Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » יומענס אף ניו יארק

יומענס אף ניו יארק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 37 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5061
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:16 am#159038
יומענס אף ניו יארק
"אויב זענט איר אדורכגעפארן די ברוקלינער נעווי יארדס נעכטן מיטוואך ביינאכט, וואלט איר געזען אן ערוואקסענעם מענטש וויינען אין א ליידיגן פארקינג לאט". די ווערטער האט ברענדאן סטענטאן געפאוסט אויף זיין בלאג פאריגע וואך דאנערשטאג בייטאג. ווער איז ברענדאן סטענטאן און פארוואס האט ער געוויינט אין א ליידיגן פארקינג לאט אין דעם ברוקלינער נעווי יארד? ברענדאן סטענטאן איז דער פאטאגראפירער און בלאגירער פון יומענס אף ניו יארק (מענטשן פון ניו יארק). סטענטאן איז געווען 25 יאר ווען ער האט זיך געטראפן אן א שטאך ארבעט. ארויס פון קאלדעזש איז ברענדאן געווארן א באנד טרעידער אין שיקאגא. נאך דריי יאר, האט זיין פירמע אים אפגעזאגט צוליב עקאנאמישע שניטן וואס זיי האבן געמאכט. סטענטאן איז געקומען אויף ניו יארק און, זייענדיג ארבעטסלאז, האט ער באשלאסן אנצונעמען א פראיעקט ווי ער וועט פאטאגראפירן מענטשן פון ניו יארק און ווען ער וועט האבן 10,000 בילדער וועט ער דערפון מאכן א מאפע פון ניו יארק סיטי. ער האט אנגעהויבן כאפן די בילדער און זיי ארויפגעשטעלט אויף א פעיסבוק גרופע וואס ער האט גערופן Humans of New York. כאטש ער האט נישט געהאט קיין שום פריערדיגע ערפארונג אין פאטאגראפיע האבן זיינע בילדער אויסגעקוקט גאנץ פראפעסיאנאל.

נאך בערך א יאר פון לייגן בלויזע בילדער האט סטענטאן אנגעהויבן האבן שמועסן מיט די מענטשן וועם ער האט פאטאגראפירט. און סטענטאן האט אנטדעקט אז יעדער מענטש איז אן אוצר מלא, א כאראקטער פאר זיך. סטענטאן האט אנגעהויבן צוצולייגן קורצע זאצן צו די בילדער וועלכע ער האט ארויפגעלייגט אויף פעיסבוק - געווענטליך ציטאטן פון די מענטשן וועמענ'ס בילד ער האט געכאפט. דאס האט גאר שטארק אויסגענומען ביי מענטשן און ביז א קורצע צייט האט זיין פעיסבוק פעידזש אנגעהויבן באקומען טויזענטע לייקס. היינט צו טאגס האט סטענטאן איבער א מיליאן נאכפאלגער אויף סאציאל מידיא, און דער 29 יעריגיער פאטאגראפירער איז א סאציאלער-מידיא שטערן.

זיין הצלחה איז געווען אזוי שטארק, אז הונדערטער ספינ-אפס פון זיין בלאג זענען ארויסגעקומען. עס איז אפילו דא א יומענס אף צפת פעיסבוק פעידזש! סטענטאן האט אויך מיט די יארן פארמולירט אפאר פראגעס וועלכע זענען געצילט ארויסצוברענגן אין קורצע זאצן די טיעפסטע געפילן פון א מענטשן, א שטייגער ווי "ווען דו קענסט ווען געבן ראט פאר א גרויסע גרופע מענטשן, וואס וואלט דאס געווען?" און "וואס איז געווען די טרויעריגסטע צייט פון דיין לעבן?" סטענטאן האט אנטדעקט אז מענטשן זענען גרייט זיך אויפצועפנען פאר א פרעמדן מאן מיט א קאמערא ווי פאר זייערע נאענסטע פריינט.

נאך דריי יאר פאטאגראפירן טויזענטע ניו יארק מענטשן האט סטענטאן באשלאסן צו פובליצירן זיין אייגענעם בוך. גרויסע פובליצירערס האבן אים אפגעזאגט. אפאר האבן געטענהט אז פאטאגראפיע אינטערעסירט נישט קיינעם. אנדערע האבן געהאלטן אז וויבאלד דער בוך אפעלירט נאר צו ניו יארקע איינוואוינער איז דאס נישט אינטערעסאנט פאר אן אינטערנאציאנאלען פובליצירער. איין פובליצירער, סט. מארטין'ס פרעסע, האט יא אנגענומען צו דרוקן דאס בוך. דאס איז געווען א קלוגער שריט פון זייער זייט וויבאלד דער בוך האט באקומען אזויפיל ווי 30,000 ארדערס נאך בעפאר עס איז אפילו געווען צו באקומען!

פאריגע וואך מיטוואך ביינאכט האט ברענדאן סטענטאן געעפנט די ניו יארק טיימס און איז ערשטוינט געווארן צו זען ווי זיין בוך איז אנגעקומען צו זיין דער נומער 1 ניו יארק טיימס בעסטסעלער, איבערנעמענדיג אפילו דאס פלאץ פון ביל אריילי'ס בעסטסעלער "דאס הרגענען פון יעזוס"! דאס האט איבערגעשטיגן אלע ערווארטונגען פאר דעם בוך, און אין זיין ווילדסטען חלום האט סטענטאן זיך נישט פארגעשטעלט אז ער וועט אנקומען צום ערשטן פלאץ אין ניו יארק טיימס.

סטענטאן האט אויך במשך די לעצטע פיר יאר אפגעהאלטן פארשידענע אינדיגאגא אפיעלס ווי ער האט אויפגעטריבן געלט פאר פארשידנארטיגע צדקה צוועקן, פון קויפן א הינטל פאר אן ארעמער אינגל, ביזן אויפטרייבן 300,000 דאלער פאר הוריקעין-סענדי געשעדיגטע. מיט אזא ריזן נאכפאלגערשאפט האט סטענטאן די כוח ארויסצוצוען קליינע סכומים פון טויזענטע מענטשן און אזוי ארום שאפן אסאך געלט.

אבער אזא פאפולעריטעט קומט נישט אן קיין נעגאטיוויטעט. און צום באדויערן האט די נעגאטיווע שטריך פון HONY, ווי זיינע פענס רופן אים, אויך ארויסגערופן נעגאטיווע שטריכן אויף די חסידישע קאמיוניטי פון ניו יארק. ומעשה שהיה כך היה:

בילד
I came upon these two on the sidewalk. They were having a conversation. “Excuse me,” I said, addressing the girl: “I’m sorry to interrupt, but is there anyway I can take your photo?”

"Why would you want my photo?" she asked.
"Because you look beautiful," I said. And she did. She was Sudanese. There is a very distinct beauty among people from the Sudan, and she was filled up with it. Suddenly the man cut in:
"I was just telling her she was beautiful," he said.

Naively, I assumed I had just walked up on one stranger giving a compliment to another. I wanted to capture the moment. “Let me take your photograph together,” I said. The man seemed reluctant, he started smiling nervously and inching away. But the girl called him back.

"Come take a picture with me," she said. Encouraged by her attention, he returned. She put her arm around him, and I took the photo.

As I examined the photos on my camera, the man started whispering to the girl. She answered him in a loud voice: “I told you! I’m not that kind of girl.” She seemed agitated now. Finally sensing that I had misread the situation, I stepped between them. The man began hurrying down the sidewalk.

When the man left, the girl’s demeanor changed completely. She seemed shaken. Her eyes were tearing up. “He just offered me five hundred dollars to go out with him,” she said. “And then when I said ‘no,’ he offered me one thousand. Why does this always happen to me?”

"It happens a lot?" I asked.

"All the time," she said. "I’m sorry I’m getting emotional. I just can’t go out of my house without this kind of thing happening. I have a son. I’m a mother. I would never degrade myself like that. I just don’t understand why this keeps happening."

"Do you mind if I tell this story?" I asked.
"Please," she said. "Tell it."

Let’s hope this man, and all men, realize the emotional damage they are inflicting on the women they try to buy. In the meantime, feel free to SHARE.


נאך אפאר טויזענט קאמענטס אויף פעיסבוק, האט סטענטאן אראפגענומען דאס בילד פון זיין פעיסבוק פעידזש, שרייבענדיג אז ער טוט דאס צוליב די בקשה פון די משפחה. פרויען'ס-רעכטן-גרופעס האבן קריטיקירט סטענטאן פארן אראפנעמען דאס בילד פון פעיסבוק, כאטש ער האט עס געלאזט אויף זיין סייט.

די פארווערטס האט געבעטן סטענטאן זיי צו ווייזן זיינע אידישע מענטשן פון ניו יארק, אבער סטענטאן האט זיי צוגעשיקט א נעבעכדיגע סכום פון פיר בילדער. זייענדיג א שטענדיגע יומענס אף ניו יארק נאכפאלגער, האב איך געמאכט א שטיקל קאלעקציע פון אידישע יומענס אף ניו יארק, אט זענען א טייל פון די אידישע בילדער (קאפירייט רעכטן, ברענדאן סטענטאן):

557812_381081748632598_749418784_n.jpg
557812_381081748632598_749418784_n.jpg (84.55 KiB) געזען געווארן 3263 מאל


428588_259337640807010_1206950461_n.jpg
428588_259337640807010_1206950461_n.jpg (65.96 KiB) געזען געווארן 3263 מאל


425775_381126125294827_1779227129_n.jpg
425775_381126125294827_1779227129_n.jpg (46.18 KiB) געזען געווארן 3263 מאל


391471_352455388161901_506596083_n.jpg
391471_352455388161901_506596083_n.jpg (61.01 KiB) געזען געווארן 3263 מאל


פורים אין קרוינהייטס:
(ליינט פולקאמע דעסקריפציע אויף סטענטאן'ס בלאג)

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:19 am#159041
426004_259284174145690_1351951097_n.jpg
426004_259284174145690_1351951097_n.jpg (49.26 KiB) געזען געווארן 3263 מאל


247374_372553546152085_1910423600_n.jpg
247374_372553546152085_1910423600_n.jpg (63.95 KiB) געזען געווארן 3263 מאל


377453_379336652140441_741790025_n (1).jpg
377453_379336652140441_741790025_n (1).jpg (66.61 KiB) געזען געווארן 3263 מאל


318919_386342644773175_2109787968_n.jpg
לאה ווינסענט מיט איר זון
318919_386342644773175_2109787968_n.jpg (39.29 KiB) געזען געווארן 3263 מאל
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:20 am#159042
tumblr_mbdpbmRNjX1qggwnvo1_1280.jpg
tumblr_mbdpbmRNjX1qggwnvo1_1280.jpg (47.86 KiB) געזען געווארן 3261 מאל


tumblr_miqw9u4dKp1qggwnvo1_1280.jpg
tumblr_miqw9u4dKp1qggwnvo1_1280.jpg (93.07 KiB) געזען געווארן 3261 מאל


tumblr_mtg8izrAgy1qggwnvo1_1280.jpg
tumblr_mtg8izrAgy1qggwnvo1_1280.jpg (100.54 KiB) געזען געווארן 3261 מאל


tumblr_mtp0xlkBe01qggwnvo1_1280.jpg
א חול המועד טריפ
tumblr_mtp0xlkBe01qggwnvo1_1280.jpg (101.46 KiB) געזען געווארן 3261 מאל
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:22 am#159043
579473_289364257804348_304405554_n.jpg
579473_289364257804348_304405554_n.jpg (57.97 KiB) געזען געווארן 3262 מאל


tumblr_malmc1HRtW1qggwnvo1_1280.jpg
געזען אין וויליאמסבורג
tumblr_malmc1HRtW1qggwnvo1_1280.jpg (75.39 KiB) געזען געווארן 3262 מאל


tumblr_maju3o2gri1qggwnvo1_1280.jpg
tumblr_maju3o2gri1qggwnvo1_1280.jpg (78.01 KiB) געזען געווארן 3262 מאל


tumblr_malmcrGr831qggwnvo1_1280.jpg
תורה עם דרך ארץ
tumblr_malmcrGr831qggwnvo1_1280.jpg (79.19 KiB) געזען געווארן 3262 מאל
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:25 am#159044
577583_308825402524900_88817694_n.jpg
577583_308825402524900_88817694_n.jpg (48.17 KiB) געזען געווארן 3256 מאל


543506_291592764248164_207788692_n.jpg
543506_291592764248164_207788692_n.jpg (37.14 KiB) געזען געווארן 3256 מאל


377453_379336652140441_741790025_n (1).jpg
377453_379336652140441_741790025_n (1).jpg (66.61 KiB) געזען געווארן 3256 מאל


540268_308864809187626_1693434295_n.jpg
540268_308864809187626_1693434295_n.jpg (48.32 KiB) געזען געווארן 3256 מאל
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:27 am#159045
563455_290817324325708_1067321793_n.jpg
563455_290817324325708_1067321793_n.jpg (66.17 KiB) געזען געווארן 3257 מאל


545401_370843722989734_1344822864_n.jpg
545401_370843722989734_1344822864_n.jpg (50.38 KiB) געזען געווארן 3257 מאל


535357_285297611544346_798524623_n.jpg
535357_285297611544346_798524623_n.jpg (66.78 KiB) געזען געווארן 3257 מאל


559064_338468082893965_775382494_n.jpg
559064_338468082893965_775382494_n.jpg (63.73 KiB) געזען געווארן 3257 מאל
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:30 am#159046
tumblr_mrnbf8HLZS1qggwnvo1_1280.jpg
"אזויפיל" דארף א קינד צו זיין פרייליך. די פראבלעם איז אז ווען מ'ווערט עלטער דארף מען פיל מער.
tumblr_mrnbf8HLZS1qggwnvo1_1280.jpg (42.78 KiB) געזען געווארן 3255 מאל


tumblr_mrnjzzD8cJ1qggwnvo1_1280.jpg
tumblr_mrnjzzD8cJ1qggwnvo1_1280.jpg (35.36 KiB) געזען געווארן 3255 מאל


576767_303748796365894_2109660442_n.jpg
576767_303748796365894_2109660442_n.jpg (50.15 KiB) געזען געווארן 3255 מאל


564622_367562619984511_1751932279_n.jpg
564622_367562619984511_1751932279_n.jpg (51.21 KiB) געזען געווארן 3255 מאל
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:01 pm#159050
וועגן די פרשה פון די חסידישע איד האב איך געשריבען דא
l viewtopic.php?f=26&t=589 l
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:05 pm#159052
(דאכציך דער פארווערטס ארטיקל איז נאר פון אזעלכע בילדער וואס זענען ערשינען אין דער בוך)
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:17 pm#159072
אויף דעם חוה"מ טריפ בילד האט זיך געטוהן א גאנצע געטיאכץ אויף זיין פעיסבוך פעידזש אויב דער אויף די רעכטע זייט איז א זוהן אדער נישט.

מ'קען זעהן אין די קאמענטס אז ער דערגרייכט א אודיענץ וואס האט נישט דאס מינדעסטע השגה איבער ארטאדאקסישע אידענטום'ס לעבענסשטייגער. אנדערע זענע יא גאנץ באקאנט.
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:18 pm#159117
דאס איז מיר געפאלען פון זיין סייט.
בילד
השמח בחלקו
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 1:10 pm#159670
נאך א טאג פון 'היומענס אוו ניו יארק' און נאך א געשיכטע שפילט זיך אפ. נעכטן האט בראנדאן סטאנטאן געשריבן אויף פייסבוק איבער א מענטשן וועמען ער האט אנגעטראפן, און יענער האט אים דערציילט "די וואונדערלעכסטע געשיכטע". ער האט געזאגט אז ער און זיין ווייב האבן נישט געקענט פארשוואנגערט ווערן, און זי האט שוין געוואלט אדאפטירן א קינד. ער האט אבער געהאלטן אז ער וועט קיינמאל נישט קענען ליב האבן א קינד וואס איז נישט פון זיין בלוט.

איין טאג האט ער געזען א טעלעוויזיע פראגראם מיט זיין ווייב איבער רעטונג-ארבעט אין עטיאפיע. זיי האבן געוויזן פאר-און-נאכדעם בילדער פון קינדער וואס זענען געווארן געראטעוועט און רעהאביליטירט. ער האט געזען א מיידל, הויט און ביין, וואס זעקס חדשים שפעטער האט זי אויסגעזען ווי א נארמאל קינד. "גלייך דאן, האב איך מיך אויסגעדרייט צו מיין ווייב, און איך האב געזאגט, 'איך בין גרייט צו אדאפטירן'".

דאס פארפאלק האט אדאפטירט א האלב-בלינדע זיבן-יעריק מיידל, וועלכע איז היינט, דריי יאר שפעטער, שוין געוואקסן א פוס העכער, רעדט א פלוסיקן ענגליש, שפילט פוסבאל, גימנאסטיק, און באסקעטבאל. זי איז שטארק מצליח אין שולע, און האט פילע חברים. "זי איז די וואונדערלעכסטע טאכטער אין דער וועלט", פירט ער אויס.

סטאנטאן האט אים געפרעגט אויב ער קען מיטטיילן די געשיכטע אויף זיין בלאג, און יענער האט מסכים געווען. דערויף האט ער שעמעוודיק געפרעגט אויב סטאנטאן קען העלפן אויפטרייבן די פאנדן צו קענען אדאפטירן א ברודערל פאר דער טאכטער. "מיר האבן אים שוין געטראפן, אבער מיר זענען נאך נישט פינאנציעל גרייט".

לאמיר אהיימברענגען דאס קינד! האט סטאנטאן אויסגעפירט.

סטאנטאן האט צוגעלינקט צו א וועבסייט וואו ער האט געשטעלט דעם ציל צו שאפן $26,000 אין לויף פון 32 שעה. אין ווייניקער ווי א שעה איז דער ציל איבערגעשטיגן געווארן, און איצט האלט עס ביי $78,051.
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 3:22 pm#159726
א דאנק הציץ ונפגע פאר די אינטערעסאנטע אשכול, עס איז מיר געווען א נייעס.

דורכקוקנדיג זיין סייט, האט מיר געכאפט די בילד

בילד

דארונטער א טרוקענע פאקט,

Last guy who messed with him got whacked.

ידע הציבור ויזהר...
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 10:41 pm#159809
ער איז געוויס א גלגול פון אדון טשורטשיל.
"Just make sure you don’t put me on a porno site. Actually, you can even do that. I don’t care."
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:32 am#159861
אוי, דו ווייסט וואס זיי האבן געמאכט מיט דעם מענטש? ער האט געהאט א קאנטעסט מ'זאל פאטאשאפירן דעם טשורטשיל-אפשטאמיגער אין מאדנע פאזיציעס. ער האט ארויפגעשטעלט נאכדעם צענדליגע בילדער. hilarious.
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:51 am#159868
יידל האט געשריבן:אוי, דו ווייסט וואס זיי האבן געמאכט מיט דעם מענטש? ער האט געהאט א קאנטעסט מ'זאל פאטאשאפירן דעם טשורטשיל-אפשטאמיגער אין מאדנע פאזיציעס. ער האט ארויפגעשטעלט נאכדעם צענדליגע בילדער. hilarious.


לינק? א דאנק.
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:40 pm#159945
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:48 pm#159949
יידל האט געשריבן:https://www.facebook.com/media/set/?set=a.542386599168778.1073741828.102099916530784&type=1


ייש"כ, דאס איז ריזיג!!
מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 6:44 pm#162552
אן אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט בראנדאן סטאנטאן, און דער מענטש וואס האט אים דאס מערסטע גערירט:
m http://screen.yahoo.com/daily-shot-with ... 00019.html m
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 3:47 pm#165390
שמערצלעך.
דינסטאג אפריל 08, 2014 6:13 pm#195336
היומענס אוף ניו יארק האט היינט א שיינע בילד פון א אינגע היימישע פארפאלק. זייער מעסעדזש האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין אביסל קאנטראווערסיאל, עי' בהתגובות שם ותמצא נחת.
דינסטאג אפריל 08, 2014 6:49 pm#195341
I can't see the comments. could you post a link
דינסטאג אפריל 08, 2014 10:55 pm#195401
דינסטאג אפריל 08, 2014 11:35 pm#195409
What do you want most for her?

Before you ask that, you must know what we want for ourselves. Sure we want her to be happy. And to be successful. But for us, above all it is about serving God.


דער געפעלט מיר נישט, ער האלט א קאוק אין האנט און רעדט נאך פון גאט? רחמנא לישזבן וואו מהאלט שוין היינט.

באמת איך האלט שטארק פון זיין ענטפער, זייער צום פוינט ער איז שטאלץ מיט זיין רעליגיע, א קידוש השם.
זונטאג יוני 22, 2014 7:00 pm#207469
את אשר יגורתי בא

m https://www.facebook.com/humansofnewyor ... =1&theater m

"I've always been terrified of running into you and having absolutely nothing to say."