Under maintenance
הויפט זייט » אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן

אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5423
מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:16 pm#167952
אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן
איך פיהל ס'וואלט געווען גאנץ וויכטיג פאר אונז צו האבן דא א אשכול ווי יעדער קען זאגן זיין מיינונג איבער היימישע געשעפטען
דאס רעכנט אריין פרייז, געשמאק איינצוקויפן, ריין, גוטע קאסטומער סערוויס וגו'
מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:19 pm#167954
רבי יוסף הערש וויינשטאק'ס ספרים (דעקלעך) געשעפט, בארנס און נאבל מעג זיך קומען לערנען. קרעם-דעלא- קרעם.
מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:21 pm#167956
אין א געוויסע גראסערי די וואך ערב שבת, איז געשטאנען א פרוי צו צאלן, עס קומט איר טשאנס צו צאלן זאגט זי אז זי וויל דעליווערי, זיי פאקן אלעס אריין אין באקסעס, (דער פרוי געבט נישט אפי' אפ איר נומבער, די רעזשיסטער האט אליין געקענט די נומבער אלץ גוטע קאסטומער) רופט זיך אן די גוי "סארי דעליווערי איז נאר איבער $70. איך קוק אויפן סקרין אין איך זעה אז זי האט אנגעקויפט פאר $68.36. הכלל זי הייבט זיך אן בעטן אז זי קען נישט אהיים שלעפען א באקס, אבער דער ערל זאגט סארי איטס דע פאליסי, רופט זיך אן די פרוי "ווייסטע וואס, עדד ענאדער $2" זאגט דער ערל "נאו איי קענט, יו העוו טא ביי סאמטינג".

איז דאס נארמאל?????????
מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:25 pm#167957
זיכער נישט אבער א גוי קען נישט טוישן און ער האט מורא צו טון אנדער ווי אפיציעלע פאליסי, איך גלייב אז אויב וואלט פינקט דורך א אידישע מענעדזשר וואלט ער עס דורכגעלאזט
מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:29 pm#167958
סארי. איך מיין זיי מעגן זאגן די גוים אביסל נארמאלקייט, זיי מעגן עיהם זאגן אז ווען א גוטע קאסטימער האט אין זיין קארט $68 מעג מען בייגן די פאליסי.
ס'דא גענוג היימישע געשעפטען וואס אזא מעשה וואלט נישט פאסירט. אלעס ווענדט זיך אין די טרעינינג זיי באקומען
מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:30 pm#167959
איך הער . איך וואלט ווען דארט געלאזט אלעס און אוועק אומבאצאלט
מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 10:47 pm#167987
קופערניקוס האט געשריבן:רבי יוסף הערש וויינשטאק'ס ספרים (דעקלעך) געשעפט, בארנס און נאבל מעג זיך קומען לערנען. קרעם-דעלא- קרעם.

אפשר ביסטו זיך מער מסביר? וואס קען מען זיך לערנען דארט?
מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 10:51 pm#167989
ס'דא אן אשכול וועגן דער וויינשטאק...
שמעקעדיג, זוך עס אויף
מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 10:54 pm#167992
G&B אין ב.פ. האט געוועלדיגע קאסטומער סערוויס , צו דעם אויך 2 גאר גיטע פיטערס איך מאך נישט דא קיין עדווערטייזמינט איך רעד פין מיין עקספרינס
מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 10:55 pm#167993
דער אשכול אבער קען פארפארן מיט האקן אויף קאנקורענטן און זיך אליינס לויבן.... ווער זאגט אז די געשיכטעס דא זענען וואר?
מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 10:59 pm#167995
רוב ק"ש חברה זענען ליידיג גייערז וואס באבן נישק קיין געשעפטען אין זיכער נישט קיין קאונקערענטס. איך ווערטעל מיך. האסט א שטיקל פוינט
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:05 am#168010
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:רוב ק"ש חברה זענען ליידיג גייערס

חברה לאמיר אים ארויסווארפן פון דאנעט.. ווער קען מיר העלפן?
אויך מיר א שטילער
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:07 am#168011
איך האב זייער הנאה געהאט פון מיכל'ס טוי סטאר 20 יאר צוריק ווען כ'האב געדארפט הבן גוטע פענסיל שארפענערס זי האט אייביג געהאט די גוטע מינע און פאר ביליג
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:36 am#168013
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'דא אן אשכול וועגן דער וויינשטאק...
שמעקעדיג, זוך עס אויף

יגעתי ולא מצאתי.
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:45 am#168015
שמעקעדיג האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:רוב ק"ש חברה זענען ליידיג גייערס

חברה לאמיר אים ארויסווארפן פון דאנעט.. ווער קען מיר העלפן?
אויך מיר א שטילער

איך האב צו גענדיגט אז איך ווערטל מיך, פליז לאז מיך געמאכט, איך זעה די האסט שוין באקומען א לייק נאר פאר מיר וועלן שולח זיין, איך בין בטבע א שטילע אין כוועל זיך נישט קענען קעגן שטעלן, כהאב נישט געמיינט צו טשעפנען אין זיכער נישט די, די טאטע פון קאווע שטיבעל
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:50 am#168016
נו, דא אין שטיבל דארף מען האבן די בעטעריס אנגעצינדן.
עם לץ תתלצל.
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:52 am#168017
די טאטע פון קאווע שטיבל האט געזאגט, און די רבי פון קאווע שטיבל האט געלייקט. ס'נישט פשוט. :)
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:55 am#168018
סאיז ביטער ווי א גל, עפעס א פתח חרטה? אדער איך מוז שוין עפענען א נייע ניק?
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:59 am#168019
קענסט תשובה טוען מיט מעטשען דיין לייקס מספר מיט די געגעבענע.
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:05 am#168020
איך האב גראדע נישט ליב אריין צו שטעקן מיין נאז אין יענעמס קריגעריי, אבער איך פיל סאיז וויכטיג דאס מאל. דער אזוי גערופענער שטילער אינגערמאן (וואס נאך) ווייסט נישט פון עפעס אנדערש אויסער פליקען שטעכן און טשעפען. איך האב גראדע הנאה פון אים, ער קאסט מיר אסאך שמייכלען און לייקס, אבער צי איז ער טאקע א שטילער אינגערמאן? לדעתי איז ער ענדערש א הויכער ("הויעך" עז אין לאוד) בחור.
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 3:54 am#168030
בעל הבית האט געשריבן:G&B אין ב.פ. האט געוועלדיגע קאסטומער סערוויס , צו דעם אויך 2 גאר גיטע פיטערס איך מאך נישט דא קיין עדווערטייזמינט איך רעד פין מיין עקספרינס

דו מיינסט מסתמא בלשון סגי נהר ניין?
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 4:26 am#168032
ניין.דער עלטערער פיטער דארט איז א פיינער איד מיט א שמייכל וואס פראבירט צו מאכן דאס בעסטע פון א שטיקל דשאנק סחורה הנקרא חסידישער סוט בימינו.
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:43 pm#168079
שטילע אינגערמאן: נאך א מזל דו האסט דערמאנט דעם נאמען פון געשעפט. ב"ה איך בין שוין נישט קיין קאסטומער דארט. איך קען דיר זאגן אז דאס איז נישט דער סטאנדארט פון ביזנעס אין אלע ארומיגע גראסעריס אין די געגנט. ביידע געשעפטן פון מעגא אויף דרייצן געבן א סאך א בעסערן סערוויס. איין תקופה ביניך געווען א סטעדי קאסטומער ביי מעגא אויף 51. זיי האבן געהאט זייער א גוטע סערוויס, חוץ די פרייזן וועלכע זענען געווען די בעסטע. דארט איז געווען א מענעדזשער וועלכער האט ערלעדיגט אלע פראבלעמען וועלכע האבן זיך געמאכט אויפ'ן בעסטן אופן. איבער'ן נמש :roll: :twisted: ל וויל איך נישט ווייטער רעדן וועיגן לשון הרע. נאר אזויפיל וועל איך יא זאגן. אז אלעס ווענדט זיך ווער דער בעה"ב איז. וואספארא מענטש (אדער אומ-מענטש ער איז.(.
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:50 pm#168083
טאקע א חידוש, מעגא 51 איז א דיסקאנט גראסערי און זענען דאך זייער העפליך. אפילו די גוים זענען נייס. אין יודל'ס סופערמארקעט זענען די גוים אויך זייער העפליך.
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:55 pm#168088
אבער ביי יודל'ס צאלסטע פאר די נייסקייט. זאלסט בעסער נישט אריינגיין צו ידל'ס שאפן אן א פילן קרעדיט קארד. יא אפילו זיי געבן דיר 2 לעיקוואד דזשוסן פאר 5 דאלער.