Under maintenance
הויפט זייט » סופפארט י. עסטרייכער

סופפארט י. עסטרייכער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #531
מאנטאג אפריל 30, 2012 11:18 pm#9060
סופפארט י. עסטרייכער
כ'קען נישט די דיטעילס פון די מעשה מיט עסטערייכער אין באליוויע, איך וויל אבער אהערשטעלן א אימעיל פון די משפחה אז ווער ס'קען זאל זיך באטייליגן.

The Family of Yanky Ostreicher will be congregating in front of the Bolivian Consulate this Thursday at 11:00 AM (morning). We will be doing this as a sign of support for Yanky and to show the Bolivian Government that there are people here in the United States that have not forgotten Yanky and are anxiously awaiting his return. We are asking you, if possible, to please take a couple of minutes out of your busy schedule to attend and show your support.

Note: that this is not a protest or a demonstration. This is a peaceful show of support.

The address of the Bolivian Consulate is 211 East 43rd Street, New York, NY 10017 (43rd Street between 2nd and 3rd Ave in Manhattan).
Time: 11:00AM

Thank you for your continuing support.
מאנטאג אפריל 30, 2012 11:38 pm#9066
Re: סופפארט י. עסטרייכער
ס'איז כדאי אז זיי זאלן ארויסשרייבן דעם פונקטליכן פראגראם. א שטייגער וואס גענוי מ'גייט טוהן דארט און צו איינער גייט אויפטרעטן וכדו'
מיטוואך מאי 02, 2012 10:37 am#9345
Re: סופפארט י. עסטרייכער
מיטוואך מאי 02, 2012 12:12 pm#9358
Re: סופפארט י. עסטרייכער
קול מבשר מעלדט אין די ציפרי נייעס איבער די רעלי, זיי זאגן אז מען זאל קומען און אז מען קען רופן דרור פאר מער אינפארמאציע
פארשטייטזיך אז איך וויל נישט חלילה ממליץ זיין צו הערן קול מבשר, ביי אסיפת חנוך לנאר האט מען עס שטארק אראפגעריסן, יעדער זאל פארן רופן קול מבשר פרעגן זיין מורה הוראה
מיטוואך מאי 02, 2012 12:25 pm#9359
Re: סופפארט י. עסטרייכער
המ... פארשטייט זיך אז מען רופט נישט קול מבשר אן א מורה הוראה מובהק, אפשר גאר א ישיבת בית דין אין די לשכה
אבער לענייננו, זייענדיג באהאווענט אין די פאל מיט יאנקל עסטרייכער וויל איך דא ווארעם בעטן מיינע ידידים צו ארויסקומען צו די ראלי אין מאנהעטן, עס קען זיין א גרויסע טובה.
אז עס וועלן קומען אפאר קאווע שטיבל אנהענגער קען מען נאכדעם זיך אריינזעצן אין א סטארבאקס אין די געגנט, מאכן איין טישן פאר פארברענגען און איין טישל פאר תורה ודעת און פיין פארברענגען.
יאנקל עסטרייכער איז א בארא פארקער ביזנעסמאן, איך קען אים גוט, און ער איז געפארן קיין באליוויע צו טון גרויסע געשעפטן, און די דאזיגע דריטע וועלט לאנד האט מחליט געווען אים צו בא'גנב'נען און ברוטאליזירן אין די צוריקגעשטאנענע טורמע, זיי האבן אים נאכנישט אפילו פארמשפט און נישט געגעבן קיין נארמאלע אורזאך און הסבר פארוואס ער זיצט. פרעשור אין מאנהעטן קען העלפן סיי אז אונזערע פאליטישאנס זאלן טון דערין, און סיי אז באליוויע זאל שפירן אביסל היץ.
אלזא, קומט אריבער, עס איז טאקע נישט קיין חיטוטי שכבי, אבער פארט א איד, א צוקונפטיגע ביזיון המת
מיטוואך מאי 02, 2012 12:44 pm#9362
Re: סופפארט י. עסטרייכער
איך פארשטיי אז מ'דארף העלפען יעדע איד, אבער דארפסט נאכנישט וועגן דעם מאכען יענקל עסטרייכער פאר א צדיק
מיטוואך מאי 02, 2012 12:47 pm#9364
Re: סופפארט י. עסטרייכער
צדיק?
איר ליידט אויף עפעס? איך האב געשריבן צדיק?
איך רעד יעצט איבער צדקות?
דער מענטש האט גארנישט געטון שלעכטס אויסער די פאקט אז ער איז געגאנגען אומפארזיכטיג אין אזא פארקאקטע נאו-מאנס לאנד, עס איז נישט אמעריקע און ער איז באמת אומשולדיג לויט יעדע יוסטיץ סטאנדארט אין יעדע ציוויליזירטע לאנד
מיטוואך מאי 02, 2012 1:10 pm#9368
Re: סופפארט י. עסטרייכער
און וואס איז דער אמעריקאנער סטיעט דעפארטמענט ווערדה אויז זיי קענען נישט העלפן זייערס א בירגער ? אמעריקע איז א דריטע וועלט לאנד אויך ?
מיטוואך מאי 02, 2012 6:17 pm#9425
Re: סופפארט י. עסטרייכער
די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט שוין פראטעסטירט פאר די באליוויע רעגירונג, אבער באליוויע האט נישט קיין גוטע קשרים מיט אמעריקע, זי איז א לינקע סאציאליסטישע מדינה אזוי ווי ווענוזאלע. אז אמעריקע זאל מער קוועטשן קען עס אבער יא אויפטון.
עס וועלן זיין באריכטן אויף קול מבשר איבער באסעס פון וויליאמסבורג און בארא פארק. עס איז לדעתי א שיינע זאך צו קומען ארויסווייזן שטיצע פאר א איד וואס מאכט מיט שלא ביושר אין א גאר שווערע מצב אין א מדינה ווי מען קען נישט קיינעם גארנישט געטרויען
מיטוואך מאי 02, 2012 10:34 pm#9495
Re: סופפארט י. עסטרייכער
יעצט ביינאכט אויף קול מבשר געט ר' יואל אשר לאבין פון דרור אן אינטערוויא איבער די עסטרייכער קעיס, ער ברענגט ארויס אז מען זעט נישט קיין ענד און דע ציבור מוז מארגן קומין און אנהייבן לייגן פרעשור אויף די פאליטישאנס און סענעטערס אז זיי זאלן לייגן פרעשאר אויףדי סטעייט דעפערטמענט און זיי זאלן דריקן אויף בוליוויע ארויסצואלזן עסטרייכאר
מיטוואך מאי 02, 2012 11:35 pm#9514
Re: סופפארט י. עסטרייכער
"דרור" איז אפשר א פיינע ארגאניזאציע, אבער די אלע קאמפיינס פאר "אומשולדיגע" מענטשן האבן שוין געברענגט גענוג סקעפטיציזם אין מיין קאפ. ווילאנג הרב לאבין רעדט אויף קול מבשר, און די געשיכטע ווערט באשריבן בלויז אין "עמי" און אין אנדערע אגענדע-געטריבענע היימישע צייטונגען, גלייב איך נישט קיין איין ווארט. אז עס וועט באריכטעט ווערן אין א צייטונג ווי דעם "טיימס" וועל איך קענען קלערן פון גלייבן.
מיטוואך מאי 02, 2012 11:39 pm#9516
Re: סופפארט י. עסטרייכער
קארל עפר אני תחת כפות רגלכם, אבער מאך א גוגל סערטש אויף יעקב עסטרייכער וועסטו זעהן אז עי פי, סי ען ען און אנדערע האבן שוין אויך באריכטיט אז ער איז אימשולשיג
m http://en.wikipedia.org/wiki/Jacob_Ostreicher m
דא האסטי אויף וויקיפעדיא און זיי צייכנען אן צו אנדערע צייטונגין און פארשער וואס נעמין זך אן פאר עם
דאנערשטאג מאי 03, 2012 12:00 am#9519
Re: סופפארט י. עסטרייכער
האסטו פארזען וואס וויקיפעדיע איז מעיד אויף דעם ארטיקל אז:
This article is about a living person and appears to have no references.

אבער דאס איז אמת אז אין די רעפערענצן צו דעם ארטיקל ווערט דערמאנט אן ארטיקל איבער דעם פון בלומבערג-ביזנעסוויק.
דאנערשטאג מאי 03, 2012 12:01 am#9520
Re: סופפארט י. עסטרייכער
לויט ווי איך האב געהערט זענען זיי מסכים ארויסצולאזן עסטערייכער אויב ער גיבט אויף זיינע קרקעות אין באליוויע. איז ער אבער א צדיק שאוהב את מאודו מער ווי גופו...
דאנערשטאג מאי 03, 2012 9:29 am#9535
Re: סופפארט י. עסטרייכער
אויב וועסטו אינוועסטירן שווערע מיליאנען וועסטו עס אויך נישט אזוי שנעל אויפגעבן נאר ווייל עפעס א פאר שווינדלער האבן דיסיידעט אז זיי דארפן עס.
דאנערשטאג מאי 03, 2012 9:34 am#9536
Re: סופפארט י. עסטרייכער
איך האב נישט קיין טענות אויף קיינעם ח"ו.
דאנערשטאג מאי 03, 2012 10:17 am#9539
Re: סופפארט י. עסטרייכער
קופירניקוס

אויב נעמסט מיך ארויס אויף lunch גיי איך שוין (אויב סע נאכניש שפעט)...
דאנערשטאג מאי 03, 2012 11:07 am#9544
Re: סופפארט י. עסטרייכער
יידל האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט זענען זיי מסכים ארויסצולאזן עסטערייכער אויב ער גיבט אויף זיינע קרקעות אין באליוויע. איז ער אבער א צדיק שאוהב את מאודו מער ווי גופו...

די חברה קען מען עניוועי נישט גלויבן, ס'האט גארנישט מיט צדיק שאוהב את מאודו. זיי קענען אים נאכדעם האלטן אין טורמע פונקט אזוי.
דאנערשטאג מאי 03, 2012 2:37 pm#9605
Re: סופפארט י. עסטרייכער
יידל האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט זענען זיי מסכים ארויסצולאזן עסטערייכער אויב ער גיבט אויף זיינע קרקעות אין באליוויע. איז ער אבער א צדיק שאוהב את מאודו מער ווי גופו...


זיינע קרקעות, בעיקר רייז אין די ווערט פון שווערע מיליאנען איז שוין לאנג באגאנבעט געווארן דורך די קארופטירטע חיות. זעט דא וואס עס שרייבט סטיוו מאר א געוועזער עף בי איי אגענט וואס האט באזוכט י.ע. און פאלמאסאלע באליוויע:
In the middle of this hell is Jacob Ostreicher, a grandfather from Brooklyn who made the mistake of trying to start a rice farm in Bolivia. Actually, the mistake was not so much starting the farm, the mistake was being successful. When you are successful in Bolivia, you have money. If you have money, you might not support the ruling socialist party. If you don't support the ruling socialist party, you might give your money to a party in opposition to the people in charge. Then you are a threat to Evo Morales, the megalomaniac in charge of Bolivia. When you are a threat to Evo, you go to Palmasola.
דאנערשטאג מאי 03, 2012 2:45 pm#9609
Re: סופפארט י. עסטרייכער
דאנערשטאג מאי 03, 2012 3:04 pm#9613
Re: סופפארט י. עסטרייכער
אוי טאטי האט געשריבן:די ראלי
http://www.jdn.co.il/news/70584


זעמיר אויף די בילדער דוב הייקינד מיט ליפא, יואלי לעבאוויטש, מיכאל אא"וו אינאיינעם מיט די כולל יונגעלייט. א קידוש השם מי כעמך ישראל.
דאנערשטאג מאי 03, 2012 3:08 pm#9614
Re: סופפארט י. עסטרייכער
איך הער אז די באליוויער גאווערמענט האט זיך שטארק דערשראקען פון ליפא'ס אנוועזענהייט.
דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:26 pm#9656
Re: סופפארט י. עסטרייכער
דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:27 pm#9657
Re: סופפארט י. עסטרייכער
רק בשמחה האט געשריבן:http://www.youtube.com/watch?=I0YxKPTSUVI&featur=youtube_gdata_player

פרייוועט, אראפגענומען
דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:28 pm#9659
Re: סופפארט י. עסטרייכער
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 4:23 pm#65266
יעצט געהערט אז מען האט ארעסטירט נאך 4 מענטשן און bolivia טון צוזאמענהאנג מיט די גניבה פון די רייז
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:15 pm#65322
La Paz, Bolivia - Bolivian Authorities: Judge That Placed Ostreicher In Jail Is Under Arrest With 6 Gov. Officials
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:17 pm#65324
Bolivia's interior minister says authorities have now arrested six government officials suspected of involvement in a scheme to rob and extort a New York businessman jailed in a money-laundering probe.

The minister, Carlos Romero, told reporters Tuesday that those arrested included the judge who first ordered American Jacob Ostreicher jailed and officials working in the state agency that seized 18,000 metric tons of rice from him.

The first suspect was arrested Monday.

Ostreicher has been jailed without charge since June 2011. Prosecutors have yet to produce no evidence he laundered money in a rice-growing venture in which he and a Swiss partner invested $25 million.

He says several of the officials now under arrest tried to extort money from him in return for promises to get him out of jail.


Read more: m http://www.foxnews.com/world/2012/11/27 ... z2DSpkt7o3 m
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:21 pm#65327
וואס האט מען פון די אלע שיינע נייעס?
אודאי זאלן זיי אפשמאכטן אין טורמע,
אבער וועט ר' יעקב האבן יעצט א ישועה דערפון?
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:22 pm#65328
פאר די אלע וואס האבן געשריגען אז ער האט זיכער עפעס געהאט מיט דראגס. הנה שלך לפניך

רבותי רבותי לאמיר איינרייסען בעוד מועד, יעקב יהודא בן שיינדל זאל שוין אריסגיין פון די גרויסע סכנה.
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 10:17 pm#65406
קאפי/פעיסט Breaking! Rep. Smith says Jacob Ostreicher might be Freed from Jail after 10 Officials were Arrested for Blackmailed Judge.
מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:13 pm#65563
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס האט מען פון די אלע שיינע נייעס?
אודאי זאלן זיי אפשמאכטן אין טורמע,
אבער וועט ר' יעקב האבן יעצט א ישועה דערפון?

מען זאגט אז ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט ר' יעקב יודא בן שינדל שוין יעצט געווען אינדרויסן
מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:47 pm#65580
כ' האף אז אין אזא דריטע וועלט לאנד ווי באליוויע מאכט אזא זאך אויך אויס
מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 2:47 pm#65653
חסדי ד'
כ'הער אז ער איז באפרייט ב''ה
מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 2:48 pm#65654
BREAKING - Yaakov Yehuda ben Shaindel Ostreicher who's sitting in prison for over 18 months with no charges is being released.
מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 2:56 pm#65656
יעצט געהערט אז די שמועות זענען נישט אמת (עכ"פ דערווייל)
מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 2:58 pm#65661
יעצט געהערט אז סאיז נישט אמת איינער ווייסט מער פרטים ?
מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 3:00 pm#65662
יעצט זאגט מיר איינער, מ'האט אים שוין ''געלזאט וויסן'' אז ער ווערט באפרייט

דאס איז זיכער פאקטיש באפרייט איז ער נישט
די שאלה איז אויב מ'האט אים געמאלדן צו נישט
מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 3:13 pm#65672
twitter.com/HQSatmar
According to close family sources the previous tweet about Jacob Ostreicher is NOT confirmed.
מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 2:41 pm#68304
Velazquez-Ostreicher-dreidel-270x360.jpg
Velazquez Gives Ostreicher A SilveR
Dreidel
Velazquez-Ostreicher-dreidel-270x360.jpg (24.45 KiB) געזען געווארן 1873 מאל
מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 2:49 pm#68314
טיפיקעל, גיין באזוכן פאר די גליקליכע ענדע, צו נעמן קרעדיט פאר די באפרייאונג
דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 8:42 pm#68910
דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 9:30 pm#68939
גדעון האט געשריבן:טיפיקעל, גיין באזוכן פאר די גליקליכע ענדע, צו נעמן קרעדיט פאר די באפרייאונג

דער קאנגרעססמאן פון ניו דזשערסי איז שוין געווען דארט עטליכע מאל.
דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:58 am#70757
YossiGestetner: RT @YGUD: BREAKING: JACOB OSTREICHER HAS BEEN RELEASED ON BAIL
דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:04 pm#70760
זר זהב האט געשריבן:
YossiGestetner: RT @YGUD: BREAKING: JACOB OSTREICHER HAS BEEN RELEASED ON BAIL


ברוך מתיר אסורים.
דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:05 pm#70763
ב״ה!!!!!
מסתמא מיז ער נאך זיין אין באליוויע. ווי גייט ער זיך אויפהאלטען יעצט די גאנצע צייט? און ווער גייט אים באשיצען פון די וואס ווילן אים ממיתן??
דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:06 pm#70764
וואס מיינט דאס פאר ווייטער בכלל? איז דאס אן אינדיקעשען אויף א גענצליכע בארפרייאונג?
דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:20 pm#70772
11:10 – Eldeber reports that Ostreicher is sentenced released to house arrest and bail was set at 100,000 Bolivianos (Not US Dollars) which equals to $14,265.30 US Dollars.
איך וואלט ווען נאר געוואלט וויסען אויב ער מוז נאך בלייבן און באליוויע?