Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט

באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5094
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 3:07 pm#159921
באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
באנקסי איז א פסעוודאנים פאר א גראפיטי-קינסטלער פון ענגלאנד, וועלכער איז בארימט מיט זיינע סאטירישע גאסן-קונסט און סובווערסיווע עפיגראמען וואס קאמבינירן טונקעלן הומאר מיט גראפיטי, געמאלן אין אן אייגנארטיקן שאבלאנען טעכניק. זיינע מאלערייען נעמען צומאל אריין די אומגעבונג, און מאכן אן איינדרוק ווי זיי פאסן אריין אין דער סצענע.

זיינע מאלערייען ווערן געמאכט אומלעגאל, און ער דארף כסדר אויסמיידן די פאליציי. טייל פון זיינע ווערק זענען פארקויפט געווארן פאר צענדליקער טויזנטער דאלארן.

באנקסי געפונט זיך איצט אין ניו-יארק, אין אויף זיין וועבסייט שטעלט ער כמעט יעדן טאג ארויף זיינע פרישע מאלערייען.

א אידישע פירמע איז געווען אין די נייעס די וואך, נאכדעם וואס באנקסי האט אנגעפירקלט דעם הינטערשטן טיר פון אירס א טראק, און די פירמע האט באקומען אן אנבאט צו פארקויפן דעם טיר פאר $75,000.
בילד
דער טיר פון דעם טראק

נאך גראפיטי קונסט-ווערק פון באנקסי:


בילד

בילד

בילד

בילד

באנקסי האט געמאכט ניין גראפיטי ווערק אויף דער ישראל-פאלעסטינער סעגרעגאציע וואנט אין יהודה ושומרון.

בילד

בילד

בילד
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:18 pm#159939
ווי איז די בילד מיט די אויפשריפטען וועגן געטא?
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:25 pm#159941
South Bronx
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:43 pm#159947
איך האב געקלערט עס איז פאסיג פאר ווילאמסבורג, נאר וואס דען באנקסי האט זיך קודם דורך גערדט מיט יששכר כ"ץ ער האט עם מבטיח געווען אז די טויערן פון די געטא זענען שוין אויפגעבראכען, מער וועט קיינער נישט זיין 'סטאוק' דארטען....
מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 6:20 pm#162088
נישט צו גלייבן, אין October 13 דהאי שתא האט דער בחור ארויסגעשטעלט זיינע סחורה צו פארקויפן אין די איסט זייט פונעם סענטרל פארק אויף א טישל ציווישן אלע art טישלעך בתוך הבאים פאר א נישטיגע $60 א שטיקל. עולם גולם נישט וואוסענדיג פון וואס דער מדובר איז (און נישט כאפנדיג א בליק אויף די חתימה) שפאצירט דורך אין די מאסן און לאזט די מצב לויפן. סוף טאג, שוין נאכן אראפהאנדלען, לייזט ער א ס"ה פון $420 . אויף זיין וועבסייט לאזט ער מעלדן די חסידים אז דער טיש איז שוין פערטיג, נישטא וואו צו לויפן.

דערמאנט מיר די מעשה מיט Joshua Bell אין די וואשינגטאן די.סי. metro station

מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:16 pm#162130
איך וואלט יא געכאפט.
מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 11:03 pm#162141
ווי גיבסט דאס אז מען זאל אים נישט אויפכאפן ? אפשר האבן די פאליציי געמאכט א יד אחת מיט זיינע געשעפטן ? כ'טראכט נאר..
מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 11:15 pm#162146
דייטל האט געשריבן:ווי גיבסט דאס אז מען זאל אים נישט אויפכאפן ? אפשר האבן די פאליציי געמאכט א יד אחת מיט זיינע געשעפטן ? כ'טראכט נאר..

דא האסטו
מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 11:17 pm#162147
ועוד אחת
מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 11:55 pm#162155
פיין כעלעמער

איך כאפ שוין, ער ארבעט מיט סטענסילס,סאו די גאנצע מעשה נעמט אים אפאר סעקונדעס.
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 6:03 pm#165416
א גוטע ידיד האט רעקאמענדירט די דאקומענטרי פילם Exit through the gift shop, איבער סטריט ארטיסטן בכלליות און בפרט באנקסי. ער איז אויך די פראדוצירער פון די פילם. די פילם צייגט די ארבייט און ווערק פון אפאר באקאנטע סטריט ארטיסטן. עס איז אינטערעסאנט און גאנץ פאני.

די פילם טוט אויך ברייט דעקן די סטריט ארטיסט פון לאס אנדזשעלעס Thierry Guetta - a. k. a. Mr. Brainwash.. ער איז געווארן א סטריט ארטיסט נאכן זיך דרייען און פילמען פאר לאנגע יארן די גרויסע סטריט ארטיסטן. ער האט אנגעהויבן מיטן אנפירקלן די ווענט מיט א סטענסיל-סטייל בילד פון זיך. ער האט געמאכט א ריזיגע גאלעריע עפענונג אין 2008 וואו ער האט געלייזט א מיליאן דאלער אין די ערשטע פאר טעג דורכן פארקויפן זיינע קרעפ (אין מיין אפיניאן).

א טייל פון זיין ארט איז פשוט נעמען א בילד און צולייגן עפעס א קלייניגקייט ווי לדוגמא א שווארצע פינטל. וואס איך האב ארויס גענומען פון דעם איז אז ארט איז נישט דוקא שיין ביי קאנצענזוס, נאר עס גייט ביי דעם אויך אן די כלל פון beauty is in the eyes of the beholder. עס איז נישט דא קיין כללים דערביי אזוי ווי אנדערע חכמות. א נער'ישע ווינט קען מאכן א שטיקל פלעסטיק בעג מיט דריי סטיקערס דערויף ווערד א מיליאן דאלער. והיינו טעמא ד'מאדערן ארט.


.
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 6:11 pm#165419
א לינק צו די פולע מאווי.
m http://www.dailymotion.com/video/xtua7w ... _lifestyle m
מיטוואך אפריל 16, 2014 10:00 pm#196212
א פרישע מאלעריי וואס איז אנגעבלעך פון באנקסי איז איצט אין די נייעס. אין דעם בילד טוט דער קינסטלער אפשפעטן פון צוגעבונדנקייט צום סמארטפאן, און ווי דאס צעשטערט אמתע מענטשלעכע קשרים.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:01 pm#227119
ווידעראמאל איז "באנקסי" אין די נייעס, דאס מאל צוריק אין לאנדאן. א באנקסי גראפיטי אויף א בילדונג אין עססעקס לאנדאן האט ארויסגערופן בייז בלוט ביי טייל וואס פארשטייען נישט קיין חכמות און געזען דעם שטיקל קונסטווערק אלס ראסיסטיש און באוואויגן די שטאט טאטעס פטור צו ווערן פון איר איבערנאכט. אינדערערפרי ווען די טעלעפאנען האבן אנגעהויבן צו טרומפייטערן אין די לאקאלע שטאטראט אפיסעס האט זיך ארויסגעשטעלט אז נישטאמאל האבן זיי, די באהיטער פון די שטאט געהאט אן אנונג אז דא רעדט זיך נישט ווייניגער פון א "באנקסי". זייער אנטווארט צו די רעפארטער? "ס'גייט אונז אן אין די לינקע פיאטע ווער באנקסי איז, ראסיזם האט דא נישט קיין פלאץ". גיי זיי מסביר קונסט פאר א שטאטישע ארבייטער. "אויב שמעקט אים", זאגן זיי, "זאל ער צוריקומען און אויפצייכענען עפעס וואס אונז פארשטייען אז ס'פאסט זיך".
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:14 am#229311
Banksy
מען האט געכאפט באנקסי!

m http://nationalreport.net/banksy-arrest ... -revealed/ m
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:22 am#229313
חח ביסט אויך געפאלן פאר די הואקס וואס איז געגאנגן וויירל.
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:32 am#229315
איך אויך האט געשריבן:חח ביסט אויך געפאלן פאר די הואקס וואס איז געגאנגן וויירל.


Yes. I didn't realize it was a hoax.
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:35 am#229317
איך האב געליינט ביז די פיסקא אז מען האט ביין עם געטראפן טויזענטער פאלשע דאלארן ,יעדער מיט א טראפ שכל פארשטייט אז א ארטיסט וואס דרייט מיליאנען מאכט זיך נישט שמוציג די הענט מיט פאלשע וואלטן צו מאכן נאך אפאר פרוטות.
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:37 am#229318
איך אויך האט געשריבן:חח ביסט אויך געפאלן פאר די הואקס וואס איז געגאנגן וויירל.


I see that one of the commentors is saying that the hoax is a hoax. According to this commentor, Banksy's lawyer is putting out these "hoax" articles trying to regain some of Banksy's mystery. Now who to believe?
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:43 am#229319
באנסקי פארשטייט צו PR פונקט אזוי גוט ווי צו ארט. די מער ער איז די נייעס די מער וועליו זיין ברענד איז ווערד.
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:43 am#229320
איך אויך האט געשריבן:איך האב געליינט ביז די פיסקא אז מען האט ביין עם געטראפן טויזענטער פאלשע דאלארן ,יעדער מיט א טראפ שכל פארשטייט אז א ארטיסט וואס דרייט מיליאנען מאכט זיך נישט שמוציג די הענט מיט פאלשע וואלטן צו מאכן נאך אפאר פרוטות.

זיי פארענפערן שפעטער אז דאס איז זיכער אויך געווען ארט שטיקער, נישט געמאכט פארן געלט באנוץ. (מיר איז די אוטענטישקייט פון די נייעס געווען פארדעכטיגט גלייך פון אנפאנג, זעהנדיג אויפן קעפל א בילד פון טעד קרוז..)
מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:03 pm#254023
נאך פון באנקסי
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:49 am#256038
באנקסי טראגט אייך אויף א קורצע (2 מינוט) עקסקלוסיוו ווידיאו טאור!
m http://www.banksy.co.uk/index5.asp m
זונטאג מערץ 01, 2015 12:26 am#256316
אין "עזה" אפירגעקומען, דער באנסקי!
א פיינע אנטיסעמיט, דער באנסקי, שיינט ער צו זיין.
26artsbeat-banksy2-articleLarge.jpg
26artsbeat-banksy2-articleLarge.jpg (86.55 KiB) געזען געווארן 3779 מאל
מאנטאג מערץ 02, 2015 9:23 am#256629
באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
דא האסטו זיין ווידיא וואס ער האט געמאכט וועגן עזה. ער טענה'ט ער איז אנגעקומען דארט דורך די טונעלן פון עגיפטן. יא, אן אנטיסעמיט שיינט ער צו זייןyoutube]http://youtu.be/3e2dShY8jIo[/youtube] .o]
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 8:54 am#297519
די לעצטע אינישעטיוו פון באנקסי - אן אנטי אמיוזמענט פארק!

בילדער:
m http://www.nytimes.com/slideshow/2015/0 ... d=pl-share m

ארטיקל:
m http://www.nytimes.com/2015/08/24/arts/ ... r-all.html m
פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 3:11 pm#312040
אין א טרויעריג בארימטע פליטים לאגער אין פראנקרייך. סטיוו דזשאבס עלטערן זענען געווען סירישע אימיגראנטן.
מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 8:40 pm#312062
ישראל קאפקע האט געשריבן:אין א טרויעריג בארימטע פליטים לאגער אין פראנקרייך. סטיוו דזשאבס עלטערן זענען געווען סירישע אימיגראנטן.

נעבעך: מיין הארץ גייט אויס פאר רחמנות...אנא ממך. געפון עפעס א קאנעקשן וויאזוי די פארשאלטענע ציונים ימ"ש די מערדערליכע צה"ל זענען שולדיג אין דעם פליטים פראבלעם. (כ'עלל דיר אויסזאגן א סוד)...ששש...אין אונזערע אנטי-ציוניסטיש אנטי-אידישע קרייזן שמועסט מען אז די פארשאלטענע ציונים פון מדינת ישראל שטייען אונטער די ארגאניזאציע אייסיס. זאג עס נישט הויעך. הרב ישראל מ. סופר און הרב ש.ב. מרגליות קענען עס נאך הערן. און זיי וועללן עס באשרייבן אין זייערע צייטונגען!...ן
מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 10:23 pm#312072
Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
בערל מיין שאלה צו דיר וואס איז דיין אבסעסיע מיט די ציונים, איך האב שוין עטליכע מאל דיך געפרעיגט, אבער דא קומט עס נישט אריין,
מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 10:27 pm#312073
פליקער די האסט יעצט אריינגעביסן! ידידינו בערל גייט יעצט שיסן פולווער ווי א קאנאן. אזש די נטורי חרתא גייען צוגיין אין אש און פארעך.
מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 10:49 pm#312078
Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
פליקער האט געשריבן:בערל מיין שאלה צו דיר וואס איז דיין אבסעסיע מיט די ציונים, איך האב שוין עטליכע מאל דיך געפרעיגט, אבער דא קומט עס נישט אריין,

דאס טאקע באדערט עים אז ביי יעדע נייעסל וכדומה קומען אפאר קרום קעפ און לייגען אן די שילד אויף די ציונים אפילו עס קומט טאקע נישט אריין דארט אויף דעים אויף מאכט ער ליצנות פון זיי און טאקע ווי עס קומט נישט אריין ברעינגט ער אראפ די נושא.
מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 10:51 pm#312079
Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
גר ותושב האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:בערל מיין שאלה צו דיר וואס איז דיין אבסעסיע מיט די ציונים, איך האב שוין עטליכע מאל דיך געפרעיגט, אבער דא קומט עס נישט אריין,

דאס טאקע באדערט עים אז ביי יעדע נייעסל וכדומה קומען אפאר קרום קעפ און לייגען אן די שילד אויף די ציונים אפילו עס קומט טאקע נישט אריין דארט אויף דעים אויף מאכט ער ליצנות פון זיי און טאקע ווי עס קומט נישט אריין ברעינגט ער אראפ די נושא.

Oh no
דאס איז סתם א אבסעסיע פון וואס עס איז כדי זיך אפצישאקלען.
מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 10:53 pm#312080
Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
דאס איז א קעיגן זייטיגע אבסעסיע אקעיגן מענטשען וואס האבן אן אבסעסיע אקעיגן די ציונים
מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 10:58 pm#312082
באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
יעצט פעלט זיך נאר אויס א דריטע רינג פון די וואס האבן א אבסעסיע קעגן די וואס האבן א אבסעסיע קעגן די וואס האבן א אבסעסיע קעגן די ציונים (זעסט בערל אלס די ציונים׳ס שולד ווען נישט זיי וואלטן מיר נישט געהאט דעם פראבלעם) ,
איין שאלה נאר בערל מילא ש.ב. סופר מיט מרגליות קען איך פארשטיין דאס איז דאך זייער פרנסה… אבער דו וואס האסטו פון דעם?
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 4:42 am#312115
גר ותושב האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:בערל מיין שאלה צו דיר וואס איז דיין אבסעסיע מיט די ציונים, איך האב שוין עטליכע מאל דיך געפרעיגט, אבער דא קומט עס נישט אריין,

דאס טאקע באדערט עים אז ביי יעדע נייעסל וכדומה קומען אפאר קרום קעפ און לייגען אן די שילד אויף די ציונים אפילו עס קומט טאקע נישט אריין דארט אויף דעים אויף מאכט ער ליצנות פון זיי און טאקע ווי עס קומט נישט אריין ברעינגט ער אראפ די נושא.

גר ותושב: יישר כח. ממש דאס איז עס. דו האסט יורד (אדער עולה) געווען לסוף דעתי. ביי אונז ציונים זאגט מען בולל. און ביי אונז ערליכע אידן זאגט מען קולע געווען אל השערה...! געטראפן אין ציעל. איך אליין האב עס נישט געקענט אזוי גוט מסביר זיין. ס'איז נישט קיין אבסעסיע מיט ציונים. פונקט פארקערט די פעולות און אומ-סענסיטיוויטעט פון געוויסע פארשוינען ( מלשון פרשנדתא) וועלכע זוכן צו באשולדיגן די ציונים אין אלץ אין דער וועלט. אט דאס באדערט מיך. ווען אין די זעלבע צייט פארגעסן זיי אז די גויים די אנטיסעמיטן האבן זיי (די אזוי-גערופענע קנאים) פונקט אזוי שטארק פיינט ווי זיי האסן דעם גרעסטן ציוניסט. און זיי וועלן איהם נישט געבן א טשענס צו דערקלערן אז ער איז קעיגן די מדינה. נאר זיי וועלן איהם תיכף הרג'נען. פונקט אזוי ווי דעם גרעסטן ציוני.
אבער איינער וועלכער איז געבוירן און אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג עיר הקדשה קען דאס נישט פארשטיין. (ראה תגובת פליקער לעיל(...!
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 4:46 am#312117
ירא שמים האט געשריבן:יעצט פעלט זיך נאר אויס א דריטע רינג פון די וואס האבן א אבסעסיע קעגן די וואס האבן א אבסעסיע קעגן די וואס האבן א אבסעסיע קעגן די ציונים (זעסט בערל אלס די ציונים׳ס שולד ווען נישט זיי וואלטן מיר נישט געהאט דעם פראבלעם) ,
איין שאלה נאר בערל מילא ש.ב. סופר מיט מרגליות קען איך פארשטיין דאס איז דאך זייער פרנסה… אבער דו וואס האסטו פון דעם?

ירא שמים: איך מיין עס ערנסט. ווי די מעשה מיט די אידענע וועלכע איז געקומען צו דעם אהבת ישראל און זיך באקלאגט אויף איהר זון אז ער האט לעצטנס אנגעהויבן צו מאכן פארשידענע מאדנע תנועות מיט די הענט. האט איהר די רבי געזאגט...איך טוה דאך אויד אזוי...! האטציך די אידענע אנגערופן...אבער ער מיינסט עס ערנסט... :lol: :roll:
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 9:34 am#312127
הלכה למעשה פון די אלע תגובות, איז באנקסי א ציוני?
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 12:35 pm#312141
שמעקעדיג: אונז וועלן דאס איבערגעבן פאר די עקספערטן, זיי זאללן דן זיין צו ער איז א ציוני, אדער נישט. אבער דאס איז כו"ע מודי אז ער איז א גרויסער ארטיסט...!
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 9:23 am#413984
באנקסי האט געמאכט דראמאטישע נייעס דעם שבת, ווען זיינס א מאלעריי וואס האט זיך פארקויפט פאר 1.4 מיליאן דאלאר איז סעקונדעס נאכ'ן פארקויפט ווערן ביי דער ליציטאציע דורכגעפארן א "שרעדער" וואס באנקסי האט באהאלטן אין דעם פרעים.
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 9:42 am#413985
ס'איז נישט זיכער אז באנקסי אליין האט עס געטון (אפשר יעצט שוין יא, אנהייב איז נישט געווען זיכער). אויב יא - זאגן זיי, דארף עס יעצט זיין ווערד מער פון 1.4....
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 9:44 am#413986
מינוטן נאך דער מעשה האט באנקסי ארויסגעשטעלט א ווידעא ווי ער אינסטאלירט דעם שרעדער אינעם פרעים.
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 9:57 am#413987
Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
באנקסי האט שוין צו-באקומען איבער א מיליאן נאכפאלגער אויף אינסטאגראם, זינט דעם עפיזאד.
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 10:03 am#413988
Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
פארוועם האט ער געמאכט די פעינטינג און וואס איז זיין פראבלעם אז עס ווערט פארקויפט ?
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 10:50 am#413989
Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
בחוזק יד הוציאנו ה' ממצרים
מיטוואך אקטאבער 17, 2018 10:38 pm#414627
באנקסי האט היינט ארויסגעגעבן א ווידעא וועגן זיין שפיצל:

m https://youtu.be/vxkwRNIZgdY m
זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:51 am#414816
איך פרוביר צו כאפן וואס זיין מטרה דא איז. וועם פרובירט ער צו שטעלן אין פלאץ? וואס פאר א לעסאן וויל ער אויסלערנען און וועם?
זונטאג אקטאבער 21, 2018 10:18 am#414819
Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
זיין מטרה אונטער אלעם איז צו זיין עקסטרעם אייגנארטיג, אזוי ווייט ווי ס'קען גיין.

דערנאך איז דא מעסעגעס וואס ער וויל ארויסברענגן מיט זיין ארט. אפיציעל וויל ער נישט אז זיין ארט זאל פארקויפט ווערן...

(אגב, אסאך האלטן אז דאס איז א טיעם פון מענטשן, נישט בלויז א יחיד.)
זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:00 pm#414859
דער באנקסי איז א וויסטער אנטיסעמיט און קוריאזער משוגענער, עס איז א שאד אים צו באלויבן אויף זיינע הערליכע האנטווערק ווען אין זיינע אדערן זידן אנטיסעמיטישע ראסיסטישע אייז קאלטע בלוט, כ'ווייס אז מען קען אמאל שוואך ווערן פאר ארט אבער א פארט וואלט איך נישט הנאה געהאט פון א נאצישער אדער אראבישער מאלעריי.