאם רעסטריקשאנ'ס סטיל עפליי...), איז ער א לב טוב און א זעלטענער בעל צדקה וחסד, מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות.

הלואי ירבו כמותו בישראל.
מיטוואך אפריל 15, 2015 6:13 pm#266398
Re: הרה"ג ר' גבריאל ציננער שליט"א
צימעס אלערט. אדער אפשר שמייכל.

אן סעקאנד טאהט, אפשר אין קרעטשמע
מיטוואך אפריל 15, 2015 8:12 pm#266435
שבת אחים : ווען דו און אנדערע מענטשן וואס רעכענען אויס די מעלות פון הרה"ג ר' גבריאל ציננער שליט"א פארפאסן איין מעלה שמנו חכמים. זיין גרויס התמדה. ווען איך האב געלערנט אין פאפא ישיבה און אויך געווען אין דארמיטארי, איז הרה"ג ר' גבריאל שליט"א נאך געווען א בחור. ער איז געזיצן אין ביהמ"ד און געלערנט יומם ולילה. דער סדר היום איז געווען אז מ'איז אויפגעשטאנען 5:30 פארטאגס. א יעדן טאג אין די צייט האט מען שוין געהערט זיין קול תורה. און ביינאכט. אפילו נאך חצות האט זיך זיין קול תורה אויך ארויסגעהערט פון ביהמ"ד...!
דאנערשטאג אפריל 16, 2015 1:18 am#266557
ר׳ בערל , איך האב עס נישט אויסגערעכענט צווישען די מעלות וויבאלד איך האב אים נישט פארהערט און כ׳האב נישט גערעדט מיט אים אין לערנען , אבער אז איר זאגט אזוי גלייב איך אייך א חוץ פונדעם קען מען זעהן אין זיינע ספרים אז ער איז א געוואלדיגע תלמיד חכם, איך בין נתפעל געווארן פון זיין פשטות און פון זיין שארפן קאפּ

אז איר זענט יא פאפא תלמיד לאמיר הערן וואס איז געוועהן די מחלוקה ,אויב ס׳איז בכלל געוועהן א מחלוקה ,
דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:26 am#266585
אויסער זיינע אלע מעלות רמות בתורה ויראה, ווי אז ווען א פרוי רופט פרעגן א שאלה, זאגט ער, די רעבעצין זאגט איר האט זייער גוט אויסגעזען ביי דער חתונה, און אויסער זיינע וואונדערליכע ספרים וואס זענען ווייט פון קראנט, נעמט דער רב צדדים און שטעלונגען אויף דיונים שבין איש לאשתו אן אויסהערן די צווייטע צד און פסקנט שאלות פון דיני נפשות אן א בי''ד של כ''א.
דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:25 pm#266787
Re: הרה"ג ר' גבריאל ציננער שליט"א
כוכב האט געשריבן:אויסער זיינע אלע מעלות רמות בתורה ויראה, ווי אז ווען א פרוי רופט פרעגן א שאלה, זאגט ער, די רעבעצין זאגט איר האט זייער גוט אויסגעזען ביי דער חתונה, און אויסער זיינע וואונדערליכע ספרים וואס זענען ווייט פון קראנט, נעמט דער רב צדדים און שטעלונגען אויף דיונים שבין איש לאשתו אן אויסהערן די צווייטע צד און פסקנט שאלות פון דיני נפשות אן א בי''ד של כ''א.

ס'זעהט אויס ווי דו טראגסט ארום א רינענדיגע לשון הרע. אל תמנע טוב.

הודעה נשלחה על ידי iPhone 6 פלוס
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 2:43 pm#384741
איך פיל מחובתי אריינצורעדען ווייסענדיג לעצטענס פון א פאל וואס הרב ציננער האט זייער שטארק געמישט די קאשע ביי א שלום בית קעיס וואס ער האט מודה געווען ער קען נישט די מציאות בכלל, אכ"ז האט ער גארבעט אויף א געוועזענע רב וואס האט געשריבען בשמו בריעפען און דורכדעם ארויסצונעמען א גט דורך די איזרעלי ראבינאט דורך פעולות של גט מעושה לכל הדעות! וואס איז געווען א כפי' דורך א צו העיכוב יציאה ווען דער איד האט געהאט און חוץ לארץ זיין משפחה זיינע קינדער און זיין פרנסה, וואס ווערט ג'פסקנט בפירוש אז דאס הייסט כפי' צוזאמען מיט דעם טרויעריגן בארימעטן דיין קויפמאן אין מאנסי , וואס איז לעצטענס אפגעזאגאט געווארען צו זיין א דיין , און ער איז ב"ה געווארען צוריק א אינשורענס אגענט ב"ה אין דער גרויסער הסתר זעהט זיך נאך א ביסעל אור, הודו לד' , מיר האפען אז הרב ציננער זייענדיג א וועלטס גאון און מזכי הרבים מיט זיינע הערליכע חבורים מחכומים, וואס יעדער זעהט דערין א וועלטס ווינדער זאל זיך צוריק קערען צו זיינע ספרים און הוראה און נישט פאטקשענען מיט ווייבער און קעיסעס וואס ער הערט נישט די צדדים זאל חס ושלום נישט ארויס קיינע מכשולות מיט ממזרים בישראל
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 3:25 pm#384746
ביסט נישט ראוי צורעדען אויף משיח"ס בי"ד די רבנות
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 8:20 pm#384766
זעהט אויס אז רב צינער האלט אז רבנות איז נישט מעשה, איז עס שוין נישט לכל הדעות!!! אין ארץ־ישׂראל מוז מען מאכען א גט אין רבנות, איך גלייב אז גיטין אין ארץ־ישׂראל זענען כשר.
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 1:13 am#384777
אישתישבי האט געשריבן:אין ארץ־ישׂראל מוז מען מאכען א גט אין רבנות,

מען מוז נישט, נאר כדי די גט זאל הייסן לעגאל דארף די רבנות מסכים זיין דערצו. ס'איז דא גענוג פריוואטע בתי דין אין ארץ ישראל וואס זענען מסדר גיטין און די רבנות אקצעפטירט זייערע גיטין (כולל העדה החרדית), לויט די סטאטיסטיקס זענען דא בערך עלף און א האלב טויזענט גיטין א יאר אין די מדינה, איך גלייב נישט אז די רבנות קען אזויפיהל דעקן אליין. א גט ע"י שליח קיין חו"ל דארף בכלל נישט דורכגיין די רבנות, דאס קען גלייך געשיקט ווערן פונעם פריוואטען בית דין.
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 10:25 am#384789
ימים ידברו האט געשריבן:איך פיל מחובתי אריינצורעדען ווייסענדיג לעצטענס פון א פאל וואס הרב ציננער האט זייער שטארק געמישט די קאשע ביי א שלום בית קעיס וואס ער האט מודה געווען ער קען נישט די מציאות בכלל, אכ"ז האט ער גארבעט אויף א געוועזענע רב וואס האט געשריבען בשמו בריעפען און דורכדעם ארויסצונעמען א גט דורך די איזרעלי ראבינאט דורך פעולות של גט מעושה לכל הדעות! וואס איז געווען א כפי' דורך א צו העיכוב יציאה ווען דער איד האט געהאט און חוץ לארץ זיין משפחה זיינע קינדער און זיין פרנסה, וואס ווערט ג'פסקנט בפירוש אז דאס הייסט כפי' צוזאמען מיט דעם טרויעריגן בארימעטן דיין קויפמאן אין מאנסי , וואס איז לעצטענס אפגעזאגאט געווארען צו זיין א דיין , און ער איז ב"ה געווארען צוריק א אינשורענס אגענט ב"ה אין דער גרויסער הסתר זעהט זיך נאך א ביסעל אור, הודו לד' , מיר האפען אז הרב ציננער זייענדיג א וועלטס גאון און מזכי הרבים מיט זיינע הערליכע חבורים מחכומים, וואס יעדער זעהט דערין א וועלטס ווינדער זאל זיך צוריק קערען צו זיינע ספרים און הוראה און נישט פאטקשענען מיט ווייבער און קעיסעס וואס ער הערט נישט די צדדים זאל חס ושלום נישט ארויס קיינע מכשולות מיט ממזרים בישראל


אן מישן פרישע קאשע קען איך מעיד זיין פון א פערזענליכע פאל אז הרב ציננער איז א דרייסטער רב וואס האט נישט מורא צו גיין מיטן אמת אפילו סאיז נישט פאליטיקעל קארעקט און האט אויך נישט מורא צו זאגן טעיתי
פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:57 pm#384814
ער האט מיך געהאלפן אסאך ביי מיין פרשה. ער האט מיך אסאך גערופן. ער האט נישט געוואלט נעמען קיין פיאסטער פון מיר. איך האלט פון אים שטארק, כהאב מיך אלייינס איבערצייגט אז ער איז א מענטשליכע מענטש, הלוואי זאלן האלב רבנים זיין אזויווי אים.

אסאך מאל איז ער נאאיוו אין געוויסע זאכן ,אבער בדרך כלל איז ער א געריבנער סוחר.
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:00 pm#385553
שבת אחים איך ווייס נישט ווער איר זענט א מאן צו א פרוי געווענדליך העלפט ער פרויען
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:26 pm#385557
ער דארף נאך נעמען דער טעסט און ארויפלייגען דא
מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:27 pm#385558
ימים ידברו?
שטותים ידברו.

אמת ער העלפט פרויען אויך, אבער אבער מענער אויך ווען ער האלט אז זיי זענען גערעכט.
זונטאג אקטאבער 15, 2017 8:52 pm#386565
באקומען אין אישי

ביטע פאסטען אין פורעם. דעם חול המועד איז הרב ציננער געקומען צום טיש און די מלומדים להכות האבען ארויסגעווארפען ר' ציננער און אנגעווארענט מער נישט צו קומען צו באבוב.



קען איינער קאנפארמירען? מען רעדט 48 אדער 45?
זונטאג אקטאבער 15, 2017 8:58 pm#386566
אישתישבי האט געשריבן:באקומען אין אישי

ביטע פאסטען אין פורעם. דעם חול המועד איז הרב ציננער געקומען צום טיש און די מלומדים להכות האבען ארויסגעווארפען ר' ציננער און אנגעווארענט מער נישט צו קומען צו באבוב.



קען איינער קאנפארמירען? מען רעדט 48 אדער 45?


פרעג יענער וואס האט געשיקט די אישי.
זונטאג אקטאבער 15, 2017 9:10 pm#386568
אויב איז עס אמת רעדט מען לכאורה פון 48, צוליב עפעס א לעצטיגע פרשה.
זונטאג אקטאבער 15, 2017 11:48 pm#386580
מאכט סענס פאר 48
זונטאג אקטאבער 15, 2017 11:52 pm#386582
מיר'ער בחור האט געשריבן:אויב איז עס אמת רעדט מען לכאורה פון 48, צוליב עפעס א לעצטיגע פרשה.

מה זאת?
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 2:21 am#386598
ימים ידברו האט געשריבן:שבת אחים איך ווייס נישט ווער איר זענט א מאן צו א פרוי געווענדליך העלפט ער פרויען

איך בין א מאנספערזאן.

ווי ווייט איך ווייס האט ער זיך נישט אנגענומען פאר קיינעם, נישט פאר מיר און נישט פאר איר. נאר פרובירט צו ענדיגן די זאך עצהיו״ט פאר ״אלע צדדים״.

איך קען דיר נאר פארציילן מיין עקספירענס, אנדערע פעללער ווייס איך נישט.
מיטוואך יוני 27, 2018 12:39 pm#407350
.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:18 am#407431
טוה מיר א טובה! זאג מיר שנעל וואס איז די הלכה פון א גויטע- א בעביסיטער וואס איז פונקט אין די עלעוועיטער און ס׳איז ממש פיקוח נפש??? הא??? ער זאגט נאך אז ער איז עס מסביר אויף א בא׳טעמ׳טע ציענדע שפראך... איך לויף שוין צום ספרים סטאר, איך דארף מיך פארצייכענען וויכטיג די אלע הלכות אין קעיס איך פאל טאקע אריין אין אזא עלעוועיטער מיט א בעביסיטער-סיטואציע... ווי איז דער הרב ציננער׳ס נומבער? איך גיי אים שוין רופן! איך קען נישט ווארטן ביז איך קויף די ספר. איך דארף יעצט וויסן א בעביסיטער איז מותר לכל הדיעות, אדער נאר לויט דאסק*? וואס איז די הלכה מיט ספייקי????
מ׳דארף עפענען א עקסטערע סימן ASSP אין ״נטעי גבריאל״ נאר וועגן די הלכות פון ספייקי... די פירסט טינג אין די מארנינג... סוועט זיין א גרויסע תועלת פאר אחבנ״י...
דאנערשטאג יוני 28, 2018 1:55 am#407434
שוין שוין, מאך חוזק, אבער עס איז דא אידן וואס דער ספר איז זיי וויכטיג ווייל זיי האלטען די הלכות, פאר בוקאווינע אידען איז גענוג הלכות שוואנצאנעס.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:35 am#407435
שבת אחים האט געשריבן:טוה מיר א טובה! זאג מיר שנעל וואס איז די הלכה פון א גויטע- א בעביסיטער וואס איז פונקט אין די עלעוועיטער און ס׳איז ממש פיקוח נפש??? הא??? ער זאגט נאך אז ער איז עס מסביר אויף א בא׳טעמ׳טע ציענדע שפראך... איך לויף שוין צום ספרים סטאר, איך דארף מיך פארצייכענען וויכטיג די אלע הלכות אין קעיס איך פאל טאקע אריין אין אזא עלעוועיטער מיט א בעביסיטער-סיטואציע... ווי איז דער הרב ציננער׳ס נומבער? איך גיי אים שוין רופן! איך קען נישט ווארטן ביז איך קויף די ספר. איך דארף יעצט וויסן א בעביסיטער איז מותר לכל הדיעות, אדער נאר לויט דאסק*? וואס איז די הלכה מיט ספייקי????
מ׳דארף עפענען א עקסטערע סימן ASSP אין ״נטעי גבריאל״ נאר וועגן די הלכות פון ספייקי... די פירסט טינג אין די מארנינג... סוועט זיין א גרויסע תועלת פאר אחבנ״י...

שבת אחים: ווען די בעיביסיטער וואס דו האסט פיקוח נפש'דיג באגעגנט אין עלעוועיטער וועט רופן די פאליציי אויף דיר, זאלסטו ארויסנעמען דעם נטעי גבריאל און ווייזן אז מ'מעג...! דו לץ איינער וואס דו ביסט...! הוא אשר דיברתי. דו אין דיין סאציאליסטישער מיינד קענסט נישט פארגינען פאר א צווייטן רב אדער רבי זיין ערליך פארדינטן כבוד...! אויסער פון די וויזשניצער גזע. דער סבא קדישא און די אנדערע ווויזשניצע רבי'ס...!

די גרעסטע אבסורד פון דעם אלעם איז אז אין די זעלבע צייט וואס דו מאכסט ליצי ליצנות פון אנדערע רבנים ואדמורי"ם שרייבסטו נאך צו די אלע זיסע פסוקים פון דעם גדלות און עניוות פון די וויזשניצע רעבעס...!
דאנערשטאג יוני 28, 2018 4:22 am#407439
אבסורד איז עס נישט. קודם כל דו האסט זיך ערענסט איינגערעדט אז איך פארגין עפעס נישט קיין צווייטע רבנים. קוק אויף מיינע אויבערשטע תגובות ווי איך לויב אויס ר׳ גבריאל ציננער. ס'איז נאר זייער וויצעלדיג ווי אזוי זיי לייגן עס אראפ...

סאציאליזים מיט האלטן אז דער אהבת ישראל מיטן אמרי חיים זענען געוועהן גרויסע מענטשען איז נישט קיין שום סתירה. סאציאליזים איז בכלל נישט עפעס א שלעכטע זאך אדער א מיאוסע ווארט - אפילו דו ביסט נעבעך שטעקן געבליבן מיט די אלע פאנאטישע מענטאלעטי אז ווער ס'איז א סאציאליסט איז עפעס א מערדער צי ווייס כ'וואס. ס'איז גארנישט אנדערש ווי זיין א רעפובליקאנער אדער א דעמקאראט אדער באלאנגען צו סיי וועלכע אנדערע פאליטישע פארטיי... פארקערט גאר, זיי זענען די איינציגסטע מענטשליכע פארטיי וואס רעכנט זיך מיט יעדען איינעם... און לאזט זיך נישט פארקויפן פון די מעכטיגע עליט'ס וואס ווילן דאמינירן די וועלט מיט זייער פאוער און רייכטום. דארפסט זיך אביסל אפדעיטן...

וואס מעהר כהאב געליינט וועגן אלע גרויסע מענטשן אויף די וועלט בין איך צוריקגעקומען אז דער אהבת ישראל איז געווען גאר א געוואלדיגע גרויסע מענטש, און איך וויל גיין אין זיינע וועגן. וואס מער איך לייען און הער פון אנדערע גרויסע סיי אידן סיי להבדיל גוים קום איך אן צו די מסקנא אז די וועלט האט אביסל פארזעהן זיין גרויסקייט, קלוגשאפט, ווארימקייט, מענטשליכקייט, געשמאקקייט, אמת'דיגקייט, וואס איז געוועהן אויסערגעווענטליך.

איך בין אויפגעוואקסן אין וויזניץ פארצייל איך מעשיות פון די גרויסקייט פון וויזניץ. דו קענסט שרייבן מעשיות פון די גרויסקייט פון סאטמאר, פאפא אדער אנדערע צדיקים (זיי נאר גרייט אז איך גיי אריינפרעגן) יעדער איז מכובד צו שרייבן די גרויסקייט פון זייערע געטשקעס. איך קען דיר מסביר זיין פונקטליך פארוואס איך האלט וואס איך האלט, נאכדערצו אז איך קוק מיך צו די היינטיגע רבנים וואס האבן ליידער זייער ווייניג תוכן, ווער איך מער און מער נתפעל פון אזא מענטש ווי דער אהבת ישראל מיט זיינע קינדער.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:43 am#407463
שבת אחים: ס'האט קיינער ח"ו נישט מסופק געווען אדער געוואלט אוועקנעמען פון די גרויסקייט פון דעם אהבת ישראל אדער אמרי חיים. מיין בויכווייטאג מיט דיר איז אז דו פארגינסט נישט אז א צווייטער רב אדער רבי באקומט זיין פארדינטן כבוד פון זיינע פארעהרערס. מ'דארף קענען פארגינען. פונקט אזוי ווי איך בין נישט קיין בעלזער חסיד. אבער איך קען פארשטיין און פארגין בלב שלם די שמחה וואס די חסידים האבן ווען זייער רבי קומט אויף א באזוך אין א געוויסע שטאט. און פונקט דאמאלס איז נישט די צייט צו דזשאדזשן אויב דער געוויסער רבי געפעלט מיר יא אדער נישט. ר'איז נישט געקומען צו מיר. (ס'קען זיין אז יא.)...!

איך, פערזענליך האב נישט קיין געטשקעס. איך האב ב"ה א דיירעקט ליין צום באשעפער. וואס איך דארף שטעלט מיר דער אייבערשטער ב"ה צו. נאר ס'זענען דא אידן אויף וועמען איך קוק ארויף. זיי קענען זיין בנש"ק, אדער פשוט'ע בעלי בתים. איך ווער נישט נתפעל ווען א רבי מאכטציך נאריש און שרייט..."פשטו ידיכם בגדוד".. ווען ער ווארפט קנאבל אדער טשאקאלאד...! אדער ווען א ..."רבי"...עסט קוגל און ער מאכט העוויות מיט די הענט מיט פארמאכטע אויגן...! איך ווער אבער יא נתפעל ווען א איד האט דעם קוראזש ארויסצוזאגן דעם אמת. אפילו ס'געפעלט נישט פאר געוויסע מענטשן. אדער ווען איך זעה א איד טוט א מצוה בשלימות. אזוי ווי איך האב צוגעזעהן די מעשה מיט דעם איד וואס האט באצאלט די בר מצווה פאר א צווייטן איד. און דער מקבל האט נאך געבעטין עפעס עקסטרא, און דער משלם האט עס געטון בשמחה רבה...כ'האב שוין פארציילט די מעשה. ואכמ"ל...!
דאנערשטאג יוני 28, 2018 3:39 pm#407522
חתם סופר האט געשריבן:.

אז מען איז שוין סייווי פארפארן פון די רעלסן...
עס וואלט געווען גאר א געשמאקע אונטערהאלטונג צו זעהן די נייע הלכות יחוד אין אידיש, מיט די הגהות פון אונטן.

וכן נוהגין בעדת בערלאנד.. וכן נהג אדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל. וכן נוהגין במוסדות **** וכו' וכו'
דאנערשטאג יוני 28, 2018 4:23 pm#407530
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: ס'האט קיינער ח"ו נישט מסופק געווען אדער געוואלט אוועקנעמען פון די גרויסקייט פון דעם אהבת ישראל אדער אמרי חיים. מיין בויכווייטאג מיט דיר איז אז דו פארגינסט נישט אז א צווייטער רב אדער רבי באקומט זיין פארדינטן כבוד פון זיינע פארעהרערס. מ'דארף קענען פארגינען. פונקט אזוי ווי איך בין נישט קיין בעלזער חסיד. אבער איך קען פארשטיין און פארגין בלב שלם די שמחה וואס די חסידים האבן ווען זייער רבי קומט אויף א באזוך אין א געוויסע שטאט. און פונקט דאמאלס איז נישט די צייט צו דזשאדזשן אויב דער געוויסער רבי געפעלט מיר יא אדער נישט. ר'איז נישט געקומען צו מיר. (ס'קען זיין אז יא.)...!

איך, פערזענליך האב נישט קיין געטשקעס. איך האב ב"ה א דיירעקט ליין צום באשעפער. וואס איך דארף שטעלט מיר דער אייבערשטער ב"ה צו. נאר ס'זענען דא אידן אויף וועמען איך קוק ארויף. זיי קענען זיין בנש"ק, אדער פשוט'ע בעלי בתים. איך ווער נישט נתפעל ווען א רבי מאכטציך נאריש און שרייט..."פשטו ידיכם בגדוד".. ווען ער ווארפט קנאבל אדער טשאקאלאד...! אדער ווען א ..."רבי"...עסט קוגל און ער מאכט העוויות מיט די הענט מיט פארמאכטע אויגן...! איך ווער אבער יא נתפעל ווען א איד האט דעם קוראזש ארויסצוזאגן דעם אמת. אפילו ס'געפעלט נישט פאר געוויסע מענטשן. אדער ווען איך זעה א איד טוט א מצוה בשלימות. אזוי ווי איך האב צוגעזעהן די מעשה מיט דעם איד וואס האט באצאלט די בר מצווה פאר א צווייטן איד. און דער מקבל האט נאך געבעטין עפעס עקסטרא, און דער משלם האט עס געטון בשמחה רבה...כ'האב שוין פארציילט די מעשה. ואכמ"ל...!


אנטשולדיגט מיר! דו כאפסט נישט געוויסע זאכן. כהאב עס שוין אפאר מאל באמערקט... דו שפרינגסט גלייך אז איך פארגין נישט! וואס עפעס? איך פארגין נישט די שקר.... נישט די בעלזער... איך פארגין אויך נישט די וויזניצער שקר פון געוויסע היינטיגע וויזניצער רביס. דו פארשטייסט נעבעך נישט די חילוק פון אמת און שקר??? סירעסלי? פארשטייסט נישט די חילוק פון א ״אמתע מענטש״ וואס איז דא לטובת הכלל ביז צו א פריץ וואס פליעט מיט פריוואטע פליגערס אויפן חשבון פון זיינע ארימע חסידים און מאכט זיכער אז ״ער מיט זיינע קינדער זאלן זיין באקוועם״. יעדער וואס טוט אן א בעיקטשע און ווארפט קנאבל, דארף מען שוין טאנצן קדוש? וואס לערנט מען זיך אפ פון די היינטיגע פאלשע רבי׳ס???

זאגסט אז דו האסט נישט קיין רבי. טאקע וועגן דעם פארשטייסטו נישט. ביי דיר איז אלעס א געים. זעהט זיך אויס האסט קיינמאל נישט געהאט קיין
עכטע רבי אויף וועמען ארויפצוקוקן און זיך אפלערנען פון זייערע מידות און גרויסקייט.


א שאד אז אזא מענטש ווי דו זאל נישט קענען מבחין זיין בין טוב לרע.... אבער א קליינע ספעלינג גרייז שפרינגסטו? דער אמת מיטן שקר מאכסטו א מיש מאש.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 8:36 pm#407559
שבת אחים: איך בין צו שטארק מיעד אדער צו שטארק פויל דיר אויפצו ווייזן אז איך ווייס וואס איך רעד. דו פארגינסט פשוט נישט פאר קיין שום אדמו"ר אדער רב. אויסער דיינע וויזשניצע רבי'ס. נאר איך בין נישט קיין עקשן. אזוי ווי געוויסע ניקס. איך וועלל נישט פיהרן א וויכוח עד כלות. ס'איז מיר איין נפקא מינה. איך האב נאר אויפמערקזאם געמאכט. דו טו ווייטער אזוי ווי דיין נאטור איז. . טאקע דא ביי דעם ענין. דו קענסט דאך נישט הרב גבריאל ציננער. איך קען איהם אבער יא. איך קען דיך טאקע נישט פערזענליך. אבער איך קען דיר גאראנטירן אז דו (און א סאך מענטשן) וועללן נישט לערנען אזויפיהל תורה אין 3 גילגולים ווי דער מענטש האט געלערנט...! און ער איז דאך מהנה די וועלט מיט זיינע חיבורים. אויב דער זכרון דינט מיר. האסטו טאקע שוין אויכעט חוזק געמאכט פון ר' גבריאל ציננער'ס חיבורים נטעי גבריאל ביי אן אנדערע געלעגנהייט...!