Under maintenance
הויפט זייט » שטעל זיך פאר חסידים וועל זינגן דזשאן לענאן!

שטעל זיך פאר חסידים וועל זינגן דזשאן לענאן!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5488
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:51 pm#169867
שטעל זיך פאר חסידים וועל זינגן דזשאן לענאן!
פארגעסט שמעלצער'ס "בארד/איד", גערטנער איז דער היראו!

עולם גולם איז פארנומען טישן אויף בענק מיט שמעלצער'ס בארד. אקעי, עס האט שוין טאקע עקספייערט אבער בשעתו איז עס געווען א סומאטאכע. אבער אין דער זעלבער צייט האט מיינס א פעיוואריט, שלמה גערטנער, ארויסגעגעבן א נייעם אלבום מיטן נאמען אימעדזשין.

אימעדזשין? ווי נאר כ'האב געזען דעם נאמען אויף די פלאקאטן איז מיר אויפגעקומען אין געדאנק דזשאן לענאן'ס בעסט-סעללינג סינגל מיטן זעלבן נאמען. נאכן איינקויפן דעם אלובם שטעלט זיך מיר ארויס אז עס איז נישט קיין צופאל. גערטנער'ס אימעדזשין איז א קלארע רעפערענץ צו לענאן'ס ניגון מיטן זעלבן נאמען. אט זענען לענאן'ס ליריקס:
"Imagine"

Imagine there's no heaven
It's easy if you try
No hell below us
Above us only sky
Imagine all the people
Living for today...

Imagine there's no countries
It isn't hard to do
Nothing to kill or die for
And no religion too
Imagine all the people
Living life in peace...

You may say I'm a dreamer
But I'm not the only one
I hope someday you'll join us
And the world will be as one

Imagine no possessions
I wonder if you can
No need for greed or hunger
A brotherhood of man
Imagine all the people
Sharing all the world...

You may say I'm a dreamer
But I'm not the only one
I hope someday you'll join us
And the world will live as one


און אט זענען גערטנער'ס ליריקס:

"Imagine"

Imagine all your brothers
All your friends
All the people around you
Happy and content...
Can you imagine...
Imagine... Imagine...

Imagine all the countries
All the nations
All the different populations
Finding peace at last
Can you imagine... Imagine...

Imagine all of us to one another/Imagine all the children and their parents
Seeing eye to eye
Getting along...
Healthy and strong

Imagine... Can you feel the magic...
When imagination turns into reality
All your hopes into certainty
Can you imagine... Can you feel the magic

Imagine all starvation, destitution and hopeless deprivation
Coming to an end
Can you imagine...

Imagine when all illness and disease and all infirmities
Will disappear at last
Can you imagine... Imagine...



וואס איז מיר נאך מער אינטערעסאנט איז דער פאקט אז דער ניגון פארמאגט נישט קיין איין רעליעגעזער אדער אידיש-קולטוראלער מאטיף (גאט, משיח, תורה א.ד.ג.) נאר איז ריין אוניווערסאל אין איר מעסעדזש. כ'מיין אז ס'איז א דבר נדיר אין דאס אידישער עולם הנגינה.

אז כ'רעד שוין פון גערטנער'ס אלבום, האט ער דארט נאך א ניגון מיט נאמען "Better Place", וועלכע טראגט אויך אן ענליכער אוניווערסאלער מעסעדזש, וו.צ.ב.ש. ער זינגט בת"ד:

Don't judge a man 'cause he sins differently than you,
Don't put him down 'cause he is a different type of Jew

צו אזעלכע זינגער זאגן מיר דאנט שאט אפ! זינגסט ווייטער און ווייטער ביז די פאזעטיווע מעסעדזשעס וועלן אריינגיין דעם עולם טיף אין די ביינער! כה לחי, שלמה גערטנער!
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:22 pm#169915
ס׳איז דא אן אנדערע אשכול וואס טוט אנאליזירן דעם צוקונפט פון חרדי׳שער אידנטום אין 50 יאר ארום. איך מיין אז אזעלכע לידער ווי דער אויבנדערמאנטער גערטנער ניגון וועלן מאכן דעם גרעסטן טויש (אזויווי לעננאן׳ס ניגונים האבן געטאן מיט׳ן אמעריקאנער קולטור). מען קען שוין יעצט זען וויפיל מענטשן (בעיקר יונגע) טוען זיך אידענטיפיצירן מיט אזעלכע סארט מעסעדזשעס ווי ׳בארד וואו איז דיין איד״ וכדו׳. די לידער טוען, אין א וועג, בארעכטיגן די טהאטן וואס די מענטשן טוען.
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:27 pm#169919
געלויבט גאט עס קומט א גוטע עתיד, עס וועט קומען א טאג וואס מען וועט זינגען בארד בארד! כי לא יטוש ה׳ את עמו, מען זעהט שוין די לייט ביי די ענד אוו די טאנעל.
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:27 pm#169921
מתתיהו האט א ניגון ONE DAY ONE DAY. ס'זעהט אויס ענליך צו דע ליריקס דא , דער זעלבער נקודה.
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:41 pm#169934
כתר מלכות האט געשריבן:געלויבט גאט עס קומט א גוטע עתיד, עס וועט קומען א טאג וואס מען וועט זינגען בארד בארד! כי לא יטוש ה׳ את עמו, מען זעהט שוין די לייט ביי די ענד אוו די טאנעל.

כ׳האב ליב דיין סארקאזם. די פאקט איז אבער, אז ווען מ׳קען זיך לאזן הערן די מיינונג ברבים מיינט עס אז דאס איז די ׳נארם׳. ווילאנג מ׳געבט זיך נאר אויס אויף ק״ש גייט גארנישט זיך טוישן.
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 8:23 pm#169984
יוסי גרין, דער שרייבער פון די ניגון און די ווערטער "אימעדזשין" האט געזען וואס ידידינו יידל האט געשריבן און ער האט אויך מגיב געווען דערויף. אין א שמועס האט ער מיך געזאגט, און איך קוואט, "אימעדזשין פון לענאן איז דע מאסט האריפיק סאנג עווער ריטען.

"דער גארנישט וועלכער ווייסט ניטאמאל ווי צו גיין הכנות, האט גענומען טאלאנטען וואס ג-ט האט אים געשאנקן - צוליב א גלגול אדער אנדערע סיבה - און עס געניצט אקעגן ג-ט. אין מיין אפעמיען איז דאס די סיבה פארוואס ער איז טראגיש געהארגעט געווארן. כן יאבדו כל אויבך ה'.

"די ניגון אימעדזשין פון לענען האט געשאפען מער עטיעטס ווי עני אנדערע זאך, און ער איז געקומען פון א קאטולישע משפחה, גייסטו זאגן אז מיין ניגון איז געווארן "אינספייערט" ביי אזא כופר?

"אויב עפעס איז מיין אימעדזשין א ניגון וועלכער ענטפערט דעם פארשאלטענעם כופר, און רעדט פון א וועלט ווי ס'נישט דא קיין פיין אדער שלעכטס, וואס אולטעמעטלי מיינט דאס ימות המשיח וואס מיר מאמינים גלייבן ביז די לעצטע אטעם.

דא איז גרין אריינגעגאנגען איבער די עצם פראדאקשון פון די ניגון און די מיינונג דערפון.
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 8:56 pm#169994
ATUB @יידל ATUB , ייש"כ. ס'גוט צו וויסן אז יידל איז נאך בתוכינו.

אין א זייטיגע תגובה, אויך פרעגן איך מעג, מה טיבו פון גערטנער אז ער איז פון דיין פעיווערטס?
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 10:51 pm#170019
אדער איז יוסי גרין אין דעמעדזש קאנטראל, אדער כאפט ער אליינס נישט די מקור פון זיין imagination.
איראניש אז זיין געפערליכע גערעגטשאפט אויף 'פארשאלטענעם כופר' לענאן, פאר דעם אז ער איז געווען אן אטיעסט, און אז ער האט געגלייבט אז די וועלט איז געשעהן דורך מקרים, איז דוקא די סיבה פארוואס איך נעם נישט ר' יוסל'ס ווערטער.
טאקע ווייל מיר אקצעפירן נישט אז עס געשעהן פרייליכע מקרים נאכאנאנד, און דערפאר האלטן מיר אז יש מנהיג לבירה, איז טאקע דערפאר קענען מיר נישט האלטן אז די אלע עהנליכקייטן וואס יודל האט אנגעצייכענט, זענען פרייליכע מקרים. (Happy accidents)
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 10:53 pm#170020
שיין צו וויסען אז יוסי גרין איז מיר געווארען א מבין אויף וואס טוהט זיך אין הימל און ווייסט פונקט פארוואס לענאן איז געשטארבען. איך בין נאר חושש אז פונקט ווי וואס טוהט זיך אויף די וועלט ווייסט ער נישט, אויב מיינט ער אז דער ניגון איז דאס וואס האט געמאכט אטעאיסטען מער ווי א צווייטער זאך, ווייסט ער נישט וואס טוהט זיך אין הימל אויך נישט. מסתמא פארשטייט ער אויך ווער איז א גלגול פון וועמען און פארוואס. אדער אפשר ארבעט נישט מיינע סארקיזים דעטעקטער.

דזשאן לענאן'ס אימעדזשין איז נישט אטעאיסטיש. עס רעדט נישט קעגן גאט נאר אנטקעגן ארגאנאזירטע רעליגיע און די קרומקייטן און עוולות וואס קומען מיט דעם. ער בענקט אויף א ריינער וועלט ווי מענטשען קענען לעבען מיט ליבשאפט איינער צום צווייטען, אן די פילע פרעדזשוסעס און אן די פאלשע מחיצות וואס רעליגיע, פאליטיק, מדינות, און געלט, מאכען צווישען מענטשען. די וועלט ווי מענטשען ווארפען אוועק די פאלשע אומאוטענטישע רעיונות און1זאכען וואס צוטיילען זיי צו פעלקער, קלאסען, ראסע, און רעליגיעס. און לעבן אלע אינאיינעם.

דאס איז טאקע דער חלום הגאולה וואס יעדער איינער בענקט אויף דעם. אבער כדי אז אזא גאולה זאל צושטאנד קומען מוז מען זיין גרייט מוותר צו זיין אויף די אלע זאכען וואס האלטען אויף די סאסייעטי און עסטעבלישמענט וואס לעבן אויף די הנחות. דער חלום פון גאולה איז מעצם מהותו, פונקט ווי עס איז ראמאנטיש און שיין, רעוואלאציאניש און מוז אויפרעגן די אוועקגעשטעלטע. די מאמינים מוזען אויף דעם שרייען כופר און די קאפיטאליסטען מוזען שרייען קאמאניסטישע גנב. אז איינער איז א נביא, א משורר, וואס רעדט פון דער חלום פון גאולה און א ריינער מתוקנתדיגע וועלט און ער רעגט נישט אויף קיינער פון די וואס קאראפטירען די וועלט, איז ער א נביא שקר. און דאס איז די חילוק צווישען גערטנער און לענאן. ודו''ק.
דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:28 am#170042
לעיקוואד האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, נאט אייך נאך אפאר ניגוני שמחה התעוררות דביקות ותקווה שליקטיתי מבין העמים. ידועים ושאינם ידועים. חדשים גם ישנים.

. Imagine פון דזשאן לענאן מחברי ה'ביטל'ס הידועים. דער ניגון דריקט ארויס אז מז'אל זיך פארשטעלן א וועלט ווי אלע לעבן מיט שלום ושלווה אן קיין קנאה שנאה תחרות וואס קומט פון אלע מיני נארישע שיטות אידיאלגיעס און גרופעס. דער ניגון האט אויסגערופען אביסעל קאנטרעווארסיע צוליב די דיבורים דארט קעגן רעליגיע, עס מיינט אבער נישט אז עס איז א ניגון וואס פרעדיגט קעגן רעליגיע נאר ער האפט אויף א צייט פון שלום ואחדות ווי רדי אלע כלומ'רשטע רעליגיעס וועלן נישט שפילען קיין ראלע אין צוטיילען מענטשען און זיי שטעלן איינער אנטקעגן די צוייטער אגאנצע צייט.

דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:10 pm#170141
סתירא לעיקוואד על לעיקוואד.
דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:40 pm#170151
וואו זעסטו א סתירה?
דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 1:06 pm#170162
געפילטע פיש האט געשריבן:וואו זעסטו א סתירה?

גערעכט, כ'האב איבער געקוקט ער שרייבט גארט אויך אז ס'איז נישט קעגן רעליגיע, סארי.
דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 5:10 pm#170292
פרובירט צו לייענען די צוויי "אימעדזשין" לידער איינס נאכ'ן צווייטן. עס קוקט אויס ווי איין לאנגער ניגון.
זונטאג אוגוסט 17, 2014 10:47 am#217088
פארפאסער פונעם ניגון זאגט פארן לאנדענע מעיאר אז זיין ניגון איז נישט פון דזשאן לענאן...

ATUB @יידל ATUB
זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:56 am#217099
לענאן׳ס ניגון איז טאקע זײער שײן אבער ער אלײן איז געװען עכ׳פ אין זײנע אינגע יארן א wife beater.
זעהט אויס אז ער אלײן האט נישט אזוי געגלײבט אין דעם. איז טאקע דער פאקוס נאר אויף די ניגון און
דעם מעסעדזש פון פיעס ענד לאװ נישט אויף דעם גרויסע צדיק׳ס מידות.