מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:36 pm#161244
הארצרייסנדע סצענעס ביי גירוש יהדות ניו-יארק
הארצרייסנדע בילדער אנטפלעקן זיך אויף די הויפט גאסן פון אידישע שטעט, וואו אנשים, נשים וטף פארלאזן זייערע באליבטע היימען און וואנדערן אוועק מיט געבויגענע קעפ, מיט גרויס צער און טרויער. ניו-יארקער אידן זענען ליידער געצוואונגען געווארן צו פאקן פעק און זעק ארויסצואוואנדערן פון גרעיטער ניו-יארק צו אנדערע געגנטער אין די פאראייניגטע שטאטן, נאכדעם וואס עס איז געווארן אוממעגליך פאר אן ערליכער איד צו וואוינען אין די ביז-יעצטיגע געגנטער.
די סצענעס וועלכע מ'זעט אין מאנסי דערמאנען היסטאריקער פון די שילדערונג פון גירוש שפאניע ווי אידן האבן דערביטערטע גענומען שקם ותרמילם און מיט זייער לעצט ביסל געבליבענע האב און גוטס האבן זיי זיך געוואנדן צו די טויערן פון לאנד. נעכטן נאכט, באלד נאכדעם וואס עס איז געקומען די נייעס אז די פינסטערע אנטיסעמיטן האבן אנגעהאלטן א זיג מיט'ן אריינשטעלן אין דער רעגירונג דעם פארביסענעם שונא ישראל עד דעי, האבן אידן געוואוסט אז אשר יגורנו בא לנו, דער ביטערער גירוש אויף וואס די געטרייע עסקנים האבן געווארנט איז ליידער אנגעקומען. אידן וועלכע האבן זארגפעלטיג געלייענט די שטארק אינפארמאטיווע צעטלעך וועלכע די געטרייע עסקנים האבן צוגעשטעלט אויף די ווענט און אויף דער ערד ווייסן קלאר וואס א געווינס פאר מר. דעי מיינט, און די ביטערע קאנסעקווענצן וואס דאס וועט ברענגען פאר אידן.
די פאר אידן וועלכע האבן נישט גענייגט קיין אויער צו די וויכטיגע ווענדונגען פון די עסקנים האבן באלד אנגעפאנגען שפירן די זרוע הגדולה פון דעם אנטיסעמיט, און די שרעקליכע בלבולים קעגן אידן וועלכע האבן זיך שוין אנגעפאנגען נעכטן נאכט הארט נאכדעם וואס די רעזולטאטן זענען אריינגעקומען. דער גירוש איז באלד צושטאנד געקומען אין די גאסן פון מאנסי ווען טויזנטער אידן האבן זיך צוזאמענגענומען צו גיין זיך אוועקציען צו מער אידן-פריינטליכע שטעט. אויף די גאסן האט מען געזען צעבראכענע מענער, און כליפנדיגע פרויען וועלכע ווישן אפ די טרערן פון זייערע וויינעדיגע קינדער. די עסקנים וועלכע זענען געווען הויפטקווארטירט פארנט פון ביהמ"ד ויואל משה דסאטמאר האבן זיכער געמאכט אז עס זאל חלילה נישט צוקומען צו תערובות, און אז פון דעם מעמד קידוש ה' זאל חלילה נישט ארויסקומען קיין מכשול.
אין בארא-פארק האט זיך אויך אנגעפאנגען א מאסן-אויסוואנדערונג נעכטן נאכט, נאכדעם וואס עס איז געקומען די נייעס אז דער עוכר ישראל (ר') דוד גרינפעלד האט געווינען מיט אן איבערוויגנדער מערהייט קעגן דעם ערליכן קאנדידאט יוסף חיון. ווי באקאנט איז גרינפעלד דער וואס האט אנגעברענגט שרעקליכע ווינטן פון פריצות און זנות אין די לעצטע יארן, און האט געמאכט א יד אחת מיט אלע פינסטערע עלעמענטן אונטערצוברענגען דעם יהדות החרדית. עס איז אויך נישט געלונגען פאר גרינפעלד צו באהאלטן פון בארא-פארקער אידן די שרעקליכע תועבות וואס גייען קומען א דאנק אים - דער חיון קאמפיין האט אויפגעדעקט אז קינדער וועלן נישט קענען גיין אויף די גאסן ווייל גרינפעלד האט געשטיצט די שרעקליכע חוקי תועבה.
די בארא-פארקער אויסוואנדערונג איז ווי זאלץ אויף די וואונדן נאכדעם וואס עס איז דורך קוים פינף יאר פון דער פריערדיגער אויסוואנדערונג פון דעם געוועזענעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג. מען דערמאנט זיך מיט ווייטאג ווי צענדליגער טויזנטער אידן האבן ארויסגעוואנדערט פון די וויליאמסבורגער געסלעך נאכדעם וואס די שמוציגע מואווי סטודיא האט זיך געעפנט אין דעם "נעיווי יארד" און האט אנגעברענגט דאס מיאוס'טע און אומווערדיגסטע פון די געמיינסטע אומות העולם. אזויווי די עסקנים האבן פאראויסגעזאגט, איז קענט עוועניו, ווייט עוועניו און אלע דערנעבנדיגע גאסן אזש ביז ראדני סטריט, געווארן א מקום טומאה וזוהמה, און "וויליאמסבורג" איז געווארן סינאנים מיט "האליוואוד", נאכדעם וואס די הונדערטער טויזנטער דאלארן וואס איז געזאמלט געווארן להצלת וויליאמסבורג האט ליידער נישט געקענט אפשטעלן דעם געבוי פון דעם סטודיא. די זעלבע סצענעס חזר'ן זיך יעצט ליידער איבער אין בארא-פארק, לדאבון לב כל בית ישראל.
כאטש עס זענען נאך פאראן עטליכע שטעטלעך אין ניו-יארק וואו אידן קענען נאך וואוינען, בעפארציגן אבער די ארויסוואנדערנדע אידן צו גיין אינגאנצן אינדרויסן פון די ניו-יארקער גרעניצן כדי נישט צו דארפן נאכאמאל זיך אוועקציען ווען מעיאר בלומבערג'ס גזירת גירוש וועט אויסגעפירט ווערן מכח אל הפועל.
מען הערט אויך ענליכע באריכטן אין נאך ברוקלינער געגנטער וואו דער צורר היהודים און חבר למוסרים ומלשינים קען טאמפסאן האט ליידער באזיגט דעם איבערגעגעבענעם דיסטריקט אטוירני טשארלס היינס וועלכער האט געראטעוועט צענדליגער ערליכע אידן פון תפיסה אויף פוסטע, נארישע און לעכערליכע באשולדיגונגען ווי מאלעסטעישען וכדומה. מען האט שוין אויך געהערט עטליכע באריכטן איבער טאמפסאנ'ס "כאפערס" - ווי זיי זענען באקאנט געווארן - וועלכע האבן זיך באלד נאכ'ן געווינס איזדיעקעוועט אויף ערליכע אידן פאר'ן בלויזן חטא פון נעמען פודסטעמפס! אויך אין די קעטסקילס בערג, וואו עס איז באשטעטיגט געווארן די גזירת שמד פון בויען קאסינאס, האט מען שוין אנגעפאנגען פאקן פעק אין אנבליק פונעם גירוש, אבער דער פאקטישער גירוש וועט ווארשיינליך נאך נעמען א שטיק צייט ביז די קאסינאס ווערן אויפגעבויט.
אויך אין קאנאדע זעט מען די שרעקליכע סצענעס פון פארטריבענע אידן וואס יראת ה' נוגע ללבבם און אנטלויפן פון דער הערשאפט פון דער מרשעת מינדי פאלאק, וועלכע האט בוגד געווען אין דעם "כל כבודה בת מלך פנימה" זיך ארויפצוזעצן און הערשן ביד רמה אויף גרויסע טאטעס וועלכע זענען א שיין ביסל יארן עלטער פון איר. מען זעט די צעבראכנקייט אויף די פנימ'ער פון די ערליכע אידן וועלכע וואנדערן אין די גאסן אנשים, נשים וטף, און זענען מקבל די גזירת הגלות באהבה, ווי דער רבי ז"ל האט געלערנט.
אידן האפן אז דאס איז דער לעצטער גלות וואס מ'דארף מיטמאכן פאר דער גאולה שלימה, און דאס וועט אוודאי דערנענטן דעם ביאת המשיח בב"א.