Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך

אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #499
מוצ"ש אפריל 28, 2012 9:21 pm#8325
אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך
איגען = יא
אישטענעם = דער אויבערשטער
אניו = מאמע
אפיו = טאטע
אראוין = גאלד
בּאַטשי = פעטער
באלאנד = משוגענער
גולאַש = פלייש געמישט מיט קארטאפל
דרייגא = טייערער (אישטענעם דרייגא = טייערער באשעפער)
טיהעין = קי
טשאווארגא = ווילדער באנדיט
לעוואר = שיסל
מארהאו = בהמה
מלאדזש = חברה קדישא מאן
נעם טו דאָם = איך ווייס נישט
סאמאר = אייזל
עזושט = זילבער
עידעש = זיס
פאפלאן = קאלדרע
פאשיט = מיעט-באלס
פייאָ = זוהן
פעהעיר = ווייס
פעי-אידזשעס = כמו דיסטריקט אטוירני
פעקעטע = שווארץ
קאָטשעניו = פארגליווערטע פיש-זאפט
קוטשאָ = הונט
קיטשי = קליינער
קילינטש = הענטל פון א טיר
קראמפלי = קארטאפל
ראזעאו = זוכענישן
ראַנטאַטוש = איבערגעצויגענע פלייש
ראָפּאָגאָש = קריספי
רעגענט = פרעזידענט
שערלאק = שווארצע פארב

ווער עס קען זאל מוסיף זיין
זונטאג אפריל 29, 2012 3:25 pm#8545
Re: אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך
Nem too dum. I don't know. Okors kayt pofont? Veelste tzvie fraskes ??
מאנטאג אפריל 30, 2012 2:02 pm#8867
Re: אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך
"נעם טו דאם" האב איך צוגעלייגט (כ'האב גראדע געוואוסט דערפון, ס'נאר פשוט ארויס פון קאפ) און די אנדערע שרייבט ביטע אין יודישע אותיות אויב איר האט די מעגליכקייט
מאנטאג אפריל 30, 2012 7:08 pm#8961
Re: אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך
קרעמער1 האט געשריבן:שערלאק = שווארצע פארב

דוכט זיך אז פעקעטע איז שווארץ.
ווייס איז פעהעיר.
אראוין איז גאלד.
עזושט איז זילבער.
מאנטאג אפריל 30, 2012 7:32 pm#8968
Re: אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך
ס'איז כדאי אז עמיצער וואס איז באקאנט מיט אן ארגינעלן אונגאריש-רעדנדן זאל אים ווייזן די ליסטע (וואס וועט האפנטליך גרעסער ווערן מיט די צייט) אזוי ארום וועט מען עס קענען באשטעטיגן
דינסטאג מאי 01, 2012 12:07 pm#9141
Re: אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך
Meer nem. Why not
מיטוואך מאי 09, 2012 1:57 am#10851
קאָטשעניו = פארגליווערטע פיש-זאפט

ראָפּאָגאָש = קריספי

די מנהלים זאלן עס ביטע צולייגן זינט איך קען שוין נישט פאררעכטן
--
אריינגעלייגט.
גבאי שני
זונטאג מאי 13, 2012 10:32 pm#11758
א דאנק.

איר קענט אויך צולייגן "בּאַטשי = פעטער".

א דאנק נאכאמאל

---
צוגעלייגט
הק' משמרת
מיטוואך מאי 30, 2012 6:14 am#15075
אסטא קוטשא פייוע נעקי = ?
זונטאג יוני 03, 2012 3:52 pm#15681
מען האט שוין אריינגעלייגט עטליכע ווערטער דערפון אין די ליסטע. אבער דער צוזאמענשטעל איז נישט אזא איידעלע אויסדרוק (מילד גערעדט)
זונטאג יוני 03, 2012 4:00 pm#15685
קרעמער1 האט געשריבן:מען האט שוין אריינגעלייגט עטליכע ווערטער דערפון אין די ליסטע. אבער דער צוזאמענשטעל איז נישט אזא איידעלע אויסדרוק (מילד גערעדט)

קוטשא = הונט
פייא = די זון פון
נעקי = ???
נא, לאז אונז נישט הענגען!
מיטוואך יוני 06, 2012 5:26 pm#16488
קילינטש = הענטל פון א טיר
לעוואר = שיסל
אישטענעם = דער אויבערשטער
דרייגא = טייערער (אישטענעם דרייגא = טייערער באשעפער)
אניו = מאמע
אפיו = טאטע
מארהאו = בהמה
סאמאר = אייזל
טיהעין = קי
טשאווארגא = ווילדער באנדיט
באלאנד = משוגענער
עידעש = זיס

---
צוגעלייגט צו די ליסטע אינעם ערשטן תגובה
הק' משמרת
מיטוואך יוני 06, 2012 5:28 pm#16489
הדד בן בדד האט געשריבן:קילינטש = הענטל פון א טיר
לעוואר = שיסל
אישטענעם = דער אויבערשטער
דרייגא = טייערער (אישטענעם דרייגא = טייערער באשעפער)
אניו = מאמע
אפיו = טאטע
מארהאו = בהמה
סאמאר = אייזל
טיהעין = קי
טשאווארגא = ווילדער באנדיט
באלאנד = משוגענער
עידעש = זיס

נאך א מזל אז סאטמאר שרייבט מען מיט א ט' :lol:
מיטוואך יוני 06, 2012 5:58 pm#16495
מען זאגט דעם ס' מיט אזא האלבן קמץ somar
פרייטאג מאי 24, 2013 1:58 pm#117676
די באבע זאגט אז "טשאָט" (א שפּילקע אויף די האר) איז אונגאריש.
זונטאג יוני 09, 2013 1:17 pm#123103
יואי דע סעיפ = אוי, ווי שיין
זונטאג יוני 09, 2013 4:27 pm#123201
לעוועש = זופ
זונטאג יוני 09, 2013 4:36 pm#123211
ענקער באבע האט ענק קיינמאל נישט געזאגט אז עטץ זענטץ צ'ינאש???
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 4:18 pm#238056
א הונט איז "קוטיא". נישט קוטשא.
איך קען 50% רעדן און ליינען אונגאריש.
מאנטאג יאנואר 12, 2015 5:30 pm#247581
קאסטען - TASTE
מיטוואך יאנואר 14, 2015 3:30 pm#247910
'טרעסאנט אז רוב אונגארישע ווערטער וועלכע איז געבליבן ביי אונז אין באנוץ, הייבט זיך אן מיט א פ'

פאפוטש
פאנזשעלאו
פאלאטשינטא

און נאך אפאר וואס כ'געדענק נישט אויפן מאמענט
זונטאג נאוועמבער 11, 2018 8:23 pm#416452
קען שוין איינער ביטער ארויסגעבן דעם סוד וואס מיינט "נעקי"?
זונטאג נאוועמבער 11, 2018 9:13 pm#416456
טעפל האט געשריבן:ענקער באבע האט ענק קיינמאל נישט געזאגט אז עטץ זענטץ צ'ינאש???

דזשאָדאַש - צוקער זיס
זונטאג נאוועמבער 11, 2018 11:13 pm#416459
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קען שוין איינער ביטער ארויסגעבן דעם סוד וואס מיינט "נעקי"?

רביה"ק זי"ע: דו וועסט ווערן שטארק דיסאפוינטעד...נעקי מיינט גארנישט . נעקי = צו איהם...!
זונטאג נאוועמבער 11, 2018 11:18 pm#416462
אויך איז דא דער גאר חשוב'ער ווארט וואס דער עולם דא האט פארגעסן. דאס געפינט זיך אין כמעט א יעדע ערליכע חסיד'ישע שטוב אין ווילאמ-פעסט..."טשיללאר"...א שענדעליער...!

נאך א טעות וואס דער עולם מאכט ווען מ'זאגט ..."קאקאש" קעיק... דער ווארט ... קאקאש, מיינט א האן. א ראאסטער...מ'דארף צו לייגן נאך אן אל"ף. ..."קאקאאש"... קעיק. כצ"ל..!
מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 7:19 am#416471
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: דו וועסט ווערן שטארק דיסאפוינטעד...נעקי מיינט גארנישט . נעקי = צו איהם...!

און וואס מיינט קוטשא פייע נעקי?
מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 11:25 am#416482
קוק דא כ'האף אז וועסט טרעפן א צופרידנשטעלנדע ענטפער.
מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 11:47 am#416485
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: דו וועסט ווערן שטארק דיסאפוינטעד...נעקי מיינט גארנישט . נעקי = צו איהם...!

און וואס מיינט קוטשא פייע נעקי?

רביה"ק זי"ע:צו איהם זאלל זיין א ..."קאטשא פייא"...לאז געמאכט. ס'איז נישט קיין שיינער אויסדרוק...!
דינסטאג מערץ 09, 2021 4:02 pm#468280
קוקי האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:ענקער באבע האט ענק קיינמאל נישט געזאגט אז עטץ זענטץ צ'ינאש???

דזשאָדאַש - צוקער זיס

עידעש (édes) איז זיס, װי מ'האָט אויבן געשריבן

פון אַן אַנדערן געהענגל:
רימון האט געשריבן:csinos מיינט pretty

https://www.duolingo.com/dictionary/Hun ... ce525d1c9b
דינסטאג מערץ 09, 2021 4:14 pm#468281
נײגעריגער האט געשריבן:
קוקי האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:ענקער באבע האט ענק קיינמאל נישט געזאגט אז עטץ זענטץ צ'ינאש???

דזשאָדאַש - צוקער זיס

עידעש (édes) איז זיס, װי מ'האָט אויבן געשריבן

פון אַן אַנדערן געהענגל:
רימון האט געשריבן:csinos מיינט pretty

https://www.duolingo.com/dictionary/Hun ... ce525d1c9b

טשינאש מיינט ..."סלים"...מאגער. פראפארשיאנעל. עידעש מיינט זיס.
פרייטאג מערץ 12, 2021 11:27 am#468449
פאַר די רעקאָרד: טשינאָש אין אונגעריש מיינט "שיין"; "טשאָנטאָש" (csontos) מיינט "דאַר\מאָגער". היות דאַר איז אין די לעצטע יאָרן אָנגענומען געװאָרן צו זיין שענער, נוצט מען אפשר טשינאָש אויך פאַר "סלים"...מאגער. פראפארשיאנעל.
והבן.
מוצ"ש מערץ 13, 2021 9:34 pm#468470
נייגעריגער: דער ווארט ..."טשאנט"... מיינט א ביין. טשאנט-אש. דער ביינערדיגער...! פי' א דינער...!
מאנטאג יאנואר 02, 2023 8:22 pm#514930
איך וועיס נישט: אפשר באלאנגט דאס אין דעם אשכול פון די בלע"ז'ן פון רש"י.

נאר צו געבן א משל איבער די שוועריגקייטן פון דעשיפרירן (וואס איז דאס?) די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק'.

איך וועל שרייבן א זאץ (וואס איז דאס?) אין א געוויסע שפראך. 'עמיר זעהן ווער ס'קען עס דעשיפרירן... והנה: ... אין מג'יק אודה...!

ווער ס'פארשטייט דעם נמשל וועט פארשטיין וואס די בלע"ז ווערטער זענען...!