Under maintenance
הויפט זייט » עניגמאטישע פערזענליכקייטן דא אין קאווע שטיבל

עניגמאטישע פערזענליכקייטן דא אין קאווע שטיבל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5415
דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 8:09 pm#167746
עניגמאטישע פערזענליכקייטן דא אין קאווע שטיבל
קאווע שטיבל איז אלל אבאוט ברעיקינג באונדעריס - צו פארשטיין אן אנדערע צד, משיג זיין א צווייטנס פערספעקטיוו, קבל את האמת ממי שאמרו, אוועקקוקן פון נגיעות און בייעסעס, געוואויר ווערן פון נאך א דעה, א פרישע געדאנק וכו'. נאך א געוואלדיגע בענעפיט וואס מיר האבן דא איז זיך באקענען מיט גאר אינטערעסאנטע פערזענליכקייטן וועמענס רייכקייט און אינטערעסאנטקייט מיט קענען קיינמאל נישט ריכטיג משיג זיין אין ריעל לייף.

מיר האבן דא חברים וואס שטעלן פאר אן עניגמא - א מיסטעריע וואס שטימט נישט לויט וואס מיר האבן געוואוסט. זיי פארמאגן סתירות'דיגע פערזענליכקייטן וואס אין ריעל לייף זעען מיר נישט אזא זאך. אונזער וויילן דא אין שטיבל ברענגט אונז אז מיר זאלן טיפער קענען נאך סארטן פערזענליכקייטן. דא, ווי מ'קען אסאך ברייטער און פרייער רעדן ווי אין ריעל לייף, קענען מיר קענען מענטשן מיט א פיל טיפערן בליק, און דאס ברענגט אפרישיעישען צו דעם מענטשליכן כאראקטער זעענדיג וואספארא סארט מענטשן עס זענען דא, און ווי זיי שלאגן אוועק צענדליגער מיסקאנסעפשענס וואס מיר האבן אייביג געהאט וועגן מענטשן.

עס איז אן אנגענומענע טעמע דא אז נישט אלע מענטשן זענען די זעלבע, און נישט אלעס ארבייט פאר יעדעם. נישט נאר וואס מ'שרייבט עס אזוי שיין, און מ'ברענגט עס ארויס מיט גוטע משלים, נאר די חברים דא דעמאנעסטרירן עס פילפארביג! קוק וואספארא רייכע פערזענליכקייטן מיר האבן דא, מענטשן וואס קענען לכאורה נישט עקזיסטירן לויט דעם מהלך פון "וואן סייז פיט'ס אלל"...


ATUB @ברסלבער ATUB
איינע פון די מערסט באליבטע חברים דא אין שטיבל איז אן קיין צווייפל ברסלבער. ער שרייבט הערליכע רייכע ארטיקלען מיט אן אומגלויבליכע שכל הישר, מיט חכמת החיים אויפן העכסטען שטאפל. ער שרייבט תורה'דיג, מענטשליך, ווארעמהארציג, פראקטיש, שכל'דיג וכו'. פילצאליגע חברים ווערן געהאלפן דורך זיינע ארטיקלען, ער האט אריינגעשיינט אור פון נארמאלקייט אין פארצווייגטע נושאים, זיין תורה'דיגע בליק האט בארייכערט אומצאליגע לעבנס און געגעבן א טעם אין אידישקייט. און דא שטעקט די עניגמא: ברסלבער איז א מעריץ פון א מענטש וואס מיר האבן אייביג געמיינט אז נאר משוגעים האלטן פון אים. מיר האבן אייביג געמיינט אז מ'דארף זיין א טיפש צו שעצן מוהרא"ש מברסלב, און נאר האלב צודרייטע משוגעים וואס מטורף'דיגע דעות קענען זיין ברסלבע.


ATUB @נולד מאוחר ATUB
נולד פארוואונדערט אונז שוין לאנג, און מיר האבן שוין זוכה געווען צו א לענגערע פראפייל אויף אט דעם עניגמאטישע פערזענליכקייט. פון איין זייט איז ער שטעכעדיג, שרייבט פול מיט גרייזן, אבער פון די אנדערע זייט ווארפט ער אריין דברים מחכימים, פרעגט האלב סארקאסטיש-האלב ערנסט טיפע שאלות, און צומאל ווארפט ער ארויף אן ערנסטע שלייער און ער האלט מיט כאחד מן החבורה.


ATUB @שמעקעדיג ATUB
אויב ברסלבער איז דער ווי דער געטרייער טאטע פון די חברי השטיבל, איז שמעקעדיג ווי די מאמע. זיינע מידות טובות זענען לאין שיעור, און זיין איבערגעגעבנקייט פאר יעדן איז ווינדערליך. ווען מען רעדט א שידוך און מ'זאגט אז דער בחור האט מידות טובות צינדט דאס געווענליך אן א רויט לעמפל אז דאס איז די גאנצע וואס ער פארמאגט, דארף מען קלאר ארויסזאגן אז שמעקעדיג'ס ידיעות זענען פון די שטערקסטע דא אין שטיבל – אין טעכנאלאגיע, חכמת החיים, פראקטישע עצות, וכו' וכו'. פאר מיר איז אזא פערזענליכקייט אן עניגמא. איך קען נישט אין ריעל לייף א מענטש וואס איז גרייט אייביג צו העלפן מענטשן אזוי פיל, מיט אזוי פיל ידיעות און גוטסקייט. שמעקעדיג'ס פרומקייט איז אויך אן עניגמא. פון איין זייט איז ער בכלל נישט קיין אויבער-חכם און אויפגעקלערטער, ענדזשויט אפילו צו וויילן אין אייוועלט, אבער ער האט דאך הנאה פון א גוט שטיקל קופערניקוס, אדער אפילו א יידל אדער יאנקל.


ATUB @ידען ATUB
ידען איז איין שטיק עניגמא. ער רופט זיך "ידען" אבער שטעלט זיך פאר ווי ער ווייסט גארנישט. ער פרעגט תמימות'דיגע קושיות, אבער מתוך דבריו קען מען דערקענען אז ער כאפט גאנץ פיין וואס די תירוצים גייען זיין. ער שרייבט שעמעוודיג און איידל, אבער האט הנאה פון א גוט שטיקל מחאה אויף די עסקנים וכדו'. איז ער א ידען אדער נישט? איז ער א תמים אדער א פיפיגער??


ATUB @זר זהב ATUB
די גרעסטע עניגמא פון אלעם איז דער גאלדענער קרוין פון אונזער שטיבל. ער האט צייט ווי די גלות, שרייבט און שרייבט, איז בייסיג, טשעפעדיג, אבער גלייכצייטיג פארשטענדליך און אינטעליגענט. ער פארלאזט שטיבל, קומט צוריק, גייט אוועק נאכאמאל, אבער זיינע פינגער אפדריקן באווייזן זיך נאך אלץ.... ער איז א זאלי, אבער איז נישט קיין חסיד. ער האט אייביג וואס צו ענטפערן, און בלייבט נישט שולדיג. גיי פארשטיי.


ATUB @שיטה מקובצת ATUB
איך האב שוין געשריבן אז זר זהב איז די גרעסטע עניגמא, אבער איך וויל עס נאכאמאל זאגן אויף דעם בעל "יושבי חושך". אזא אויסגעשפראכענער מענטש האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן. אבער די מורא'דיגע ווייטע צדדים וואס ער נעמט אן זענען ממש אומגלויבליך. איין מינוט שימפט ער אש להבה קעגן מציצה בפה, פליקט, רייסט אונטער, שרייבט ארטיקלען איינס נאך די אנדערע, און די אנדערע מינוט איז ער פייער פאר אמונה, הכרת הטוב, ער איז פייער קעגן אפיקורסים אדער האלבע אפיקורסים. ער איז א סאטמארער און א חסיד פון רבי'ן אבער פארשטייט נישט ווי אזוי מ'קען שעלטן הר' קוק, און ער שרייבט אפילו "הרב קוק זצ"ל."


ATUB @לעיקוואד ATUB
לעיקוואד איז א גאון בתורה, כל רז לא אניס ליה, אבער פון די אנדערע זייט איז ער בקיא בשבילי גורן האט"ד. אמת איז נר לרגליו און וועט ווייטער פארטיידיגן וואס ער האלט איז אמת עד הסוף און וועט זיך נישט דערשרעקן פאר קיינעם. איז דא אזעלכע מענטשן אין ריעל לייף? זענען דא אפאר מענטשן וואס ניצן די ניק לעיקוואד?
דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 8:15 pm#167749
וויליאמסבורגער האט געשריבן:ער איז א זאלי, אבער איז נישט קיין חסיד

:like
דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 8:59 pm#167753
טאמבל סאס האט געשריבן:
וויליאמסבורגער האט געשריבן:ער איז א זאלי, אבער איז נישט קיין חסיד

:like

מיט אט דעם סארט ענטפער ווייזט דער מחבר פון מאמר (וויליאמסבורגער) ארויס די שטארק עניגמאטישע פערזענליכקייט וואס ער פארמאגט. נאכמער. זיינע ענטפערס בכלל, און דער'. :roll: :? :o :| ענטפער בפרט איז א פאראדאקס (פאראד-אקס) און אן אקסימאראן (אקסי-מאראן). א דבר והיפכו'דיגער און תרתי-דסתרי'דיגער ענטפער. ר'איז זיך סותר מני' ובי'.'
דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 9:00 pm#167754
וויליאמסבורגער, האסט פארגעסן איינעם-
ATUB @אפטעמיסט ATUB , א נעגעטיווע קריטיקעל פעסימיסט וואס ווארפט זיך אונטערן שלייער פון א פרידליכע פאזעטיווע אפטעמיסט. האט ליב צו שרייבן שיינע ארטיקלען, אבער פון צו מאל, ווען דעספעריט פאר אפאר לייקס, וועט ער שרייבן בייסיגע און ראסיסטישע הודעות און אפילו סטראשענען מיט זעלבסטמארד. איז געווענטליך גערעכט, אבער אפילו ווען נישט, געווינט ער מיטן כלל פון "דער וואס האט די מאה האט די דעה".
דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 9:17 pm#167756
אפטעמיסט האט געשריבן:ווען דעספעריט פאר אפאר לייקס, וועט ער שרייבן בייסיגע און ראסיסטישע הודעות און אפילו סטראשענען מיט זעלבסטמארד.

דו מיינסט ס׳איז א וויץ?? ווי נאר כ׳האב געזען דיין סטראשונקעס בין איך געלאפן אנרופן אפאר חברים מיינע און זיי געבעטן צו לייקן דיין תגובה!!
Never mind, כ׳ווייס נישט צו עס טוען טאקע שווימען ביי דיר אין קאפ זעלבסטמארד געדאנקען, אבער כ׳האב אזאנס געלאכט ווען כ׳האב געליינט דיין דעספעראציע.
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:58 pm#168090
ATUB @נאר,,פרייליך ATUB , איז א אמת'ע ערליכע איד. א פארצייטישע עובד השם. אינדערהיים וואלט ער געווען די שוסטער /ל'ו צדיק.
ער האט ליב א איד פונקט ווי ער האט ליב א גוי. אבער דאס איז בלויז ווען זיי זענען שוין טויט, און מען וויל זיי אויסגראבן.

ער איז א זאלי וואס האלט אז עס א בושה, און ממילא פרובירט ער איינצורעדן אז ער איז אן ארוני.
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:29 pm#168117
I'm back האט געשריבן:@נאר,,פרייליך, איז א אמת'ע ערליכע איד. א פארצייטישע עובד השם. אינדערהיים וואלט ער געווען די שוסטער /ל'ו צדיק.
ער האט ליב א איד פונקט ווי ער האט ליב א גוי. אבער דאס איז בלויז ווען זיי זענען שוין טויט, און מען וויל זיי אויסגראבן.

ער איז א זאלי וואס האלט אז עס א בושה, און ממילא פרובירט ער איינצורעדן אז ער איז אן ארוני.

דו זאגסט אז אינדערהיים וואלט ער געוועין א שוסטער.... און דא (אין קאווע שטיבל) איז ער סתם אן איפכא-מסתברא'ניק (דאס איז שוין א קאמפלימענט לגבי דעים וואס כ'האב געוואלןט שרייבן.) מיט פארקרומטע, טוויסטעד דיעות, וועלכער האט אינסטינקטיוו ליעב גויים און פיינט אידן. דו זאגסט גוט. ר'האט ליעב אידן. טויטע אידן. אויכעט נישט אלע. די ציונים (און וועלכער נארמאלער מענטש איז דען נישט קייון ציוני?) וועלכע זענען אומגעקומען אין אוישוויץ עקד"ה האט ער נאך אלס פיינט און ער האלט אז ס'איז זיי געקומען. :twisted: :evil: :roll:
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:42 pm#168128
ואני אנה אני בא..
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:45 pm#168130
ביטע נישט ניצן מיין אשכול אויף צו טשעפענען ניקס. דאס איז א פאזיטיווע אשכול.
א דאנק.
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:51 pm#168135
ATUB @מנשה לוסטיג ATUB
א ביג טיים עניגמא איז מנשה לוסטיג. פון איין זייט איז ער אן אמת'ער משמח אלוקים ואנשים. מענטשן האבן הנאה פון זיינע קליפס, ער האט ארויס מענטשליכע מענטאליטי, און קען גוט מאכן שפאס פון נארישקייטן וואס מענטשן טוען. ער איז אויך א בעל חסד, העלפט מענטשן, ברענגט שמחה פאר אידן - און אויך האט ער נישט געהאט קיין גרינג לעבן, סיי אין זיין יוגענט, און סיי נאך זיין חתונה ווען ער איז פארבליבן אן אלמן. ביז אהער באקומט מען א פיקטשער פון א ווארימער, הארציגער, אינטערעסאנטער, קלוגער מענטש. אבער פון די אנדערע זייט ווען עס קומט צו די שיטות וואס ער האט אנגענומען איז ער נהפך לאיש אחר אזש ער איז ממש נישט צו דערקענען. נישט איינס און נישט צוויי מענטשן האבן געהאלטן אז דער וואס שימפט דא אויף קאווע שטיבל קעגן סאטמאר און זוכט ווי ער קען נאר צו טשעפענען סאטמאר איז זיכער נישט דער 'עכטער' מנשה לוסטיג, נאר איינער וואס האט גע'גנב'עט זיין נאמען. אבער דער פאקט בלייבט פאקט, אז דער זעלבער שמייכעל'דיגער, ווארימער, חסד'דיגער מענטש, ווערט אן אנדערע מענטש ווען עס קומט צו וואס ער גלייבט. און דאס איז שוין איינמאל אן עניגמא.
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:53 pm#168136
אודה ולא אבוש, וואס מיינט עניגמאטישע?
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:54 pm#168138
en·ig·mat·ic
adjective
1.
difficult to interpret or understand; mysterious.
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:59 pm#168141
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אודה ולא אבוש, וואס מיינט עניגמאטישע?

די בושה איז אז דו ווייסט נישט פון גוגעל צו זאגן...
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 3:00 pm#168143
וויליאמסבורגער האט געשריבן:@מנשה לוסטיג
א ביג טיים עניגמא איז מנשה לוסטיג. פון איין זייט איז ער אן אמת'ער משמח אלוקים ואנשים. מענטשן האבן הנאה פון זיינע קליפס, ער האט ארויס מענטשליכע מענטאליטי, און קען גוט מאכן שפאס פון נארישקייטן וואס מענטשן טוען. ער איז אויך א בעל חסד, העלפט מענטשן, ברענגט שמחה פאר אידן - און אויך האט ער נישט געהאט קיין גרינג לעבן, סיי אין זיין יוגענט, און סיי נאך זיין חתונה ווען ער איז פארבליבן אן אלמן. ביז אהער באקומט מען א פיקטשער פון א ווארימער, הארציגער, אינטערעסאנטער, קלוגער מענטש. אבער פון די אנדערע זייט ווען עס קומט צו די שיטות וואס ער האט אנגענומען איז ער נהפך לאיש אחר אזש ער איז ממש נישט צו דערקענען. נישט איינס און נישט צוויי מענטשן האבן געהאלטן אז דער וואס שימפט דא אויף קאווע שטיבל קעגן סאטמאר און זוכט ווי ער קען נאר צו טשעפענען סאטמאר איז זיכער נישט דער 'עכטער' מנשה לוסטיג, נאר איינער וואס האט גע'גנב'עט זיין נאמען. אבער דער פאקט בלייבט פאקט, אז דער זעלבער שמייכעל'דיגער, ווארימער, חסד'דיגער מענטש, ווערט אן אנדערע מענטש ווען עס קומט צו וואס ער גלייבט. און דאס איז שוין איינמאל אן עניגמא.

יעך בין נישט קיין שונא צו סאטמאר, איך בין פשוט א 'ראסיסט'! און מיין חבר'ס חבר איז מיין חבר.. און פארקערט פארקערט, והבן
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:40 pm#168196
אויפגעקלערטער האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אודה ולא אבוש, וואס מיינט עניגמאטישע?

די בושה איז אז דו ווייסט נישט פון גוגעל צו זאגן...

ולא הביישן למד. (פרקי אבות(. :roll:
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm#168197
טאמבל סאס האט געשריבן:
וויליאמסבורגער האט געשריבן:ער איז א זאלי, אבער איז נישט קיין חסיד

:like

און משה מרדכי איז א יענקי פען, אבער איז נישט א גוי.
איז עס נישט די זעלבע?
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 6:43 pm#168433
I'm back האט געשריבן:@נאר,,פרייליך, איז א אמת'ע ערליכע איד. א פארצייטישע עובד השם. אינדערהיים וואלט ער געווען די שוסטער /ל'ו צדיק.
ער האט ליב א איד פונקט ווי ער האט ליב א גוי. אבער דאס איז בלויז ווען זיי זענען שוין טויט, און מען וויל זיי אויסגראבן.

ער איז א זאלי וואס האלט אז עס א בושה, און ממילא פרובירט ער איינצורעדן אז ער איז אן ארוני.

איך האב ווינציג מיט סאטמאר בכלל

מייסטענס שיק איך מיינע ב''ב צום עלטערער יורש

סתם אזוי צוגעלייגט נאך א חסיד ל'בית ראדני-סאטמאר
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 3:44 pm#168671
וויליאמסבורגער האט געשריבן:@שיטה מקובצת
איך האב שוין געשריבן אז זר זהב איז די גרעסטע עניגמא, אבער איך וויל עס נאכאמאל זאגן אויף דעם בעל "יושבי חושך". אזא אויסגעשפראכענער מענטש האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן. אבער די מורא'דיגע ווייטע צדדים וואס ער נעמט אן זענען ממש אומגלויבליך. איין מינוט שימפט ער אש להבה קעגן מציצה בפה, פליקט, רייסט אונטער, שרייבט ארטיקלען איינס נאך די אנדערע, און די אנדערע מינוט איז ער פייער פאר אמונה, הכרת הטוב, ער איז פייער קעגן אפיקורסים אדער האלבע אפיקורסים. ער איז א סאטמארער און א חסיד פון רבי'ן אבער פארשטייט נישט ווי אזוי מ'קען שעלטן הר' קוק, און ער שרייבט אפילו "הרב קוק זצ"ל."

א דאנק. איך בין גארנישט אזא אניגמא, און איך האב שוין כמה פעמים מסביר געוועהן אז אויב א מענטש האט פאר זיך די ציל נאכצוגיין נאר די אמת וועט ער אין יעדע נושא אננעמען נאר וואס די אמת איז. איינער וואס האלט אז די רעפובליקאנער (אדער דעמאקראטן) זענען אייביג גערעכט איז זיכער נישט קיין מענטש וואס גייט מיט'ן אמת, ווייל דער אמת איז אמאל ביי דעם און אמאל ביי יענעם. ממילא, איך גיי נישט נאך קיין פארטיי ליניעס, אדער לויט ווי אזוי א סאסייעטי האט מחליט געוועהן, נאר ביי יעדן ענין קוק איך אויף די פאקטן און אזוי פארמיר איך מיין מיינונג. אויב ווילט איר זאגן אז רוב מענטשן זענען נישט אזוי איז עס מסתמא אמת, אבער קיין מיסטעריע איבער מיינע מיינונגען איז נישט דא, ווייל עס איז גאנץ קלאר וואס מיין מהלך איז.
דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 4:05 pm#168683
דאכט זיך אז ווען איינער העט איין טאג זיין א חבד'ניק דערנאך א ברסלב'ניק ווידעראום און א גרינעם דינסטיג טרעפט מען אים ביי די מתנחלישע ישובים
און דערנאך ביין די נשות הכותל צו קעמפן בעד די רעפארם רעכטן, העסטו אויך קענען ניצען דיינע למודי זכות אויף אים, אז דא רעדט ער בלויז די ''זכות הנשים'' און דא רעדט ער בלויז אין די סוגית ''התנחליות'' און אין סעווען סעווענטי איז ער בלויז בעד דעם רויטען קארפעט בעפאר מנחה און אין ברסלב איז ער בלויז בעד דער ענין פון 'אומאן', ועוד ועוד. הזמן יוכל והשגעונות יתרבו

אבער ברויכסט פארשטיין אז מענטשען זענען בארעכטיגט אים אנצוקוקען אלס א ''יושב חושך''
מאנטאג יאנואר 05, 2015 2:27 pm#245986
ATUB @ישראל קאפקע ATUB
קלוג, אינטעליגענט, נישט פארפרומט, האט אסאך ברייטע ידיעות אין ארט, היסטאריע, געאגראפיע, אבער איז א פייערדיגע שונא מדינת ישראל און פארענטפערט די אראבישע שונאים.
מאנטאג יאנואר 05, 2015 3:19 pm#246012
איך האב אים באמת נישט ארויס, אזוי טאלעראנט און אינטעליגענט אבער קומט מדינת ישראל און נעמט אלעס צו...
מאנטאג יאנואר 05, 2015 3:22 pm#246013
פארוואס זאגסטו אזוי?
האסט אמאל גיזעהן ווי עס קומט צו מדינת ישראל און ער פארלירט זיין טאלעראנטץ אדער זיין אינטעליגענטקייט?
מאנטאג יאנואר 05, 2015 4:49 pm#246031
יא כמעט אייביג.
מאנטאג יאנואר 05, 2015 4:53 pm#246032
כ'דיסאגרי, ער פארלירט נישט זיין טאלעראנץ, ער קען אפשר זיין אומרעאליסטיש אבער ער פארלירט זיך בכלל נישט.
מאנטאג יאנואר 05, 2015 4:56 pm#246036
גראדע טענה'ט מיר טאמבי אז איך אויך איז אויך א עניגמאטישע ניק סאו בינעך אין גוטע קאמפאני.