מיטוואך אקטאבער 16, 2013 10:27 am#156764
ברוך דיין האמת ראש הקהל דקהל יטב לב
עס קומט היינט אן די בשורה אז עס איז נפטר געווארן הרה"ח ר' יעקב ב"ר יוסף ארי' כהנא (יענקל כהנא) ראש הקהל דקהל יטב לב וואס איז ערוועלט געווארן דורך רבינו בעל ברך משה בשנת תשנ"ט ווען ער האט איבערגעפרישט די הנהגה אין אויפגענומען זיין זוהן אלס אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג -היינט כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א- צי שטיין בראש פון די קהילה אין די מוסדות די בכל אתר ואתר פון דעמאלסט ביז די לעצטערע יארן איז דער נפטר געשטאנען צי די רעכטע האנט פונעם רב אויסצופירן רצון קדשו פון רבינו בעל ברך משה זי"ע וואס האט געבעטן אז ווער עס קען אים צוהעלפן זאל אים שטיין צי די האנט מיט וואס נאר מעגליך
די לויה וועט זיין אי"ה 10 אזייגער אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר אין וויליאמסבורג דערנאך וועט זיין די לויה אין קרית יואל אין דערנאך וועט ער קומען לקבורה אין דער פאדערשטען שורה אינעם שטח החדש דקהל יטב ד'סאטמאר אין קרית יואל
יהא זכרו ברוך