Under maintenance
הויפט זייט » אפדעיטס איבער די לעצטיגע קראכן

אפדעיטס איבער די לעצטיגע קראכן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5591
פרייטאג יאנואר 03, 2014 1:01 pm#173131
אפדעיטס איבער די לעצטיגע קראכן
ווי מיר האבן שוין געשריבן עטליכע מאל ווייסן מיר נאך נישט וואס דער גורם פון די לעצטיגע קראכן איז. טעכניקער ארבעטן אויף דעם, און מיר וועלן אינפארמירן דעם ציבור ברגע וואס מיר ווייסן עפעס מער. דאס קענען מיר גאראנטירן אז מיר וועלן נישט שוינען קיין צייט און געלט זיכער צו מאכן אז דער פראבלעם זאל ווערן מסודר.

אמאל קען נעמען צייט ביז א מנהל באמערקט אז דער סייט האט געקראכט, און דעריבער זענען מיר דאנקבאר פאר די וואס שיקן אונז אן אימעיל צו e kaveshtiebel@gmail.com e , אז מיר זאלן תיכף וויסן אז עס האט פאסירט.

אין פאל פון א קראך פרובירן מיר ווי ווייט מעגליך צו האלטן דעם ציבור אינפארמירט אויף "טוויטער", ביי @kaveshtiebel.

עס איז דא א מעגליכקייט אז דער סייט וועט זיין אויסגעשאלטערט היינט פאר א קורצע צייט, צוליב ארבעט וואס ווערט געמאכט אויף דעם סיסטעם.
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 6:04 pm#175085
עס האט נאך אמאל געקראכט היינט ווייסט מען נאך נישט וואס איז די פראבלעים?
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 6:11 pm#175087
לעמיל האט געשריבן:עס האט נאך אמאל געקרכט היינט ווייסט מען נאך נישט וואס איז די פראבלעים?

איך האלט אז די מאפיא האט ג'זען אז מיר זענען עבאוט צו כאפן דעם קאלפריט האבן זיי גקראכט דעם סייט.
אדער די פאליס-לייט די וועלכע האבן אן אג'ענדע קעגן שטארק, קעגן פערלמוטטער, קעגן שומרים, קעגן וויליאמסבורג, קעגן חסידים, קעגן יידן, פרא-נ.י. פאסט, פרא טענענטס - יענער האט דאס געטוהן.
ווער ווייסט?
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 6:17 pm#175089
פאלט דיך נישט איין אז ATUB @איחוד פעלד ATUB שטייט אונטער דער אטאקע? ער נעמט מיסתאם נקמה.
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 6:20 pm#175091
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:עס האט נאך אמאל געקרכט היינט ווייסט מען נאך נישט וואס איז די פראבלעים?

איך האלט אז די מאפיא האט ג'זען אז מיר זענען עבאוט צו כאפן דעם קאלפריט האבן זיי גקראכט דעם סייט.
אדער די פאליס-לייט די וועלכע האבן אן אג'ענדע קעגן שטארק, קעגן פערלמוטטער, קעגן שומרים, קעגן וויליאמסבורג, קעגן חסידים, קעגן יידן, פרא-נ.י. פאסט, פרא טענענטס - יענער האט דאס געטוהן.
ווער ווייסט?

טאקע אינטערסאנט אז איי וועלט האט נישט געקראכט זעהט אויס פון איי וועלט האבן די חברה נישט מורא! לאל
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 6:35 pm#175098
zurich האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:עס האט נאך אמאל געקרכט היינט ווייסט מען נאך נישט וואס איז די פראבלעים?

איך האלט אז די מאפיא האט ג'זען אז מיר זענען עבאוט צו כאפן דעם קאלפריט האבן זיי גקראכט דעם סייט.
אדער די פאליס-לייט די וועלכע האבן אן אג'ענדע קעגן שטארק, קעגן פערלמוטטער, קעגן שומרים, קעגן וויליאמסבורג, קעגן חסידים, קעגן יידן, פרא-נ.י. פאסט, פרא טענענטס - יענער האט דאס געטוהן.
ווער ווייסט?

טאקע אינטערסאנט אז איי וועלט האט נישט געקראכט זעהט אויס פון איי וועלט האבן די חברה נישט מורא! לאל

אין די צייט וואס ביי אונז האבן אונזערע חרטומים און חכמים זיך גשטדלד צו אפירזוכן דעם רוצח. גוגל מאפס, אלע צייטונגען וכו' זענען די ליידיג-גייערס אויף אוי-וועלט גזעסן און גזוכט וועלכע עבירות פון דעם דור האט גהרג'ט שטארק...
אנבעליוועבל.
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:13 pm#175187
איי-וועלט הייסט טאקע וועלט אבער ווערד א שטיבל, קאווע איז טאקע א שטיבל אבער ווערט א "וועלט"!!!!
זונטאג יאנואר 12, 2014 4:08 pm#175788
שוין ווידעראמאל געקראכט, אבער אויף מיין טעלעפאון ארבייט עס נאך
זונטאג יאנואר 12, 2014 4:10 pm#175789
ראשעקאל האט געשריבן:שוין ווידעראמאל געקראכט, אבער אויף מיין טעלעפאון ארבייט עס נאך

מוציא שם רע.
זונטאג יאנואר 12, 2014 4:14 pm#175790
דאס באקים איך אויף קאמפיאטער
זונטאג יאנואר 12, 2014 4:20 pm#175793
זעהט אויס ס'קומט פאר וואלן פאר ראש-הקהל פאזיציע...
ביי מיר, דא אין זכרון משה, ארבעט עס פיין.