מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 10:46 pm#166400
אמאליגע עראטישע שער-בלעטער
פילע האבן זיך שוין זיכער אמאל באגעגנט מיט די שער-בלעטער פון אמאל וועלכע פארמאגן בילדער וועלכע קענען אנגעקוקט ווערן ווי "פריצות" לויט די היינטיגע השגות. אבער מיר ווייסן אז גדולי ישראל האבן געדרוקט אזעלכע שער-בלעטער, און קיינער האט נישט געזען קיין חסרון דערין. די סיבה דערפאר איז פשוט, די בילדער זענען נישט אגעקוקט געווארן ווי שמוץ – ווי היינטיגע סימפליסטישע מענטשן וואלטן געטראכט, נאר ווי שטיקער קונסט וואס זייער אנוועזנהייט אויף א שער-בלאט איז בבחינת זה א-לי ואנוהו.
עס איז אייביג אינטערעסאנט צו זען נאך א שער-בלאט וואס גייט אריין אין דעם זשאנער, און זיך אנשטויסנדיג אין א פרישן עקזאמפלאר וואס איך האב נאך נישט געזען פריער, האב איך געקלערט אל תמנע טוב מבעליו און מזכה זיין דעם עולם דא.
דאס איז די ערשטע זייט פון אן "ארבעה טורים", געדרוקט אין יאר 1540 (שנת ה' אלפים ש'), געמאלן דורך האנס האלביין דער אינגערער. (אינטערעסאנט אז עטליכע פנימ'ער זענען צענזורירט געווארן, אבער די דדים האט קיינער נישט צוגערירט.)
זעט דא פאר נאך איבער דעם ענין:
m http://seforim.blogspot.com/2008/03/we- ... sions.html m
m http://seforim.blogspot.com/2010/12/mod ... -past.html m
m http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... m_id=19616 m
m http://onthemainline.blogspot.com/2011/ ... er-of.html m

- 1.JPG (101.56 KiB) געזען געווארן 4878 מאל