Under maintenance
הויפט זייט » פאליציי = פאלנע מערדער!

פאליציי = פאלנע מערדער!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5454
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 3:32 am#168895
פאליציי = פאלנע מערדער!
משום איזה סיבה שיהיה האט דער מעשה נישט פיגורירט צו שטארק אין דער מידיא, אבער דעם פארגאנגענעם פרייטאג ביינאכט האט די פאליציי אין לאס אנג'עלאס געשאסן א אומבאוואפנטן מענטש צום טויט execution style אויף לייוו טעלעוויזיע!

דאס האט פאסירט נאך וואס דער פארשוין האט געפירט די פאליציי אויף א גאר שנעלע געיעג פון איבער א שעה. זיין עבירה סך הכל איז געווען דרייוון ווילד און א חשד אז ער איז שיכור.

נאכדעם וואס ער האט ווי ערווארטעט אריינגעהאקט אין א צווייטע קאר, איז ער ארויסגעקומען פון דעם קאר אינגאנצן צומישט, און לומפנדיג אויף א פיס, האט ער פרובירט אוועק צו וואקן פון די פאליציי, און אזוי בשעת זיין רוקן איז אויסגעדרייט צו די פאליס, האבן זיי אים געשאסן עטליכע מאל, און מ'זעט ווי ער פאלט אראפ באוואוסטלאז. ער איז געשטארבן אין שפיטאל ווייניגער ווי א שעה שפעטער.

די גאנצע מעשה איז אפגעכאפט געווארן לעבעדיג מיט גאר קלארע ווידיא, דורך א מידיא העליקאפטער וואס האט נאכגעפאלגט די גאנצע טשעיס.

עס איז צום האפן אז דאס מאל וועלן די פארשאלטענע פאליציי זיך נישט קענען ווי אייביג ארויסדרייען פון דער זאך, נאכדעם וואס עס איז ברור לעין כל אז דא איז פארגעקומען א פשוטע און פראסטע ערשטע דעגרי מערדעריי.

פאלגנד קען מען זעהן ווידיא פון די גאנצע טשעיס און די נאכפאלגנדע קראך און רציחה.

דא קען מען זעהן נאר די קראך און דער הריגה.

More in depth news coverage
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 3:42 am#168896
וואס איז דאס מיט דע משוגענע סאנדזשעלעס?? זיי האבן יעדע צווייטן טאג פאליציי קאר נאכלויפערייען! ס'קוקט ממש אויס ווי זיי ווערן באצאלט און אלע צדדים (דער וואס לויפט אוועק און דע נאכלויפערס) ווערן באצאלט אז דער עולם זאל האבן וואס צו קוקן אויף די נייעס דראמאטישע טשעיסעס! משוגע!
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 9:15 am#168897
ווען איך בין א פאליציי שיס איך אויך. א מענטש איז א רוצח, און לויפט אוועק, שיסט מען אים. און איינמאל מען שיסט איז מען נישט מבחין ווי צו שיסען.
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 10:22 am#168902
איחוד פעלד האט געשריבן:ווען איך בין א פאליציי שיס איך אויך. א מענטש איז א רוצח, און לויפט אוועק, שיסט מען אים. און איינמאל מען שיסט איז מען נישט מבחין ווי צו שיסען.

די LAW איז נישט אזוי!
לויטן געזעץ, אויב איז דא א מעגליכקייט יענעם צו האבן לעבעדיג'ערהייט טאר'סטו אים נישט הרג'ענען
אבער ווי מיר ווייסען דאך אלע אז יושר מאכט, י'תגדל ו'יתקדש ש'מיה ר'בה
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 10:44 am#168904
ניתן להצילו באחד מאבריו אסור להצילו בנפשו
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 11:05 am#168906
עס קען זיין אז זיי האבן איהם געשאסן נאר אין די פיס, און געשטארבן איז ער פון די וואונדן פונעם עקסידענט. ניין?
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 11:50 am#168911
איחוד פעלד האט געשריבן:ווען איך בין א פאליציי שיס איך אויך. א מענטש איז א רוצח, און לויפט אוועק, שיסט מען אים. און איינמאל מען שיסט איז מען נישט מבחין ווי צו שיסען.

פארוואס איז ער ער א רוצח? וועם האט ער גע'הרג'ט? און בכלל קוק גוט אויפן ווידיא וועסטו זען אז ער האט בכלל נישט געוואלט אנטלויפן, זיי האבן אים געשאסן ווען ער איז געשטאנען און געהאלטן זיינע הענט אויפן קאר.
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 11:52 am#168912
מ. גליקמאן האט געשריבן:עס קען זיין אז זיי האבן איהם געשאסן נאר אין די פיס, און געשטארבן איז ער פון די וואונדן פונעם עקסידענט. ניין?

ניין. ס'איז קלאר אז ער איז געשטארבן פון די שיסעריי.
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 1:04 pm#168919
די כלל ביי אזעלכע פעללער ווי פאליציי זעט אז דער איז סכנה'דיגער פארשוין
ער שטעלט איין זיין לעבן און די לעבן פון אנדערע ווען ער וויל אנטלויפען, דעמאלס פאר יעדע נישט-גוטע ריק שיסט מען
זיי האבען עם געהייסען בלייבען שטיין, און ער האט ממשיך געווען צו גיין
אוודאי האבען זיי גוט געטוען מיט שיסען
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 1:44 pm#168929
טיטאניק האט געשריבן:די כלל ביי אזעלכע פעללער ווי פאליציי זעט אז דער איז סכנה'דיגער פארשוין
ער שטעלט איין זיין לעבן און די לעבן פון אנדערע ווען ער וויל אנטלויפען, דעמאלס פאר יעדע נישט-גוטע ריק שיסט מען
זיי האבען עם געהייסען בלייבען שטיין, און ער האט ממשיך געווען צו גיין
אוודאי האבען זיי גוט געטוען מיט שיסען

דו מיינסט עס ערנסט??? א מענטש איז קענטליך פארוואונדעט, קוים ער שלעפט זיך אויף דער פיס, און ער איז א סכנה'דיגע פארשוין?
Are you kidding me?
ס'נישט כאילו דער מענטש איז געווען א באוואפענטע רויבער אדער מערדערער, סך הכל איז זיין עבירה געווען פארן ווילד, נו פארדעם קומט זיך טויט? אפילו די פאליציי פרובירט צו זוכן אנדערע תירוצים.
עס איז קלאר ווי דער טאג אז דא איז פארגעקומען א מארד. עס ווערט יעצט אויסגעפארשט פון אלע זייטן, און האפענטליך וועט מען ברענגען די שיסער צו יוסטיץ.
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 1:51 pm#168933
שוין לאנג וואס איך פארשטיי נישט דער פרט. פארוואס שיסן??? זיי אלע דרייען זיך מיט טעיזערז, אז מען טעיזט פאלט יענער אראף ווי א פגר, איז פארוואס שיסן?
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 3:11 pm#168966
זיי מיינען אז געזעץ איז נישט גילטיג ביי זיי די שקצים, נעכטען זעה איך א פאליס פארט זיך ארים באנאכט אן א העד לייטס, אין נאכדעים פעסט ער מיך כדאי אריבערצופארן א רעד לייט אזא חוצפה!!!
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 3:18 pm#168968
אין ציריך זענען די פאלציי סתם אנטי-סאמיט
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 4:56 pm#169008
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אין ציריך זענען די פאלציי סתם אנטי-סאמיט

ווי קימט אריין ציריך אין די פיקטשער!! איך רעד פון דא ביי אונדז אינעם היימישן שטאט בארא פארק!
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 5:32 pm#169013
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אין ציריך זענען די פאלציי סתם אנטי-סאמיט

אה- אבער אין ניו יארק זענען זיי אוהבי ישראל און איידעלע יונגעלייט? :roll: . א באנדע פראסטאקעס. ס'קען זיך טרעפן אמאל אן ארנטליכער מענטש צווישן זיי.
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 7:19 pm#169033
אליצפן האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:די כלל ביי אזעלכע פעללער ווי פאליציי זעט אז דער איז סכנה'דיגער פארשוין
ער שטעלט איין זיין לעבן און די לעבן פון אנדערע ווען ער וויל אנטלויפען, דעמאלס פאר יעדע נישט-גוטע ריק שיסט מען
זיי האבען עם געהייסען בלייבען שטיין, און ער האט ממשיך געווען צו גיין
אוודאי האבען זיי גוט געטוען מיט שיסען

דו מיינסט עס ערנסט??? א מענטש איז קענטליך פארוואונדעט, קוים ער שלעפט זיך אויף דער פיס, און ער איז א סכנה'דיגע פארשוין?
Are you kidding me?
ס'נישט כאילו דער מענטש איז געווען א באוואפענטע רויבער אדער מערדערער, סך הכל איז זיין עבירה געווען פארן ווילד, נו פארדעם קומט זיך טויט? אפילו די פאליציי פרובירט צו זוכן אנדערע תירוצים.
עס איז קלאר ווי דער טאג אז דא איז פארגעקומען א מארד. עס ווערט יעצט אויסגעפארשט פון אלע זייטן, און האפענטליך וועט מען ברענגען די שיסער צו יוסטיץ.

איך זע אז די בייזערסט זיך ערנסט
טאקע געפערליכע שקצים, יוגאנטשעס, זיי האבען זיכער זיך געשפילט אינדרויסן ווען דער רבי זי"ע האט געוויינט שאלעשידעס תורה, אין די תש"כ יארען, נו אז מען הערט נישט קיין תורה שיסט מען אומשילדיגע ווילדע דרייווערס וואס האבען בסך הכל געוואלט הרגענען מענטשען על ימין ושמאל, וואס האט ער דען געטין? ארים געריסען אויף סיידוואלקס און ארייגעקראכט אין קארס און שיעורנישט ערמאדעט פולע אימשילדיגע מענטשען, מ'קען מיינען! :evil: :twisted:
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 7:20 pm#169034
zurich האט געשריבן:זיי מיינען אז געזעץ איז נישט גילטיג ביי זיי די שקצים, נעכטען זעה איך א פאליס פארט זיך ארים באנאכט אן א העד לייטס, אין נאכדעים פעסט ער מיך כדאי אריבערצופארן א רעד לייט אזא חוצפה!!!

איך זע שוין, די האסט עפעס א חשבון מיט די פאליציי, עפעס האבען זיי דיר געטין א גיטס, האלא דערצייל, דאגה בלב איש ישחנה, רעד וועט דיר זיין גרינגער אויפען הארצען :lol: :lol: :lol:
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 7:22 pm#169035
אפשר וויל איינער פון די העראס דא ווערן א פאליסמאן און נאכפארן סכנה'דיגע שיכור'ע דרייווער פאר איבער א שעה צייט?
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 8:06 pm#169049
יאיר האט געשריבן:אפשר וויל איינער פון די העראס דא ווערן א פאליסמאן און נאכפארן סכנה'דיגע שיכור'ע דרייווער פאר איבער א שעה צייט?

און ווער בעט זיי נאכצופארן? זיי האבן מילא א העליקאפטאר און די לופטן, און דער דרייווער האט א זערא טשאנס צו אנטלויפן. זיי מאכן די מצב אסאך מער סכנה'דיג ווען זיי פארן נאך. די דרייווערס פארן אסאך ווילדער און פיל מער עקסידענטן געשען אזוי.

די סיבה פארוואס זיי פאר נאך איז ווייל ס'איז פאן, און אן adventure פאר זיי. נישטא קיין שום אנדערע סיבה. זיי קענען מילא גארנישט טון אים אפצושטעלן (אויסער spike strips וואס פארדעם מוזן זיי נישט נאכפארן), אסאך מאל קען זיך די טשעיסעס ציען פאר א שעה-צוויי, און די פאליציי איז הילפסלאז זיי אפצושטעלן.

די פאליס זענען א באנדע לאו לייפס, בעלי גאוה, אפגעריסענע יונגען, וואס טוען וואס ס'שמעקט זיי ווען ס'שמעקט זיי וויאזוי ס'שמעקט זיי, און 99% פון דער צייט they get away with it.
מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 11:57 pm#169080
דער מענטש האט געלייגט הונדערטער מענטשען'ס לעבן און א סכנה, און למעשה געשעדיגט די דרייווער און וועם ער האט אריינגעזעצט.
כל המרחם על אכזרים סופו וכו'
כקלער אז מענטשען וואס נעמען די פאליציי אויף אזא א רייד זענען געווענדליך באוואפנט און מסוכן.
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 12:14 am#169086
איך האב שוין מיטגעהאלטן צענדליגע אזעלכע געיעגן. רוב מאל זענען זיי נישט באוואפנט אדער מסוכנ'דיג. עפ''י רוב זענען זיי יונגער חברה וואס טוען עס פאר אביסל אטענשין, און זיי ווילן זיין אויף טעלעוויזיע.

אבער כל זה אינו נוגע. דער פאקט איז אז די פאליציי האט געשאסן א מענטש וואס איז שוין דאן נישט געווען סכנה פאר אנדערע, ער האט נישט געהאט קיין גאן, קוים ער האט זיך גערירט. ס'נישט קיין שום נפק''מ וואס ער האט געטוען א מינוט פריער. אים באשטראפן איז נישט זייער ארבעט. פאר די עוולה פון אוועקלויפן פון די פאליציי באקומט מען געווענוליך נישט מער ווי 6 חדשים אדער א יאר תפיסה.
דאס איז פארגעקומען א קאלטבלוטיגע מארד לעיני השמש.

נ. ב. בשעת'ן קראך האט ער געהאט דער right of way, דער אנדערע דרייווער האט דורכגעשמיסן א רויט לייט. מ'זעט עס קלאר אויף טייל ווידיאס, און די נייעס האט אויך אזוי באריכטעט.
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 12:36 am#169089
הייסט עס אז דער פאליציי דארף ווארטען ער זאל ארויסנעמען א גאן און אנהייבען שיסען?

דער מענטש איז געפארען ווי א ווילדע חיה און אויף'ן וועג אריין קראכט אין א קאר און לכאורה געהרג'ט אדער פארוואונדעט א מענטש.

איז ער א סכנה'סדיגער פארשוין, טאמער קומט ער ארויס פין דער קאר און הייבט הענט נעמט מען אים אריין, טאמער נישט, נאר ער גיט דער מינדעסטער ריר, איז געשאסען, און אפילו צום טויט, סארי אלצפן, אבער מעגסט איינזעהן אז דער פאליציי ריזיקירט זיין לעבען אביסעל צופיל פאר דיר. די ווילסט אויך אז ווען די רופסט אהן ווייל א שחור האט געוואלט מאכען א נאקאייט זאלען זיי זאפארט קומען און אים איינזעצען נישט אנהייבען מיט קיין קונצען לאמיר זעהן אויב יענער האט א גאן, און קודם אים לאזען אוועקלויפען און דערנאך אים אנהייבען זוכען. זיי נישט נאריש. כ'ווייס אז ס'דיר שווער ווייל מען האט נעבעך געהרג'ט אן "אומשולדיגען" גוי, וואס האט גארנישט געטוהן נאר געהאט א מאסיווע וואפען וואס רופט זיך א "קאר" און געטוהן דערמיט ככל העולה על רוחו.
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 12:54 am#169092
איחוד פעלד האט געשריבן:הייסט עס אז דער פאליציי דארף ווארטען ער זאל ארויסנעמען א גאן און אנהייבען שיסען?

דער מענטש איז געפארען ווי א ווילדע חיה און אויף'ן וועג אריין קראכט אין א קאר און לכאורה געהרג'ט אדער פארוואונדעט א מענטש.

איז ער א סכנה'סדיגער פארשוין, טאמער קומט ער ארויס פין דער קאר און הייבט הענט נעמט מען אים אריין, טאמער נישט, נאר ער גיט דער מינדעסטער ריר, איז געשאסען, און אפילו צום טויט, סארי אלצפן, אבער מעגסט איינזעהן אז דער פאליציי ריזיקירט זיין לעבען אביסעל צופיל פאר דיר. די ווילסט אויך אז ווען די רופסט אהן ווייל א שחור האט געוואלט מאכען א נאקאייט זאלען זיי זאפארט קומען און אים איינזעצען נישט אנהייבען מיט קיין קונצען לאמיר זעהן אויב יענער האט א גאן, און קודם אים לאזען אוועקלויפען און דערנאך אים אנהייבען זוכען. זיי נישט נאריש. כ'ווייס אז ס'דיר שווער ווייל מען האט נעבעך געהרג'ט אן "אומשולדיגען" גוי, וואס האט גארנישט געטוהן נאר געהאט א מאסיווע וואפען וואס רופט זיך א "קאר" און געטוהן דערמיט ככל העולה על רוחו.

אויף אזא תגובה איז געזאגט געווארן "ער רעדט און ער רעדט אבער ער זאגט גארנישט".

דער פאקט איז אז די פאליציי האט גע'הרג'ט א מענטש וואס איז קלאר שוין געווען אומשעדליך, און האט געהאט זיין רוקן אויסגעדרייט צו זיי.
נישטא אזא זאך אז מ'שיסט סתם ווייל אפשר וועט יענער ארויסנעמען א גאן. דאל''כ אפשר זאל די פאליציי דיך שיסן ווען זיי סטאפן דיך פאר ספידינג, ווייל "אפשר וועסטו ארויסנעמען א גאן"? אפשר זאל מען שיסן יעדע קליינע פארברעכער וואס מ'וויל ארעסטירן, ווייל אפשר וועט ער ארויסנעמען א גאן? דו פארשטייסט אליינס אז ס'גייט נישט אזוי.

און בנוגע וואס דו זאגסט אז די פאליציי באשיצט מיך, זאג איך א גרויסע" מוחל טובות"! געב מיך צוויי ביקסן מיט א סעמי אוטאמאטיק רייפעל, און כ'זאג דיר צו קיין איין שווארצע שגץ העט אפילו נישט חלומ'ען פון מאכן א נאקאויט אז ער ווייסט וואס איז גוט פאר אים. ווער דארף די פאליציי? געב מיך א גאן און איך באשיץ מיך אליינס.

נו אוודאי, אונז וואוינען דאך אינעם ערגסטן פלאץ אינעם וועלט א.ק.א ניו יארק, וואו גאנס איז מער ווייניגיר גענצליך אומלעגאל (אקעי טעכניקעלי איז עס לעגאל, אבער ס'כמעט אוממעגליך, עכ''פ ארומטראגן א גאן איז זיכער אסור פאר א פשוטן מענטש) נא אוודאי מוז איך צוקומען צו די פאליציי מיך צו שיצן, וואס דען זאל איך טון ארויסנעמען א שטעקן??
נ.ב. אינטרעסאנט אז אין טעקסאס- וואו פערצופאל האט יעדער א גאן- האט מען קיינמאל נישט געהערט פון קיין נאקאוט אטאקעס. תחשוב על זה.
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 1:16 am#169098
ברענסט ארויס א אינטרעסאנטע נקודה.

פראביר נעקסט טיים דער פאליציי שטעלט דיך אפ פאר ספידינג טיקעט, און ווען ער קומט צו דער קאר, גיב א ריק דיין הענט שנעל אזוי ווי די ציסט עפעס ארויס פין דער טאש. אויב ביסטו נאך בין החיים נאכדעם, קום צוריק און רעפארט דיין פיינדינג.

דער "פאקט" אז ער איז נישט געוועהן באוואפענט, און דאס ווייסטו אויך נאר לאחר המעשה, מיינט גארנישט, נאר אז די פארמאגסט 20 20 היינדסייט.
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 1:37 am#169099
וואס מישסטו צאם די יוצרות? דער מענטש האט נישט געהאט זיינע הענט לעבן זיין טאש. אין פאקט אז מ'קוקט גוט אויפן ווידיא זעט מען אז ער האט געהאט ביידע הענט אויפן street pole מיטן רוקן צו די פאליציי אין די רגע וואס זיי האבן אים געשאסן.
ס'איז פונקט ווי די פאליס זאל דיך שיסן בשעת דו האלסט ביידע הענט אויפן סטירינג רעדל, ווייל אפשר האסטו א גאן.
אפילו ווען א מענטש האלט א גאן אין די האנט, וועט די פאליציי געווענטליך נישט גלייך שיסן, נאר קודם שרייען drop your weapon! און יענעם געבן א טשאנס עס אפצולאזן.

צוואנציג מאל האבן זיי אים געשאסן! צוואנציג קוילן! מערדערער וואס זיי זענען.
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 3:50 am#169113
די פאליציי האבן זיכער געוואוסט אז ס׳איז דא מידיא דעקונג פון דער הייעך און פונדעסטוועגן האבן זיי אים געהארגעט נאכדעם וואס ער איז קלאר געוועזן דיסאריענטירט און אומשעדליך צו גיבן א לערנונגס לעקציע פאר די באפעלקערונג למען ישמעו ויראו.
פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 12:51 pm#169401
אליצפן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אפשר וויל איינער פון די העראס דא ווערן א פאליסמאן און נאכפארן סכנה'דיגע שיכור'ע דרייווער פאר איבער א שעה צייט?

און ווער בעט זיי נאכצופארן? זיי האבן מילא א העליקאפטאר און די לופטן, און דער דרייווער האט א זערא טשאנס צו אנטלויפן. זיי מאכן די מצב אסאך מער סכנה'דיג ווען זיי פארן נאך. די דרייווערס פארן אסאך ווילדער און פיל מער עקסידענטן געשען אזוי.

די סיבה פארוואס זיי פאר נאך איז ווייל ס'איז פאן, און אן adventure פאר זיי. נישטא קיין שום אנדערע סיבה. זיי קענען מילא גארנישט טון אים אפצושטעלן (אויסער spike strips וואס פארדעם מוזן זיי נישט נאכפארן), אסאך מאל קען זיך די טשעיסעס ציען פאר א שעה-צוויי, און די פאליציי איז הילפסלאז זיי אפצושטעלן.

די פאליס זענען א באנדע לאו לייפס, בעלי גאוה, אפגעריסענע יונגען, וואס טוען וואס ס'שמעקט זיי ווען ס'שמעקט זיי וויאזוי ס'שמעקט זיי, און 99% פון דער צייט they get away with it.

איך געב דיר נאר די לייק בנוגע די העליקאפטער אבער נישט פאר די צווייטע חלק
מאנטאג אפריל 28, 2014 9:05 pm#197850
ווען פאליציי האבן ארעסטירט אינגעטליכע אין טענעסי האט איין פאליציימאן דערווארגן דעם ארעסטירטן ביז יענער איז געפאלן באוויסטלאז, יענער איז היינט געפייערט געווארן פון די פאליציי.

sheriff29n-10-web.jpg
sheriff29n-10-web.jpg (54.25 KiB) געזען געווארן 2594 מאל
מאנטאג אפריל 28, 2014 9:50 pm#197857
טיטאניק האט געשריבן:
אליצפן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אפשר וויל איינער פון די העראס דא ווערן א פאליסמאן און נאכפארן סכנה'דיגע שיכור'ע דרייווער פאר איבער א שעה צייט?

און ווער בעט זיי נאכצופארן? זיי האבן מילא א העליקאפטאר און די לופטן, און דער דרייווער האט א זערא טשאנס צו אנטלויפן. זיי מאכן די מצב אסאך מער סכנה'דיג ווען זיי פארן נאך. די דרייווערס פארן אסאך ווילדער און פיל מער עקסידענטן געשען אזוי.

די סיבה פארוואס זיי פאר נאך איז ווייל ס'איז פאן, און אן adventure פאר זיי. נישטא קיין שום אנדערע סיבה. זיי קענען מילא גארנישט טון אים אפצושטעלן (אויסער spike strips וואס פארדעם מוזן זיי נישט נאכפארן), אסאך מאל קען זיך די טשעיסעס ציען פאר א שעה-צוויי, און די פאליציי איז הילפסלאז זיי אפצושטעלן.

די פאליס זענען א באנדע לאו לייפס, בעלי גאוה, אפגעריסענע יונגען, וואס טוען וואס ס'שמעקט זיי ווען ס'שמעקט זיי וויאזוי ס'שמעקט זיי, און 99% פון דער צייט they get away with it.

איך געב דיר נאר די לייק בנוגע די העליקאפטער אבער נישט פאר די צווייטע חלק

אזוי?? וואספארא שטותים דער אליצפן רעדט אלץ צאם.. אומגלויבליך!

פאליציי אן העליקאפטער מאכן רוב מאל דורך, אבער העליקאפטער אן קיין גראונד יוניטס? וואס ווען דער העליקאפטער לויפט אויס פון פיול? וואס טאמער דער דרייווער דיקעמפד און די טשאפער קען נישט אים נישט לאקעיטן? וואס טאמער ער הייבט אן צו דרייוון שרעקליך ווילד, זאל אים די טשאפער רעמען? טראכט מיט שכל וואס דו רעדסט.

יעצט בנוגע פאן און Adventure, מעגליך אז פאר דיר שומרים מעמבער אדער מעמבער אוו דע פאבליק איז א באנטש פאן צו האבן א פערסיוט, אבער פאר זיי איז עס א שווערע שווערע ארבעט, גאר קיין פאן נישט, בפרט אז רוב מאל האבן די חברה גוט וואס צו באהאלטן, וואפן אדער דראגס, און זענען אויסן פאר יעדן פרייז צו פארלירן די וויידל.

שטותים רעדן האט אויך א גבול.
מיטוואך אפריל 30, 2014 2:21 am#198117
לאליפאפ האט געשריבן:

וועגן מיינע שטותים רעדערייען וועל איך נישט ענטפערן. כ'וועל פשוט מיך פרובירן צו האלטן צו די פאקטן.
איך האב שוין מיטגעהאלטן לייוו אנליין הונדערטער אזעלכע פאליציי געיעגן. איך בין אויפגעשריבן ביי א ספעציעלע פראגרעם וואס שיקט ארויס אלערטס יעדע מאל ס'איז דא א געיעג.

די פאקט איז פונקט פארקערט ווי דו זאגסט, די איינציגסטע טשאנס וואס א פארברעכער האט צו אנטלויפן איז איידער דער העליקאפטער קומט אן אויפן סצענע, איינמאל דער העליקאפטער איז דארט וועט ער ווערן געכאפט 100% פון דער צייט. טאמער לויפט דער טשאפער אויס פון געז שיקט מען ארויס א צווייטער טשאפער.
ווען דער דרייווער לויפט ארויס פונעם קאר וועט דער העליקאפטער וויסן פונקטליך וואו און אין וועלכע הויז ער איז אריין און זאגן פאר די גראונד יוניטס. די גראונד חברה זעען געווענטליך נישט ווי דער דרייווער גייט, ער האט כמעט אלעמאל עטליכע סעקונדעס צו לויפן ביז דער ערשטער פאליס מען קומט אן אהין . נאר פון אויבן קען מען זען.

יעצט וועגן פארן ווילד איז אויך דער פאקט פונקט פארקערט ווי דו זאגסט, ווען א קאר פארט זייער ווילד וועט די פאליס אים קיינמאל נישט רעמן אדער מאכן א פיט מאנוווער, עס איז צו מסוכנ'דיג פאר אלע ארומיגע קארס. נישט נאר דאס נאר פילמאל ווען ער פארט שרעקליך ווילד וועלן זיי אים בכלל נישט נאכפארן פון דער נאנט, נאר זיך גענצליך פארלאזן אויפן טשאפער, פאר צוויי סיבות, ערשטנס דער פאקט אז פאליס פארט אים נאך וועט אים נאר מאכן פארן ווילדער און מסכן זיין מער לעבנס, צווייטנס, כדי אים נאכצופארן מוזן זיי דאך פארן פונקט אזוי ווילד ווי אים, און ס'איז ענדערש צו האבן איין ווילדער קאר אויפן ראוד ווי איידער צען ווילדער פאליס קארס.

יעצט וואס דו שרייבסט אז זיי זענען רוב מאל געפערליכע פארברעכער איז פשוט חסרון ידיעה מצדך. רובה דרובה מאל פארט מען זיי נאך פאר נישטיגע פארברעכנס. זיי זאגן אלעמאל די קריים פונעם דרייוער אויף טעלעוויזיע. אסאך אמאל איז עס reckless driving, אמאל failure to pullover for an officer, אמאל פארן דורכפארן א רויט לייט וכדו'.
אמאל א יובל הערט מען אז זיי פארן נאך חברה פאר טאקע אן ערנסטע פארברעכן ווי ארמד ראבערי וכדו' אבער דעיס איז זייער זעלטן.

יעצט צו ס'איז פאן פאר די פאליציי? ס'איז מיר פשוט אז יא, כ'מיין ווער ענדזשאיט נישט צו שמייסן אויפן הייוועי 120 mph און נאכדערצו ווען ס'איז לעגאל?

כ'וועל נישט גיין אזוי ווייט און זאגן אז דו רעדסט שטותים, אבער ס'איז קלאר ווי די טאג אז דו האסט נישט מיטגעהאלטן קיין סאך פאליס טשעיסעס אין דיין לעבן.
שטותים אין כאן, אבל חסרון ידיעה יש כאן.
מאנטאג מאי 05, 2014 1:19 am#198939
אליצפן זיסע, איך ווייס נישט וויפיל טשעיסעס די האסט מיטגעהאלטן, ס'קוקט נישט אויס ווי די האסט עס ארויס.

און רוב פעלער (און עס איז דא א יוצא מן הכלל) זענען די וואס לויפן אוועק פון די פאליציי ערנסטע פארברעכער, (בשעתן pursuit ווייסט מען נאכנישט דערפון, אבער אזוי שטעלט זיך ארויס רוב מאהל) וואס אדער האבן זיי אויף זיך אומלעגאלע סובסטאנצען, אדער זיי זענען אויף פאראול(Parole) פון אלטע מעשים טובים, אדער גאר ווערן זיי געזוכט און זיי ווייסן אז ס'ווארט זיי נישט אפ קיין גוטס, זיי האבן עניוועיס נישט וואס צו פארלירן סוי לויפן זיי. זיי גייט נישט אהן אז זיי לייגן אריין און א סכנה טויזענטער אומשילדיגע לעבנס פון אנדערע מאטאריסטן אויף די הייוועי אדער פוסגייער ווען זיי שמייסען דורך די גאסן. עס איז טאקע דא קאפס -איספעשעלי די יונגערע- וואס זעהן דערין אזא מין אויספלוג, למעשה שטעלן זיי זיך איין דאס לעבן אראפ צו נעמען די פארברעכער פון די גאסן.

וועגן די העליקאפטערס איז אזוי די זאך: ס'איז אמת אז די ערשטע פאר מינוט איז די גרינסטע צו אנטלויפן, אבער ס'איז נישט וועגן די טשאפער איז נאך נישט דארט. א טשעיס הייבט זיך געווענדליך אהן אלץ א רעגעלער טרעפיק סטאפ, איינמאהל עס איז קלאר פארן פאליס אפיסער און ער דיספעטשט זיין בעיס אז pursuit in progress הייבט מען אהן צו מאבעליזירן יעדן פאליס קאר פון די געגנט, ווי אויך פון אלע ארומיגע פאליס דעפארטמענטס פון די געגנט, ווי אויך רעכנט מען אויס ווי אלץ ער קען גיין און מען גרייט אהן טרעפס אויף אלע מעגליכע הייוועיס און גרויסע ראודס, סוי ווי א מינוט לענגער אינעם טשעיס וואקסט די וויידל אונטער אים, און זיינע אנטלויף אפשענס ווערן קלענער.

די טשאפערס זענען א שטארקע הילף פאר די ground forces, אבער מיט א טשאפער אליינס קען מען נישט כאפן דעם פארברעכער, און געוויסע אויסנאם פעלער, ווי און גאר באוואוינטע שטעט און דער לויפער פארט אויף גאר א הויעכע סכנה'דיגע ספיד, לאזט מען דעם טשאפער אים נאך פארן פון די נאנט, און די קארס פארן אביסל אפגעריקט אים נישט אהן צו רייצן צו פארן נאך שנעלער.
מיטוואך יוני 18, 2014 8:30 pm#206833
דא האבן די פאליציי גענומען זייער רציחה צו דער נעקסטע שטאפל, און פשוט הינגעריכטעט א מאן מיט זיינע הענט געבינדן פון אונטן מיט הענדקאפס! עס איז ממש אומגלויבליך, אבער די לאקאלע אוטאריטעטן, און א גרענד דזשורי אין טעקסעס, האבן נאכן זען דעם ווידיא באשלאסן נישט צו ברענגען קיין שום קלאגעס קעגן דעם פאליציי מאן/קאלטבלוטיגע מערדער.
#אומגלויבליך.

m http://www.mediaite.com/tv/video-surfac ... -prisoner/ m

שיסעריי איז ביי 1:07, און 3:17 פון אן אנדערע אנגעל.
מיטוואך יוני 18, 2014 9:23 pm#206847
וואס ווייסטי וואס דער בחור איז?
אפשר איז ער א קאלטבליטיגער מערדער וואס האט זיך שוין ארויסגעריסען פון פאליצייאישע קייטען מער ווי איינמאל אין אימגעברענגט פאליציאנטען? און דא זעענדיג אז אט אט רייסט ער זיך ארויס האבען זיי בלית ברירה עם ארייגעיאגט א קויל לעולם?
מציאות איז אז ער רייסט זיך ארים מיט זיי די גאנצע צייט און פון קייטען קען מען זיך נאכאיינמאל ארויס רייסען
וואס דארפען זיי ווארטען ביז ער ווערט אינגאנצען באפרייט און שעכט איינעם דארט?
מיטוואך יוני 18, 2014 10:14 pm#206851
טיטאניק האט געשריבן:וואס ווייסטי וואס דער בחור איז?
אפשר איז ער א קאלטבליטיגער מערדער וואס האט זיך שוין ארויסגעריסען פון פאליצייאישע קייטען מער ווי איינמאל אין אימגעברענגט פאליציאנטען? און דא זעענדיג אז אט אט רייסט ער זיך ארויס האבען זיי בלית ברירה עם ארייגעיאגט א קויל לעולם?
מציאות איז אז ער רייסט זיך ארים מיט זיי די גאנצע צייט און פון קייטען קען מען זיך נאכאיינמאל ארויס רייסען
וואס דארפען זיי ווארטען ביז ער ווערט אינגאנצען באפרייט און שעכט איינעם דארט?

Are you serious man???
ליין דעם ארטיקל וואס כ'האב געלינקט, דער מענטש איז ארעסטירט געווארן פאר erratic behavior און פארן שלאגן סטעף אין א שפיטאל, גארנישט מער. יעצט דער פאקט איז אז בשעת'ן ווערן געשאסן איז דער מענטש נאך געווען צוגעקייטלט. האסט מורא אז ער וועט זיך ארויסרייסן פון די קייטלעך? שטיי אין דער זייט מיט דיין ביקס אויסגעשטרעקט, און דער מינוט ער רייסט זיך אויס און וויל דיך אטאקירן שיס אים דאן. וואס איז דאס גיין שיסן א געקייטלטע אומבאוואפנטע מענטש?? אז דו קענסט דיך נישט נישט אן עצה געבן אליינס, לאז אים אפ, און רוף פאר בעקאפ.כ'גלייב אז 7-8 פאליציאנטן וואלטן זיך שוין אן עצה געגעבן מיט אים. וואספארא מין געשעפט איז דאס ארומגיין שיסן מענטשן? וויאזוי פארטיידיגט מען אזא זאך?
מיטוואך יוני 18, 2014 10:47 pm#206853
OK OK שריי נישט אזוי הויעך
איך גיי עס נאמאר טין
נעקסט טיים ריף איך בעקאפ
אבער סטאפ שרייען
דאנערשטאג יוני 19, 2014 7:35 am#206868
בין איך דער איינציגסטער דא וואס זעעט אז דער מענטש איז נישט געקייטעלט בשעת ער הייבט אן צו שטויסען און קאפענען..?!

קוק אביסעל בעסער וועסטי זען ווי ער שטויסט ארויס די גאן פונעם אנדערען אפאציר.
זונטאג יוני 22, 2014 11:57 pm#207509
That video is horrific
נעקסטיים לייג צו אז עס איז נישט פאר שוואכע הערצער...

אויב איז וואר אליצפן'ס אינפארמאציע זענען די צוויי נישט מער ווי קאלטבלוטיגע מערדער.
דינסטאג יולי 15, 2014 8:13 pm#211993
יעצט פארט ארום א ווידיאו ווי א פאליציי מאן ארעסטירט א היימישער אינגערמאן אין וויליאמסבורג. טאקע פאלנע אויפגעריסענע בעלי גאווה און מערדער. א גרויל.
דינסטאג יולי 15, 2014 9:03 pm#212007
לשיטתי איז דער אינגערמאן א גרויסער אויבערחכם, אן אפישעל הייסט פאלגט מען אפילו ער איז נישט גערעכט.. העכסענס קלאג די עם צוריק אן..
דינסטאג יולי 15, 2014 9:35 pm#212012
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:לשיטתי איז דער אינגערמאן א גרויסער אויבערחכם, אן אפישעל הייסט פאלגט מען אפילו ער איז נישט גערעכט.. העכסענס קלאג די עם צוריק אן..
דינסטאג יולי 15, 2014 10:35 pm#212015
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:לשיטתי איז דער אינגערמאן א גרויסער אויבערחכם, אן אפישעל הייסט פאלגט מען אפילו ער איז נישט גערעכט.. העכסענס קלאג די עם צוריק אן..

חזקיהו המלך וואלט געזאגט אז אזא סטעיטמענט קען מען נאר זאגן נאכ'ן טרינקען פלארייד וואסער.
דינסטאג יולי 15, 2014 11:01 pm#212019
וואס קען מען טיען אז דער אינגערמאן, איז נישט קיין @קליגער אינגערמאן, וואס האט ער געקלערט ער איז אין ארץ ישראל, ער האט געקיקט ציפיל קליפס פון פאלעסטינער שיסן שטיינער, אדער חרידישע פראטעסטן און א"י וואס לייגן פעפירלעך, פאר יאר אינפארמעישן, ווען א פליס הייסט ארויס פון די קאר און מען גייט נישט, גייט מען אין קארצער, ער גייט קאלן זיין שווער, איז ער פאר ריל, אדער טויט משוגע, יודל ליכטענשטיין וואלט אראפ געקימען און אים דערלאנגט מכות פארן נישט אויספאלגן א פאליס מאן, וואס מיינט ער וואס, אפשר מיינט ער אז משיח אישוין דא, דער פאליס האט זיך פארלוירן ווייל ער האט זיך נישט געקענט איבערקימען מיט וואסא בהמה ער האט דא ציטיען, ער האט געוויסט חסידים זענען קליג, און דא אזא שאק'ר, ערגער ווי א דראג עדיקט שחור וואס שרייט ליו מי עלאן, איי גענע קאל אבאמע, איי העוו הים אן ספיד דייל, איי העוו עי אבאמא פאן, דא יא פיw מי
דינסטאג יולי 15, 2014 11:16 pm#212022
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:לשיטתי איז דער אינגערמאן א גרויסער אויבערחכם, אן אפישעל הייסט פאלגט מען אפילו ער איז נישט גערעכט.. העכסענס קלאג די עם צוריק אן..

יא יא! אזוי האבן נאך מיליאנע מענטשען געטראכט אין אירופה...
זיי ווארטן נאך צוריק צו קלאגן...
דינסטאג יולי 15, 2014 11:26 pm#212024
נא שוין... לאמיך מיך פראמאוטן... אן אשכול איז געעפענט געווארן איבער די מעשה... אינגערמאן ארעסטירט אין וויליאמסבורג! וואס טוהט מען למעשה?
דינסטאג יולי 15, 2014 11:28 pm#212026
ביטע טאקע ממשיך זיין דעם שמועס אין ATUB @שעפטל ATUB 'ס אשכול. ATUB @קעלנער ATUB , אפשר שמעלץ עס צוזאם?
מיטוואך יולי 16, 2014 1:41 am#212053
יין שרף האט געשריבן:
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:לשיטתי איז דער אינגערמאן א גרויסער אויבערחכם, אן אפישעל הייסט פאלגט מען אפילו ער איז נישט גערעכט.. העכסענס קלאג די עם צוריק אן..

יא יא! אזוי האבן נאך מיליאנע מענטשען געטראכט אין אירופה...
זיי ווארטן נאך צוריק צו קלאגן...

כ'האף די ווארטסט נישט עך זאל דיר ענטפערען...
מיטוואך יולי 16, 2014 1:47 am#212055
...not at all, but I see you did... and got the point
דאנערשטאג יולי 17, 2014 8:18 am#212303
רוב פאליסלייט קומען פון די ארימערע שיכטן אין פאלק און דארפן זיך ערנערן פון א מאגערן געהאלט.

די עיקר סיבה פארוואס זיי קלויבן אויס די פאליציי אלץ פאך איז כבוד און power, נישט געלט (אפשר אויך בענעפיט׳ס, אבער דאס איז מייסטענס לאחר זמן), און פארדעם זענען זיי עלול אויפ׳ן ערגסטן ווען מ׳רירט זיי אן דאס קרוין (זיי זענען אויך די וואס לייגן כסדר שטרויכלונגען פאר חברה הצלה וכדומה, ווייל ס׳טשעפעט זייער פרעסטידזש, והדברים ידועים).

דאס גרעסטע טעות וואס א מענטש קען מאכן איז זיך קעגנצושטעלן אדער רייצן, מ׳באצאלט דערויף טייער, זיי זענען אומשטאנד אויף רציחה ממש און מ׳שפילט זיך מיט׳ן לעבן!

עובדה: פאר 15 יאר צוריק האבן פאליציי לייט מערדערליך דערשאסן אן אומבאוואפענטער אומסטאבילער איד אין בארא פארק, גדעון באש ע״ה, ער האט נעבאך נישט גענומען די פילן יענעם טאג און ווען ער האט נישט געפאלגט די באפעלן פון די פיר (!) פאליסלייט האבן זיי אים קאלטבלוטיג בארעגנט מיט אן ערך פון 10-20 קוילן (!) און דערמארדערט.

ער איז נישט געווען שטארק מסוכן און זיי וואלטן זיך געקענט מיט אים אן עצה געבן מיט אביסל געדולד (אליין אדער דורך אראפ ברענגן א מומחה דערפאר), אנשטאט, האבן זיי זיך צוגעכאפט צום געלעגנהייט צו קענען שיסן און מארדן אונטער׳ן שלייער פון געזעץ. מ׳האט דעמאלט געמאכט דערפון א איבערקערעניש אבער ווי געווענליך זענען זיי ריינגעוואשן געווארן און פארבליבן אין אמט.

ס׳איז כדאי צו געדענקן ווען מ׳רעדט מיט א פאליציאנט אז ״החיים והמות ביד הלשון״, פשוטו כמשמעו, וחכמים הוזהרו בדבריכם.
דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:57 pm#212472
מען דארף טאקע פאלגן א אפיצער אלס די געזעץ אבער מען מעג װיסען די אײגענע רעכטען װאס א יעדע
מענטש האט.
דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:48 pm#212479
Staten Island man dies after NYPD cop puts him in chokehold — SHOCKING VIDEO

Read more: m http://www.nydailynews.com/new-york/sta ... z37mwdxMCJ m