Under maintenance
הויפט זייט » האט סאטמאר רב אויפגעמאכט בתי מדרשים?

האט סאטמאר רב אויפגעמאכט בתי מדרשים?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5583
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:31 pm#172923
האט סאטמאר רב אויפגעמאכט בתי מדרשים?
די אשכול איז אינספייערט געווארן דורך אן אשכול וואס איינער האט דא געפענט מיט אן ענליך קעפל. ("האט סאטמאר רב אויפגעמאכט מדרשים?")

וועט זיין אינטערעסאנט צו שרייבן און ציילן וויפיל סאטמארע בתי מדרשים איז דא ארום דער וועלט. דער ערשטער סאטמאר בית המדרש איז לכאורה געווען 500 בעדפארד, דאס צווייטע אויף 550 בעדפארד. דאס דריטע 152 ראדני. שפעטער איז צוגעקומען קינגס טערערס (ווען?) און זופניק מיט קליימער. היינט איז דא בערך 25 סאטמאר בתי מדרשים און שטיבלעך בלויז אין וויליאמסבורג אליינס. (און דאס איז נאך בעפאר אריינרעכען נאנאש, מאדע, וכדומה וואס גייען אויך מיט די שיטה ;) )

וויפיל זענען דא איז מאנסי, 3? אין בארא פארק איז דא ארום 10 ?

לאנדאן 5 ?

וויפיל זענען דא אין מאנטריאל? מאנשעסטער האט לעצטענס א נייע שול. איז דא א סאטמאר ביהמ"ד אין וויען? אסטראליע? בראזיל? ארגענטינע?

צוריק צום קעפל, וויפיל סאטמארער בתי מדרשים איז דא אויפן כדור הארץ וואס סאטמאר רב האט אויפגעמאכט? (ווייל אלעס איז מכוחו)

קומט עס אן צו 100 שטיק?
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:41 pm#172924
למען יתר הפונקטליכקייט, פון א היסטורישע קוק, וויפיל בתי מדרשים האט ער אויפגעמאכט...
ביז תשכ"ח
פון תשכ"ח ביז כ"ו אב תשל"ט
כ"ו אב תשל"ט ביז כ"ו תש"מ
פון תש"מ ביז בהעלותך תשנ"ט
בהעלותך תשנ"ט ביז ניסן תשס"ו
ניסן תשס"ו עד היום הזה

יעצט רעכען אריין ווען ער האט געוואוינט אין אורשיווא האט ער פארמאגט אין שוהל אין שטאט סאטמאר (וואס האט געהייסען ביהמ"ד דחסידי אורשיווא)
ווען ער איז שוין געוועהן סאטמאר רב האט ער געהאט א בית מדרש אין שטאט קראלי און אין ירושלים עיה"ק
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:55 pm#172928
אויב דו רעכענסט אלע בתי מדרשים וואס ווארפן זיך אונטערן שלייער פונעם רבי'ן זי"ע קענסטו מעגליך גרייכן א הויכען ציפער. אבער אויב רעכענסטו אטענטישע סאטמארע בתי מדרשים וואס זענען געגרינדעד געווארן און זענען אקאפירט דורך ערליכע תלמידים און ממשיכים פונעם רבי'ן, איז דא גאנץ ווינציג. דיין פראגע ברויך זיין וויפיל בתי מדרשים פון דעם 'בני יואל' פראקציע זענען דא אויפן וועלט.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:57 pm#172929
Do you really think that anyone here cares
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:57 pm#172931
די ערשטע סאטמארע ביהמ"ד וואס דער רבי ז"ל האט געעפנט איז מסתם אהל רחל אין ירושלים עיה"ק
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:59 pm#172932
פיטומי מילי האט געשריבן:Do you really think that anyone here cares

איך פיר מיר נישט צו ראגירן צו די וואס באניצן זיך מיט עפעס אנדערש ווי מאמע לשון. קענסט אידיש? אויב נישט אם אימנה אשמלה ואם אשמלה אימנה.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 9:12 pm#172938
שם א גוי'עשע, לשון נאר אידיש? מה פשט?
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 9:19 pm#172942
רויטע וואנצעס האט געשריבן:שם א גוי'עשע, לשון נאר אידיש? מה פשט?

דאס זענען צורידערטע אנגעווייטאגטע בני יואל מענטשען
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 9:20 pm#172944
מיליאן הופער סטריט? האסט פארגעסען?
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 9:22 pm#172946
גארנישט פארגעסן ס'איז אלעס אריינגערעכנט אין די 25 בתי מדרשים. איז דא מער פון 25 אין ווילי?
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 9:41 pm#172956
מ גפני האט געשריבן:די ערשטע סאטמארע ביהמ"ד וואס דער רבי ז"ל האט געעפנט איז מסתם אהל רחל אין ירושלים עיה"ק


מען האט געברענגט פריער דעם ארשיווער ביהמ"ד אין סאטמאר ווען דער רבי האט נאך געוואוינט אין ארשיווע.

גראדע מיין איך אז די שול איז שוין געשטאנען נאך בעפאר ער איז געווארן רב אין ארשיווע בכלל, בלויז וואוינענדיג אלס אינגערמאן אין סאטמאר.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 9:48 pm#172963
ONLY answers in YIDDISH
Dayn NICK '' THOMAS JEFFERSON '' sounds real YIDDISH.....
דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 9:59 pm#172971
טאמעס דזעפערסאן האט געשריבן:אויב דו רעכענסט אלע בתי מדרשים וואס ווארפן זיך אונטערן שלייער פונעם רבי'ן זי"ע קענסטו מעגליך גרייכן א הויכען ציפער. אבער אויב רעכענסטו אטענטישע סאטמארע בתי מדרשים וואס זענען געגרינדעד געווארן און זענען אקאפירט דורך ערליכע תלמידים און ממשיכים פונעם רבי'ן, איז דא גאנץ ווינציג. דיין פראגע ברויך זיין וויפיל בתי מדרשים פון דעם 'בני יואל' פראקציע זענען דא אויפן וועלט.

די בני יואל זענען די רעבעצינ'ס בתי מדרשים. זיי דארפן זיך עכט רופן בני אלטא פייגא. :roll: :lol: :x :P :cry: :o
פרייטאג יאנואר 03, 2014 1:53 am#173021
די מיליאן דאלער שאלה איז, צו רעכנט מען יעדן בית המדרש וואס ער האט אויפגעמאכט פאר איינס אדער פאר צוויי?
פרייטאג יאנואר 03, 2014 4:35 am#173049
יאיר האט געשריבן:די מיליאן דאלער שאלה איז, צו רעכנט מען יעדן בית המדרש וואס ער האט אויפגעמאכט פאר איינס אדער פאר צוויי?


אויב איך מעג דיר קארעקטן, עס איז נישט א מיליאן דאלער שאלה, עס איז א שאלה פון שווערע מליאנען.
מיטוואך אפריל 29, 2015 4:43 pm#270975
משוגעים!
סאטמאר רב האט נישט געעפענט קיין שולן. ווי ס'האבן געוואינט א קבוצה סאטמערע חסידים האבן "זיי" געעפענט די שולן. הערשט נאכ'ן עפענען האט מען ארויפגעלייגט די סיין בנשיאות וכו'.
מיטוואך אפריל 29, 2015 5:34 pm#271002
אויסער פאפא צעהלים און וויען, האט ער אסאך שוהל'ן פארמאכט.
מיטוואך אפריל 29, 2015 11:28 pm#271127
וויפיל שול׳ן האט יונג איזראעיל און אגודת ישראל געגרינדעט?

וויפיל שולען האט דער ליובאוויטשער רבי געגרינדעט?
מיטוואך אפריל 29, 2015 11:46 pm#271132
אז די ברענגסט ארויף אגודת ישראל שולן איז מיר טאקע אינטערעסאנט צו וויסן אויב אין די לעצטע 30 - 20 האט זיך געעפענט עני נייע אגודת ישראל שול.( די נייע שול אויף 49 אין בארא פארק פלעגט זיין אויף 14 עוו., זיי האבן זיך אריבערגעצויגן צו א נייע לתקציב אבער ס'איז אן אלטע שול.)
מיטוואך אפריל 29, 2015 11:59 pm#271140
berlbalaguleh האט געשריבן:
טאמעס דזעפערסאן האט געשריבן:אויב דו רעכענסט אלע בתי מדרשים וואס ווארפן זיך אונטערן שלייער פונעם רבי'ן זי"ע קענסטו מעגליך גרייכן א הויכען ציפער. אבער אויב רעכענסטו אטענטישע סאטמארע בתי מדרשים וואס זענען געגרינדעד געווארן און זענען אקאפירט דורך ערליכע תלמידים און ממשיכים פונעם רבי'ן, איז דא גאנץ ווינציג. דיין פראגע ברויך זיין וויפיל בתי מדרשים פון דעם 'בני יואל' פראקציע זענען דא אויפן וועלט.

די בני יואל זענען די רעבעצינ'ס בתי מדרשים. זיי דארפן זיך עכט רופן בני אלטא פייגא. :roll: :lol: :x :P :cry: :o

דער זיכרון איז זייער אן אינטרעסאנטע זאך. איינס פון די נפלאות הבורא. ליינענדיג די תגובה, פון אנדערטהאלבן יאר צוריק, איז עס מיר זייער שטארק געפאלן. איך האב געזוכט דעם לייק באטן. געוואלט געבן א לייק. פלוצלינג זעה איך גאר אז איך אליינס בין דער בעל המימרא... :lol: :roll:
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:14 am#271146
בערל'ן, כ'האב דאך יא א גוטע זכרון, האב איך מיך דערמאנט אז דו האסט שוין אמאל געשריבן דעם זעלבן סארט תגובה, עי' כאן ותמצא נחת... l viewtopic.php?p=265736#p265736 l , ודו"ק.
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:16 am#271147
ATUB @berlbalaguleh ATUB ,
נאך א נקודה, פון די אלע סימנים: :roll: :lol: :x :P :cry: :o ביים פריערדיגן תגובה, העסטו ווען געדארפט פארשטיין אז נאר בערל בעל עגלה האט געקענט האבן געשריבן דעם תגובה...