Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » איזי ענגלענדער און באבוב (48)

איזי ענגלענדער און באבוב (48)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 42 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5670
זונטאג יאנואר 12, 2014 10:46 pm#175904
איזי ענגלענדער און באבוב (48)
ווי באקאנט איז דער באבובער רב ר' בן ציון שליט"א פון די גרעסטע תקיפים צווישן די רבי'ס. ער דערשרעקט זיך נישט פון קיינעם נישט און טוהט וואס ער וויל. א הויפט סיבה איז ווייל ער דארף נישט קיין געלט פון קיינעם. קודם כל איז ער אליינס א גרויסע עושר, אבער ער דארף ניטאמאל ניצן זיין אייגענע געלט. ער האט א געלט קוואל וואס געט וויפיל געלט ס'פעלט נאר אויס. 


באבוב מאכט יעדעס יאהר א דיננער פאר די מוסדות, אבער ס'איז נישט אזוי וויכטיג אז ס'זאל אריינקומען אסאך געלט, ווייל יעדע דעפיציט ווערט אנגעפילט דורך דעם גרויסן ביליאנער איזי ענגלענדער. ענגלענדער איז פון די 200 רייכסטע מענטשן אויף די וועלט, און זיין נאמען שטייט יעדעס יאהר אין די פארבס ליסט פון די 400 רייכסטע מענטשן. ער איז נישט צו א גרויסער פרומער (איך וויל נישט רעדן ווייל איך קען נישט גענוי די פרטים פון זיין האלב פרומען לעבן) אבער עס איז אים אריין אין קאפ אז ער וויל שטיצן באבוב 48 עד הסוף. און עס גיסט זיך טאקע פון אים געלט. 
620x434.jpg
620x434.jpg (16.99 KiB) געזען געווארן 4905 מאל


היינט נאכט קומט פאר א חתונה פון איינע פון באבובער רב'ס קינדער, און די גאנצע חתונה ווערט אויסגעצאלט דורך איזי ענגלענדער. נאכדעם וואס א בחור פון קדושת ציון באבוב אין א"י האט געשיקט אן אימעיל צו איזי אים בעטן אז ער זאל באצאלען טיקעט'ס פאר אלע בחורים, האט איזי מסכים געוועהן דערצו, און אלע בחורים זענען טאקע געקומען צו פארן צו די חתונה. 


פאלגענד איז א בריוו וואס מ'האט געשיקט צו איזי נאכדעם וואס ער האט געענטפערט אז ער איז מסכים צו באצאלן די טיקעט'ס פאר אלע בחורים פון ישיבה קדושת ציון. 
זונטאג יאנואר 12, 2014 11:01 pm#175910
איז דער ישראל עקיבא בערגער דער חותם אינעם אי-מעיל א בחור אדער א אנגעשטעלטע אין דער דארטיגע ישיבה?
מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:17 pm#176043
איך האב הנאה אז מען האט אויסגעמעקט זיין אימעיל אדרעסס אז אנדערא אידן זאלן חלילה נישט בעטן פון אים קיין צדקה...
דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:11 am#176187
ווי אזוי גיט מען אים אריין אין קאפ אויסצוהאלטן דעם שמעקעדיג? איך דארף נישט צופיל. איך בין א מסתפק במועט.
מאנטאג פעברואר 03, 2014 8:54 pm#181370
די סכומים וואס ער געבט זיי. ממש משוגע
m http://www.milliondollarlist.org/donors ... foundation m
דינסטאג פעברואר 04, 2014 1:42 am#181472
מן הסתם באקומט ער צוריק קעש...
דינסטאג פעברואר 04, 2014 2:09 am#181476
גנדי האט געשריבן:מן הסתם באקומט ער צוריק קעש...


אדער א כפרה אויף זיינע עבירות. דאס איז ווערט אסאך מער ווי קעש...
דינסטאג פעברואר 04, 2014 2:12 am#181477
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:די סכומים וואס ער געבט זיי. ממש משוגע
http://www.milliondollarlist.org/donors ... foundation


דאס איז סיריעס סטאףף. זיין טאטע האט אזאנס קיינמאל נישט געהאט. (וכל זה איננו שוה לי...)
דינסטאג פעברואר 04, 2014 10:12 am#181484
האבן כאטש די באבובע חסידים ביליגער שכר לימוד?
דינסטאג פעברואר 04, 2014 10:33 am#181488
פונקט באמערקט אז דער איזי גייט אומאיידעלע געלזער וואס פאסט נישט פאר א באבוב'ער חסיד און קומט נישט נאך די תקנות פון ר' בן ציון'ס פארשריפטן און תקנות... איך האף אז עס איז נישט כח הפועל בנפעל...
דינסטאג פעברואר 04, 2014 10:40 am#181489
Bnos Zion of Boston

דאס איז א טעות?
דינסטאג פעברואר 04, 2014 2:27 pm#181530
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:די סכומים וואס ער געבט זיי. ממש משוגע
http://www.milliondollarlist.org/donors ... foundation


קען איינער ארויסשרייבען דו נאמבערס?
כ'קען נישט אריינגיין, שכויח.
דינסטאג פעברואר 04, 2014 4:04 pm#181549
איך טראכט אזוי צי מיר, איז דא נאך א חסידות וואס האט אזא גרויסע ATM machine?
שאד מ'קען נאר זעהן ביז יאר 2009, איך ווינדער מיך וואס איז געשעהן זייט דעמאלטס, געגעבן וויניגער צו מער?
אין געבט ער אויך פאר פריוואטע ארימערלייט? אדער נאר די מוסדות? אין ווי אזוי האבן זיי געלייגט א האנט אויף אזא פיש?
דינסטאג פעברואר 04, 2014 7:27 pm#181599
.
דינסטאג פעברואר 04, 2014 8:03 pm#181614
זיך פארלאזן אויף איין עושר איז פון די ערגסטע זאכן וואס א חסידות קען טוהן.
באבוב 45 האט זיך פארלאזט אויף ר' בן ציון דאננער ז"ל פאר אפאר יאר און זיך נישט צוגעגרייט צו דעם טאג וואס ער איז געשטארבן אין אן עקסידענט. יעצט האבן זיי נישט קיין פעני ווייל זיי האבן זיך דעמאלס געלאזט וואוילגיין און געגעבן גרויסע סעלערי'ס.
דינסטאג פעברואר 04, 2014 8:12 pm#181617
און?
באבוב 48 האט נאר איין גביר?
דינסטאג פעברואר 04, 2014 8:54 pm#181628
ניין, אבער זיי האבן נאר איין גביר וואס געבט אזעלכע סכומים.
באבוב 45 האט אויך נאך גבירים, זיי געבן אבער נישט וואס דאננער פלעגט געבן.
דינסטאג פעברואר 04, 2014 11:06 pm#181648
משה רוקח האט געשריבן:ניין, אבער זיי האבן נאר איין גביר וואס געבט אזעלכע סכומים.
באבוב 45 האט אויך נאך גבירים, זיי געבן אבער נישט וואס דאננער פלעגט געבן.

די רעדסט ממש שטותים, זיי זענען אין פעקל וויבאלט איינער געבט זיי ריזיגע סכומים?
אין טאמער דער איינער עקסטירט נישט געמאלטס זענען זיי נישט אין פעקל?
מיטוואך פעברואר 05, 2014 12:48 am#181663
און טאקע דערפאר שנארן זיי ווייטער, סיי ביים המון עם, און סיי ביי עשירים.

איזי איז בעיקר פאר נייע פראיעקטן, וואס זינט ער איז דא, בויט באבוב כסדר נייע זאכן.
פאר פריוואטע צדקות פאר באבובע חסידים
און צו דעקן דעם לאך אינעם בודזשעט
און פאר באבובער רב'ס שטוב געברויכן.

די בודזשעט פון די מוסד לויפט כמעט אינגאנצן אן אים, עכ"פ אין ניו יארק, ארץ ישראל שטייט אויף אים, אבער באבוב אין אמעריקע לויפט כמעט אן איזי, שכר לימוד צענטראלע דינער איינמאל א יאר, און אלע אנדערע עשירים.

טאקע דערפאר ווייל מען האט דעם בליק אויפן יום המחרת...
מיטוואך פעברואר 05, 2014 1:06 am#181671
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:טאקע דערפאר ווייל מען האט דעם בליק אויפן יום המחרת...


זייער גערעכט און קלוג.
אבער אזוי ווי די לינק זאגט רעדט מען דא פון שווערע מיליאנען. באלט 10 א יאר.
טאמער אלץ פארט אן עיהם אין מען ניצט עיהם נאר אויפן יום המחרת, דעמאלטס לוינט זיך צו באגאנבנען ר' ב"צ ווי איידער א באנק.
אוטער'ן מאטראץ האט ר' ב"צ 50 רעדלעך?
מיטוואך פעברואר 05, 2014 3:14 am#181683
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
משה רוקח האט געשריבן:ניין, אבער זיי האבן נאר איין גביר וואס געבט אזעלכע סכומים.
באבוב 45 האט אויך נאך גבירים, זיי געבן אבער נישט וואס דאננער פלעגט געבן.

די רעדסט ממש שטותים, זיי זענען אין פעקל וויבאלט איינער געבט זיי ריזיגע סכומים?
אין טאמער דער איינער עקסטירט נישט געמאלטס זענען זיי נישט אין פעקל?


When they had the big money, they were very excited and hired a lot of people for jobs that aren't important, bought buildings and bought a lot of stuff they don't need in general.
These people that were hired are very hard to fire now that there isn't the money to pay for them.
So yes, because they had gotten the huge amounts of money, that's why they don't have money now days.
מיטוואך פעברואר 05, 2014 3:18 am#181684
משה זאגסט גוט, אבער וואס זאל איך דיר זאגן, אין דעם הינזיכט איז 48 פיל בעסער ווי 45 וועלכע האבן געמיינט דאננער וועט אייביג לעבן און האבן זיך טאקע ניש געזארגט פאר דעם מארגן, 48 אבער זארגן זיך יא פאר דעם מארגן, און זיי האבן א געהעריגן פולן שנאר אפאראט אויסער איזי. יא, 48 זענען בעסערע חברה'לייט ווי 45.
מיטוואך פעברואר 05, 2014 7:19 am#181691
48 האט געבויט א נייע קעמפ און סאוט פאללסבארג פאר די ישיבה קטנה פון סקרעטש.
ברענד ניו בנינים, הערליך שיין, לענדסקעפינג, באנגעלאוס פאר סטעףף.
כפי ידיעתי איז דא גאר ווינציג אדער גאר קיינער וואס האט דאס געטוהן, יעדער קויפט און בויט איבער אביסל, אבער גענצליך ניי דאס קען באבוב זיך ערלויבן צוליב איזי.
העלפן איזרעלי חסידים פינאנציעל דאס קען זיך באבוב ערלויבן צוליב איזי.
מאכן פענסי חתונות ביי די קינדער, דאס קומט א דאנק איזי
ער גיבט משוגענע געלטער, אבער עס ווערט געספענדט אויף זאכן וואס מען קען עקזעסטירט אן דעם אויך
מיטוואך פעברואר 05, 2014 3:49 pm#181851
גראדע איז דאס בויען פון סקרעטש געוועהן דער גרעסטע חורבן וואס זיי האבען געקענט טוהן.
די באנגאלאויס זענען טאקע פריש ניע און גרויס.
אבער דאס אויסשטעל פון דער קעמפ ווי די בנינים זאלן זיין פלאנצירט, ביימער, וכדו' וכדו' איז איין גרויסער דיסעסטער.
אן א קאפ אן קיין מח. אלעס איז צאמגעשטופט אין איין קליינע שטח.
יא, דער פראפאגאנדע איז געלונגען.
מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:09 pm#181944
איך מיין אז די עולם דא ווייסט נישט קיין פאקטן. 45 האט היינט צו טאגס אסאך פראפערטיס אגרויס חלק צו באדאנקן רב״צ דאננער, אזוי אז צו זאגן אז די געלט איז נישט דא איז סתם אן עוולה, אויף איין פינגער וואס איך געדענק, די באלקאני בנין מיטן טעמפל אויף 14&49 איז זיכער א 15 מיל., די מתיבתא בנין אויף ניו יוטרעכט אין 52 אויכעט א 6-7 מעלאנערס, צוויי קעמפס, דאננער האט געגעבן די דיפאזיט אויף די 24 מיל. דאללאר בילדינג אויף 15&60, אזוי אז די רוב רובו פין זיין געלט האט מען יא קליג גענוצט, אין איך זעה גארנישט אז באבוב 45 איז עפעס אזוי אין די ערד, צו הייסט שוין א לענגערע תקופה אז מען צאלט אין אלע מוסדות פינקטליך אויף צייט, זיי האקן אריין יעצט 11 מעלאנערס אויפן 60&15 בנין פאר קרוב צו הונדערט קלאסן מיט צוויי חתונה זאלן. גארנישט אזוי נעבעכגיג.....