Under maintenance
הויפט זייט » ארגאניזאציעס וואס פארדינען אונזער רעספעקט און סופארט

ארגאניזאציעס וואס פארדינען אונזער רעספעקט און סופארט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5131
דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 12:26 pm#160907
ארגאניזאציעס וואס פארדינען אונזער רעספעקט און סופארט
אין די סעריע פון פאזעטיווע אשכולות: (קרעדיט: ATUB @שמעקעדיג ATUB )

איך האב שוין געשריבן אויף אנדערע פלאץ ( l viewtopic.php?p=157153#p157153 l ) אז אנשטאט בלאבלען און בלאבלען איבער אונזער אידישע פראבלעמען, איז דא יחידים אדער ארגענעזאציעס וואס טוען צו די זאך. די אלע באבלערייען איז זייער גוט, אבער ווערטלאז למעשה. איך וויל מיט דעם אשכול ברענגן אויפמערקזאמקייט צו די וואס טוען למעשה, ווייל דאס איז די איינציגע עצה פאר די אלע פראבלעמען. מיינע ווערטער דא זענען אויך בעצם געבלאבעלט, אבער די ציל איז אז די עושה לשמה זאלן באקומען אנערקענוג און סופארט.
דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 12:29 pm#160909
דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 12:33 pm#160911
ORA
m http://www.getora.org/ m
m http://www.youtube.com/ORAgunot m
ORA איז א ארגענעזאציע וואס העלפט עגונות באקומען א גט אויף א לעגעלע אופן. ס'איז געווען אסאך שמוץ לעצטענס וועגן די וואס האבן געטוהן מעשים אשר לא יעשו. די ארגענעזאציע טוט אבער למעשה מיט געבן חיזוק און פראקטישע עצות פאר די עגונות. אויב פעלט אויס וועלן זיי אפילו ארגאנעזירן פראטעסטן. איך זיך נישט אריין צו קריכן אין דעם גאנצן נושא צו די פרויען/מענער זענען גערעכט וכו' וואס פארנעמט שוין בלעטער על גבי בלעטער דא אין ק"ש, נאר אזוי סאך ארויסצוברענגן, אז ס'איז אויך דא עסקנים וואס טוען צו די זאך לעגאל און בדרך התורה צו העלפן די צובראכענע פרויען.

די לעצטע פאר יאר האבן זיי שוין ערלעדיגט 200 גיטין!!!!

א קליפ פון א פראטעסט:
דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 12:35 pm#160912
דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 12:39 pm#160915
לשלימות האשכול ברענג איך וואס כ'האב געשריבן דא: l viewtopic.php?p=157153#p157153 l

OUR PLACE איז א ארגענעזאציע וואס פאלט נישט אונטער איין קאטיגאריע. ס'איז נישט קירוב, הצלה, ביקור חולים, אדער א ישיבה, ס'איז אלע פון דיע און נאך. איך האב גארנישט מיט זיי, איך בין נאר אריינגעפאלן ביי זיי אויף Ave. M אפאר יאר צוריק און נשתומם געווארן פון זייער ארבייט.

ס'דא אסאך וואס האבן ליב צו רעדן און רעדן און רעדן פון די טייערע צובראכענע אידישע קינדער וואס זענען ארויסגעפאלן פונעם סיסטעם. טייל רופט מען שקצים, אנדערע רופט מען דראפ אוטס, און אויף אנדערע האט מען שוין געשטעלט מציבה און ארייגעקריצט מיט גרויסע שווארצע אותיות OTD.

OUR PLACE טוט צו די זאך, זיי האבן א לאקאציע אין פלעטבוש וואס איז אפן פאר די טייערע בחורים. די בחורים קומען פון יעדע בעקגראנד מ'קען נאר טראכטן. מ'געט זיי צו עסן, קאלוזש קארסעס, טעהראפי, א געשמאקע gym, מוזיק קלאסן און נאך צענדליגע סערוויסעס. מ'קען זיי רופן 24 שעה א טאג פאר חיזוק, הילף אדער עמירזשינסי. איך קען נישט אלע עסקנים דארט, נאר איינער חיים גלאנץ קען איך אויפן נאמען, א בארא פארקער וואס געבט זיך איבער בלב ובנפש פאר זיי.

איך בין מורדיג נתפעל געווארן ווען איך בין דארט געווען, הלוואי וואלט איך זיי געקענט באווארפן מיט געלט זיי צו העלפן סערווין די איבער טויזענט (!) בחורים און מיידלעך זיי העלפן א יאר. (זיי האבן ערגעץ א לאקאציע פאר מיידליך.) זיי גייען שוין אן יארן שטיל, לעצטענס פאנדרעזען זיי אקטיוו צוליב גרויסע שניטן און די סיטי בוזשעט פאר נאנ-פראפיטס.

זייער זייטל: m https://www.ourplaceny.org/index.html m
זייער יוטוב טשאנעל: m http://www.youtube.com/user/OurplacenyD m ... ture=watch
דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 1:04 pm#160929
רויטע וואנצעס: איך האב שוין געווארט פאר אזא אשכול א לאנגע צייט: איין אזא ארגאניזאציע וואס פארדינט זיכער איעדנ'ס רעספעקט איז משביע. נישט געקוקט אויף די לשון הרע'ס וואס מ'רעדט (די רעדערס, די ליצני הדור,. די אומפארגינערס.) אלס איינער וואס האט אבזערווירט א טייל פון די אפעראציע פון דער נאנט קען איך זאגן אז זיי שטעלן צו הערליכע סעודות, טעגליך, אריינגערעכנט שבתים און יו"ט פאר נצרכים, בדרך כבוד. נישט נאר סתם כבוד. נאר כבוד מלכים (פאר בני מלכים), ס'איז גארנישט קיין גוזמא. ווייל א חוץ די הויכע קוואליטעט פון די מאכלים ווערט עס סערווירט אין אן אטמאספער פון העכסטן רעספעקט. א שטייגער ווי מ'באדינט די געסט אין א גרויסן האטעל. ספעציעל דארף ארויסגעהויבן ווערן דער סארווירער (וועיטער, בלע"ז), א שפאנישער בחור, וועלכער באציט זיך צו איעדן כאילו ער וואלט געווען אן אנגעלייגטער גאסט. מיט אזא איידלקייט וואס מאכט די מענטשן פארגעסן פון די סיבה פארוואס זיי זענען בכלל אנגעקומען אהין. צווישן זיי איינזאמע, עלטערע מענטשן (מענער און פרויען, וועלכע זענען אפגעטיילט מיט א מחיצה.) משולחים פון ארץ ישראל, וכדומה. אלס א באסדרייווער אין א שכינות'דיגע ישיבה איז מיר אויסגעקומען צו אבזערווירן דעם הלוך ילך פון די גאס. און אויך עטליכע מאל אין א באזוך אינ'ם זאל.
דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 1:29 pm#160944
אז מ'רעדט פון די חשובע ארגאניזאציע משביע, דארף מען דערמאנען דעם מייסד פון משביע, הרה"ח ר' מרדכי מאנדלבוים שליט"א. דער איד איז א בעל חסד שאין כדוגמתו, ער העלפט די קרעצידיגע ווי די בארדיטשעווער וואס קיינער וויל נישט אנקוקען. זיין אהבת ישראל און אהבת הבריות (יא ער וועט העלפן א גוי אויך) איז סאמטינג ספעשעל. ר' סענדר ראפאפארט האט גענומען די קליינע משביע איידיע און געמאכט פון דעם א power house. אשרי חלקם!!!
מאנטאג מערץ 24, 2014 1:34 pm#192316
איך ווער משוגא פאר חבירים. שנעל, פראפעשענעל, און פרעגן נישט קיין פראגעס פ"וו, ווען, און ווי. די מייסד קאהן איז א צדיק, און אויך א געלונגענע פירער. אשריכם!
מאנטאג מערץ 24, 2014 1:46 pm#192321
m http://lemaanachai.org m
Strongly endorsed by rabbi Natan Slifkin
מאנטאג מערץ 24, 2014 1:50 pm#192324
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך ווער משוגא פאר חבירים. שנעל, פראפעשענעל, און פרעגן נישט קיין פראגעס פ"וו, ווען, און ווי. די מייסד קאהן איז א צדיק, און אויך א געלונגענע פירער. אשריכם!

בדידי הוה עובדא ביי די לעצטיגע שנייען מיט פאט-האלס אויף אלע ראדס, האב איך געכאפט א פלעט אינמיטן די FDR, א חברים מעמבער איז אהינגעקומען פון ווימ'ס און מיר ארויסגעהאלפן ווי א מלאך מושיע.
מי כעמך ישראל!
מאנטאג מערץ 24, 2014 2:31 pm#192344
און וואס איז מיט "חסד"

בד״א, די איינציגע ארגאנעזאציע וואס קיין איינער מאכט נישט קיין געלט דערפון, עס באשטייט נאר פון וואלאנטירן
מאנטאג מערץ 24, 2014 2:34 pm#192346
היסטאריקער האט געשריבן:און וואס איז מיט "חסד"

בד״א, די איינציגע ארגאנעזאציע וואס קיין איינער מאכט נישט קיין געלט דערפון, עס באשטייט נאר פון וואלאנטירן

די זעלבע איז מיט גמ"ח הצלה קרית יואל
מאנטאג מערץ 24, 2014 2:50 pm#192350
אלעס פיין אין ווויל אבער ׳׳ נא באדי ביטס ׳׳ חסד איך קען א אינגערמאן וואס גייט נישט צים ארבעט פאר ער האט געמאכט א טרופ פאר חסד אלע זייערע מעמבערס זענען דא לשמה פשוט אין גראד צי טוען א טובה פאר א צווייטע איד אן קיין שום פאבליסעטי קיינער ווייסט נישט קיינער זעט נישט אבער ער זיצט יעצט אין טרעפיק אויפן F D R אלעס כדי צי פארגרינגערען פאר די חולי ישראל אין זייערע משפחות,
אין ניין מיין נישט אז זיי פארן נאר לאקעל צי מענהטען אין צירוק זיי פארען אויף וועסטשעסטער האספטאל א מעשה פון 2 שעה אין אזוי ווייטער צי אלע האספעטאלס אפי׳דע וואס זענען אין דרויסען פין געגענט אין זיי האבען אויך מעמבערס וואס פארען פער צוויי דרייווערס צי אנדערע סטעטס ווי למשל שקאגיא, מעין אא׳׳וו
אין געדענקט אלעס לשם מצוה אן קיין געלט אין קיין שום עטענשאן אין פאבליסעטי

מי כעמך ישראל
מאנטאג מערץ 24, 2014 3:28 pm#192364
מ גפני האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:און וואס איז מיט "חסד"

בד״א, די איינציגע ארגאנעזאציע וואס קיין איינער מאכט נישט קיין געלט דערפון, עס באשטייט נאר פון וואלאנטירן

די זעלבע איז מיט גמ"ח הצלה קרית יואל



גמ״ח הצלה האט א פאנדרעיזינג אפאראט ווי מענטשן פארדינען געלט אויף קאמישען, חסד האט דאס אויך נישט
מאנטאג מערץ 24, 2014 4:10 pm#192378
ברסלבער האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך ווער משוגא פאר חבירים. שנעל, פראפעשענעל, און פרעגן נישט קיין פראגעס פ"וו, ווען, און ווי. די מייסד קאהן איז א צדיק, און אויך א געלונגענע פירער. אשריכם!

בדידי הוה עובדא ביי די לעצטיגע שנייען מיט פאט-האלס אויף אלע ראדס, האב איך געכאפט א פלעט אינמיטן די FDR, א חברים מעמבער איז אהינגעקומען פון ווימ'ס און מיר ארויסגעהאלפן ווי א מלאך מושיע.
מי כעמך ישראל!

דו ביסט 100% גערעכט. נאר איך גיי דא פארציילן א מעשה וואס איז געשעען צו מיר נאך פאר די חבירים ארגאניזאציע איז געבוירן. אין א פרייטיג נאכמיטאג בין איך ארויסגעפארן פון מיין שטוב אין ב.פ. קיין מאנסי צו א משפחה שמחה. (שבת שבע ברכות). אויפ'ן פאליסעידס פארקוועי, גלייך נאכ'ן סונאקא געז סטעישן האב איך געכאפט א פלעט טייער. אינמיטן מאכן אלע הכנות ארויפצודזשעקן מיין קאר און ארויסנעמען דעם ספעיר טייער פון טראנק, קומט פלוצלינג אן א איד, שוין אנגעטון שבת'דיג, סוט ענד טיי. ער קומט צו צו מיר און זאגט. "איך זעה אז דו האסט א פלעט. אפשר קען איך העלפן"? איך האב איהם באדאנקט און געזאגט אז איך קען מיר ב"ה אן עצה געיבן אליין. אבער ער האט זיך גע'עקשנ'ט אז איך זאל איהם לאזן טון די ארבעט. ער האט זייער שנעל ארויסגענומען דעם ספעיר און געטשענדזשט די טייער ממש כהרף עין. איך האב איהם באדאנקט און געפרעיגט זיין נאמען. אין א מינוט איז ער פלוצלינג נעלם געווארן. ופרח לו איש האמת. איך בין ב"ה אנגעקומען קיין מאנסי 15 מינוט פאר'ן זמן שב"ק. נאך שבת האב איך געטשעקט די פאון בוקס פון די גאנצע ספרינג וואלי/העיווערסטרא געיגנט און געפרעגט מענטשן וועלכע וואוינען דארט. קיינער האט נישט געהערט אזא נאמען.
וואס האלט די עולם. (אזוי ווי איך.) אז ס'איז געווען אלי' הנביא?! :? 8-) :lol: :roll: :D :) ;) :oops: :o :?: :!:
מאנטאג מערץ 24, 2014 4:22 pm#192383
berlbalaguleh האט געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך ווער משוגא פאר חבירים. שנעל, פראפעשענעל, און פרעגן נישט קיין פראגעס פ"וו, ווען, און ווי. די מייסד קאהן איז א צדיק, און אויך א געלונגענע פירער. אשריכם!

וואס האלט די עולם. (אזוי ווי איך.) אז ס'איז געווען אלי' הנביא?! :? 8-) :lol: :roll: :D :) ;) :oops: :o :?: :!:

געב מיר אביסל א דעסקריפציע ווי אזוי ער האט אויסגיזעהן וועל איך דיר ענטפערן. but I don't think so די האסט געשריבן טיי ענד סאוט לויט מיינע ידיעות גייט ער מיט א ספאדעק און סטראקעס
מאנטאג מערץ 24, 2014 4:28 pm#192389
ווען וועלט איז געווען וועלט איז דער בעל עגלה געווען אליהו הנביא.
מאנטאג מערץ 24, 2014 4:42 pm#192405
לית דין בר נש האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך ווער משוגא פאר חבירים. שנעל, פראפעשענעל, און פרעגן נישט קיין פראגעס פ"וו, ווען, און ווי. די מייסד קאהן איז א צדיק, און אויך א געלונגענע פירער. אשריכם!

וואס האלט די עולם. (אזוי ווי איך.) אז ס'איז געווען אלי' הנביא?! :? 8-) :lol: :roll: :D :) ;) :oops: :o :?: :!:

געב מיר אביסל א דעסקריפציע ווי אזוי ער האט אויסגיזעהן וועל איך דיר ענטפערן. but I don't think so די האסט געשריבן טיי ענד סאוט לויט מיינע ידיעות גייט ער מיט א ספאדעק און סטראקעס

איך האב ערגעץ געליינט (אדער איך פאנטאזיר) אז אלי' הנביא באווייזט זיך צו א יעדן לויט זיין ווערט. ווי ס'זעהט אויס האביך נישט זוכה געוועין צו דעים אלי' הנביא מיט'ן ספאדיק און ברייטן גארטל. נאר צו דעם "מאדערן-ארטהאדאקס". אבער איך בין זייער שטארק צופרידן מיט איהם. :roll: :lol: :) :o
מאנטאג מערץ 24, 2014 4:47 pm#192411
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב ערגעץ געליינט (אדער איך פאנטאזיר) אז אלי' הנביא באווייזט זיך צו א יעדן לויט זיין ווערט. ווי ס'זעהט אויס האביך נישט זוכה געוועין צו דעים אלי' הנביא מיט'ן ספאדיק און ברייטן גארטל. נאר צו דעם "מאדערן-ארטהאדאקס". אבער איך בין זייער שטארק צופרידן מיט איהם. :roll: :lol: :) :o
[/quote]
ווען ער גייט קומען אונז מבשר זיין די ענדגילטיגע בשורה גייט איינע פון אונז צוויי האבן א עדזשאסמענט
מאנטאג מערץ 24, 2014 4:56 pm#192420
לית דין בר נש האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב ערגעץ געליינט (אדער איך פאנטאזיר) אז אלי' הנביא באווייזט זיך צו א יעדן לויט זיין ווערט. ווי ס'זעהט אויס האביך נישט זוכה געוועין צו דעים אלי' הנביא מיט'ן ספאדיק און ברייטן גארטל. נאר צו דעם "מאדערן-ארטהאדאקס". אבער איך בין זייער שטארק צופרידן מיט איהם. :roll: :lol: :) :o

ווען ער גייט קומען אונז מבשר זיין די ענדגילטיגע בשורה גייט איינע פון אונז צוויי האבן א עדזשאסמענט[/quote]
ניין. אויך די זעלבע מעשה. ווייל דער סאטמארער און ליובאוויטשער משיח קען דאך נישט זיין די זעלבע מענטש. דו קענסט דיך פארשטעלן אז אויפ'ן וועיג קיין ארץ ישראל וועלן זיצן די לעיקוואודער ראשי ישיבות שליט"א מיט זייערע קאלעגען פון חב"ד. דאס איז דאך אוממעיגליך. ווייל ביי די לעצטע אינטערנעט אסיפה (ס'הייסט פאר די אסיפה) ווען הרה"צ מהר"א מסאטמאר שליט"א האט זיי געפרעיגט אויב זיי האבן שוין גערופן ליובאוויטש צו די אזוי-גערופענע "אסיפת כלל ישראל". האבן די חשוב'ע ראשי ישיבה געענטפערט אז ליובאוויטש איז נישט א חלק פון כלל ישראל.... :roll: :roll: :roll: :twisted: :evil: :cry: :( :o :shock: :mrgreen:
מאנטאג מערץ 24, 2014 5:05 pm#192432
berlbalaguleh האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב ערגעץ געליינט (אדער איך פאנטאזיר) אז אלי' הנביא באווייזט זיך צו א יעדן לויט זיין ווערט. ווי ס'זעהט אויס האביך נישט זוכה געוועין צו דעים אלי' הנביא מיט'ן ספאדיק און ברייטן גארטל. נאר צו דעם "מאדערן-ארטהאדאקס". אבער איך בין זייער שטארק צופרידן מיט איהם. :roll: :lol: :) :o

ווען ער גייט קומען אונז מבשר זיין די ענדגילטיגע בשורה גייט איינע פון אונז צוויי האבן א עדזשאסמענט

ניין. אויך די זעלבע מעשה. ווייל דער סאטמארער און ליובאוויטשער משיח קען דאך נישט זיין די זעלבע מענטש. דו קענסט דיך פארשטעלן אז אויפ'ן וועיג קיין ארץ ישראל וועלן זיצן די לעיקוואודער ראשי ישיבות שליט"א מיט זייערע קאלעגען פון חב"ד. דאס איז דאך אוממעיגליך. ווייל ביי די לעצטע אינטערנעט אסיפה (ס'הייסט פאר די אסיפה) ווען הרה"צ מהר"א מסאטמאר שליט"א האט זיי געפרעיגט אויב זיי האבן שוין גערופן ליובאוויטש צו די אזוי-גערופענע "אסיפת כלל ישראל". האבן די חשוב'ע ראשי ישיבה געענטפערט אז ליובאוויטש איז נישט א חלק פון כלל ישראל.... :roll: :roll: :roll: :twisted: :evil: :cry: :( :o :shock: :mrgreen:[/quote]
אויב גייען זיי דעמאלס נישט זיצען צוזאמען זיינען מיר אויף געהאקטע ער גייט קיינמאל נישט קומען אונז בלייבן פארעווער אין גלות
מאנטאג מערץ 24, 2014 5:12 pm#192438
לית דין בר נש האט געשריבן: ער גייט קיינמאל נישט קומען אונז בלייבן פארעווער אין גלות



אזעלכע דברי כפירה זענען נאך קיינמאל געשריבן געווארן אין ק״ש. איך בין מוחה!!!!



.
מאנטאג מערץ 24, 2014 5:13 pm#192441
וואס איז מיט כפיים?
מ'זאגט אז זיי העלפען גאר שטארק משפחות וואס מוטשענען זיך מיט מחלות ל"ע..
m http://kapayim.org/ m

מאנטאג מערץ 24, 2014 5:18 pm#192446
הוגה האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן: ער גייט קיינמאל נישט קומען אונז בלייבן פארעווער אין גלות



אזעלכע דברי כפירה זענען נאך קיינמאל געשריבן געווארן אין ק״ש. איך בין מוחה!!!!



.

חס ושלום אז מען quote נאר א חלק תגובה זעהט מען אזוי אויס!!! איך שרייב אז אויב אלע פארטייען גייען נישט קענען זיצען צוזאמען ווען ער קומט גייט ער נישט קומען איך זעה נישט אין דעם קיין שמץ כפירה.
אני מאמין בכל יום שיבא!!!
מאנטאג מערץ 24, 2014 11:06 pm#192533
הוגה האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן: ער גייט קיינמאל נישט קומען אונז בלייבן פארעווער אין גלות



אזעלכע דברי כפירה זענען נאך קיינמאל געשריבן געווארן אין ק״ש. איך בין מוחה!!!!



.

איך אויך. נאר די גרויסע און הייליגע צדיקים וועלן מוזן האבן א שטארקע עטיטוד עדזשאסטמענט, כדי מיר זאלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה. :roll: :o :cry: