Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » פילם "נח"

פילם "נח"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5005
זונטאג אקטאבער 20, 2013 4:47 pm#157632
פילם "נח"
דער אידישע פילם דירעקטער דארען אראנאווסקי (דירעקטער פון בלעק סוואן) ארבעט שוין צוויי יאהר אויף זיין פילם "נח", די מעשה פון נח און די מבול, מיט א באדזשעט פון 130 מיליאן דאללער, און באקאנטע אקטיארן ווי ראסעל קראו, דזשעניפער קאנעללי, עממא וואטסאן, און נאך.

עס איז נאך אלץ נישט זיכער ווי אזוי די פילם וועט ווערן געשניטן, און ווי אזוי די מעשה וועט אראפגעגעבן ווערן. פון איין זייט וויל דער דירעקטאר אז עס זאל זיך האלטען נאנט צו די טראדיציעס פון די תורה און להבדיל די קאראן, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען אין א פילם אריינפילן אסאך דעטאל'ן וואס איז נישט דא אין די תורה ממילא מוז מען נוצן די פאנטאזיע.

א באריכט די וואך דערציילט אז אראנאווסקי ווייסט נאך נישט ווי אזוי צו ענדיגן די פיינעל ווערסיע פון די פילם, און אז טעסט סקרינינגס פון די פילם האבן געברענגט "באזארגענדע רעזולטאטן". עס איז געוועהן א סקרינינג אין ניו יורק (פאר אידן), אין אריזאנא (פאר קריסטן) און אין קאליפארניע (פאר א געמישטע אוידיענץ). ביי אלע דריי סקרינינגס זענען די רעאקציעס נישט געוועהן צו גוט.

אויך איז דא באריכטען אז עס איז דא א מחלוקת צווישן די סטודיא (פאראמאונט) און דער דירעקטאר. די סטודיא וויל אז די פילם זאל זיין ווי מער נאנטער צו די מעשה פון די תורה, אבער אראנאווסקי וויל נעמען ברייטערע לייסענס, צו קענען נוצן ארטיסטיק קריעיטיוויטי.

דער פילם איז באשטימט ארויסצוקומען אין מארטש 28, 2014.

בילד
ראסעל קראו ווי נח
זונטאג אקטאבער 20, 2013 7:15 pm#157659
ATUB @יאנטעף ATUB / זייער שיין געשריבען.
יאנטעף האט געשריבן: זיך האלטען נאנט צו די טראדיציעס פון די תורה און להבדיל די קאראן,

די אראבערס גלייבן אין די מעשה פון נח????
זונטאג אקטאבער 20, 2013 7:18 pm#157660
מיינסט צו פרעגן צו מוסלימ'ס גלייבן , זיכער יא
זונטאג אקטאבער 20, 2013 7:18 pm#157661
לענ"ד זעט ער נישט אויס ווי א 500 יעריגער נח.
זונטאג אקטאבער 20, 2013 8:05 pm#157667
אוואו איז דער פעלץ? מזאגט דאך נח איז געווען א צדיק אין פעלץ.
מאנטאג אקטאבער 21, 2013 12:04 pm#157755
יאנטעף האט געשריבן:
עס איז נאך אלץ נישט זיכער ווי אזוי די פילם וועט ווערן געשניטן, און ווי אזוי די מעשה וועט אראפגעגעבן ווערן. פון איין זייט וויל דער דירעקטאר אז עס זאל זיך האלטען נאנט צו די טראדיציעס פון די תורה און להבדיל די קאראן, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען אין א פילם אריינפילן אסאך דעטאל'ן וואס איז נישט דא אין די תורה ממילא מוז מען נוצן די פאנטאזיע.


איך וואלט אים געגעבן צו ליינען דעם מעשי בראשית, וואלט ער געזען אז יעדע פינטעלע איז מרומז אין די תורה...
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:04 am#158338
איך הער אז זיי פגרן צו רעדן צו רבי ווייס פון די טעיפס, אז ער זאל זיי אראפלייגן די אלע דיטעילס וואס דארט האט פאסירט

אויך קנאפלער פון א הילף פארן קינד איז שטארק involved
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 12:48 pm#158364
kliger האט געשריבן:איך הער אז זיי פגרן צו רעדן צו רבי ווייס פון די טעיפס, אז ער זאל זיי אראפלייגן די אלע דיטעילס וואס דארט האט פאסירט

אויך קנאפלער פון א הילף פארן קינד איז שטארק involved

הילף פארן קינד איז אקער ניין?
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 5:27 pm#158448
מ גפני האט געשריבן:
kliger האט געשריבן:איך הער אז זיי פגרן צו רעדן צו רבי ווייס פון די טעיפס, אז ער זאל זיי אראפלייגן די אלע דיטעילס וואס דארט האט פאסירט

אויך קנאפלער פון א הילף פארן קינד איז שטארק involved

הילף פארן קינד איז אקער ניין?

גערעכט,איך געדענק נישט קנאפלער'ס בוך נאמען
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 10:56 am#158583
kliger האט געשריבן:אויך קנאפלער פון א הילף פארן קינד איז שטארק involved

כ'גלייב נישט זיי וועלן קענען טרעפן אקיארן מיט אזעלכע גרויסע קעפ...
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 11:19 am#158589
איך הער זיי האבן געבעטן א הילף פאר'ן קינד זאל זיי אראפמאלן א סקעטש פון וואס ס'איז געשעהן נאכ'ן ארויסקומען פון די תיבה. די "חם און נח" פאַרט...
זונטאג נאוועמבער 17, 2013 12:06 pm#162996
די טרעילער איז שוין דא



נאך א טרעילער
מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 12:38 pm#163206
ראשעקאל האט געשריבן:די אראבערס גלייבן אין די מעשה פון נח????

Noah in Islam
מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 1:00 pm#163213
אגב, נישט נאר די מונוטאיסטן ווייסן פון מבול, כמעט יעדע קולטור און ציוויליזאציע אויפן כדור הארץ האט זיך איר מבול (מיט איר נח, טיילמאל) ס'דא אין וויקיפידיע א טיילווייזע ליסטע. פון Mark Isaak איז דא א שיינע מסודר'דישע ליקוט פון אלע מבול'ס און נח'ס עד מקום שידו מגעת
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:07 am#164054
ארטיקל אין פארווערטס

m http://yiddish.forward.com/articles/174 ... hollywood/ m
פרייטאג מערץ 07, 2014 1:19 pm#189323
פארשידענע שינויים זענען געמאכט געווארן כדי די פילם זאל זיין היסטאריקעל אקוראט.
m http://www.rawstory.com/rs/2014/03/06/r ... ccuracies/ m
מאנטאג מערץ 31, 2014 6:06 pm#193842
דער פילם איז ארויס לאור עולם אין די לעצטע טעג, און עס ווערט גאנץ שיין אויסגעלויבט. אויף "ראטען טאמעיטאס" פארמאגט עס א 75% "פריש" ראטע.
m http://www.rottentomatoes.com/m/noah_2014/ m
מאנטאג מערץ 31, 2014 8:24 pm#193860
Ive seen it and I give it a 2/10 rating
מאנטאג מערץ 31, 2014 9:15 pm#193867
kitov האט געשריבן:Ive seen it and I give it a 2/10 rating


אפשר ביסטו אביסל מאריך פארװאס?
דינסטאג אפריל 01, 2014 9:47 am#193961
petergrifin האט געשריבן:
kitov האט געשריבן:Ive seen it and I give it a 2/10 rating


אפשר ביסטו אביסל מאריך פארװאס?

First its not the story of Noah as we know it not even as the Goyim know it and also they added to much sci-fi like big monsters from rock helping him building the ark and a lot more but I don't like to type in English in a Yiddish form
מיטוואך אפריל 02, 2014 2:43 pm#194362
kitov האט געשריבן:Ive seen it and I give it a 2/10 rating

איך וואלט עס געגעבען 3/5 רעיטינג. די מעשה איז גראדע נישט קיין סאך פארדרייט, נאר עס איז דא צוגעלייגט אסאך וואס מאכט זעהר נערוועז. זיי שטעלן אוועק אז נח האט מחליט געווען אז דער אייבערשטער וויל אז ס'זאל נישט בלייבן קיין זכר פון די מענטשהייט, און דערפאר, כאטש זיין משפחה וועט געראטעוועט ווערן, וועט אבער מער נישט זיין קיין דורות פון זיי. צווישן די דריי קינדער האט נאר שם געהאט א ווייב, אבער זי איז געווען אן עקרה. אבער די זיידע מתושלח האט איר געגעבן א ברכה, און אין די תיבה איז נתגלה געווארן אז זי איז טראגעדיג. נח האט מחליט געווען אז ער גייט הרג'ענען די קינד ווען עס ווערט געבוירן ווייל ער האט געהאלטען אז ס'טאר נישט זיין קיין דורות.
די גאנצע מעשה ציט זיך אויס מסתמא פאר א האלבע שעה.
אויך איז דא די מעשה פון תובל קין וואס האט זיך ארויפגעכאפט אויף די תיבה און האט צוזאמען מיט חם געוואלט הרג'ענען נח.
כאטש די מעשה אליין איז נישט געוואלדיג, זענען אבער די דראמאטישע סצענעס אויסטערליש. די שטורעמישע וואסערן, די גיגאנטישע תיבה, די טויזענטער חיות, פייגל, און שלענג וואס קומען צו די תיבה. די מלחמות מיט תובל קין, די ריזיגע "נפילים", ס'איז גאר גאר דראמאטיש און אינטערסאנט, בפרט אויב מ'קוקט עס אין א "איימעקס" וואו מ'קען ממש מיטלעבען די שטורעמישע מבול און מלחמות.

בילד

טרעילער



דא קען מען אביסעל זעהן ביהיינט די סינס
מיטוואך אפריל 02, 2014 2:57 pm#194367
זייער שיין באשריבן ATUB @יאנטעף ATUB
דער דירעקטאר אראנאווסקי האט געזאגט אז "דאס איז די מערסטע נישט-ביבליקעל ביבליקעל פילם"...
מיטוואך מאי 15, 2019 10:46 pm#430582
פילם "נח"
איך וואלט געגעבען די פילם 9/10. ווי איך פארשטיי, איז אראנאפסקי׳ס מתרה נישט געווען אזוי ווייט איבערצוגעבן די מעשה כמו שהוא, ווי ענדערשער [טעאלאגישע] פונקטן וואס קען אנבאלאגען צו די סארט מעשיות (בפרט און ביבליקעל אנאלאסיס בכלל).

וואס איך האב אויפגעפאסט אין די פילם זענען געווען דריי פונקטן וואס לדעתי ברענגט ער מורא׳דיג גוט ארויס, און האבן מיר באנומען און געגעבען חומר למחשבה (בפרט אלס איד):

1). ער איז שטארק ממחיש די געדאנק פון נדחה ממחיצות ה׳, און די לעכצונג אויף צוריק נתקרב צו ווערן. דאס זעהט מען אין דעם וואס ער ווייזט די צער פון די נפילים אז זיי זענען נדחה געווארן און וויאזוי זיי ווערן צוריק אנגענומען נאכ׳ן זיך מוסר נפש זיין.

2). ער איז מבאר די ראציאנאל פון איינער [תובל קין אינ׳ם פילם] וואס איז יודע ריבונו ומתכוון למרוד בו, על אף דעם וואס ער זעהט ניסים גלויים און ס׳איז אים נישט קיין ספק אין מציאות ה׳.

3). ער ברענגט ארויס די ambiguous פארם פון נביאה, און בפרט וויאזוי ג-ט לאזט נאך אלעם איבער די בחירה ביים מענטש. דאס זעהט מען אין דעם אין די מקום וויאזוי נח (אין די פילם) קען אויסטייטשען די נביאה צו ער זאל הרג׳נען דאס קינד אויפ׳ן תיבה צו נישט.

(בכלל, צו מיין מיינונג איז עס א rollicking good film. וגם את נח ״באהבה״...)


Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג מאי 17, 2019 5:28 am#430659
Re: פילם "נח"
דאנקען פאר מר. @מי אני פאר'ן ארויפברענגען דעם אשכול, אזוי אז כ'בין געוואר געווארן פון דעם דראמא איבערגעפולטן פילם. כ'האב שוין געהאט אז פילמען זאלן מיר ברענגען טרערן, אבער ממש אויסליידיגן מיינע דמעות זאפאסן האט נאר נח דערווייל באוויזן.

כ'האב געהאט א שווערע צייט צו פארשטיין די אלע מחזות, רוב פרעימס פונעם פילם פארמאגן כמעט נישט קיין ליכטיגקייט און נח רעדט אויף עטליכע אקטאוועס נידריגער ווי מיכאל שניצלער, אבער דאס האלבע שעה דראמא פון נח'ס רציחה שאיפות האט מיר אפגעקויפט. איינער מעג ווען ארויסשניידן דעם חלק און פארקויפן פאר די זעלבע פרייז, אדער פאר טייערער.

דער הויכפונקט איז ווען שם'ס ווייב רעדט איבער נח צו הרג'נען די קינדער ערשט נאך וואס זיי שלאפן איין, און פון געוויין ארויס נעמט זי זיך זינגען א מאמישע ליד, איינשלעפנדיג אירע קינדער צום לעצטן מאל. און דאן ווען נאך עטליכע לאנגע מינוטן ציט נח צוריק און די מאמע ברעכט אויס אין א באפרייענדער געוויין/געלעכטער - אזא געפילן קאמבא האט דאס לעצטע מאל פאסירט ביי מיר ווען מיין ברודער האט מיר געקיצלט אינמיטן וויינען אלס קליין קינד.

בד"וו ווער נאך האט געווארט מ'זאל שוין ענדליך ווייזן די "השחית כל בשר את דרכו"? נע, די אבר מן החי האב איך מיר אליין געקענט פארשטעלן וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט, כ'רעד פון די אנדערע חלקים...