Under maintenance
הויפט זייט » "דער גוי" – משנת רבי אביגדור

"דער גוי" – משנת רבי אביגדור

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5559
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:46 pm#172059
"דער גוי" – משנת רבי אביגדור
מיר ווייסן דאך די גרויסקייט פון אידישע קינדער, די פאלק וואס דער רבונו של עולם האט אויסגעקליבן צווישן אלע פעלקער און האט געזאגט "והייתם לי סגולה מכל העמים". מיר זענען די אויסדערוועלטער פאלק, און פאר אונז האט דער אייבערשטער באשאפן די גרויסע וועלט. מיר ווייסן אז אלעס וואס טוט זיך אפ אויף די וועלט איז נאר בשביל ישראל, און אלע פעלקער זענען נאר באשאפן געווארן צו זיין דא אויף צו באדינען די אידן מיט זייערע צרכים (אמאל דארפן זיי העלפן די אידן, און אמאל איז זייער שליחות אונז דווקא צו לייגן אין גלות, ודו"ק).

עס איז באקאנט וואס דער כוזרי שרייבט, אז עס זענען פארהאן פיר מדריגות פון חומר אויף די וועלט, דומם, צומח, חי, מדבר. אבער עס איז דא נאך א פינפטער מדריגה, דאס איז "ישראל" – א איד! א איד איז נישט קיין פשוט'ער "מדבר", מיר זענען נישט קיין "מענטשן", "היומען ביאינגס", מיר זענען בנים למקום! דאס איז אינגאנצן א אנדערע מהות ווי א מענטש. מיר האבן א מצוה מחלל צו זיין אפילו יום כיפור שחל להיות בשבת פאר א ספק פיקוח נפש פון אפילו א פראסטער איד, אבער מיר טארן נישט צוברעכן איין דין פון יום טוב צו ראטעווען אפילו טויזענט פון די בעסטע גוים פון א זיכערן טויט!! איין פשוט'ער איד איז חשוב'ער ווי טויזענטער פון די גרעסטע גויאישע חכמים ונבונים. (דאס ברענגט נאר ארויס די נקודה ווי אזוי די תוה"ק זעהט דער חילוק צווישן אידן און גוים, אבער פארשטייט זיך אז למעשה איז דאס נישט אזוי פשוט, און ס'איז דא גענוג סיבות צו ראטעווען גוים)

אידן זענען "גוט", אמת'דיג גוט. א גוי איז נאר גוט ווי ס'לוינט זיך אים, און מיט זיינע אייגענע חשבונות. אלעס וואס די גוים טוען, מיינען זיי נישט פאר קיין גוטסקייט!

דער טייערער ספר יד אביגדור פון הגה"צ ר' יעקב דרדק זצ"ל, א תלמיד פון רבי אביגדור מיללער זצוק"ל, ברענגט ווי רבי אביגדור האט מסביר געווען פארוואס מ'האט געדארפט שטימען פאר ריטשארד ניקסאן פאר פרעזידענט. רבי אביגדור איז מסביר אז ניקסאן איז נישט געווען א "גוטער" מענטש פאר אידן, נאר ער וואלט געווען "בעסער" ווי אנדערע קאנדידאטן. מ'קען נישט ערווארטן אז א גוי זאל באמת זיין "גוט", ווי ר' אביגדור שרייבט "אבל אחרי הכל צריך לזכור שניקסון הוא גוי, וגוי נשאר אותו דבר."

און דערפאר איז א ערליכער איד נישט אין גוטן מיט א גוי. יא, מיר דארפן זיין העפליך פאר יעדן מענטש (ווי די גמ' (ברכות) זאגט אויף ריב"ז "שלא הקדימו אדם שלום מעולם ואפילו נכרי בשוק"), אבער מיר דארפן אייביג געדענקען אז דער גוי איז א מיאוס'ע זאך, מיר האבן אים נישט ליב, און מיר האבן נישט קיין שום געפילן פאר אים. מיר פרייען זיך נישט מיט זיין שמחה און מיר האבן נישט קיין צער ווען ער האט צער. מיר זענען אפגעטיילט פון דעם גוי, און מיר האבן נאר ליב אונזער אייגענע משפחה – גאנץ כלל ישראל.

אמאל קען איינער מאכן א טעות, און וויבאלד מיר ווייסן אז מיר זענען מחיוב צו האבן הכרת הטוב, און דאס איז פון די וויכטיגסטע אידישע מידות, קען מען מיינען אז מ'דארף מכיר טובה זיין גוים וואס טוען אונז אמאל חסד. דאס איז א טעות! מיר לעבן אין אמעריקע און אמעריקע העלפט אונז, נישט ווייל זיי מיינען אונזער טובה, נאר ווייל דער רבוש"ע האט אזוי געפירט אונז צו העלפן "דורך" די גוים. מיר דארפן מכיר טובה זיין נאר פאר השי"ת! מיר דארפן געדענקען די אלע רשעות וואס גוים האבן אונז געטוהן, און וואס אפילו אמעריקע האט געטוהן קעגן אונז ביים ביטערן חורבן, און מיר טארן זיך חלילה נישט טועה זיין אז ווען עס זעהט אויס אז זיי זענען יא גוט צו אונז, קומט דאס מחמת זיי זענען גוטע מענטשן ח"ו.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:50 pm#172062
זאל מיר איינער זאגן אין מיין פנים אריין אז ראול וואלענבערג איז נישט געווען א גוטער נאר האט זיך געמיינט. דאס איז נישט פשוט
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:54 pm#172063
ויש טועין בזה
כבר טעו בו הרבה און דיין נושא, אויף עטליכע פלעצער ובפרט אזעלכע וואס רופען זיך אלס ממשיכים פון הגה''צ רבי אביגדור זצ''ל

כמב' בקובץ הפעמון וואס איינע פון אירע שרייבער האבען זיך דארט גאר מיאוס טועה געווען אינעם ענין און געברענגט ראיות רח''ל, קעגן א גרויסער ת''ח וזקן שקנה חכמה
אז מיר ברויכען גאר האבען אהבה צו א גוי און חלילה נישט איבערגעבן לבנינו א מיאוס און עקל צו א גוי, משום יושר און דזשאסטיש
דער שם הכותב טאר מען נישט דערמאנען דא ווייל מען האט שוין צופיל מאל דא אטאקירט דו וואס האבען געשריבען קעגן אים צוליב זיין פיגרירען אלס אן איש החסד ועושה צדקה במסי''נ,
וועלמיר זיך האלטען צו דעם בלי הזכרת נשמות
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:54 pm#172064
שיטה, זייער שיין און באלערנד. יישר כח.
איך מיין שוין צייט דו זאלסט מאכן א בירור השיטות פון דעם איינעם שיטה (מקובצת), דיינע מיינונגען זענען אזוי אנדערש איינס פונעם אנדערן, ממש א שראק!!
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 6:55 pm#172099
ס'דא גוטע, שלעכטע, גראבע, דארע, הויכע, קלוגע, נערישע, זיסע, ביטערע, אידן/גוים
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 6:59 pm#172104
דער איד- משנת ר' יוסף
מיר ווייסן דאך די גרויסקייט פון דער דייטשער פאלק, פון דער ארישער ראסע. די פאלק וואס האט פארויסגעשריטען ציוויליאזציע פאר טיזנטער יארן. מיר זענען די אויסדערוועלטער פאלק, און פאר אונז האט דער אייבערשטער באשאפן די גרויסע וועלט. מיר ווייסן אז אלעס וואס טוט זיך אפ אויף די וועלט איז נאר בשביל דייטשלאנד, און אלע פעלקער זענען נאר באשאפן געווארן צו זיין דא אויף צו באדינען די אידן מיט זייערע צרכים (אמאל דארפן זיי העלפן די דייטשן, און אמאל איז זייער שליחות אונז דווקא צו שטערן און מאכען מלחמות מיט אונז)

עס איז באקאנט וואס דער גרויסער חכם פרידריך ניטשה שרייבט, אז עס זענען פארהאן פיר מדריגות פון חומר אויף די וועלט, דומם, צומח, חי, מדבר. דהיינו א מענטש. אבער עס איז דא נאך א פינפטער מדריגה, דאס איז דער "אויבער-מענטש". נישט סתם קיין "מענטשן", "היומען ביאינגס", מיר זענען אויבער-מענטשען ! דאס איז אינגאנצן א אנדערע מהות ווי א מענטש. מיר האבן א געזעץ צו זיין אפילו אין דער הייליגסטער טאג אין דער שווערסטער צייט צו העלפען דער פשוטסטער דייטש , דערגעגן א איד אדער א צווייטער איז א איסור צו העלעפן אפילו ווען עס קומט פאר עם א זיכערן טויט!! איין פשוט'ער דייטש איז חשוב'ער ווי טויזענטער פון די גרעסטע חכמים ונבונים פון אנדערע פעלקער. און קל וחומר פון א איד, וואס זענען ממש ווי בהמות און נאך ערגער. (דאס ברענגט נאר ארויס די נקודה ווי אזוי די הויכגעשטעצטער נירענבערג געזעץ זעהט דער חילוק צווישן אונז און אנדערע פעלקער , אבער פארשטייט זיך אז למעשה איז דאס נישט אזוי פשוט, און ס'איז דא גענוג סיבות צו ראטעווען אנדערע פעלקער אמאל)

דייטשען זענען "גוט", אמת'דיג גוט. א צווייטער איז נאר גוט ווי ס'לוינט זיך אים, און מיט זיינע אייגענע חשבונות. אלעס וואס די אידען און אנדערע פעלקער טוען, מיינען זיי נישט פאר קיין גוטסקייט!

דער טייערער ספר די יסודות פון דער נייצנענטער יאר הונדרעט, פון הגה"צ ר' יוסטון טשעמבערליין זצ"ל, מסביר געווען פארוואס מ'האט געדארפט שטימען פאר געוויסע נישט אריאשע קאנדידאטען אמאל. רבי יוסטון איז מסביר אז א איד צו א צוויטער ראסע איז קיינמאל נישט א "גוטער" מענטש פאר אידן, נאר ער וואלט געווען "בעסער" ווי אנדערע קאנדידאטן. מ'קען נישט ערווארטן אז א איד זאל באמת זיין "גוט", ווי ר' אדולף שרייבט "אבל אחרי הכל צריך לזכור שהוא יהודי, ויהודי נשאר אותו דבר."

און דערפאר איז א ערליכער דייטש נישט אין גוטן מיט א איד. יא, מיר דארפן זיין העפליך פאר יעדן מענטש (ווי מער זעהן אונזער פיהרער פירט זיך אין זיינע פרעזענליכע באציאונגען), אבער מיר דארפן אייביג געדענקען אז דער איד איז א מיאוס'ע זאך, מיר האבן אים נישט ליב, און מיר האבן נישט קיין שום געפילן פאר אים. מיר פרייען זיך נישט מיט זיין שמחה און מיר האבן נישט קיין צער ווען ער האט צער. מיר זענען אפגעטיילט פון דעם איד, און מיר האבן נאר ליב אונזער אייגענע משפחה – די גאנצע דייטשע פאלק.

אמאל קען איינער מאכן א טעות, און וויבאלד מיר ווייסן אז מיר זענען מחיוב צו האבן הכרת הטוב, און דאס איז פון די וויכטיגסטע דייטשע מידות, קען מען מיינען אז מ'דארף מכיר טובה זיין אידען וואס טוען אונז אמאל חסד. דאס איז א טעות! מיר לעבן אין אייראפע און אידען העלפען אונז אמאל, נישט ווייל זיי מיינען אונזער טובה, נאר ווייל דער רבוש"ע האט אזוי געפירט אונז צו העלפן "דורך" די אידען. מיר דארפן מכיר טובה זיין נאר פאר השי"ת! מיר דארפן געדענקען די אלע רשעות וואס אידען האבן אונז געטוהן, און מיר טארן זיך חלילה נישט טועה זיין אז ווען עס זעהט אויס אז זיי זענען יא גוט צו אונז, קומט דאס מחמת זיי זענען גוטע מענטשן ח"ו
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:02 pm#172105
שוין ווידער דארף מען א דיסלייק קנעפל.

קומט עפעס א שייגצל און לייקנט דעם פסוק אין תורה "והייתם לי סגולה מכל העמים".
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:05 pm#172106
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:שוין ווידער דארף מען א דיסלייק קנעפל.

קומט עפעס א שייגצל און לייקנט דעם פסוק אין תורה "והייתם לי סגולה מכל העמים".


ס'מיר נישט גענוג סתם א לייק, נאדיר :like :like :like

קומט איינער און שרייבט זיך אפ אן ארטיקל פול מיט שנאה און האס קעגן מענטשהייט, פונקט ווי די נאציס בשעתם, און איז ממש סותר דער פסוק אין דער תורה והייתם לי סגולה מכל העמים, וואס דאס הייסט אז א איד איז חביב און טייער, נישט ער פירט זיך ערגער ווי א חיה אין וואלד און איז אזוי מזלזל אין אנדערע מענטשען.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:06 pm#172107
איך קען נישט אויספיגערן פארוואס א יוד זעלבסט זאל נישט וועלן די מציאות אז ער איז א אויסדערוועלטער.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:08 pm#172111
כתר מלכות האט געשריבן:איך קען נישט אויספיגערן פארוואס א יוד זעלבסט זאל נישט וועלן די מציאות אז ער איז א אויסדערוועלטער.


איך פארשטיי אויך נישט פארוואס א דייטש זאל זיך שעמען מיט זיין העריטידזש און פראבירען זיך מתנגד זיין צו דער מהלך פון הרגנ'ען די אלע אומריינע ראסע .
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:10 pm#172112
און טאקע דאס ברענגט ארויס די חשיבות פון עם ישראל.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:12 pm#172113
נאך א זאך וואס איך פארשטיי נישט, איז פארוואס פונקט געוויסע ניקס, דווקא פון די וואס פארופען זיך די פרומע ניקס, קענען נישט מצליח זיין צו פארשטיין א טענה וואס איינער שרייבט, און ענטפערן נישט אויף וואס מען האט געזאגט.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:13 pm#172114
א קרום קאפ איז שווער צו ענפערן. אונזער תורה האט נישט געהייסן אויסהארגענען קיינעם בלויז צוליב זייער נישט זיין א חלק פון עם ישראל. יעצט ווי קומט דא דע דייטשן הריגות אריין ?
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:16 pm#172115
נאך א זאך פארשטיי איך נישט, ווען מען ברענגט ארויס א פוינט מיט א משל, אדער מיט א מליצה, כאפען זיך געוויסע אלעמאל אן צו דער משל, צו די ווערטער וואס מען האט געשריבען אויב איז עס פונקט אזוי און אויב איז עס גענוג בכבוד'יג, און דאס ענפערט מען, און בכלל נישט צו די תוכן הדברים. ווי כאילו זיי וואלטען געווען קאמפיאטער פראגראמען וואס קענען נישט ליינען און פארשטיין גאנצע זאצן זיי כאפן נאר געוויסע ווערטער וואס איז ביי זיי אנגעשטעלט אז ביי דעם דארף מען מוחה זיין.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:20 pm#172119
קודם ישר כח פאר די קאמפלימענט אז איך בין א פרומער (ניק), כאטש איך בין נישט ראוי לאותו איצטלה, דאך פיל איך גוט אז איך באקום עס.
אבער בעצם האב איך יא גענטפערט, קען זיין נישט גענוג קלאר, דעריבער וועל איך מיר מער מסביר׳ן.
דו האסט געזאגט אז דו פארשטייט נישט דעם דיידטש וואס איז נישט מוכן צו אויסהרג׳נן מענטשן פון א אנדערע ראסע, דערויף האב איך געזאגט אז דאס וואס ס׳איז דיר אימפארשטענדליך פאר וואס א דייטש זאל נישט הרג׳נן, ברענגט ארויס די מעלת עם ישראלי, ווארום אויף זיי איז נישט אומפארשטענדליך פארוואס זיי רצח׳נן נישט.
איך האף אז יעצט פארשטייסטו שוין וואס איך האב געמיינט.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:25 pm#172122
יעצט לייגט צו קאפ, און איך וועל דיר מסביר זיין פון אלף בית. אקעי? דו ביסט געקומען מיט א מין קשיא, אז דו פארשטייסט נישט פארוואס א איד וואס בסך הכל איז ער דער וואס פארדינט פון דער איינרעדעניש וואס איז אפשר געבויט אויף א שטיקל דיוק אין כוזרי אז א איד איז אלעמאל בעסער פון א גוי און א גוי טוהט קיינמאלנישט עפעס גוט, פארוואס זאל ער אליינס דאס נישט אננעמען?

אויף דעם האב איך דיר גענטפערט מיט א משל פון דער דייטש. פונקט ווי דו פארשטייסט אז הגם ער איז דער וואס פארדינט פון דעם אויסהרגנען אידען אז דייטשלאנד ווערט שטערקער, דאך פארשטייסטו אז א אויפריכטיגע דייטשער מענטש דארף זיך מתנגד זיין צו אזא פאליסי, און בכלל צו דער געדאנק אז דייטשען זענען א העכערע ראסע ווי אנדערע, הגם ער איז דער וואס פארדינט דערפון. ווייל דער ריכטיגקייט איז נישט תלוי אין ווער עס פארדינט נאר וואס איז אמת און ריכטיג. די זעלבע איז דיין טענה צו'ם איד בכלל נישט פארשטענדליך.

די שאלה אויב אידען זענען אזעלכע רוצחים ווי אנדערע פעלקער אדער ווייניגער קומט בכלל נישט דא אריין און האט נישט קיין שייכות מיט אונזער שמועס.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:30 pm#172123
אקעי, ערשטנס א איד׳ס העכערקייט איז א בפירושע פסוק און די תורה, יעצט דיין צושטעל צום דייטש קומט אינגנצן נישט אריין דא, זינט זיין ריינע ראסע איז א בלויזע דמיון, אבער היות דו האסט עס יא צוגעברענגט, האב איך דערויף געזאגט אז הא גופא איז א ראי׳ למעלת עם ישראל.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 pm#172125
נישט דאס איז אבער געווען דיין טענה. איר האט געפרעגט אז איר פארשטייט נישט פארוואס א איד זאל נישט וועלן דער אויסדעוועלטקייט. האב איך אייך מסביר געווען אז דאס איז נישט קיין טענה.

בדרך אגב, עס איז ווייט נישט קיין בפירוש'ע פסוק אין די תורה. עס איז דיין פשט אין א געוויסער ראשון וואס זאגט א געוויסער פשט אין א געוויסער סוגיא. און אוודאי אז די קיצוניש'ע הגזמות פון ר אביגדור מילער וואס מען האט דא געברענגט זענען נישט נאר נישט קיין בפירושער פסוק נאר זענען אפילו קעגן פילע פסוקים מאמרי חז"ל ראשונים און אחרונים.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:44 pm#172131
די תורה זאגט והייתם לי סגולה מכל העמים, יודיש טייטש: איר וועט זיין פאר מיר אויסדערוועלט מער ווי אלע פעלקער. יעצט איז אזוי, א יוד וואס איז פראוד מיט זיין יודישקייט, גלייכט זייער דעם פסוק, דאס איז העכסט נארמאל. כל שכן ווען עס קומט נאך א ראשון און צולייגט דעם פסוק מיט ספייסעס איז ער זיכער זייער סעריספייד דערמיט. דעריבער ווען עס קומט איינער און קווענקלט אויף דעם גאנצן ענין, וועקט דאס אויף א תמיה, המלאי א יוד זעלבסט זאל נישט וועלן זיין דער אויסדערוועלטער.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:51 pm#172135
איך וועל דיר נאר העלפען טראכטען, איך זעה עס איז דיר שווער אליינס.

אפשר ווייל דער איד איז נישט איינער וואס כאפט זיך סתם אויף אויף יעדער געדאנק וואס מאכט עם פילען גוט פאר ער דערגייט צו דאס איז אמת?

אפשר ווייל דער טייטש פון דער פסוק איז לאו דווקא ווי דו טייטשסט עס?

אפשר ווייל ער טראכט אז אזוי מזלזל צו זיין אין בריותיו של הקב"ה על סמך עפעס ספייסעס הערט זיך עם עפעס נישט אויסגעהאלטען מאראליש?

אפשר ווייל ער האט אזא מנהג נישט צו סתם מאכען סטעיטמענטס וואס האבען מיט די מציאות גארנישט, און ער זעהט נישט אז די גוים זאלען אלע זיין אזוי שלעכט/די אידען זאלן אלע זיין אזוי גוט?
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:56 pm#172137
קען זיין, אולי, עס זענען דא כל ערליי מענטשן אויף די וועלט, איז מסתמא דא אזעלכע אויכעט.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 8:03 pm#172138
ערשטנס וויל איך בעטן אפילו די וואס זענען אזוי זיכער אז א גוי איז שלעכט, אז מען זאל אכטונג געבן וואס משרייבט אין אן אפענעם פורם, עס האט שוין אמאל פאסירט אין אייוועלט ווי איינער האט זיך מיאוס באמאכט, און אפווישן איז שוין שווער.

לענינו האב איך אמאל געהערט פון א בעל תשובה, וואס האט אליינס אנגעפרעגט הגאון ר' משה פיינשטיין זצ''ל, אוו ר' משה האט אים אנגעוויזן די משנה אין אבות, חביבין בני אדם שנבראו בצלם אלקים, און נאכדעם שטייט חביבין ישראל וכו', איז א ראיה אז די ערשטע חביבין גייט ארויף אפילו אויף גויים.

ר' אביגדור מיללער כבודו במקומו מונח, איז געווען א מוראדיגער עקסטרעמיסטישער מענטש, וואס האט צווישן אנדערן געגלייבט אין קאנספיראציע טעאריעס, און פאראויסגעזאגט דו אינטערגאנג פון אמעריקע און אז די קאמיניסטן וועלן אלעס איבערנעמען, בחייו האט ער נישט געהאט מער ווי א מנין יידן, וואס זענען געווען אינטרעסירט וואס ער האט געהאט צו זאגן.

לאחר מותו האבן אפאר אויפגעקלערטע סאטמערע געכאפט דעם פארטל אז דארט ליגט דער הונט באגראבן, און זיי האבן מצליח געווען עפעס צו מאכן פון אים. כהיום איז די גרעסטע יארצייט סעודה לנשמתו אין וויליאמסבורג. זשאסט טו קיפ די רעקארד סטרעיט, פון וועם מרעדט.


למעשה איז ער דאך נישט דער איינציגסטער יידישער ראסיסט, איז אפשר קומט זיך אים נישט אזויפיל.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 8:11 pm#172139
אז מ'רעדט פון "דער גוי" איז אינטערעסאנט אז זיי האבן לעצטענס שוין אן אייגענעם צייטונג. חבלי משיח ליידער ! :lol:

unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (22.09 KiB) געזען געווארן 1926 מאל
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 8:25 pm#172145
איך ווייס נישט ווי מ'האט נישט מורא אפצושרייבן אזא ראסיסטישע ארטיקל קעגן די אומות העולם. אין אידישקייט, אנדערש ווי אין איסלאם און נוצרות, באקומען נישט אלע נישט-אידן קיין גיהנום, און נישט-אידן זענען פונקט אזעלכע בשר ודם'ס וואס מ'דארף ראטעווען, ליב האבן און סתם אזוי שוינען- ורחמיו כל כל מעשיו.
והייתם לי סגולה מיינט אז אידן האבן א ספעציעלע נאנטקייט מיט גאט וואס נישט-אידן האבן נישט, אבער מאכן אלע אידן פאר די עליטע, און אלע נישט-אידן פאר צווייטע קלאס- איז ראסיזם, פאשיסם און נאציזם.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 8:54 pm#172156
האבן א נאנטע שייכות צו הקב״ה מאכט אונז פאר די עליטע.
איך זעה נישט וואס דאס דארף צו זיין א סתירה מיט ורחמיו על כל מעשיו, פונקט ווי אנקוקען דעם חי נידריגער פונעם מדבר מיינט נישט אז מהאט נישט רחמנות אויף אים/איר.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:47 pm#172167
שיטה מקובצת האט געשריבן:די סכנה פון די אינטערנעט פאר דיין "כלל ישראל", אנעים, איז נאך מער! יעצט זעען מיר וואס געשעהט אז מ'געט פאר אזא ראדיקאל און יושב חושך ווי דיר א קיבארד, א סושי פיש סטאר מיט אביסעל אינטערנעט, און ער שטינקט אהן דעם גאנצן אידישקייט. אט האט אנעים זמירות די וואך געשריבן אינעם אייוועלט ווי זיין שטייגער, און האט באוויזען צו שרייבן אויסגעטראכטע רשעות'דיגע הלכות קעגן גוים, און ליידער איז עס געווארן באקאנט פאר די וועלט.

---
כ'האלט נאך אינדערמיט, אבער יעצט זעה איך אז אינצווישן רעדט מען שוין דערפון דא:
viewtopic.php?f=4&t=4641
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:50 pm#172169
סקומט דיר קרעדיט שיטה פארן אזוי אפען ארויסברענגען אונזער ראסיזעם, וואס זייער אסאך פראבירען צי פארוואסרען מיט כל מיני תריצים.
מדראף אנמערקען אונזער העכערקייט כלפי די גוי, איז אזוי ווי דער צומח איבערן דומם. דער צומח האט גארנישט געטאן מער ווי דער דומם. ער איז אזוי באשאפן געווארן און ער אזוי.
מיר אייניקליך פון אברהם יצחק יועקב האבן נישט מיט וואס גרויס האלטן מער פונעם גוי אז אונדזער זיידעס זענען נבחר געווארן.

יאיר דיין חתימה איז א ענטפער צי שיטה. סלאזט נישט פיינט האבן די גוי, און דע זעלבע צייט געט אויבערהאנט פארן איד.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 10:03 pm#172171
כתר מלכות האט געשריבן:איך קען נישט אויספיגערן פארוואס א יוד זעלבסט זאל נישט וועלן די מציאות אז ער איז א אויסדערוועלטער.

עס קוקט נישט אויס ווי די רעדסט פון ''א יוד זעלבסט''
פילע מאל ווערט רח''ל ביינאכט נתחלף די נשמת ישראל נעבעך
בפרט אויף די לעיקוואדע איז דאך דא דער מאמר החכם אז מען וועט אים אויפרייסען דאס הערצעלע ווואס מען וועט דארט געפינען.... שוין,,,
מען וועט שוין באלד שרייען אז ס'איז ראסיזעם קעגן די אומות.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 10:07 pm#172173
העולם של עם הנבון נעשה מצער ומצומצם,

ריק וחלל ומלא טיט ורפש,

לרכוש ההכנה להבין ולהרגיש עם סגולה מה זו עושה.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 10:40 pm#172191
@יאיר, כהאב היינט ערגעץ געשריבען דא אז שוין צייט שיטה זאל מאכן א בירור השיטות, זינט זיינע מיינונגען זענען מתנגדים זה לזה.
@נולד, דאכט זיך מיר אז א יוד וואס איז מקיים תורה ומצוות איז חשובער פון די חשובסטע גוי, וואס קלערסטו?
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 10:46 pm#172192
אויף די חלק תורה וואס ער פלאגט זיך און ארבעט אויף זיך, יא. דאס זעלבע אויב א גוי ארבעט אויף זיך קומט עם פונקט אזוי קרעדיט כיודע מדריגת אריסטו קרוב לנבואה. אבער די חלק עם הנבחר, יא ער איז חשובער פונעם גוי. אזוי ווי די צומח איז חשבער פונעם דומם, סקומט עם נישט קרעדיט. אזוי וויי איינער ווערט געבוירן אנא תואת זונדיגט ער קיינמאל נישט קומט עם אבער נישט קיין קרעדיט.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 10:47 pm#172194
אפטעמיסט האט געשריבן:העולם של עם הנבון נעשה מצער ומצומצם,

ריק וחלל ומלא טיט ורפש,

לרכוש ההכנה להבין ולהרגיש עם סגולה מה זו עושה.

דער חכם ובר דעת הגרי''י דומב ז''ל איז געווען א רעכטער חכם ונבון וואס האט פארטייטשט און פארשטאנען דעם והייתם לי סגולה
איר קענט פרובירען אים נאכמאכען אבער זיין טעם איז עפעס מתוק
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 10:49 pm#172196
נאר,,פרייליך האט געשריבן:כבר טעו בו הרבה און דיין נושא, אויף עטליכע פלעצער ובפרט אזעלכע וואס רופען זיך אלס ממשיכים פון הגה''צ רבי אביגדור זצ''ל

כמב' בקובץ הפעמון וואס איינע פון אירע שרייבער האבען זיך דארט גאר מיאוס טועה געווען אינעם ענין און געברענגט ראיות רח''ל, קעגן א גרויסער ת''ח וזקן שקנה חכמה
אז מיר ברויכען גאר האבען אהבה צו א גוי און חלילה נישט איבערגעבן לבנינו א מיאוס און עקל צו א גוי, משום יושר און דזשאסטיש
דער שם הכותב טאר מען נישט דערמאנען דא ווייל מען האט שוין צופיל מאל דא אטאקירט דו וואס האבען געשריבען קעגן אים צוליב זיין פיגרירען אלס אן איש החסד ועושה צדקה במסי''נ,
וועלמיר זיך האלטען צו דעם בלי הזכרת נשמות


אינזערע קאלעגס אין איי וועלט האבן זיך שוין ארומגעטענהט איבערן ארטיקל, זעהט אויס אז בשעתו פאר די מסירות נפש זענען געווען וואס האבין זיך גיוואגט אים צו קריטיקירען
m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=100 m
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 10:50 pm#172199
יאיר האט געשריבן:
שיטה מקובצת האט געשריבן:די סכנה פון די אינטערנעט פאר דיין "כלל ישראל", אנעים, איז נאך מער! יעצט זעען מיר וואס געשעהט אז מ'געט פאר אזא ראדיקאל און יושב חושך ווי דיר א קיבארד, א סושי פיש סטאר מיט אביסעל אינטערנעט, און ער שטינקט אהן דעם גאנצן אידישקייט. אט האט אנעים זמירות די וואך געשריבן אינעם אייוועלט ווי זיין שטייגער, און האט באוויזען צו שרייבן אויסגעטראכטע רשעות'דיגע הלכות קעגן גוים, און ליידער איז עס געווארן באקאנט פאר די וועלט.

---
כ'האלט נאך אינדערמיט, אבער יעצט זעה איך אז אינצווישן רעדט מען שוין דערפון דא:
viewtopic.php?f=4&t=4641


שיטה מקובצת האט געשריבן: (דאס ברענגט נאר ארויס די נקודה ווי אזוי די תוה"ק זעהט דער חילוק צווישן אידן און גוים, אבער פארשטייט זיך אז למעשה איז דאס נישט אזוי פשוט, און ס'איז דא גענוג סיבות צו ראטעווען גוים)
מיטוואך יאנואר 01, 2014 5:34 pm#172398
לעיקוואוד אפי' פאר א דזשאוק איז דיין פארגלייך צו די דייטשען נישט צו דער זאך. יא איך ווייס עס אי נאר א משל באט פליז!!!!!

איך זאג זאלסטער קויפען א פירש המילות מחזור\חומיש\סודיר און אפטייטשען די ווערטער. הויך בקול רם. בא"י אמ"ה שלא עשני גוי.הבוחר בעמו ישרא' באהבה. ואבדיל אתכם מן העמים. ולא נתתו ה"א לגויי הארצות ולא הנחלתו מלכנו לעובדי פסולים. וגם במניחתו לא ישכנו ערילים. לזרע יעקב אשר בם בחרת. גוי ששבת חייב מיתה. משתמש בשרביטו של מלך. ובנו בחרת מכל עם ולשון. וקירבתנו מלכינו לשמך הגדול סלה. שלא עשני כגויי הארצות. ולא שמנו כמשפחותם. שהם משתחווים להבל ולריק. אבער ואנחנו כורעים ומשתחוים ומודים לפני ממ"ה הקב"ה. אתה בחרתנו מכל העמים. ורוממתני מכל הלשונת. ושמך הגדול והקדוש עלינו קראתה.
אפשר טאקע גערעכט דארף נישט שיטה עס ארויסצייגן אזוי אפען און אריינשפיעלן אין די מיילער פון אונזערע שונאים ומומרים להכעיס. אבער דאס טוט נישט טוישן די מציאת הדברים. מיר זענן גליקלעך און שטאלץ צו זיין דעם אייבערשטנס אויסדערוועלט פאלק. ולא יטוש ה' את עמו ונחלתו לא יעזוב. די פעלקער האבען אונז געפייניגט משך אלע דורות. עס לוינט נישט צו זיי אייניג מיט זיי. א אידס נשמה חלק אלוקי ממעל בלייבט העכער. הייליג. דערהויבן.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 5:43 pm#172404
זייער שיין פאר'ן צאמנעמען וואס ר' אביגדור מילער האט געהאלטען וועגן גוים, און אויב האט ער אזוי געהאלטן קען איך מיך נישט קריגן מיט אזא גדול. אבער איך האב מורא אז שיטה האט צוגעלייגט אייגענע שמאלץ. איך האב פאר מיר די פיקטשער אז ר' אביגדור איז געוועהן זייער א ליבליכע ווארימע מענטש. לויט שיטה'ס ארטיקעל קימט אויס אז ער האט נישט געהאט קיין שום געפילן פאר מער פון %99 פון די מענטשהייט , און דאס וואס ער האט יא געהאט געפילן פאר אידן איז נאר געוועהן ווייל ער האט געהאלטען אז דאס איז איין גרויסע משפחה וואס מיר זענען מחיוב ליב צו האבן.
דאס סאונד'ט זייער רשעות'דיג פאר מיר. ער האט נישט רחמנות געהאט ווען א גוי'ס גאנצע משפחה איז פארברענט געווארן אין א פייער? אדער ווען א גאנצע גויאישע שטאט איז חרוב געווארן אין א האריקעין? ווען ער האט געהערט אז פיר קליינע קינדער זענען דערטראנקען געווארן האט ער נישט געהאט קיין שום געפילן ביז איינער האט אים מגלה געוועהן אז מ'רעדט פון אידן??

דער עולם האלט טאקע אז דאס האט ר' אביגדור געקענט זאגן??
מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:18 pm#172457
ער האט עס נישט געקענט זאגען, ער האט עס אבער ליידער געזאגט. עכ"פ אזוי זעהט אויס פון די טעיפס און פון די ביכער וואס קומען אפיציעל ארויס פון עם אפגעשריבען פון זיינע טעיפס, בפרט די צוויי כרכים question and answers וואס מען האט לעצטנס ארויסגעגעבן פון עם, שטיין די אלע זאכען.

אפשר איז ביי עם אויך געווען א חילוק פון דאס וואס ער האט אליינס געשריבען אין זיינע ביכער לציבור און דאס וואס ער האט געזאגט off the cuff ביי די שאלות ותשובות, און אפשר האט ער אמאל מגזים געווען ארויסצוברענגען א פוינט? איינער איז דא א בקי אין כתבי ר' אביגדור וואס זאל דאס קענען באשטעטיגען אדער מכחיש זיין? פון וואס איך געדענק ליינענדיק זיינע ביכער וואס ער האט געשריבען געדענק איך נישט זאל שטיין דארט אזעלכע ראדיקאלישע זאכען, נאר אין די ביכער מפי השמועה.
מאנטאג יוני 15, 2015 8:51 pm#282863
ATUB @שיטה מקובצת ATUB וועט אוודאי הנאה האבן צו זען אז דער "קינדליין" גייט בדרך רבו ז"ל, און פרעדיגט שנאה פאר גוים.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:07 pm#283562
סתם זאגן אז יעדער גוי איז "טמא" איז לעכערליך און האט גארנישט מיט הגה"ח רבי אביגדור זצוק"ל. קוק צוריק אנפאנג פון דעם אשכול צו זעהן משנתו הבהירה והטהורה.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:03 pm#283591
לעיקוואד האט געשריבן:ער האט עס נישט געקענט זאגען, ער האט עס אבער ליידער געזאגט. עכ"פ אזוי זעהט אויס פון די טעיפס און פון די ביכער וואס קומען אפיציעל ארויס פון עם אפגעשריבען פון זיינע טעיפס, בפרט די צוויי כרכים question and answers וואס מען האט לעצטנס ארויסגעגעבן פון עם, שטיין די אלע זאכען.

אפשר איז ביי עם אויך געווען א חילוק פון דאס וואס ער האט אליינס געשריבען אין זיינע ביכער לציבור און דאס וואס ער האט געזאגט off the cuff ביי די שאלות ותשובות, און אפשר האט ער אמאל מגזים געווען ארויסצוברענגען א פוינט? איינער איז דא א בקי אין כתבי ר' אביגדור וואס זאל דאס קענען באשטעטיגען אדער מכחיש זיין? פון וואס איך געדענק ליינענדיק זיינע ביכער וואס ער האט געשריבען געדענק איך נישט זאל שטיין דארט אזעלכע ראדיקאלישע זאכען, נאר אין די ביכער מפי השמועה.

לעיקוואד: איך ווייס נישט צו דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל אדער נישט. בכל אופן. אז דו לעבסט זאלסטו לעבן עד מאה ועשרים. און אויב ח"ו נישט. איז אויכעט נישט געפערליך. וועל איך איך זיין א דובב שפתי ישנים. אדער דו...!
לענין: ס'דא נארישע מענטשן וועלכע ווילן גרויס מאכן זייער רבי'ן לאחר פטירתו. זאגן זיי איבער גוזמאות און דמיונות כיד ה' הטובה עליהם. און זיי מיינען נאך אז זיי מאכן דעם גדול אדער מנהיג טאקע גרעסער. אבער די מציאות איז פונקט פארקערט. זיי מאכן איהם קלענער. און גאר קליין. ווייל די אמת'ע מעשיות און פארציילונגען פון די גדולי ישראל האט געוויזן אז זיי האבן זיך מרחם געווען אויף פשוט'ע גוים אויך. וועלכע זענען נישט געווען קיין שונאי ישראל. און אסאך מאל איז דורך דעם ארויסגעקומען ישועות פאר אידן...!די באקאנטע מעשה פון נודע ביהודה מיט די פארסמ'טע ברויט. וואס ער האט מיט א סאך יארן פריער זיך מרחם געווען אויף אן ארימען יונגן שגצ'ל. אויך פון הרה"צ ר' ישעי'לע קערעסטירער וועלכער האט אויסעפועל'ט א ישועה פאר א גוי'אישע משפחה וואס זייער קינד האט נישט געקענט רעדן. און דער איז געווען אן אוהב ישראל אלס צוריקצאלונג. און ר'האט א סאך געהאלפן פאר אידן...!
זונטאג יוני 21, 2015 12:33 am#283948
לעיקוואד האט געשריבן:ער האט עס נישט געקענט זאגען, ער האט עס אבער ליידער געזאגט. עכ"פ אזוי זעהט אויס פון די טעיפס און פון די ביכער וואס קומען אפיציעל ארויס פון עם אפגעשריבען פון זיינע טעיפס, בפרט די צוויי כרכים question and answers וואס מען האט לעצטנס ארויסגעגעבן פון עם, שטיין די אלע זאכען.

אפשר איז ביי עם אויך געווען א חילוק פון דאס וואס ער האט אליינס געשריבען אין זיינע ביכער לציבור און דאס וואס ער האט געזאגט off the cuff ביי די שאלות ותשובות, און אפשר האט ער אמאל מגזים געווען ארויסצוברענגען א פוינט? איינער איז דא א בקי אין כתבי ר' אביגדור וואס זאל דאס קענען באשטעטיגען אדער מכחיש זיין? פון וואס איך געדענק ליינענדיק זיינע ביכער וואס ער האט געשריבען געדענק איך נישט זאל שטיין דארט אזעלכע ראדיקאלישע זאכען, נאר אין די ביכער מפי השמועה.

די חילוק צווישען די תורה שבכתב און תורה שבע"פ איז גאר גרויס. דער וואס איז דארט געווען ווייסט אז ער פלעגט ליב האבען צו מאכען דער עולם לאכען, און ווי אלע אמרעריקאנער [אידען און גוים] פון זיין עלטער האט ער געקענט זאגען א ווערטל אויף א שחור כדי צו מאכען לאכען.
דער וואס שרייבט די "שאלות ותשובות" איז א גרויסע טיפש [איך רעדט פון ידיעה ברורה] און חוץ פון דעם אז די משפחה האט טענות אויף עם פאר אפדריקען די שו"ת מיט אן רשות [נראה שהוא מצד הממונות] איז א גרויסע טענה אויף עם אז ער דריקט אפ זאכען וואס זענען זייער שעדערליך פאר אידען.
אני שמעתי מהרב הנ"ל "In Slobodka they would never call anyone a dog, not even an akum!"
עוד שמעתי שפעם אחת פגע בו איזה גוי, והוא התפלל לה' שיחתוך לו רגל אחד (he should have one foot cut off), והסביר שלא רצה להמיתו בגלל שיש לו אשה ובנים וכו' ורחמיו על כל מעשיו.
זונטאג יוני 21, 2015 12:37 am#283949
גזענות במשנת סולובדקה
אין די ספר אמת ליעקב עה"ת רעדט ער ארום אויב די תורה גלייבט אין גזענות (racism)
וז"ל, הנה ישנן משונאינו מאומות העולם הטוענים שכלל ישראל היא אומה גזענית (racist) שהרי התורה אומרת שכנען ארור והוא יהיה עבד עבדים לאחיו הרי שהשפילה התורה את גזע כנען למדרגת עבד אבל האמת ודאי היא לא כן דהא זה ברור שדעת התורה היא כנגד גזענות וכבר הוכחתי זה בחידושי לעיל וכו' מלשון המשנה בסנהדרין דף ל"ז ע"א מפני מה נברא האדם יחידי שלא יאמר אדם לחבירו אבא גדול מאביך הרי שבדוקא שינה הקב"ה במין האדם משאר המינים וברא רק אדם יחידי כדי שלא יבואו בני האדם לידי מדה מגונה זו אלא שלפ"ז צריכים לבאר את פעולתו של נח במה שהוריד את כנען למדרגת עבד והשפילו משאר מין האדם והרי זה לכאורה פעולה גזענית טהורה וכו' עיי"ש בכל דבריו.
וואס ער מיינט בחידושי לעיל איז צו וואס ער שרייבט אין פרשת בראשית: באמת בדורנו ראינו שהגרמנים טענה זו "אבא גדול מאביך" אלא שהם אומרים שגם ישראל טוענים שהם הגזע המשובח ביותר ומביאים ראיה ממה שאנחנו אומרים בתפלתנו "אתה בחרתנו מכל העמים" וכו' אבל התשובה אצלנו היא שודאי כולנו בני אדם הראשון אנחנו אלא שהאבות וגו'
זונטאג יוני 21, 2015 3:10 pm#284029
יא עס איז זיכער א נארישקייט צו נעמען ווערטער פון א מענטש וואס איז געזאגט געווארן צו א געוויסער עולם אונטער געוויסע אומשטענדן, ער האט געוואוסט ווער עס פרעגט און פארוואס און לויט דעם גענטפערט, קומען געוויסע און מאכן פון דעם א תורה שלימה, ומי לנו גדול פון סאטמאר רב וואס האט שוין געזאגט אז וואס מען זאגט אין שטוב הייסט נישט געזאגט.
זונטאג יוני 21, 2015 3:29 pm#284035
געוואלדיג האט געשריבן:יא עס איז זיכער א נארישקייט צו נעמען ווערטער פון א מענטש וואס איז געזאגט געווארן צו א געוויסער עולם אונטער געוויסע אומשטענדן, ער האט געוואוסט ווער עס פרעגט און פארוואס און לויט דעם גענטפערט, קומען געוויסע און מאכן פון דעם א תורה שלימה, ומי לנו גדול פון סאטמאר רב וואס האט שוין געזאגט אז וואס מען זאגט אין שטוב הייסט נישט געזאגט.

אויב איז דא א ווארט (בה׳ הידועה) פונעם סאטמאר׳ע רב וואס זיינע חסידים האבן נישט אנגענומען בכלל, איז עס דאס..... 8-) ;)
זונטאג יוני 21, 2015 3:48 pm#284044
Re: "דער גוי" – משנת רבי אביגדור
איך האב א מוראדיגע תאווה דא צו בלייבען איך זעה דא סך הכל סעילף העיטינג דזאוס מפארפירט אז מדארף זיין פאזיטיו אויפן גרעסטען נעגעטיווען אופן און ממאכט חוזק פון א טייערע איד וואס די שרייבער אליין שרייבען אז ער איז אדורכגעמאכטער און ממאכט פון אים חוזק הצלחה יאך טראג זיך אפ פון דא

Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
זונטאג יוני 21, 2015 3:52 pm#284046
שיטה מקובצת האט געשריבן:סתם זאגן אז יעדער גוי איז "טמא" איז לעכערליך און האט גארנישט מיט הגה"ח רבי אביגדור זצוק"ל. קוק צוריק אנפאנג פון דעם אשכול צו זעהן משנתו הבהירה והטהורה.

ביטע אויסציען די משמעות פון דיין תגובה, ווייל איך האב שוועריקייטן עס צו פארשטיין. פארוואס פונקטליך איז לעכערליך צו זאגן אז יעדע גוי איז טמא?
זונטאג יוני 21, 2015 4:02 pm#284049
ווייס פרעזידענט האט געשריבן:איך האב א מוראדיגע תאווה דא צו בלייבען איך זעה דא סך הכל סעילף העיטינג דזאוס מפארפירט אז מדארף זיין פאזיטיו אויפן גרעסטען נעגעטיווען אופן און ממאכט חוזק פון א טייערע איד וואס די שרייבער אליין שרייבען אז ער איז אדורכגעמאכטער און ממאכט פון אים חוזק הצלחה יאך טראג זיך אפ פון דא

Sent from my Nexus 6 using Tapatalk

ווייס פרעזידענט: מ'דארף לערנען פשט אין דיינע לעצטע דיבורים...."איך טראג זיך אפ פון דא"...דו מיינסט צו זאגן פון דעם אשכול, פארום. אדער פון קאווע שטיבל בכלל. ווייל אויב יא וויל איך מיך געזעגענען פון דיר. דו זאלסט נאר נישט צוריקקומען מארגן אדער איבערמארגן מיט א נייע ניק...! אז דו גייסט. גיי געזונטערהייט און זיי נישט קיין משלחה וחוזרת. איך קען דיר רעקאמענדירן 3 גוטע בלאגס/וועפסייטס וואו דו וועסט זיך זיכער שפירן היימיש: די קרעטשמע: דער פאליש: אייער וועלט...!איך וואונטש דיר א סאך הצלחה...! פון צייט צו צייט קענסטו צוריקקומען (מיט אן אנדערע ניק, פארשטייצעך.) און רעפארטן וויאזוי ס'שפירט זיך צו ליינען און שרייבן אין די נייע וועפסייטס...טשאו... :( :cry: