Under maintenance
הויפט זייט » דער בית יוסף'ס קשיא

דער בית יוסף'ס קשיא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5347
דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:16 am#166050
דער בית יוסף'ס קשיא
על פי שיטת רבינו
דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 12:00 pm#166056
מיר לערנען וואס, ניט פארוואס. (בריסק)
דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 12:12 pm#166057
די גרעסטע וואונדער פון די בית יוסף'ס קושיא איז סאיז נאך אלייוו אפאר הונדערט יאר שפעטער, און מפרעגט עס מיט געשמאק על אף די טויזענטע תירוצים וואס זענען שוין דא. ווען די בית יוסף זאל ווען פרעגן זיין קושיא אויף די שפאלטענעס פון קאווע שטיבל, וואלט עס מערסטענס געוועהן אקטיוו פאר א טאג צוויי, זיך געצויגן אולי צוויי בלעטער און געקלויבט אונטער צען לייקס.
דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 12:20 pm#166059
זה נוסח ירושלמי, ונוסח בבלי גורס פאפא, סקולען, ועוד
דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 12:26 pm#166060
פארוואס צוברעכן די שיינע מנורה? (יארמער רב)
ווייל סאטמאר טוט אזוי (פאפא)
דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 2:39 pm#166085
פיר טעג אין בארא פארק, פיר טעג אין ווילימסבורג (סקולען)
נאך א טאג זיך נעריש צומאכען (ראחמיסטרייוקא ארה"ק)
נאך א טאג צו עסן לאטקעס (סקאליע)
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:53 pm#240442
וואס טאקע פשט פון 8 טעג?
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 3:16 pm#240445
איך האב פאר יארן צוריק געזען א הערליכע ספר "נר למאה" וואס האט צאמגעקליבען 100 תירוצים אויף דעם קשיא א חלק להלכה, א חלק דרוש וחסידות

די מחבר איז געווען הרב זעלצער פון ב.פ.

ווייסט איינער אפשר ווי מ'קען באקומען דעם ספר?
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 3:31 pm#240448
דער חידוש איז אז ביזן ב"י, פאר צוויי טויזענט יאר, איז פאר קיינעם נישט בייגעפאלן אזא מרפסין איגרא קשיא.


הכל תלוי במזל, אפי ספר תורה שבהיכל.
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 3:34 pm#240451
שטייט שוין אין די ראשונים, מאירי ועוד.
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 4:15 pm#240458
אפטעמיסט האט געשריבן:די גרעסטע וואונדער פון די בית יוסף'ס קושיא איז סאיז נאך אלייוו אפאר הונדערט יאר שפעטער, און מפרעגט עס מיט געשמאק על אף די טויזענטע תירוצים וואס זענען שוין דא. ווען די בית יוסף זאל ווען פרעגן זיין קושיא אויף די שפאלטענעס פון קאווע שטיבל, וואלט עס מערסטענס געוועהן אקטיוו פאר א טאג צוויי, זיך געצויגן אולי צוויי בלעטער און געקלויבט אונטער צען לייקס.

און כוכב וואלט באריכטעט אז מ'דארף דאס שטעלן אין "זאכן וואס איך וויל וויסן"
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 4:24 pm#240461
:lol: :lol: :lol:
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 4:40 pm#240464
ציבעלע קוגל: דעם תירוץ אויף די ב"י'ס קשיא האט ר' ישראל'טשע מ'וויזניץ געגאנבעט פונ'ם צאדיק פון סקווירא... :lol: :roll: ...!
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:51 pm#240474
ווען נישט דער בית יוסף פרעגט ווען די קשיא וואלט עס געהייסן א בריסקע קשיא, סתם געקוועטשט אין די וועלט אריין. שכל הישר זאגט אז אכט טאג האט געברענט איז אכט טאג יום טוב. הפנים ווי איינער זאל פרעגן א פורים קשיא "פארוואס איז יעדער ייד מחוייב צו האלטן פורים, אמער אפילו ווען ס'געלונגט ווען פאר המן'ן זיין פלאן וואלט דאך זיכער על פי דרך הטבע געווען דא און דארט אפאר געראטעוועטע, וואלט מען דאך געדארפט מאכן א זכר און נאר רוב כלל ישראל זאל האלטן פורים?"

קען זיין ווען פורים וואלט געווען אכט טעג לאנג וואלט שוין געווען קונים פאר אזא מרפסין איגרא קשיא מיט עלף טויזענט תירוצים, נאך א מזל.
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:02 pm#240480
זיס, גערעדט ווי א כעלעמער מגיד...
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:41 pm#240504
א תשובה אופן בית יוסף'ס קשיא נלפענ''ד אז מ'מאכט אכט טעג אלץ זכר אז דער מנורה האט געברענט אכט טעג!
הגם דער נס איז נאר זיבן אבער למעשה האט די מנורה געברענט פון דעם פלעשל אכט טעג!
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:55 pm#240517
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ווען נישט דער בית יוסף פרעגט ווען די קשיא וואלט עס געהייסן א בריסקע קשיא, סתם געקוועטשט אין די וועלט אריין. שכל הישר זאגט אז אכט טאג האט געברענט איז אכט טאג יום טוב. הפנים ווי איינער זאל פרעגן א פורים קשיא "פארוואס איז יעדער ייד מחוייב צו האלטן פורים, אמער אפילו ווען ס'געלונגט ווען פאר המן'ן זיין פלאן וואלט דאך זיכער על פי דרך הטבע געווען דא און דארט אפאר געראטעוועטע, וואלט מען דאך געדארפט מאכן א זכר און נאר רוב כלל ישראל זאל האלטן פורים?"

קען זיין ווען פורים וואלט געווען אכט טעג לאנג וואלט שוין געווען קונים פאר אזא מרפסין איגרא קשיא מיט עלף טויזענט תירוצים, נאך א מזל.


דיין פראבלעם מיט נס פורים איז בלויז אויב מ'נעמט אן אז יש ברירה, והבן.
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:43 pm#240554
בדרבנן קיימ"ל יש ברירה.
פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 12:01 am#240590
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ווען נישט דער בית יוסף פרעגט ווען די קשיא וואלט עס געהייסן א בריסקע קשיא, סתם געקוועטשט אין די וועלט אריין. שכל הישר זאגט אז אכט טאג האט געברענט איז אכט טאג יום טוב. הפנים ווי איינער זאל פרעגן א פורים קשיא "פארוואס איז יעדער ייד מחוייב צו האלטן פורים, אמער אפילו ווען ס'געלונגט ווען פאר המן'ן זיין פלאן וואלט דאך זיכער על פי דרך הטבע געווען דא און דארט אפאר געראטעוועטע, וואלט מען דאך געדארפט מאכן א זכר און נאר רוב כלל ישראל זאל האלטן פורים?"

קען זיין ווען פורים וואלט געווען אכט טעג לאנג וואלט שוין געווען קונים פאר אזא מרפסין איגרא קשיא מיט עלף טויזענט תירוצים, נאך א מזל.



נישט ממש אזוי,

עיין מה שכתבתי פה ותמצא נחת