Under maintenance
הויפט זייט » ויקח את האי"ל ויעלהו לעולה - הרב לאבין'ס מעשי בראשית

ויקח את האי"ל ויעלהו לעולה - הרב לאבין'ס מעשי בראשית

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5262
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:03 am#164063
ויקח את האי"ל ויעלהו לעולה - הרב לאבין'ס מעשי בראשית
אין א צייט וואס מ'ווארפט זיך מיט דעם טיטול "מסירת נפש", ווען יעדער שמויגער האט "מסירת נפש" פאר'ן אייבערשטן, הערט מען זעלטן עכטע מסירת נפש געשיכטעס וואס א מענטש זאל זיין גרייט זיך בידיים אריינצולייגן אין א סכנה ממש כדי צו העלפען א צווייטן איד.

עס איז היינט געקומען די ידיעה איבער דעם געוואלדיגן מסירת נפש אקט וואס עס איז געטוהן געווארן דורך דעם בארימטען שרייבער און כלל טוער הרב יואל אשר לאבין שליט"א וועלכער האט מחליט געוועהן זיך צו לייגן אויפן אפעראציע טיש, כדי זיין קערפער זאל ווערן אויפגעשניטן און מ'זאל פון אים ארויסנעמען א ניר צו ראטעווען דאס לעבן פון א צווייטן. ויקח את האי"ל - ה'רב י'ואל א'שר ל'אבין האט זיך גענומען, ויעלהו לעולה, און ער האט זיך מקריב געווען פאר א צווייטן איד.

רבינו הגדול רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט אמאל ארומגערעדט וועגן דעם ענין פון הדבק בדרכיו, צו גיין אין די וועגן פונעם רבונו של עולם. מען האט דעמאלטס געהערט פון דעם מושג פון אוועקגעבן א ניר פון זיך, און ער האט ארומגעשמועסט איבער די מפעלות ה' וואס אזא קליינטשיגע אבר קען אויפטוהן פאר א מענטש וואס די גרעסטע וויסנשאפטלער קענען נישט נאכמאכן. אז א מענטש האט קראנקע נירן ל"ע איז שייך יענעם צו העלפן מיט מעשי ידי אדם. מ'קען אים גרינגער מאכן דאס לעבן, מ'קען אים שטיצן, מ'קען געבן מאשינען וואס העלפן אביסל ארויס. אבער אוועקרייסן א ניר פון דעם אייגענעם קערפער איז הדבק בדרכיו אויפן העכסטן פארנעם, דאס איז שענקען פאר א צווייטן א מתנה וואס קיין שום בשר ודם קען נישט אהערשטעלן. א מענטש וואס טוהט אזא זאך האט געטוהן א געטליכע אקט, א מעשה אלוקי, ער איז נישט ווי א שיתוף מיטן אייבערשטן אין מעשי בראשית, נאר האט אליין עוסק געוועהן אין מעשי בראשית!

א מענשט וואס איז גרייט אוועקצוקוקן פון זיינע אייגענע באקוועמליכקייטן, ער איז גרייט זיך צו לאזן אויפשניידן פאר א צווייטן איד, האט דערגרייכט צו א מדריגה וואס קיין מלאכים ושרפים קענען נישט אנקומען אהין. אזא מענטש האט פשוט אריינגערעדט אין די בריאה, און האט מיט זיין אייגענעם קערפער געראטעוועט א צווייטן.

אין אזא צייט ווי היינט וואס דער אייבערשטער האט מזכה געוועהן די חכמי הדור מיט אזא געוואלדיגע וויסנשאפטליכע חכמה ווי איבערפלאנצן אברים, האבן מיר דעם ריכטיגן טעסט צו זעהן וועמענס קרבת ה' עס קומט פון עדינת הנפש און וועמענ'ס פון דעם נפש הבהמיות. וויפיל פון די מוחי מחאות און שוברי חלונות האבן געטראכט פון אמת'ע מסירת נפש? וויפיל פון די קליינקעפיגע גבירים וואס לעבן מיט אלע תענוגים אבער האלטן אויס אונזערע רוצחי נפשות האבן שוין געקלערט פון זיך אויפשניידן פאר א צווייטן? וויפיל פון די רבי'ס וואס פארגיסן עמערס קראקאדיל טרערן ביי שלוש סעודות תורה זיצנדיג אויף זייערע גראבע פאטעלן האבן פאר איין רגע געטראכט פון מסירת נפש במלוא מובן המילה? וויפיל פון די בנש"ק'לעך און רבנים אין באקוועמע באצירטע הייזער איז שוין איינגעפאלן אז עס איז שייך מער מסירת נפש ווי פארלאנגען פונעם עולם מער און מער קראנקהאפטיגע חומרות? די טראציגע פאשקעווילן שרייבערס וועמענס מסירת נפש באשטייט פון צאפן דאס בלוט פון יעדער וואס גייט נישט זייער גאנג איז אמאל אין ווילדסטן חלום בייגעפאלן צו זיין אויף אזעלכע הויכע מדריגות פון מסירת נפש?

הרב לאבין האט מיט זיין בוכשטעבליכן מסירת נפש געוויזן וואס דאס הייסט קרבת ה', וואס דאס הייסט זיך מפקיר זיין פאר א צווייטן, וואס דאס הייסט טוהן דאס וואס מ'איז איבערצייגט אין, אפילו עס קאסט א טייערע פרייז. ער האט געוויזן דעם פנים פון אמת'ע יהדות, פון ליבשאפט, חסד און רחמים, פון ארויפקריכן אויף דעם סולם העולה בית קל, זיך צו באשעפטיגן מיט מעשי בראשית ממש, א מדריגה שאין כל בריה יכולה לעמוד לפניו.

לך בכוחך זה והושע את ישראל! ר' יואל אשר, די זכותים וואס איר האט זיך איינגעקויפט זענען אומבאגרייפבאר. איר האט א געוואלדיגן כח ביים אויבערשטן. זייט ווייטער דער שופר צו לאזן הערן די זיסע און אמת'ע זייט פון אידישקייט וואס ווערט ליידער באגראבן דורך די יושבי חושך וצלמות. איר האט געוויזן אז ווען איר זאגט עפעס איז עס נישט ווייל היינט האט זיך עס פאליטיש אזוי געלוינט, נאר אז איר מיינט עס אמת'דיג! דאס טיילט אייך אפ פון די נידריגע יושבי חושך וועמענס אינטערעסן טוישן זיך לויט ווי די ווינטן בלאזן, היום אומר לו עשה כך, מחר אומר לו עשה כך וכו'. נוצט אויס אייער נייעם שותפות מיטן רבש"ע אויף צו פועלן ישועות און רפואות, און אויף צו קענען ווייטער משפיע זיין דעם אור ה'.

עפר אני תחת רגליכם, אבער אל תהי ברכת הדיוט קלה בעיניך, וויל איך אייך ווינטשן אז איר זאלט זיך גרינג ערהוילן, און זיך צוריקקערן צו די כוחות געזונטערהייט בשמחה וצהלה, און אזוי אויך דער מקבל זאל זוכה זיין צו א גאנצע רפואה במהרה, און צוזאמען זאלט איר ביידע בקרוב קענען כאפן א רקידה פארנט פון משיח צדקינו וואס איר האט זיכער נאנטער געברענגט זיין קומען. אכי"ר.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:30 am#164066
אוי ווי אמת! והנני משתתף בברכתך מעומק הלב פנימה.

נאר איין הערה! שרייבסט אז זעלטן וואס מען הערט אזעלכע עכטע מסירות נפש. זיי וויסן אז חברת רינועל האט שוין אויסגעפירט מער ווי 200 אזעלכע מסירות נפש'דיגע העלדישע רעטונג אקציעס פון מנדב זיין נירן איין איד פארן צווייטן! אזא חסד בגוף האט נאך נישט עקזיסטירט זינט בריאת העולם. די זכותים זענען אומשאצבאר!
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:38 am#164071
פארשטייט זיך אז מיינע ווערטער גייען ארויף אויף יעדן איינציגער מענטש וואס האט שוין געטוהן אזא מסירת נפש. 200 איז טאקע אסאך, אבער עס איז נאך אלץ א קליינע עקסלוסיווע גרופע פון צדיקי אמת.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:41 am#164073
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:42 am#164074
קנאת סופרים איך קלער ערענסט פון מנדב זיין א ניר. אבער כוויל עס געבען פאר א גוי ענדערשט. נישט ח''ו אז א גוי קומט קודם, נאר צילב אנדערע סיבות.
מעג א איד געבען א ניר פאר א גוי?
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:44 am#164075
קיינער זאל נישט ענטפערן ביטע... שמריה קען נישט ווארטן...
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:45 am#164076
שיטה דאקטוירים זאגן אז סאיז נישט א סכנה בכלל. דער גרעסטער חסד וואס איז פארהאנען איז עס נאך סיי ווי זיכער.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:49 am#164077
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:שיטה דאקטוירים זאגן אז סאיז נישט א סכנה בכלל. דער גרעסטער חסד וואס איז פארהאנען איז עס נאך סיי ווי זיכער.


פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:54 am#164078
איך וויל נישט דערשרעקן, אבער יעדע אפעראציע האט עפעס טשאנסן אז זאכן זאלן גיין ראנג ה"י. א יאר צוריק איז ידוע אז ביי א היימישער יונגערמאן האט זיך געמאכט קאמפליקאציעס. ב"ה אז אלעס איז מסודר געווארן, אבער עס איז געווען א וואך אדער צוויי מיט שרעק ביים היימישן ציבור.

און א יאר צוריק בערך איז א גוי אומגעקומען בשעת אזא אפעראציע ווייל דער דאקטאר - וועמען מען האט שוין פארשיקט- האט בטעות אריינגעשניטן אין א אומריכטיג פלאץ.

אבער דער מסירות נפש אקט איז לאו דוקא געוואנדן אין די סכנה. אריבערגיין אזא אפעראציע איז לכל הדעות זייער אומבאקוועם.. און פארשאפט אפאר טעג היבשע יסורים, און אפאר וואכן קען מען נישט שלעפן און טאנצן און לויפן וכדומה, און עכ"ז זענען אידישע קינדער מקבל די יסורים באהבה בלויז צו קענען א טובה טון ווילד פרעמדע אידן - דא אין יואל אשר'ס פאל איז עס א אומבאקאנטער איד פון פלעטבוש - און מיט דעם ראטעוועט מען אנדערע לעבנ'ס. נישטא קיין ווערטער צו באצייכענען אזא מסירות נפשדיגע חסד.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 3:03 am#164082
איז נישט שייך אז איין ניר הייבט אן מאכן קינצען און מדארף קריטיש זיך פארלאזן אויף די צווייטע?
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 6:29 am#164092
די אלע וואס געבי אוועק א ניר גייען ארויף די ערשטע אויף די ליסט אין גאנץ אמערעקע צו באקומען א נייע אויב זייער אייגענע גייט שלאפען,
אין אנדערע ווערטער ביז א פאר שעה האט מען א נייע
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 9:17 am#164095
נולד מאוחר האט געשריבן:איז נישט שייך אז איין ניר הייבט אן מאכן קינצען און מדארף קריטיש זיך פארלאזן אויף די צווייטע?

ניין. עס איז אדער ביידע ווערן קאליע, אדער איז ביידע גוט. איינס איז נישט קיין בעקאפ פארן צווייטן.

די איינציגסטע אופן ווי אזוי עס קען פאסירן אזא מין זאך איז אויב איינס ווערט געדעמעדזשט דורך א חיצוניות'דיגע סיבה, ווי למשל אז מען איז אינוואלווד אין א עקסידענט און מען ווערט ל"ע געשעדיגט אויף איין ניר, דאן קומט די צווייטע צוניץ, און מען קען רואיג לעבן ווייטער מיט די איין פארבליבענע ניר. אבער אזא אופן איז א רוח שאינה מצויה.

ממילא אויב מאכט זיך נאכן מנדב זיין א ניר ווערט די צווייטע קאליע, מיינט דאס אז אילמלא ער וואלט נישט מנדב געווען, וואלטן ביידע קאליע געווארן.

און אפילו אויב מאכט זיך סיי וועלכע קאמפליקאציעס שפעטער, האט שוין קאוועניק געזאגט, מען לייגט זיי די ערשטע אין די ליין, און אין נאו טיים האבן זיי א געזונטע ניר בעז"ה.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 11:50 am#164114
שיטה מקובצת האט געשריבן:פארשטייט זיך אז מיינע ווערטער גייען ארויף אויף יעדן איינציגער מענטש וואס האט שוין געטוהן אזא מסירת נפש. 200 איז טאקע אסאך, אבער עס איז נאך אלץ א קליינע עקסלוסיווע גרופע פון צדיקי אמת.

ייש"כ, שיטה: דו האסט, אין דיין מאמר אויף א גלענצנדן אופן ארויסגעהויבן די מעלה און מדריגה פון די צדיקי אמת. אנדערש פון די אנגעפרעסענע און פארשטאפטע יושבי חושך וצלמות וועלכע לייגן ארויף א פאלשן חותם אויף אידישקייט און זענען גורם דאס התרחקות פון גרויסע טיילן פונ'ם אידישן פאלק. מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך. תזכה למצוות, אמן!
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:01 pm#164122
פאר די וועלכע האבן מורא פון קאמפליקאציעס, איז פארהאן א מעגליכקייט עכ"פ זיך אריינשרייבן אין די דאנאר פראגראם פאר לאחר מאה ועשרים און ראטעווען לעבענס פון אנדערע וועלכע קוקן ארויס דערויף בכליון עינים, אנשטאט לאזן די ווערעם דאס קאליע מאכן ביז אפאר שעה. די הייליגע סקולען'ער רבי'ס זוהן האט הנאה פון די קישקעס פון א גיטהארציגע מאן פון ערגעצוואו אין די דרום פאראייניגטע שטאטן, און איז היינטצוטאגס ביים לעבן א דאנק דעם. דאס איז די טאקע די קישקעס וועלכע גייען זיך דרייען אינעם צדיק ווען ער הערט איבער צרות ישראל פאר די נעקסטע דרייסיג יאר.

ס'איז זה (דער לעבעדיגער) נהנה, וזה (דער הרוג) לא חסר.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:09 pm#164123
אויב ווארט מען אויף'ן הלכה'דיגן זמן פון מיתה, וואס בעפאר איז מען דאך א רוצח אז מען נעמט ארויס א אבר, האט שוין נישט דער אבר צופיל אויפטוה שפעטער, אזוי מיין איך עכ"פ.

שנית, הלכה'דיג טאר מען דאס נישט טון (א מת איז אסור בהנאה מה"ת) נאר אויב עס איז א באלדיגע פיקוח נפש שאלה, אז א צווייטער איד נויטיגט זיך ממש איצט אין דעם אבר און אויב באקומט ער עס נישט אין אפאר שעה איז ער א טויטער. ס'דא תשובות בנושא פונעם נוב"י, חת"ס, ועוד.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:14 pm#164127
ATUB @שיטה מקובצת ATUB / זייער גוט ארויסגעברענגט די העלדישקייט פון הרב לעווין. ממנו ילמדו וכן יעשו
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:18 pm#164129
ראשעקאל האט געשריבן:@שיטה מקובצת/ זייער גוט ארויסגעברענגט די העלדישקייט פון הרב לעווין. ממנו ילמדו וכן יעשו

ר' ראשעקאאאל שליט"א. כדי מדייק צו זיין אין נאמען פון א מענטש איז כדאי צו באמערקן דעם חילוק פון "לאבין" און "לעווין" די בנש"ק פון גזע זידיטשויב, וכו' הייסן "לאבין"
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:20 pm#164130
דעת תורה האט געשריבן:אויב ווארט מען אויף'ן הלכה'דיגן זמן פון מיתה, וואס בעפאר איז מען דאך א רוצח אז מען נעמט ארויס א אבר, האט שוין נישט דער אבר צופיל אויפטוה שפעטער, אזוי מיין איך עכ"פ.

לויט דעם וויאזוי מעג מען ארויסנעמן אן אבר פון א לעבעדיגן אזויווי ביי הרב לאבינ'ס מעשה וכדו'?
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:24 pm#164133
געשריבען אין א אנדערע אשכול
די פראבלעם איז אז אין ווילאמסבורג איז צימערמאן דער חשובער יונגעמאן און הרב לאבין וואס האט געגעבען א ניר פאר א אנדערען יוד איז א אויפגעקלערטער און משכיל
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:27 pm#164137
קרעקער האט געשריבן:געשריבען אין א אנדערע אשכול
די פראבלעם איז אז אין ווילאמסבורג איז צימערמאן דער חשובער יונגעמאן און הרב לאבין וואס האט געגעבען א ניר פאר א אנדערען יוד איז א אויפגעקלערטער און משכיל


דער אמת איז אז ציממערמאן האלט אויך פון ארויסנעמען קישקעס - אלעמאל יענעם'ס קישקעס.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:43 pm#164141
עס איז וויכטיג נישט מגזם צו זיין אין די שוועריגקייטן פון דורכגיין אזא פראעצדור פון מנדב זיין א ניר כדי נישט אנצושרעקן די וואס ווילן אויך טוהן אזא העראאישע אקט. אבער פון די אנדערע זייט טאר מען נישט מינימיזירן די שטארקע שוועריגקייטן ווייל מיר האבן נאך נישט קיין אינטערעסע אז אידן זאלן מנדב זיין א ניר נאכ'ן זיין איינגערעדט אין פאלטשע אינפארמאציע אז עס איז נישט אזוי שווער. די פאקט איז אז די סכנה אז מ'וועט געשעדיגט ווערן איז נישט אזוי גרויס, אבער די מסירת נפש איז בעיקר אין די ביטערע שוועריגקיייטן פון די פראצעדור, און די שווערע וואכן און חדשים פון ערהוילונג. עס איז שווערער ווי געבן געבורט פאר א קינד! און וויפיל מענטשען קענט איר וואס וואלטען געוואלט דורכגיין קינדער געבורט פאר א צווייטען בלי תשלום גמול. ס'איז מסירת נפש ממש.

אבער ס'איז נישט ממש בכלל נישט קיין סכנת חיים. נישט לאנג צוריק איז א היימישע אינגערמאן שטארק געשעדיגט געווארן נאכ'ן מנדב זיין א ניר, און ער איז געוועהן אין א קריטישע צושטאנד פאר א לאנגע צייט. איך ווייס נישט וואס זיין מצב איז היינט, אבער ער איז קלאר געוועהן אין א סכנת חיים אדאנק זיין העראאישע אקט. די ארגאניזאציעס ווי "רינועל" האבן נישט ליב געהאט אז מ'האט גערעדט פון די מעשה, און מ'פראבירט צו מינימיזירן די סכנה, אבער פאקט איז פאקט, און מענטשן זענען בארעכטיגט צו די אמת'ע אינפארמאציע. עס איז א גרויסע ריזיקע אדורכצוגיין אזא אפעראציע, און די וואס זענען מחליט אז זיי זענען גרייט זיך מקריב צו זיין פאר אנדערע זענען צדיקים וקדושים.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:51 pm#164143
אן אוועקנעמען די קרעדיט ווען קרעדיט קומט, איז די אשכול אביסל א פאטש אין פנים פאר די הונדערטער העלדן וואס האבן עס געטון שטיל און באשיידן און אן קיין פאמפע, כנלע"ד.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:53 pm#164144
ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען ווארפט סטעיטמענטס אין דער לופט, לאנדעט עס א פאטש אין פנים...
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:56 pm#164146
מיר ווייסן גאנץ גוט אז די פאבליסיטי קען גורם זיין א שיפט אין אונזער מענטאליטי און עס קען ברענגען א פלייץ פון פרישע נירן נדבנים. אפילו אויב הרב לאבין וואלט זייער געוואלט עס טוהן אהן פאמפע וואלט געוועהן א חיוב פון יעדער וואס איז נאנט צו אים זיך צו בעטן ביי אים בתחנונים אז ער זאל עס טוהן ברבים, און נוצן זיין געבענטשטע פענע צו שרייבן דערוועגן.

קיין שום קאלירפולע בראשור קען נישט אזויפיל אויפקלערן פאר מענטשן צו טוהן אזא הייליגע אקט ווי א מענטש מיט א גאונישע פעדער וואס האט אליינס אוועקגעגעבן זיין קערפער צו העלפען א צווייטן.

דאס נעמט גארנישט אוועק פון די אלע וואס האבן עס געטוהן בהצנע לכת, אבער ווען אזא באקאנטער פיגור טוהט עס איז קלאר אז די פירסום איז א חיוב לתועלת הענין.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:01 pm#164147
שיטה מקובצת האט געשריבן:

קיין שום קאלירפולע בראשור קען נישט אזויפיל אויפקלערן פאר מענטשן צו טוהן אזא הייליגע אקט ווי א מענטש מיט א גאונישע פעדער וואס האט אליינס אוועקגעגעבן זיין קערפער צו העלפען א צווייטן.



ממש קאפויער, א א גוטע אינפארמאטיווע בראשור וועט ענדערש קאנוויסן א אדם המשכיל ווי סיי וועלכע סעלעבריטי הייפ, חוץ ביי דומע טינעיזשערס אדער מענטשן מיט א שאף מענטאליטעט.
מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 10:44 pm#167243
אויפן אינטערוויא איז משמע אז ער איז גרייט צי געבן אינטערוויו פאר נאך מידיא אטלעטס. כדי צי מאכן מענטשען aware פון קידני דאנעשען.
כקלער אפשר זאל איינער פון שטיבעל טרייען צי באקומען אן אינטערוויו מיט רב לאבין פאר חברי השטיבעל און די טויזנטער ליינער.
מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 11:03 pm#167244
ווי ערווארטעט האט הרב לאבין שיין באשריבן זיין העלדישער טאט אינעם נייעם שטערן פון חודש טבת, און בתוך דבריו אדרעסירט ער אויך זייער שיין די טענות וואס מענטשן האבן אז ער האט עס געטוהן בלויז פאר כבוד, אז ער זאל דאס קענען באשרייבן, וכדומה.
זאגט ער קודם אז ער קען אסאך אידן וואס זיצן אויף מזרח וואנט און זיי באקומען זייער כבוד אפילו אן דעם וואס זיי האבן אוועק געגעבן עטוואס פון זיך פאר א צווייטן. אין אנדערע ווערטער עס איז דא גרינגערע וועגן צו באקומען כבוד ווי זיך צו לייגן אונטערן מעסער.
נאכדעם האט ער א פסיכילאגישן הסבר אויף דעם אויך. ער איז מסביר אז היינטיגע צייטן טוט שוין קיינער נישט קיין שלעכטס און קיינער איז שוין נישט משוגע, היינט האט שוין יעדע זאך א נאמען פון עטליכע בוכשטאבן, אויב איינער טוט א משוגענע אדער שלעכטע זאך איז דאס בכלל נישט ווייל יענער איז שלעכט נאר ווייל ער ליידט פון א געוויסע סארט מחלה, מיט אזא סארט נאמען. און דאס איז גראדע א גוטע זאך, מען דארף טאקע יעדן דן זיין לכף זכות, מען קען קיינעם נישט פאראורטיילן צו שלעכט עד שתגיע למקומו.
די פראבלעם איז נאר אז דאס כאפט זיך אריבער צו גוטס אויך, ווען איינער טוט א גוטע זאך, אנשטאט דאס ארויסצוהייבן און זעהן אז אנדערע זאלן דאס אויך נאכמאכן, זאג מען אלערליי סיבות פארוואס יענער האט דאס געטוהן, ווייל ער דארף כבוד, ווייל ער איז א שוואכער און קען נישט זאגן ניין, וכדומה. און דאס איז בהחלט נישט אויסגעהאלטן, אז א מענטש טוט גוטס איז דאס זייער חשוב, און מען דארף דאס מחשיב זיין, און אזוי וועלן עס אנדערע אויך וועלן נאכטוהן.
ער שרייבט עס מיט אביסל א העכערע שפראך, איך האף אז איך האב יורד געווען לסוף דעתו. פאר מער אינפארמאציע קויפט דעם נייעם שטערן וואס ליגט שוין אויף די גראסערי שעלפס.
מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 11:58 pm#167263
דא איז דער ארטיקל וואו הרב לעווין מיט זיין זעלטן רייכע פענע גיסט כדרכו גאלדענע טינט אויפן פאפיר,דאסמאל אדרעסירענדונג זיין אייגענעם מסירות נפש אקט. נאט אייך דעם ארטיקל. מתוק מדבש!

ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה

ווען איר וועט ליינען די שורות וועל איך בע"ה זיין אין שפיטאל נאכן טון די גרעסטע און מערסט באדייטענדע אקט אין מיין לעבן ביז היינט: ראטעווען די לעבן פון א מענטש. ראטעווען א טאטע פון קינדער דורך אוועקגעבן א שטיק פון זיך, מנדב זיין א ניר.

דאנערשטאג צופרי וועל איך אריינפארן צו די מאונט-סיני שפיטאל וואו איך וועל ווערן אריינגעלייגט אין א בעטל, אריינגעפירט ווערן אין אן אפעראציע צימערל וואו דאקטורים וועלן – אין א פראצעס וואס דויערט אפאר אנגעצויגענע שעות - עפענען מיינע אינערליכע קערפער טיילן, און טון די ריזיקאלישע אקט פון איבערשניידן אדערן וואס פירן בלוט צו די ניר, זיי וועלן ארויסנעמען איינס פון מיינע צוויי געזונטע נירן, מיר צוריק פארנייען. דעם געזונטן ניר וועלן זיי שנעל אריבערטראגן אין א דערנעבנדע אפעראציע צימערל וואו עס וועט ליגן א איד, א טאטע פון קינדער'לעך, וועמענס נירן פונקציאנירן נישט גוט און מוטשעט זיך שוין א לאנגע צייט מיט די גרויסע עינויים און סכנות פון "דיאליסיס", זיי וועלן אין זיין קערפער אריינלייגן מיין ניר, און מיטן אייבערשטן'ס הילף וועט די ניר אנהויבן אויף א נאטורליכע וועג אויסהיילן זיין קערפער מער, בעסער און שנעלער ווי די גרויסע קאמפליצירטע מאשינען וואס פרובירן אים צו דינען אלס א שטעל-פארטרעטער פאר די וואונדערליכע אבר וואס הייסט "ניר".

דאנערשטאג צופרי וועט אויך אריינפארן אין שפיטאל א איד, וואס ווען איר וועט ליינען די שורות וועל איך שוין האפנטליך זיין א גוטער פריינט זיינער, וועלכער ליידט זיך אן ביטערע יסורים ל"ע, צזיין לעבן שוועבט אין א שווערע מצב, א איד וועמענס לעבן פונקציאנירט נישט געהעריג, נישט בלויז צוליב די שמערצן פון זיין מחלה, נאר אויך צוליב די פאקט אז ער דארף זיצן צוגעשמידעט צו א ריזן מעטאלענע מאשין פאר דריי טעג א וואך, שעות ארוכות יעדע מאל. אזוי איז עס, די געטליך באשאפענע נירן זענען קליינטשיג, פראקטיש, אפעקטיוו און ארבעטן א מחיה, די ארטיפישעל איז אבער מגושם און ממש נישט צו די זאך.

איך וועל ווערן באגלייט מיט תפלות און האפנונגען פון מיינע קינדערלעך, וועמען איך האב ערקלערט – די קלארסטע וואס שייך פאר קליינע קינדער – אז איך גיי ווערן אפערירט און נאכדעם פילן שוואך און ווייטאגליך נישט ווייל עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט מיר, נאר ווייל עפעס איז ליידער נישט אין ארדענונג מיט א צווייטן איד.

דער איד וועט ווערן באגלייט מיט די טרערנדיגע אויגן פון זיינע קינדער, די קינדער קוקן די לעצטע צייטן מיט שטוינונג און פחד, צער און ייאוש וויאזוי זייער געזונטער טאטע גייט א גאנג, ער איז געווארן א שאטן פון וואס ער איז געווען, און זיין לעבן ווערט אים שווערער און שווערער; די קינדער גייען אויפשטיין דאנערשטאג צו א גליקליכע טאג, די טאג וואס וועט זיי צוריקשענקען זייער טאטע.

מיינע קינדערלעך וועלן מתפלל זיין אז איך זאל אהיימקומען בקרוב, נישט קיין טראפ ווייניגער געזונט ווי איך בין געגאנגען. דעם איד'ס קינדערלעך וועלן מתפלל זיין אז זייער טאטע זאל אהיימקומען א נייער מענטש. קיין טראפ פון דאס וואס זיי זעען נעבעך לעצטנס זאלן זיי מער נישט זעהן.

מיינע קינדערלעך וועלן זיין באזארגט, זייער טאטע'ס לעבן איז נאך קיינמאל נישט געווען אין א סכנה, און דא, זיין אונטער אן אפעראציע מעסערל איז א מצב סכנה. דעם איד'ס קינדער וועלן אבער זיין גליקליך ווייל זייער טאטעס לעבן שוועבט אייביג אונטער א סכנה, און אט די אפעראציע מעסערל איז זיין וועג ארויס פון סכנה.

איך האב געמאכט א שווערע החלטה, און דערציילט מיינע קינדערלעך און נאנטע די החלטה, מיין החלטה איז געווען די בשורה טובה און די נס תחיית המתים פאר דעם איד, די החלטה וואס האט געטוישט זיין לעבן.

ווען איר ליינט די שורות וועט שוין בע"ה מיין איינציג געבליבענע ניר טון דעם גאנצן ארבעט, ער וועט אויפהערן מיט זיינע פוילע שטיק פון זיך פארלאזן אויף זיין צווילינג וואס טוט האלב פון די ארבעט, און ער וועט אנהויבן טון די גאנצע ארבעט אליין.
מיין אנדערע ניר, וואס איז שוין אריבער פון מיין רשות צום רשות פון אירע נייע בעלים, וועלן בע"ה טון די ארבעט, ווי געניטע קאמאנדאס וועלן זיי אריינקומען אין שלאכט פעלד, אינעם פארפעסטיגטן קערפער, און זיך נעמען ארבעטן, אויפרייניגן און מאכן דעם קראנקן קערפער פריש און געזונט בעזרת השם.

איך בין אביסל נערוועז שרייבנדיג די שורות, נישט יעדן טאג נעמט מען א גרויסן מעסער און מען פאטשקעט ארום אין די קודש הקדשים פון די מענטשליכע קערפער, צווישן די לעבער, לינגען, קישקע און נירן, און מען פארארבעט דארטן מעשים.... אבער איך בין גליקליך און צופרידן, ווייל נישט יעדן טאג האט א מענטש די זכייה צו ראטעווען לעבנס!

*
פארוואס טוה איך עס?
"פארוואס טוסטו עס?" איז א שאלה וואס אסאך מענטשן פרעגן, רוב מענטשן –ובתוכם אסאך גדולי ישראל וועמען איך האב געפרעגט, פרעגן דאס מיט סימפאטיע און געפיל, מיט הערצה און שמחה. אבער אסאך מענטשן קוקן מיר אן ווי פון די לבנה און פרעגן "פארוואס טוסטו עס?"
איך טוה עס ווייל איך וויל ראטעווען די לעבן פון אן אומגליקליכן מענטש.

"איך וואלט עס קיינמאל נישט געקענט טון"
איך וואלט עס אויך קיינמאל נישט געקענט טון, ביז איך האב אבער מחליט געווען אז עס יא צו טון איז אסאך א בעסערע החלטה!
איך האב מערערע מאל "באשריבן" די דאזיגע ערשיינונג, די נירן נדבנים און די עסקנים פון רינועל, ווי א דרויסנדיגער, ווי א זשורנאליסט, ווען נירן נדבנים האבן געזאגט "עס איז אזוי געוואלדיג, עס שפירט אזוי דערהויבן צו ראטעווען א מענטש" האב איך אויך געטראכט "נעה, אבער איך קען נישט עס טון"!

אפילו ווען מענטשן האבן מיר גערופן אז נאר מיינע ארטיקלען האט זיי משכנע געווען און זיי האבן אונטערן השפעה פון מיין באשרייבונג געגעבן זייער ניר, האב איך אבער געטראכט "אבער איך, מיין ניר, מיין לעבן, נעה" איך וועל ווייטער משפיע זיין אויף אנדערע, אבער איך אליין, ניין.
אבער איין טאג האב איך מחליט געווען אז הנני! פארוואס זאל איך זאגן ניין, איך גיי זאגן יא!
איין טאג האב איך מחליט געווען אז משפיע זיין אויף אנדערע איז שיין, אבער דער קראנקער איד וואס ווארט אויף מיין בלוט טייפ, ווארט אויף מיר, און מיין אייגענע מצוה איז מיינס!

איך האב מחליט געווען, גערופן די וואונדערליכע ארגענאזאציע 'רינועל', געגאנגען אין שפיטאל זיך אויסטשעקן. ניין, עס איז נישט אנגעקומען לייכט, א שיינע פאר מאל האב איך שוין באזוכט אין שפיטאל, אסאך שעות האב איך שוין דארטן געספענדט אין פארשידענע טשעק-אפס, בלוט-ארבעט, טעכנאלאגישע טעסטן און לעבעראטאריע ארבעט, פסיכאלאגישע אפשאצונגע און לאנגע שמועסן און אויספארשונגען פון די מעדיצינישע פערסאנאל וואס גרונטעוועט און פארשט, טשעקט און זוכט ביז זיי געבן די הסכמה אז דער מענטש איז פאסיג און געאייגנט צו טון דעם גרויסן אקט. די רעסט איז היסטאריע, נאכן זיך איינשרייבן, טשעקן, נעמען די הסכמה פון מיין חשובע לעבנס-באגלייטערן וועמען די החלטה איז אויך נישט לייכט, און אויף וועמענס פלייצע עס פאלט גאר אסאך, נאכן באקומען די הסכמה פון מיינע נאנטע און פון גרויסע מענטשן וועמען איך שעץ און צו וועמען איך האלט זיך נאנט, טוה איך עס בעזר ה', און די הרגשה איז זייער דערהויבן און גוט.

*
"אבער פארוואס פונקט דו"
נאך די איין קושיא האבן מיר מענטשן געפרעגט, דו ביסט א יונגערמאן, א טאטע פון קינדער, א פארנומענער מענטש וואס טוט אסאך, יא, מען דארף ראטעווען די מענטשן מיט קראנקע נירן, "אבער פארוואס פונקט דו?"

אלזא, יעדער איינער וואס איז יונג, יעדער וואס האט ליב זיין לעבן און האט נישט ליב אפעראציעס, יעדער וואס איז פארנומען, יעדער וואס איז א טאטע, זאל נישט געבן קיין נירן, און ווער וועט ראטעווען לעבנס פון די טייערע אידן וואס דראפען זיך עד שערי מוות?
א זאך וואס מען דארף טון, דארפסטו טון! עס איז נישט דא אזא זאך "פארוואס פונקט דו"! ווייל אויב פארוואס פונקט דו, איז פארוואס פונקט יענער, און קיינער נישט!

אלזא, אנשטאט זאגן "פארוואס פונקט איך" האב איך א זאג געטון "פארוואס דען נישט איך?" איך האב דאך אויך צוויי געזונטע נירן, אין די צייט וואס דאס איז ממש מותרות, ווען מען קען לעבן מיט איינס, ביי מיר איז עס בלויז דארטן ווי אן איבעריגע רעדל, און ביי יענעם איז עס דאס לעבן!
אנשטאט פרעגן "פארוואס פונקט איך?" דארף א בעל נפש פרעגן – אויף סיי וועלכע דבר טוב – "פארוואס נישט איך" ויאמר הנני!

*
אבער זאג מיר די אמת, פארוואס טוסטו עס? ווייל דו ווילסט עס באשרייבן? ווייל דו ווילסט כבוד?
איך האב ליב כבוד, און איך האב ליב צושרייבן, אבער בין איך גרייט צו לאזן זיך שטעכן פאר דעם?
איז נישטא גענוג גרויסע אנציקלאפעדיעס צו האבן איבער וואס צו שרייבן?
איז נישטא גענוג אסאך מענטשן וואס פילן אן מזרח'ס, אן אוועקגעבן פון זיך גארנישט?
איך טוה עס צו ראטעווען א לעבן, און איך טוה עס מיט א פרסומי ניסא ווייל דאס וועט ראטעווען נאך מענטשן.
טוה איך עס בלתי לה' לבדו? איך ווייס נישט! וויפיל מענטשן זענען דען ריין פון נגיעות?

אבער איך ברענג די דאזיגע ארגומענט ווייל איך שפיר אז עס איז זייער וויכטיג:
ווען א מענטש טוט אן עוולה, פרובירן מיר אים צו דן זיין לכף זכות. איך אליין האב שוין גענוג געשריבן וועגן דן זיין לכף זכות יעדן איינעם, פון אפגעפארענע בחורים ביז קרימינאלן. פארשידענע הסברים קענען אנגעגעבן ווערן פארוואס מען דארף יעדן דן זיין לכף זכות, ווייל די ווייסט נישט וואס עס טוט זיך אינווייניג אין זיין הארץ, און ווייל שלעכטס איז נישט אייביג אזוי ווי עס זעהט אויס אויבנאויף, און אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו, און וואס ווייסן מיר די פארווייטאגטע מאטיוון, און אזוי ווייטער, די ארגומענטן זענען ברייט כיד הדמיון הטובה.

מאדערנע פסיכאלאגיע וואס שענקט קראנקהייט נעמען און פאטאלאגיזירט שלעכטע התנהגות'ן אלס מענטשליכע שוואכקייטן, האט אויך געמאכט אז עס איז נישטא קיין שלעכטס. אלזא, מען האט מעביר געווען שלעכטס.
יעצט, קומען מענטשן, און פרובירן צו פסיכאלאגיזירן גוטס, און אויך אריינלערנען פסיכאלאגישע מאטיוון אין גוטס?
אז שלעכטס איז נישט שלעכטס, ווייל נעבעך, יענער האט א שוואכקייט, און נאכדעם טוט מען די זעלבע צו גוטס, צו זאגן אז גוטס איז נישט גוטס, ווייל יענער איז נאר א בעל צדקה ווייל ער האט ליב כבוד, א בעל טובה ווייל ער איז צו שוואך צו זאגן ניין, און לערנט נאר ווייל ער איז נייגעריג, איז נישטא מער קיין גוטס?!

די מערב וועלט פילאזאפיע האט אסאך צושטערט פון די טראדיציאנאלע גרונטן פון גוטס און שלעכטס. פסיכאלאגן האבן ווייטער צעטרייסלט גוטס און שלעכטס, צו קען מענטשהייט, און אידישקייט בפרט, לעבן אן גוטס און שלעכטס?
לאמיר לאזן אוועקמאכן שלעכטס, אבער כאטש גוטס, לאזט בלייבן גוט! הערט אויף אריינלערנען מאטיוון אין גוטס!
מיר דארפן האבן דוגמאות פון גוטס, און מען דארף האבן אומאפפרעגבארע גוטס!
*
טייערע חברים און ליינער, איך בעט אייך, גייט אין מיינע פיסטריט, איר קענט זיך פארבינדן מיט מיר, (ווען איך וועל זיך ערהוילן), לאמיר ראטעווען לעבנס!
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 12:10 pm#171341
א אינטערוויוא אין "דער בלאט" די וואך מיט ר' יואל אשר נ"י

.
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 12:39 pm#171350
עס געפעלט מיר זייער דער פאראגראף איבער דער פסיכאלאגישע טעסט וואס א נדבן דארף אריבערגיין. דאס אז מען דארף איהם טעסטן צו מאכן זיכער אז ער איז אומשטאנד אליינס צו פאסן אזא וויכטיגע באשלוס, איז פארשטענדליך. אבער דאס וואס זיי שרייבן אז דער טעסט איז געמאכט אויך וויבאלד די וואס געבן אוועק א ניר קענען זיין מער עמפינדלעך צו פסיכאלאגישע פראבלעמען שפעטער אין לעבן, האט מיך געגעבן צו פארשטיין מעין דמעין וואס חז"ל זאגן "כליות יועצות" - די נירן געבן פסיכאלאגישע סטאבילעטעט צו קענען פאסן באשליסן.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:32 pm#172050
איך בין כמעט זיכער אז סאיז א טעות איבער פסיכעלאגישע פראבלעמען עס מאכט נישט קיין סענס אז ארויסנעמען א קידניע זאל מאכן פסיכאלאגישע פראבלעמען די מיטונג מיט א סייקאלאדגיזט איז מסתם צו מאכן זיכער אז דער מענטש איז גרייט צו טון אזאו גרויסע שריט
דינסטאג יאנואר 07, 2014 1:47 pm#174281
אין די לעצטע "שפאקטיוו" (טבת תשע"ד) האט הרב יואל אשר א הערליכע ארטיקל, (אפשר קען עס ATUB @יואב ATUB ווידעראמאל מעתיק זיין? למצוה גדולה יחשב)

ער ברענגט ארויס אז די אלע מורא'דיגע מעשי חסד איז טאקע זייער חשוב, נישט צו אונטערשאצן, אבער בעת דאס איז א "שארט-טערם" חסד, זענען פאראן מענטשן וואס זייער גאנץ לעבן זענען זיי פארנומען צו טון חסד מיט אנדערע, און קיינער גיבט זיי נישט די נויטיגע ערליך-פארדינטע אנערקענונג און קאמפלימענט.

געוואלדיגע ארטיקל!
דינסטאג יאנואר 07, 2014 3:24 pm#174350
שוין צייט ער זאל מאכען א בלאג און ארויפלייגען אלע זיינע ארטיקלען פאר דע וואס ליינען נישט דער שטערן שפאקטיוו
דינסטאג יאנואר 07, 2014 4:48 pm#174368
'' איך וואלט נישט געקענט זיין סקולענער רבי'ס גבאי ''.
:like
דינסטאג יאנואר 07, 2014 7:08 pm#174408
אט איז דער ארטיקל במלוא הודה והדרה: (א ייש"כ פאר הרוצה בעילום שמו וואס האט עס מיר פארשאפט)

איך בין דורך אן אפעראציע, אבער מענטשן גייען דורך צענדליגע אפעראציעס יעדן טאג!

זינט איך האב זוכה געווען - בחמלת ה' עלי - צו מציל זיין א נפש מישראל בגופי, דורך שענקען א לעבעדיגע שטיק פון מיין גוף, בין איך זוכה צו גאר ווארעמע קאמפלימענטן, הארציגע שבחים, פארגינערישע אפלאדיסמענטן און זיסע שמייכלען. מענטשן קומען צו און דרוקן מיר די הענט, מען איז משבח, מען קאמפלימענטירט און א שיינע פאר אידן דרוקן אויס זייער הערצה דורך קושן און האלזן מיט חביבות און געפיל.

איך בין זייער נתרגש און איך שפיר דערהויבן און מכובד פון די ווארעמע אויסדרוקן פון הערצה, און איך שאץ באמת נישט אונטער וואס איך האב זוכה געווען צו טון, די פאר וואכן וואס זענען פאריבער האבן מיר געוויזן אז עס איז א גרויסע אקט, אן אקט וואס ברענגט מיט א היבשע בינטל יסורים און שוואכקייט פאר א שיינע פאר וואכן, און עס איז א גאר הייליגע אקט נאכן זעהן אז די חולי ישראל וואס באקומען א ניר ווערן נייע מענטשן, רוח נכון חדש בקרבם.

באזונדער האב איך געזעהן עין בעין, מיט גרויס רגש, וואס איך האב זוכה געווען צו טון, ווען איך האב מיטגעהאלטן די פייערליכע ריזן בר מצוה וואס איז געפייערט געווארן דורך מיין שותף לדבר מצוה, דער איד וואס האט באקומען מיין ניר, ער פארמאגט אן איין איינציג קינד און ער האט לכבוד די איינמאליגע גרויסע שמחה געפייערט א הערליכע בר מצוה כיד המלך. די בר מצוה האט געברענגט הונדערטער משתתפים און בני משפחה פון די גאנצע וועלט, און אין ליכט פון דעם בעל שמחה'ס נס ההצלה איז זי געפייערט געווארן אונטערן רושם פון די שמחה פון זיין רפואה. זייענדיג ביי די שמחה און זעענדיג ווי דער בעל שמחה שטייט בפנים מאירות געזונטערהייט ביי זיין געגארטע שמחה, און דארף נישט זיצן שוואך און קראנק אזוי ווי מיט עטליכע וואכן צוריק, האט מיר בארירט, די ווארעמע ווינטשן פון זיין אלטע מאמע און ליבע ידידים און קרובים, האט מיר געמאכט וויינען פון פרייד.

אבער איך בין נישטא צו הייבן נאך און נאך מיין אקט, און זיך קלאפן אין אייגן רוקן. פארקערט, איך וויל דא ארויסברענגען אן אנדערע נקודה: מענטשן זאגן מיר "דו האסט געטון די גרעסטע חסד, דו ביסט דער גרעסטער בעל חסד"!


אבער וואס טוט זיך מיט די אידן וואס געבן אוועק זייער גאנצע לעבן פאר חסד, און זיי טוען עס בין תנור לכיריים מיט א לב נשבר? ווער באדאנקט זיי?

און לאמיר ערקלערן מיין נקודה:

דער יעב"ץ, רבי יעקב עמדין, זאגט אין זיין ספר מגדל עוז א געוואלדיגע לשון אז דער נס פון נצחיות און המשכת עם ישראל, דאס אז מיר זענען אזא חשוב'ע פאלק אפילו נאך די אלע גלויות און שמדות, מיר זענען נאך אלץ אן אור לגויים, דאס איז א שטערקערער און העכערער נס ווי קריעת ים סוף!

ביי קריעת ים סוף האבן מיר געהאט א קורצע, גאר קאנצעטרירטע, דראמאטישע מאמענט פון התגלות ווען השי"ת האט ארויסגעוויזן זיין ליבע, אבער אונזער וואונדערליכע איבערלעבונגס קראפט און אונזער נצחיות'דיגע המשכה צייגט אויף ענדלאזע קוואלן פון אהבה וואס ענדיגן זיך נישט. און ווי דער יעב"ץ ערקלערט עס במטבע לשונו: "נס נמשך ומתמיד גדול מנס שקרה פעם אחד".

אן איינמאליגע גרויסע געשעעניש איז גוט צו ברענגען העדליינס און מאכן דראמא, אבער פיל מער תוכן ליגט אין אנגייענדע קליינע אקטן. קריעת ים סוף איז געווען א ריזיגע גאר-בולט'ער אקט; אבער קליינע נסים בכל יום טראגט מער געוויכט!

באקאנט איז וואס צדיקים האבן געזאגט בקשר צו די אודים מוצלים מאש וואס האבן איבערגעלעבט דעם ביטערן קריג, האבן זיי געזאגט אזוי: די קדושים וואס זענען געשטארבן על קידוש ה', זענען איינמאל געשטארבן, איין מינוט האט געדויערט די פרידת הנשמה מהגוף, א גאר דראמאטישע איינמאליגע מאמענט פון קידוש ה'; אנדערש זענען די וואס האבן איבערגעלעבט די ביטערע מאורעות און נגזר געווארן לחיים, זיי מוזן לעבן על קידוש ה', זיי מוזן לעבן מיט די קאשמארן, זיך ראנגלען און סטראגלען יעדן טאג מיט די זכרונות, די ווייטאג, די בענקשאפט, די כעס און ייאוש, און אנגיין מיט כח הרצון און אמונה אין נצחיות ישראל. די מתים על קידוש ה' האבן געהאט איין מאמענט; די וואס לעבן על קידוש ה', לעבן אייביג און טוען קידוש ה' יעדע איינציגע רגע!

מענטשן גייען אסאך אריבער, דאס לעבן איז א נוה התלאות, א צענטער פאר מיטמאכניש. יעדער מיט זיינע קלעמענישן, פיזישע ווייטאגן, עמעציאנאלע קוועטשענישן, גייסטישע יסורים, און אזוי ווייטער, און מענטשן האבן גבורת הנפש צו לעבן מיט שוועריגקייטן, לעבן מיט שווערע לעבנס-שותפים, שווערע עלטערן, שווערע קינדער, שווערע בן-זוג, און גייען דורך יעדע רגע פון טאג מיט ביטערע שוועריגקייטן, און גייען עס דורך בכבוד, מיט דערהויבנקייט, מיט קבלת יסורים באהבה, מיט חסד אויפן העכסטן שטייגער!

פאר מיין אפעראציע בין איך אריין צום סקולענער רבי'ן, צו נעמען א ברכה ביי אט דעם זקן צדיקי הדור. דער גבאי האט מיט התפעלות מיר געזאגט: "אזא דערהויבענע זאך, איך וואלט עס קיינמאל נישט געקענט טון!" איך האב אבער תיכף געזאגט דעם גבאי'ן: "און איך וואלט קיינמאל נישט געקענט זיין א גבאי אין סקולען....." לעבן טאג טעגליך א לעבן אן קיין זייגער, א לעבן פון התבטלות פאר א צדיק און פאר צרכי עמך ישראל, דאס איז מסירות נפש הונדערטער מאל א טאג!

איך בין איינמאל אדורך א גרויסע אפעראציע, איך האב נישט געשניטן, דער דאקטאר האט געהאלטן די מאכלת און איך בין געווען פארטייבט, קיין סאך האב איך נישט געקענט זאגן קיין דעות, נאכן אונטערשרייבן אלע צעטלעך און אלעס אריבערגיין, איז עס געשעהן!

אבער טויזנטער אנדערע מענטשן גייען אריבער טויזנטער קליינע אפעראציעס יעדע מינוט אין טאג. יסורי נפש, ביטערע מחלוקת'ן מיט זייערע נאנטע, און זיי גייען דורך דעם נסיון בכבוד רב, און קיינער קלאפט זיי נישט אין רוקן!

פארבייסן די ליפן פאר צענדליגער יארן ווייל מען האט א בן-זוג וואס איז מצער; אנציען א רוהיגן שמייכל אויפן פנים צו אן אומגעלונגען קינד וואס שאפט בלויז צער און עגמת נפש; באגלייטן אן אלטן קראנקן טאטן פאר יארן לאנג, זייענדיג מפקיר דאס לעבן פארן טאטן וואס בזקנתו און מיט די אפגעשוואכטע כחות הערט נישט אויף שרייען אויפן קינד, זענען דאס נישט קיין אפעראציעס? איז דאס נישט געלעבט על קידוש ה'?

א גרויסע זאך איז נישט דווקא דאס וואס זעהט אויס גרויס, שיין, גלאריפירט און מען קען מאכן דערפון א הארציגע ארטיקל אדער פילם, א גרויסע זאך קען זיין זייער קליין, אבער פאדערט גבורת הנפש!

די גמרא זאגט "אין העולם עומד אלא על הבולם פיו בשעת מריבה", די וועלט שטייט, לאו דווקא אויף מענטשן וואס געבן גרויסע צדקות, טוען העלדישע אקטן, נאר דווקא אויף די וועלכע שטארקן זיך אויף די ביטערע שוועריגקייט פון בלייבן שטיל אין א היציגע ארגומענט בשעת מריבה, די גרויסקייט ליגט אין אט די קליינע מאמענט!

עס איז ידוע די הארציגע מעשה פון דעם גרויסן רבי חיים שמולעוויטץ, וועלכער האט געזאגט ווען אידן אין ארץ ישראל האבן געהאט גרויסע ישועות און ניצול געווארן פון א שווערע מלחמה, אז תלמידים פון גדולים, חסידים פון רבי'ס און מעריצים פון גרויסע לייט זענען בדעה אז דער עם היושב בציון איז פארשוינט געווארן אדאנק זייער רבי-גדול, אבער די ישועה איז נישט געקומען פון גדולים, נאר פון א צובראכענע פרוי א גרושה, וועמען רבי חיים האט געהערט זאגענדיג אין בונקער "רבונו של עולם, איך בין מוחל מיין געוועזענע מאן וואס האט מיר אזויפיל מצער געווען און מעגן געווען, רבונו של עולם אין דעם זכות זיי די מוחל די אידישע קינדער"! אט די שטילע העלדישקייט, די גבורת הנפש פון מוחל זיין א טייך פון ביטערע געפילן, די שטילע גבורת הנפש וואס גייט פאר בעומקא דליבא, דאס איז די גרויסע כח.

* * *

דאס יהדות החרדית האט די וואך פארלוירן איינער פון די צדיקי הדור, א איד וואס איז יעדן טאג אריבער גבורות הנפש און לוחם געווען מלחמות ה' אין זיינע אייגענע ד' אמות, א צדיק הדור וואס האט נישט געשאקלט א וועלט, און אן עסקן וואס האט זיך קיינמאל נישט גע''פיקטשערט" ביי די ווייסע הויז חנוכה פארטי.

עס איז נפטר געווארן דער איש קדוש רבי יהושע מרדכי כהנא זצ"ל, א שטילער, איידעלער, עלנדער איד וואס האט ל"ע נישט זוכה געווען לפרי בטן, א איד א תלמיד חכם עצום ואיש קדוש, א תלמיד וחסיד פון רבי מאטיל סלאנימער און פון די אריות שבחבורה אין סלאנים-טבריה בימים ההם, א איד וואס איז זיין גאנצע לעבן ארומגעלאפן אין בתי מדרשים און שמחות, מיט די נצחיות'דיגע הויפן גרינע, שאפן געלט, דער צדיק האט נישט באקומען קיין הונדערטערס פון גבירים, און נישט געהאט קיין "מקורבים", אבער מיט מסירות נפש האט ער געקליבן טויזנטער דאלארן, און דער צדיק האט געלעבט בדוחק פון פענסיע טשעקס וואס ער האט באקומען און דערפון געלעבט, די געלט האט דער הייליגער צדיק אליין אויסגעטיילט צו אלמנות און נשברי לב, ער האט געשיקט א חלק פון די געלט צו החסיד רבי אברהם סלונים שליט"א - זיין רבי ר' מאטיל סלאנימער'ס רעכטער אייניקל - זאל אויסטיילן פון עניי ארץ ישראל.

דער איד האט זיך געשלעפט מיט א שטעקן, ער האט די לעצטע שיינע פאר יארן זיך געמוטשעט מיט ביטערע שוואכקייטן, אבער דער צדיק איז ארומגעלאפן טון חסד בגופו, אידן האבן געזעהן דעם צדיק, אבער זיינע מסירות נפש האט ער געטון אינווייניג אין זיין נפש, זיינע צדקות האט ער געטוןן בצנעא, זיין מלחמת ה' האט ער נישט געטון מיט קיין שילדן, נאר אין זיין אייגן הארץ יעדן צופרי פיר אזייגער פארטאגס ווען ער האט זיך ארויסגעדראפעט צו עוסק זיין בתורה וחסד, און נישט צו האבן די ביסל הנאה פון א גוטע שלאף לעת זקנתו!

כלל ישראל האט געזעהן דעם צדיק, אבער אים איגנארירט, העכסטנס צוגעווארפן א דאלאר, דער צדיק האט נישט געמאכט קיין ווינט און געטון זיין צדקות בעמקי לבו, און ליידער האט מען אים נישט גענוג געקענט בחייו ובמותו, מען האט זיך ארומגעווארפן מיט אים בחייו, ביז ליידער ווען א ביציקל איז אריינגעפארן אין אים און אים אריינגעווארפן אין שפיטאל פון וואו ער איז שוין ארויסגעקומען נישט בין החיים. יעצט איז דער צדיק בבחינת "תלמיד חכם שלא נספר כהלכה".

אין בית המדרש שומרי שבת האט דער צדיק געהאט זיין קביעות צו עוסק זיין אין זיינס במסירות נפש, צו זאמלען נדבות, דער צדיק האט זיך געשלעפט, ארויף אראפ, ארויף אראפ, אריינצוכאפן אלע מנינים, קיינער האט אים נישט אנגעקוקט. רבנ'ישע אידן און רבי'שע אייניקלעך האבן אפט גענומען דעם אויבנ-אן אין בית המדרש, אבער רבי יהושע מרדכי כהנא האט מיט קיין אויבנ-אן גארנישט, א פשוטער איד בקצה המחנה!

אין די היימישע טעלעפאן ביכער איז פארהאן גאנצע סעקשאנס, רבנים, רבי'ס, דיינים, עסקנים, ארגאנאזאציעס. רבי יהושע כהנא ערשיינט נישט דארטן! ווייל זיין גרויסקייט איז זיין מסירות נפש, און עס איז נישט עפעס וואס מען קען זעהן אויף בילדער.

רבי יהושע כהנא איז שוין נישטא, אבער נאך אידן וואס גייען דורך מסירות נפש יעדן איינציגן טאג, און טיילמאל יעדע מינוט, זענעך נאך דא זייער אסאך!

קיינער קלאפט זיי נישט אין רוקן, זאל די דאזיגע ארטיקל זיין צו זיי א קאלעקטיווער קלאפ אין רוקן!

יא, איך האב איינמאל זיך געלאזט אפערירן, אבער איר, מיינע העלדן, גייען דורך יעדן טאג מסירות נפש, איר מאמעס וואס הארעווען פיר און צוואנציג שעה א טאג פאר די חינוך פון אייערע קינדער און מוזן זיך צעבייסן די ליפן הונדערט מאל א טאג פאר די מאן/קינדער וואס זעען נישט איר עבודת הקודש. איר טאטעס וואס ארבעטן שווער א גאנצן טאג, און מיט מסירות נפש העלפט מען די ווייב ביינאכט, און מיט מסירות נפש האלט מען זיך איין פון קאמענטירן, איר בעלי חסד וואס טוען חסד במסירות נפש וואס קיינער ווייסט נישט, איר זענט די ריכטיגע העלדן!
דינסטאג יאנואר 07, 2014 10:41 pm#174474
לעצטענס ביי א דרור מסיבה האט מען געמאכט א סערפרייז גראמען לכבוד הרב לאבין'ס הייליגע אקציע

m http://youtu.be/-7AAEzcesQ4 m

ווער קען ביטע עמבעדען?
דינסטאג יאנואר 07, 2014 10:47 pm#174475
קרעקער האט געשריבן:שוין צייט ער זאל מאכען א בלאג און ארויפלייגען אלע זיינע ארטיקלען פאר דע וואס ליינען נישט דער שטערן שפאקטיוו

און די ביסט פון די הייליגע אידן וועלכע זענען זייער שטארק אפגעהיטן און ליינען נישט דעם שטערן-שפאקטיוו, ר"ל. אבער א בלאג, וואס מיז בע"כ אנקומען צום טריפה'נעם, טמא'נעם אינטערנעט, דאס יא?! :roll: :twisted: :? :o
מיטוואך יאנואר 08, 2014 12:22 am#174498
שמעקעדיג, שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטער ארטיקל!
מיטוואך יאנואר 08, 2014 12:55 am#174504
נמחק
מיטוואך יאנואר 08, 2014 1:03 am#174508
ראשעקאל האט געשריבן:לעצטענס ביי א דרור מסיבה האט מען געמאכט א סערפרייז גראמען לכבוד הרב לאבין'ס הייליגע אקציע

http://youtu.be/-7AAEzcesQ4

ווער קען ביטע עמבעדען?

די ערשטע חלק איז יאסעלע'ס 'א אידישע מאמע'.

מיטוואך יאנואר 08, 2014 9:52 am#174561
דעת תורה האט געשריבן:שמעקעדיג, שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטער ארטיקל!

עמיר נעמען די אלע לייקס און קאמפלימענטן, און אפשיקן צו הרב לאבין.
מיטוואך יאנואר 15, 2014 1:00 pm#176578
C/P:
I'm Daniel and I need your help to save my life. Im on dialysis 3 X a week and have high antibodies which means I match only a small % of the population
Please visit m http://www.savemylifenow.org m
and help Renewal help me by testing as many people until a suitable match is found
Please share this post
מיטוואך יאנואר 15, 2014 1:43 pm#176599
וואס ווילסטו אז הרב לאבין זאל יעצט געבען זיין צווייטע ניר ?
מיטוואך אפריל 09, 2014 6:34 pm#195543
די נייע שטערן
מיטוואך אפריל 09, 2014 7:37 pm#195556
לול.
מיטוואך אפריל 09, 2014 9:17 pm#195568
יא זייער פיין און זייער וואויל, אבער איך האב שוין געליינט און געהערט וועיגן אשר לעווינ'ס ניר הינדרעט און איין מאל, ס' מעיג זיין עפעס פרישע סחורה לכבוד י"ט
מיטוואך אפריל 09, 2014 11:12 pm#195590
האסט שוין אויך מנדב געווען איינס? אז נישט וועסטו הערן 202 מאל ביז דו וועסט אויך איינס געבן...
דינסטאג מאי 13, 2014 4:59 pm#200341
טייערע אידין רחמנים בני רחמנים עס מוז דרינגענד געשאפען ווערען א דאנער צו מנדב זיין א ניר פאר א אידישע מאמע פין וויליאסבורג. בלוט טייפ 0 וואס צוליב די קאפלעצירטע פאל איז זייער זעלטען צו געפינען א פאסיגע נדבן. אפשר זענט איר גאר דער איינציגסטער פאסיגער שליח. עס ליגט אין אייערע מעגליכקייט צו ראטעווען א אידיש נפש כל המקיים נפש אחת מישראל כאולי קיים עולם מלא לייגט עס נישט עס אפ רופט היינט אריין צו רינועל 9831 431 718 עקס 311 קעיס נומער 757ר
פרייטאג מאי 26, 2017 7:36 pm#372514
געטראכט היינט אין מקוה: געוואלט געדארפט זיין א רעגיסטראציע פאר ארגאן דאנארס. ווי די וואס זענען רעגיסטרירט האבן א דין קדימה צו באקומען א טרענספלענט פאר זייערע אייגענע השם ישמרנו צרכים.
וואס האלטס עטס וועט די היימישע פוסקים זאגען, מ'מעג חתמ'נען?
פרייטאג מאי 26, 2017 7:39 pm#372515
איך דענק אז זיי האבן א דין קדימה