Under maintenance
הויפט זייט » דעבאטע איבער באשרייבן חברי קאווע שטיבל שהלכו לעולמם

דעבאטע איבער באשרייבן חברי קאווע שטיבל שהלכו לעולמם

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5572
מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:43 pm#172494
דעבאטע איבער באשרייבן חברי קאווע שטיבל שהלכו לעולמם
אונזער באשלוס צו ערלויבן דאס באשרייבן אחד מחברינו שהלך לעולמו האט זיך ארויסגעשטעלט קאנטראווערסיאל, און מיר האבן באשלאסן דערווייל אראפצונעמען דעם אשכול  כדי צו הערן דעם דעת הקהל. 

מיר האבן מחליט געווען צו ערלויבן נאר אויב עס קומט נאך עטליכע תנאים:
1) מיר זענען מברר אלע פרטים;
2) די פרטים ווערן באשריבן פארדרייט אז מ'זאל פון זיי אליין נישט קענען אויסרעכענען ווער דאס איז;
3) אויב א נאנטער מענטש האלט אז דאס איז נישט נגד רצון הנפטר; 
4) אויב דער נפטר איז געווען א מיטגליד וועלכער איז געווען היבש אקטיוו. 

וואס האלט דער עולם?
מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:47 pm#172495
וואס איז דער שאלה, אויב אפי מיט די אלע תנאים זיל מען אפשר נאך אלס נישט?
מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:49 pm#172498
איך קען נישט רעדן פאר יענעם, אבער איך גיב רשות מיר מספיד צו זיין לאחר פטירתי. לכאורה וועט מיין ק"ש הספד זיין די איינציגסטע אויפריכטיגע הספד. איך האב שוין מצווה געווען מיין ווייב מדפיס צו זיין מיינע מאמרים, כל הזכויות שמורות.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:49 pm#172499
פאר מיר וואס קאווע שטיבל איז א לייכט טורעם אין א פארטונקלטער וועלט איז א כבוד צו באשריבן ווערן דא אלס איינע פון די זאכן וואס כ'האב עוסק געווען אבער פאר די קומענדיגע דורות וואס אין א וועלט וואס קוקט אלעס אן מיט אנדערע ברילן קען עס מאען פראבלעמען ברויך מען זייער אכטונג געבן מיט נישט לאזן אן עפענונג געוואויר צו ווערן די אמת'ע אידענטיטעט פונעם בר מינן.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:55 pm#172501
ווי לאנג דער באשרייבונג בא'עול'ט קיינעם נישט, פארוואס נישט?
אויב יא, דארף מען דאך אוודאי זיכער מאכן אז מען זאל נישט קענען כאפן ווער דער נפטר איז און אביסל פארדרייען/צולייגן/אראפנעמען פאקטן.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:56 pm#172502
איך קען נישט וויסען וואס איז ריכטיג פאר אנדערע. בעצם בין איך אנטקעגן די גאנצע מושג פון באהאלטענע ניקים און האלט אז עס פעלט נישט עכט אויס. אבער איך בין א דעת יחיד אין דעם, פונקט ווי אין אסאך אנדערע נושאים.. און איך קען נישט זאגען פאר אנדערע וואס צו טוהן, איך מוז היטען די אידענטיטעט פון אנדערע וואס האלטען עס שטארק וויכטיג פאר זיי. און אפשר איז עס חשוב אחר מאה ועשרים אויכעט זאל די סוד אז עס איז דא אויף די וועלט א חסידישער איד וואס האט אינטערנעט און דערוואגט זיך אמאל צו טראכטען עפעס אליינס אן פרעגן א רב אדער רעבע פאר דעם מיטגיין מיט עם אין קבר און קיינמאלנישט ארויסרינען.

ווידער שרייבען אזוי א הספד בעילום שם האט גאנץ ווייניג פשט. ווי אויך פראבירען מטשטש זיין פרטים, ממה נפשך ווייס איך נישט וואס איז די תכלית פון אזא זאך.

מען קען זיך לערנען פון אנדערע פורומען ווי למשל עצכח ווי זיי פירען זיך אין אזא פאל. למעשה אין יעדער פארום איז דא א קבוצה פון חברים וואס קענען זיך איינער דער צווייטער, און ביי זיי האט א פשט די סארט זאכען. אין עצכח למשל איז דא פילע אשכולות ווינטשען מזל טוב איינער די צווייטער אויף א שמחה, אדער ביי א צרה מנחם זיין וכו'. מען שרייבט דאס פשוט מיט די ניק נעמען און די וואס קענען זיך ווירטואליש אדער פיזיש ווינטשען זיך און זענען זיך מנחם, און די נענטערע קענען מברר זיין אין אישי ווי איז די קידוש/ברית/חתונה/ניחום אבלים. איך זעה נישט פארוואס מען זאל נישט קענען דאס טוהן דא.

איך האלט אז א ווירטואלישע קהילה דארף זיך פירען מיט די זעלבע מענטשליכקייט ווי יעדער אנדערע קהילה, און אז א חבר הא א שמחה איז מען זיך משתתף, וכן בשעת צער ואבל. דאס דארף נישט צונעמען די סודות, עס איז געיוג צו שרייבען אז משכיל איז אוועק און מען געט איבער תנחומים פאר די משפחה. עס איז נישט קיין נפקא מינה בעצם ווער דאס איז געווען מיר קענען דער ניק משכיל אלץ א חשובער ניק אין קאווע שטיבל און עס איז נאר מענטשליך מען זאל זיך וויסענדיג מאכען אז ער איז אוועק. אז מען וועט נישט שרייבען מער פרטים איז דאס זיכער בסדר, עס שטארבען גענוג מענטשען אין בארא פארק יעדער וואך אז קיינער וועט נישט פון דעם אנקומען ווער דאס איז.

עכ"פ, לגבי מיר קען איך דאך יא מחליט זיין, ווען איך שטארב, אחר מאה ועשרים בלא בלא בלא, בין איך דא מוסר מודעה, זאל מען שרייבען אויף מיר א גרויסער הספד, מיט מיין נאמען און מיין טאטע'ס נאמען, און מען זאל אלעס באשרייבען און נישט שוינען גארנישט. בעצם אפשר אויך בחיי, אויב איינער וויל דווקא. עכ"פ לאחר מותי זיכער. און מען זאל גארנישט אויסלאזען. נישט צענזורירען נישט די מצוות און נישט די עבירות. אלעס איז כתוב וחתום אויף די אינטערנעט סייווי.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 9:12 pm#172505
אז מ'רעדט שוין, איז וויכטיג אז יעדער זאל זיך מסדר זיין א digital will וואס זאל קובע זיין וואס געשעהט מיט זיינע אלע אנליין נכסים/ אקאונטס/פראפיילס, איך ווייס נישט פונקט וואס מ'דארף טוהן. גוגל האט עפעס א סעטינג וואס מ'קען אנשטעלן וואס זאל געשעהן/צו וועמען עס זאל אריבערגיין. וואס איז מיט אנדערע? ATUB @געפילטע פיש ATUB ווילסט אפשר העלעפן?
מיטוואך יאנואר 01, 2014 9:16 pm#172507
שוין אפאר מאל געווען אין די נייעס דיונים איבער דעם, ס'דא אזעלכע קאמפאניס וועם דו קענסט איבערגעבן דיינע אקאונטס און וואס דו ווילסט ס'זאל געטוהן ווערן דערמיט לאחר מאה עשרים ואחד.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 9:35 pm#172510
נח בער האט געשריבן:פאר מיר וואס קאווע שטיבל איז א לייכט טורעם אין א פארטונקלטער וועלט איז א כבוד צו באשריבן ווערן דא אלס איינע פון די זאכן וואס כ'האב עוסק געווען אבער פאר די קומענדיגע דורות וואס אין א וועלט וואס קוקט אלעס אן מיט אנדערע ברילן קען עס מאען פראבלעמען ברויך מען זייער אכטונג געבן מיט נישט לאזן אן עפענונג געוואויר צו ווערן די אמת'ע אידענטיטעט פונעם בר מינן.

ר' נח בער שליט"א עד מאה ועשרים שנה: דו דארפסט מאריך ימים ונשים זיין דא אין קאווע שטיבל. דו זאלסט נאכנישט טראכטן פון הספדים און לאחר מאה ועשרים. ווייל דו האסט נאך זייער ווייניג געשריבן דא. נאכדעים וואס דו וועסט אי"ה האבן געשריבן 10,000 תגובות, און דער עוילעם וועט שפירן א חלל ווען דו וועסט אויפהערן (ח"ו) צו שרייבן. דאמאלס קענמען אנהייבן טראכטן פון הספדים. ביזדערווייל, לאמיר הנאה האבן פון דיינע חידושים והגהות. ייש"כ. :lol: :roll: :oops: :o :D
מיטוואך יאנואר 01, 2014 9:52 pm#172516
כאילו מיין מיינונג מאכט אויס; איך זעה 101 טעמים אויף נישט.
כדי מ'זאל זיך נישט דינגען מיט מיר, וועל איך כולל זיין אלע טעמים אונטער "טעם הכמוס". סגור.
---
בלוט פון יתומים איז נישט הפקר.
א ניק וואס וויל איבערלאזן זיינע קינדער זיינע כתבים, וועט שוין טרעפן אן אנדערע וועג.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 9:58 pm#172521
לעיקוואד,
וויאזוי זאל מען זיך פירן אויב למשל דיין טאטע/ווייב בעט זיך ברחמים אז מען זאל אראפנעמען דעם נאמען ווייל עס טוט זיי פארשעמען, זאל מען זיך מוסר נפש זיין צו היטן אויף דיין צואה און זיי איגנארירן אדער נישט? וואס איז אין אזא פאל די פליכט פון די הנהלה דא, וואס איז די הלכה, וואס איז די מאראל, און וויאזוי וואלסטו גע'פסק'נט למעשה?
מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:12 pm#172528
לעקוואד,
אלזא דו גיבסט מיר רשות צו שרייבן דיין נאמען אויך בעודך חי?
באמת?
מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:16 pm#172533
הילל
יא, מען זאל זיך מוסר נפש זיין היטען אויף מיין צוואה און זיך נישט לאזען פון פרעשור פון מענטשען מיט זייערע שמאלע אינטערעסען.

למעשה מיין איך לגבי מיר וועט נישט אנקומען לידי כך, אבער ביי אנדערע יא, אויב איז קלאר רצון המת עס זאל מפורסם ווערן איז נישט ריכטיג זיך צו רעכענען מיט קליינקעפיגע אינטרעסען פון אנדערע.

היימישער, פראביר..

למעשה מיין איך אז עס איז נישט קיין גרויסער סוד, ווער עס איז שטארק אינטרעסירט קען זיך נאכפרעגן אפילו ביי מיר און איך פארצייל עם אלעס חוץ מיין סאשיל סעקיוריטי נאמבער. און ווער עס קען מיר פון אנדערע מעדיע ווייסט אז עס איז גאנץ א אפענער סוד. פונקט צו שרייבען דא אז לעיקוואד דאס איז יאנקל בן זרח פעלט נישט אויס מסיבות שונות.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:21 pm#172534
ס'איז וויכטיג צו לאזן וויסן פאר די קאווע קהילה אז א חבר איז ליידער אוועק. זיין אמת'ע פרטים, ווי אלט ער איז, ווען פונקטליך ער איז אוועק, איז אבער גענצליך איבריג און פראבלעמאטיש ווי קאווע טרינקער שרייבט.

איך וואלט מציע געווען אז אויב די הנהלה באקומט א קראנטע ידיעה פון א ניק'ס פטירה ה"י, זאל מען ארויפלייגן א אשכול: "ברוך דיין האמת / חברינו משכיל ז"ל". אלטס די ערשטע הודעה זאל מען טרעפן און ארויפלייגן לזכרו איינע פון זיינע בעסטע מאמרים, און דערנאך במשכ'ן אשכול קען די עולם סיי אפגעבען תנחומין, פאזיעס, קינותים, ווי אויך ארומשמועסן איבער זיינע אקטיוועטעטן דא אויף קאווע שטיבל, און לינקן צו זיין קנאק'דיגע סחורה. באטאם ליין, ס'זאל זיין א אשכול איבער זיין וואורטואלע לעבן.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:22 pm#172535
כ'האב גארנישט געוואוסט אז לעיקוואד, יענקל און זרח, דאס איז אלעס איינס.
-----------
יא, און אויכעט זאל יעדער נאכברענגען לכה"פ איין תגובה פונעם נפטר, וואס ער שפירט דער נפטר האט אים דערמיט מהנה געווען.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:25 pm#172538
לעקוואד,
מען וועט פארציילן וועגן דיר, און דיינע קינדער וועלן דורך דעם נישט קענען לייכט טרעפן א שידוך. און מיר וועלן דארפן באצאלן פאר די אנדערע צד אז זיי זאלן מסכים זיין צום שידוך.
איט דאזנט פיי.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:25 pm#172539
נישט ריכטיג.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:26 pm#172540
אני מאמין אז ק''ש וועט שטארבן פאר מיר, עט ליעסט די ניקס ביזנעס.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:32 pm#172541
איך נעם נישט קיין שטעלונג, איך וויל נאר ארויסברענגען א נקודה, איך מיין אז פארן כבוד אכסניא אונזער חשובער שטיבעל, לוינט זיך זייער מען זאל יא באשרייבן אז א אדם חשוב האט זיך ערלויבט אריינצוקומען דא, ווען אין שוהל שפילט איינער פארן צווייטן אז ער וויסט אפילו נישט וואס קאווע שטיבל איז, איז זיס אמאל צו הערן אז אפילו רבנים האבן זיך דא געדרייט.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:41 pm#172544
מיין שאלה איז אזוי:

וויאזוי ווייסט טאקע די הנהלה דא אז דער און דער נפטר איז ניק פלוני אלמוני?

ווער איז דער באשטעטיגער מיט א וודאות?
מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:43 pm#172545
ATUB @שמערל ATUB , אויב די מענטש לאזט נישט איבער משפחה ביסטו גערעכט. אויב אבער לאזט ער איבער משפחה האלט איך אז זייער כבוד וועגט איבער א שטיבל'ס כבוד.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:49 pm#172548
ווי לאכעדיג סהערט זיך, מען זוכט זיך כבוד מיט הספדים ווען מען וועט ליגען איינגעשמאלצען און דעם דיקען ווייסען חאלט שטיקעדיג און דעם האלרצענעם ארון, די ראטען און די מויז וועלן מאכען א חיים טובים מיט יעדן שטיקעל בשר, און מען דאגה'ט און מען דעבאטירט אויף תענוג כבוד בזיונות וואס מען גייט סייווי נישט מיט האלטען, רעכטפארטיג וואלט געווען צו פרעגן די קינדער וואס זיי האלטען, זיי גייען דורך שוויצען די בזיונות, זיך פראסקען און בייכעל שישו..
מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:52 pm#172549
פישל'ע העררינג האט געשריבן:נישט ריכטיג.


אל כבוד המכון וכו',

קבלתי לנכון את הסעיף הנ"ל, ולאור התקנה החדשה הנני מבטל את המעמבערשיפ עמכם,

בשורות טובות ישועות ונחמות.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:54 pm#172550
מהאט פיינעלי געטראפן א טאפיק וואס מקייט צים ערשטען מאל. וואס ווילסטו נאכמאל סיסטעם מאלעסטשען רביס?
מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:56 pm#172552
לדעתי זאל יעדער ניק קריגן אן אפציע צו ער וויל זיין טויט זאל געמאלדן ווערן, פונקט ווי מ'קען מעלדן דעם געבורטסטאג. אזוי אויך זאל מען דורך עפעס א וועג מעלדן וויפיל ניקס באגלייטן דעם איין נשמה.

איך טראכט נאר אז אזא אשכול קען פארוואנדלט ווערן אין א סוב-אשכול צום "פארשווינדענעם ניקס אשכול".
כידוע האמער דא בקהילותינו הק' א כאפטע תימכעס פירעמ ניק(ע)ס, וועלכע פראבירן בכל עת ושעה צו צייגן זיי זענען זיס ווי כריין, אדער זענען זיי סתם דא מיט אגענדעס צו סאבאטאדזשירן אשכולות. לעיקוואד למשל קען זיך מארגן טרעפן אין דעם אשכול, אנגעבליך וויבאלד "רשעים בחייהם קרויים מתים", און ער גייט נישט אין שפאן מיט געדאנקן פון א געוויסע ניק.

איך שטיץ יא אזא "טויט" אשכול, אבער ס'ברויך לדעתי געהאלטן ווערן ערענסט, אדער זאל דאס ליגן אין מאחורי. איך זעה נישט דעם פראבלעם, קיינער שרייבט דאך נישט דא עכטע כפירה וכדו'.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 11:03 pm#172554
וואס איך ציטער פון, אז נאכן באוויינען א לעיט ניק וועט ער זיך באווייזן דא במלוא הידורו.. און דער עולם העט כאפן דער קדחת און לויפן ווי וועווערליך..
מיטוואך יאנואר 01, 2014 11:05 pm#172556
In YIVO's archives, there's a collection of autobiographies written in the late 1930s by Polish Jewish youth. These autobiographies were sent to America as part of a contest that YIVO sponsored. They are an amazing read and some of them have been translated into English and Hebrew

I saw one of the original autobiographies, in which the author--like many of the autobiography authors--expressed his doubts in yiddishkeit. Apparently, this young man in his 20s was having a crisis of faith. There was a note attached to the autobiography, saying something like: "In 1983 (fictional date) a man came into the YIVO reading room and asked to see the autobiographies. He then asserted that he was the author of this autobiography

The name of the man was a familiar one. He comes from a family with beautiful yichus and he actually became a rebbe with chassidim

There was another note attached to this packet, this one saying something like, "In 1990 the family of this author came in and demanded that we never translate or publicize this autobiography in any way." I'm afraid that we might have a similar story with Lakewood


ATUB @לעיקוואד ATUB
מיטוואך יאנואר 01, 2014 11:13 pm#172559
יואב האט געשריבן:לדעתי זאל יעדער ניק קריגן אן אפציע צו ער וויל זיין טויט זאל געמאלדן ווערן, פונקט ווי מ'קען מעלדן דעם געבורטסטאג. אזוי אויך זאל מען דורך עפעס א וועג מעלדן וויפיל ניקס באגלייטן דעם איין נשמה.

איך טראכט נאר אז אזא אשכול קען פארוואנדלט ווערן אין א סוב-אשכול צום "פארשווינדענעם ניקס אשכול".
כידוע האמער דא בקהילותינו הק' א כאפטע תימכעס פירעמ ניק(ע)ס, וועלכע פראבירן בכל עת ושעה צו צייגן זיי זענען זיס ווי כריין, אדער זענען זיי סתם דא מיט אגענדעס צו סאבאטאדזשירן אשכולות. לעיקוואד למשל קען זיך מארגן טרעפן אין דעם אשכול, אנגעבליך וויבאלד "רשעים בחייהם קרויים מתים", און ער גייט נישט אין שפאן מיט געדאנקן פון א געוויסע ניק.

איך שטיץ יא אזא "טויט" אשכול, אבער ס'ברויך לדעתי געהאלטן ווערן ערענסט, אדער זאל דאס ליגן אין מאחורי. איך זעה נישט דעם פראבלעם, קיינער שרייבט דאך נישט דא עכטע כפירה וכדו'.

א מת וואס וויל ווערן באשריבן מוז אלזא ארויפשטעלן זיין דעד סערטיפיקאט.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 11:17 pm#172560
וויבאלד איך ווייס דאך אז נאכ'ן טויט וועט מען מיר אין די גאסן באזונגען אלס אן אויסגעארבעטע איד, א אמת'ע ירא שמים און דורכגעווייקטער חסיד. בעט איך איר זאלט דא מגלה זיין דעם אמת, וואספארא אויסוואורף און הולטיי איך בין געווען.
און כ'האב קיינמאל נישט חרטה געהאט.
אזוי ווי יענער עוכר ישראל, דער רבי פון אלע אפיקורסים וואס איז שטערבליך קראנק געווארן האט ער געבעטן מ'זאל אריבעררופן דעם רב, ער וויל זיך מתוודה זיין און תשובה טוהן. פאנגען די תלמידים אן צו שרייען. "רבי תורתך אתה עושה פלסתר"!
זאגט ער, נע, וואס איז דאס מיט אייך. פארקערט, איך וויל דאך ווייזן אז אפ' דער מאמר "רשעים אפילו על פתחה של גיהנום אינם חוזרים בתשובה" איז אויך נישט אמת.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 11:24 pm#172567
פידלער האט געשריבן:" I'm afraid that we might have a similar story with Lakewood.


דו מיינסט מסתמא זיינע "חבירים" וועלן בעטן מ'זאל עס מבער זיין...
מיטוואך יאנואר 01, 2014 11:29 pm#172570
טאמבל סאס האט געשריבן:
פידלער האט געשריבן:" I'm afraid that we might have a similar story with Lakewood.


דו מיינסט מסתמא זיינע "חבירים" וועלן בעטן מ'זאל עס מבער זיין...


פארוואס חברים איידער ווי משפחה?
מיטוואך יאנואר 01, 2014 11:30 pm#172571
איך האב געשיקט פארן מנהל א אישי איין נקודה איז אז אזויווי מ'פאברענגט אזוי פיל צוזאמען קומט אמאל אויס אז מ'טוט וויי אדער מ'רעדט שלא בכבוד איינער צום צווייטן און פלוצלינג זעט מען דא אז יענער איז מער נישטא אויפן עולם התחתון ווערט זייער קאלאמונטע אז מ'האט נישט געקענט איבערבעטן.

אויך דארף מען אין אכט נעמען אז אויב איינער איז נפטר פון דא איז עס דאך א שטיקל טראגעדיע ווייל ס'איז זיכער קלאר אז שיבה טובה'דיגע אידן שרייבן נישטא מוז עס זיין אז מ'איז אוועק אביסל פריצייטיג וועט דאס נאר געבן שטאף פאר אייוועלט צו זאגן זעסט! יענער האט געשריבן אויף ק"ש און... גארנישט ער האט באקומען זיין שטראף! בשעת וואס דא וועט מען וויינען וועט מען דארט געבן קידוש אויפן אפענ'ם יד השם.
מיטוואך יאנואר 01, 2014 11:42 pm#172576
לעיקוואד האט געשריבן:הילל
יא, מען זאל זיך מוסר נפש זיין היטען אויף מיין צוואה און זיך נישט לאזען פון פרעשור פון מענטשען מיט זייערע שמאלע אינטערעסען.
אויב איז קלאר רצון המת עס זאל מפורסם ווערן איז נישט ריכטיג זיך צו רעכענען מיט קליינקעפיגע אינטרעסען פון אנדערע.


א דאנק פאר דיין קלארן פסק, אבער כ'האב געבעטן אויב מעגליך זאלסט עס באגלייטן מיט סיבות. זיי ביטע מסביר פארוואס מען דארף זיך נישט רעכענען אויב איינעמ'ס טאטע/ווייב/קינדער בעטן זיך אז מען זאל זיי נישט מאכן קיין בושות, (צי אפילו ווייל זיי האבן מורא אז עס וועט זיי שאטן פאר שידוכים)? קענסט עס טאקע אנרופן "שמאלע און קליינקעפיגע אינטערעסן", אבער דאס איז נאר פון דיין פערספעקטיוו, אבער אויב פון זייער פערספעקטיוו איז עס זייער ערנסט, איז נישט שייך צו זאגן "שמאלע אינטערעסן". מילא בושה פאר א משפחה, שוין, אפשר בדיעבד קען מען מיקל זיין, אבער וואס טוט זיך מיט צער בעלי חיים? ביסט זיכער אז א מאראל-פילאסאף וואלט אזוי גע'פסק'נט?
מיטוואך יאנואר 01, 2014 11:55 pm#172578
יא, שפינוזה יוכיח, ער האט זיך נישט גערעכענט מיט די צער פון זיין משפחה רבי'ס חברים, געגאנגען און פייער פאר זיין חכמה, זיך מוס''נ געווען פאר זיינע שטודיעס
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 12:10 am#172581
smartinof האט געשריבן:יא, שפינוזה יוכיח, ער האט זיך נישט גערעכענט מיט די צער פון זיין משפחה רבי'ס חברים, געגאנגען און פייער פאר זיין חכמה, זיך מוס''נ געווען פאר זיינע שטודיעס

וי קומט רעכל צו מעכל?
ווען א מענטש מאכט א באשלוס אין זיין לעבן, גערעכט צי נישט, איז דאס זיין באשלוס, און אפילו א צווייטער זאל האלטן אז ער איז נישט גערעכט קען יענער האלטן פאר זיך אנדערש און קענסט אים נישט צווינגען צו האלטן אנדערש. אבער די שאלה איז דאך דא אין א פאל ווען א דרויסנדיגע פארטיי - הנהלת הק"ש - וועט דארפן נעמען א שטעלונג און מאכן א החלטה צווישן צוויי זייטן: פון איין זייט איז דא א מת וואס האט געזאגט מען זאל לאחר מותו ארויסגעבן אז ער איז געווען א ...(לייג אריין: כופר, נואף, מחלל שבת, ג, מסור, וכדומ' )... כאטש בחייו איז עס געווען א סוד, אבער פון די צווייטע זייט שטייט א טאטע/ווייב/קינדער וואס וויינען אז מען זאל נישט פארשעמען זייער קינד/מאן/טאטע. איז די שאלה, טון דעם רצון המת, אדער זארגן פאר די צער און בושה פון די פאמיליע? וויאזוי רעכנט מען דא די מצוה כנגד הפסידה אדער עבירה כנגד שכרה? יעצט צו מאכן די החלטה צווישן די צוויי דארף מען קוקן וואס עס איז אויסגעהאלטן (הלכה'דיג/מאראליש) און דא קומט נישט אריין וואס אן אנדערער האט געטון פאר זיך.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 12:21 am#172584
איך הער וואס די זאגסט, אבער סאיז נישט ממש וויאזוי די לייגסט אראפ די צווייטע זייט, מיינענדיג, די רעדסט פון א פאל וואס דער ניק האט נישט 'יין שום דיעה איבער וואס מען זאל טון מיט אים נאך זיין טויט און עס איז איבערגעבליבען נאר פאר די מנהלי הק''ש די החלטה וואס צו טון, אבער דא האבן דאך די ניקים יא א מיינונג איבער וואס מען זאל טון מיט זיי, איז פאר זיך ווילען זיי יא אז מען זאל זיי באשרייבען נאכן טויט און אויף די טענה פון בני משפחה וכו ענטפערט מען אז זיי, פאר זיך, רעכענען זיך נישט מיט שמאלע קליינקעפיגע אינטערעסן, איז פארוואס הייסט אזא החלטה מער פאר יענעם ווי די החלטה פון שפינוזה וואס פארשטייסט קלאר אז עס איז געווען נאר פאר זיך??
איך קען שוין רופען א שדכן פאר רעכיל און מעכיל???
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 12:31 am#172585
סמארטינאף, כ'האב מורא האסט נישט געהעריג געכאפט מיין פוינט. נאכאמאל, אויב ראובן באשליסט היינט זיך מגלה צו זיין איז עס זיין אייגענע באשלוס און גערעכט צי נישט מאכט יעדער מענטש באשלוסן ואוס אנדערע האלטן פאר נישט ריכטיג, אבער ווען איך דארף באשליסן אויף יענעם איז דאך גאר אן אנדערע מעשה.
לאמיר פרובירן אילוסטרוירן מיט א משל: אויב שפינוזה וואלט געהאלטן אז עס איז נישט קיין פראבלעם צו הרג'ענען א צווייטן אדער קאמיטן סוסייד, און ער האט אפילו געהאלטן אז עס איז א מאראלישע חוב דאס צו טון און האט עס אפילו אליינס מקיים געווען, וואלסטו אויך געקענט גיין קאמיטן סוסייד און קיינער קען דיך נישט אפהאלטן, אבער פארשטייסט אז דאס וואלט נאך בכלל נישט געווען קיין תירוץ אדער דיר געגעבן די לייסענס צו מעגן גיין הרג'ענען א צווייטן, אפילו אויב שפינוזה וואלט אזוי געטון. וויבאלד א דריטע מענטש איז אינוואלווד דארף מען באזונדער שוקל זיין צי עס איז בארעכטיגט דאס צו טון פאר א צווייטן צי נישט.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 12:46 am#172590
אויב דאס איז געווען דיין פוינט האסטו מוציא אותיות געווען לבטלה, איך האב דאס שוין תופס געווען פון פריערדיגע הודעה, אבער איך פרעג אויף דעם, אז מהיכי תיתי לחלק וויאזוי דער בזיון קומט ארויס, מיינענדיג, מאי נ''מ אויב ער איז גרייט מבזה זיין זיין משפחה בחיים חיותו, אדער ער שיקט א מסעדזש אז ער איז גרייט מבזה זיין משפחה לאחר מותו, עס אלס מיט די זעלבע מיטל פון זיך מגלה זיין, און אויב די פארשטייסט אז בחיים חיותו מעג ער זיך מגלה זיין און מיט דעם צבזה זיין משפחה איז לאחר מותו אפשר די זעלבע?
און פאר דיינע משלים דארף מען שנעל מסדר זיין א גט צווישען רעכיל און מעכיל...
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 12:50 am#172592
מיט הילל'ס געדולד וועל איך פרובירן נאך איין מאל זאלסט כאפן דעם חילוק: אויב ראובן מעג פארשעמען זיין אייגענע פאמיליע אויב ער באשליסט אזוי צו טון, מיינט דאס אויטאמאטיש אז יעצט מעג אויך שמעון, אויב לאחר מותו של ראובן ליגט עס איז אין שמעונ'ס הענט, גיין פארשעמען ראובנ'ס פאמיליע? פארשטייסט אז דאס איז גאר א נייע באזונדערע שאלה?
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 1:00 am#172594
איך וויל נישט איבערהאקן די דעבאטע צווישן הלל און קלוג-גענוג, נאר איך קוק אזוי אויפן קעפל פונעם אשכול דערמאן איך מיר אין עפעס א אשכול, קאווע שטיבל עולם האמת. טא, וואס מיינט שהלכו לעולמם, פון איין אשכול צום צווייטן?
הלל, זיי ממשיך.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 1:06 am#172595
זייט ווען האט א משפחה / חברים א רעכט אויף די בחירות און לעגעסי פון א מענטש?
מ'רעדט נישט דא פון מפרסם זיין לשון הרע אויף איינער ח''ו. נאר פון עפעס וואס דער מת האט געהאלטען א ריכטיגע זאך, בחייו ובמותו. נאר בחייו צוליב סאציאלע פרעשור און חשבונות האט ער דאס געהאלטען פריוואט, און לאחר מותו וואס ער האט שוין נישט די חשבונות קען ער באשטיין מען זאל וויסען, איז ווי קומט די משפחה דא אריין?
איך בין חושש אז די אלע וואס קלערען דא נישט מפרסם זיין האלטען עס איז דא עפעס בעצם ראנג מיט דאס וואס מ'רעדט פון אז זיי קלערן עס איז דא אן ערנסטער צד צו זיך בייגען צו דרישות פון משפחה וכדומה.

שטעלט איך פאר עס איז געווען א איד וואס האט געגעבן באהאלטענערהייט מתן בסתר צדקה פאר א געוויסער צוועק, און האט שאס געהאלטען שטרענג בסוד צוליב וואס ער האט געהערט צו א פארטיי וואס איז געווען צוקריגט מיט דער צדקה. און לאחר מותו האט ער מגלה דעת געווען ער וויל דאס מפרסם זיין. האט איינער א צד מען זאל עס נישט מפרסם זיין ווייל זיין משפחה באלאנגט נאכאלץ פאר דער צוקריגטער פארטיי?
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 1:08 am#172596
פון ווי ווייסטו אז ס'איז סאציאלע פרעשור? אפשר האט ער דאך געהאט א נדנוד משהו אז ק"ש איז נישט דער כשר וישר'דיגסטע מקום צו זיין און דאס צו מפרסם זיין לאחר מותו איז עם נישט ניחא!?
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 1:14 am#172598
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:פון ווי ווייסטו אז ס'איז סאציאלע פרעשור? אפשר האט ער דאך געהאט א נדנוד משהו אז ק"ש איז נישט דער כשר וישר'דיגסטע מקום צו זיין און דאס צו מפרסם זיין לאחר מותו איז עם נישט ניחא!?

ווייל אזוי האט ער געזאגט.

דער וואס האט א נדנוד משהו אז ק''ש איז נישט אויסגעהאלטען זאל פליז שוין יעצט אויפהערען שרייבען דא. דא איז נישט קיין פלאץ מקיים זיין ילבש שחורים ויעשה מה שליבו חפץ. דא איז א פלאץ וואס חברים מקשיבים ערליכע היימישע יונגעלייט קומען זיך צאם שמועסען און פארברענגען און ארויסברענגען אויךזאכען וואס אין דער גאס פאסט נישט מאיזה סיבה שיהיה.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 1:15 am#172600
לעיקוואד האט געשריבן:וואס אין דער גאס פאסט נישט מאיזה סיבה שיהיה.

זאגסט דאס זעלבע ווי מיר! טאקע ווייל אין גאס פאסט עס נישט זיצט מען דא אנאנים. אבער אויב זאגט ער אז מ'מעג איז טאקע עפעס אנדערש
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 1:17 am#172601
ליין איבער, דא שמועסט מען וואס איז די דין ביי א קאנפליקט צווישען רצון הניק וואס מיר ווייסען קלאר און רצון משפחתו.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 1:29 am#172608
מען פארגעסט דעם עיקר, רבותי. אחד מבני החבורה שמת ידאגו כל בני החבורה. והחי יתן אל לבו. ווען מען ליינט איצט איבער די תגובות פונעם נפטר ז"ל, כאפט א ציטער, עס שטארט ארויס דער היום כאן ומחר בקבר. מער אזוי, דעם "כל מעשיך בספר נכתבים".
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 1:56 am#172618
נאך א סיבה פאר נישט איז אז ס'ברענגט אריין א מרה שחורה. ס'איז נישט אזויווי מ'קען א לעבעדיג'ן מענטש און מ'ווייסט ער איז נישט געזונט געווען און ער גייט כדרך העולם. דא איז אלעס באהאלטן קיינער ווייסט נישט ווער דער צווייטער איז און איין שיינעם טאג שרייבט מען אז יענער ניק איז געגאנגען באפאלט אזא UFO ציטער. ס'איז אזא הסתר בתוך הסתר. איך בין געווארן בעצבות דערפון.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 1:59 am#172619
איך האב געוואלט מעלדן אז איך גיי שטארבן. די פונקטליכע צייט ווייס איך נישט קלאר, אבער אויב מ'זעהט איך פעהל א שטיק צייט קען מען אזוי אננעמען. ביטע שרייבן נאר שיינע זאכן אויף מיר, איך האב א סענסעטיווע נשמה.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 2:02 am#172622
לעיקוואד האט געשריבן:זייט ווען האט א משפחה / חברים א רעכט אויף די בחירות און לעגעסי פון א מענטש?


איך פרעג די קשיא אביסעל אנדערש, זייט ווען האט א מענטש די בחירה און לעגעסי אויף די געפילען פון זיין משפחה.
בכלל מיין איך אז א מענטש וואס גלוסט זייער שטארק אז מען זאל לאחר מותו אויפדעקן פונקטליך וואו און וואס ער האט געשריבען, דער דארף א ערענסטע אינטערזיכונג.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 2:04 am#172623
וואנצי דו ביסט פארזיכערט מיט א פעטן פארציע גאניידעם.
אויב האט אליהו הנביא אנגעוויזן אויף 2 בדחנים אז זיי זענען בני עוה"ב, ביסטו גארנישט ווינציגער. דו מאכסט פרייליך יעדן טאג אסאך מענטשן און דו דערהייבסט די געמיטער.

אויב ווילסטו זיין זיכער דערין, פרינט ארויס די תגובה און בעהט די חברה קדישא זאלן עס אריינלייגן מיט דיר אין קבר. אלע טויערן וועלן זיך עפענען פאר דיר.