Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » "ירידת הדורות" א פאקט אדער א יסוד אין אמונה?

"ירידת הדורות" א פאקט אדער א יסוד אין אמונה?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
14 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 64 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5672
דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:24 pm#176440
רב נחמן האט נישט געשריבן דעם ליקוטי מוהר"ן, דאס האט רבי נתן אויך געשריבן. אויסער א קליינע צאל תורות וואס עס שטייט פארדעם "לשון רבינו", דאס האט רבי נחמן פארגעזאגט מיט דעם לשון און רבי נתן האט עס אפגעשריבן.
בכל אופן פארשטיי איך נישט וואס דו מיינסט. איך רעד דאך פון וואס רבי נתן האט אפגעשריבן וואס ער האט געהערט פון רבי נחמן.
דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:26 pm#176444
דעם ערשטן חלק לקוטי מוהר"ן איז נישט פון רבי נחמן'ס כתבים?
איך מיין צו פרעגן, ר' נחמן אליין האט געהאט אזא שיטה אז מ'דארף אלעס דרוקן, אדער ער האט נאר פערצופאל געהאט אזא תלמיד וואס האט אלעס אפגעשריבן און געדרוקט רוב, און ווען ר' נתן וואלט גראדע געווען ביים שפאלער זיידן וואלטן מיר געוואוסט אלע לשון הרע'ס וואס דער שפאלער זיידע האט געזאגט?
דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:30 pm#176448
ניין. אזוי ווי איך האב פריער געזאגט.

רבי נחמן האט זייער שטארק געוואלט דרוקן דעם ליקוטי מוהר"ן און ער האט אסאך געטוהן אין דעם כמבואר בחיי מוהר"ן און אזוי אויך די סיפורי מעשיות און ספר המדות. וועגן די שיחות איז עס בעיקר געווען רבי נתן וואס האט געזאגט אז פון די שיחות קען מען אמאל מער נתעורר ווערן ווי פון די תורות. רבי נחמן פלעגט עמטליך זאגן תורה ברבים נאר זעקס מאל א יאר. אבער פון זיינע שמועסן האט זיך אסאך מאל פארצויגן צו דברי תורה וחיזוק וואס דאס האט רבי נתן אפגעשריבן, טייל אין ליקוטי מוהר"ן און טייל אין שיחות וחיי.
דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:31 pm#176449
יאיר האט געשריבן:רבי נחמן האט דאך נישט געהאלטן פון דאקטוירים ;)


כ'דענק הערען א טעיפ פין ר' שיק, ווי ער זאגט אז ר' נחמן האט געהאלטען אז מען זאל דוקא גיין צו די גרויסע דאקטוירים, וואס האבען שוין דורכגעמאכט אלע עקספערימענטען אויף "גוים" ווייל אידען זענען נישט געמאכט מען זאל אויף זיי עקספערימענטען, זאלען זיי פריווען אלעס אויף גוים, און אידען זאלן באקומען נאר די דאקטוירים וואס ווייסען שוין אלעס. עפעס אזוי.

פין ווי נעמסטו אז ער האט נישט געהאלטען פין דאקטוירים?
דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:32 pm#176451
ס'איז דאך דא זיין באקאנטע תורה וועגן רפואות, ניין?
קענסט אלץ טרעפן אין זיינע תורות באהאלטן. (קענסט אויך אלץ נישט טרעפן)
דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:37 pm#176453
יאיר האט געשריבן:רבי נחמן האט דאך נישט געהאלטן פון דאקטוירים ;)

אבער דו האסט געכאפט די נקודה...

איחוד פעלד האט געשריבן:פין ווי נעמסטו אז ער האט נישט געהאלטען פין דאקטוירים?

ער האט אסאך גערעדט פון דעם כמבואר בחיי מוהר"ן. און בעיקר ווייל ער האט געהאלטן אז זיי זענען אזוי צוריק געשטאנען און זיי מאכן מער שאדן ווי הילף. און ער האט געזאגט אז אויב גייט מען שוין יא צו א דאקטער זאל מען גיין צום גרעסטן דאקטער, כידוע אז די קליין שטעטלדיגע דאקטורים זענען געווען פאלנע רוצחים.
היינט ווען די חכמת הרפואה איז שוין אזוי מפותח איז פארשטייט זיך אסאך בעסער אין די נושא.
מיטוואך יאנואר 22, 2014 12:56 am#178325
ברסלבער האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:רבי נחמן האט דאך נישט געהאלטן פון דאקטוירים ;)

אבער דו האסט געכאפט די נקודה...

איחוד פעלד האט געשריבן:פין ווי נעמסטו אז ער האט נישט געהאלטען פין דאקטוירים?

ער האט אסאך גערעדט פון דעם כמבואר בחיי מוהר"ן. און בעיקר ווייל ער האט געהאלטן אז זיי זענען אזוי צוריק געשטאנען און זיי מאכן מער שאדן ווי הילף. און ער האט געזאגט אז אויב גייט מען שוין יא צו א דאקטער זאל מען גיין צום גרעסטן דאקטער, כידוע אז די קליין שטעטלדיגע דאקטורים זענען געווען פאלנע רוצחים.
היינט ווען די חכמת הרפואה איז שוין אזוי מפותח איז פארשטייט זיך אסאך בעסער אין די נושא.



ייש"כ פאר דאס קלאר מאכען, ווייל פין יאיר'ס ווערטער וואלט אויסגעזעהן כאילו ר' נחמן האט נישט געהאלטען פין דאקטוירים נוסח זידיטשויב, אז מען דארף נישט גיין צו קיין דאקטאר קיינמאל, אפילו א גרויסע דאקטאר, ווי די רמב"ן זאגט דער וואך אויף ורפא ירפא.
מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:21 am#178329
נמחק
מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:53 am#178341
ATUB @איש עברי ATUB , דיין שאלה פארוואס הרה"ג דומ"ץ קהילתינו הק' שליט"א קריגט זיך נישט מיטן חתם סופר, דאס איז לאו דווקא תלוי צי מ'נעמט אן אז די גאנצע דור איז שוואכער ווי אמאל, עס איז א בחינה פון א תלמיד נגד רבו. א תלמיד, מצד דרך ארץ, וועט טראכטען צוויי מאל איידער ער איז זיך מחולק מיט זיין רבין.
מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:56 am#178344
נמחק
מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:00 am#178346
זכר צורר לשמצה.
מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:05 am#178356
קאווע טרינקער האט געשריבן:@איש עברי, דיין שאלה פארוואס הרה"ג דומ"ץ קהילתינו הק' שליט"א קריגט זיך נישט מיטן חתם סופר, דאס איז לאו דווקא תלוי צי מ'נעמט אן אז די גאנצע דור איז שוואכער ווי אמאל, עס איז א בחינה פון א תלמיד נגד רבו. א תלמיד, מצד דרך ארץ, וועט טראכטען צוויי מאל איידער ער איז זיך מחולק מיט זיין רבין.

איך האב נישט געמיינט די משל פון חתם סופר דווקא, , אויב דיין דומ"צ איז א חתם סופר איד דאן לאמיר זאגן די נודע ביהודא וכדומה, און איך בין נישט אזוי זיכער אז פאר א רבי בדורו האט די דומץ שליט"א אויך אזא דרך ארץ [חוץ פאר כ"ק אדמו"ר שליט"א כמובן]
מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:23 am#181723
ירידת הדורות (אונז גייען אויף אן ענליכער וועג)
מאנטאג פעברואר 17, 2020 3:14 pm#443052
אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך דא דעם (ענליכן) פענאמענאן/געפיל פון דעקלייניזם; אז מ׳פיהלט אז עס איז אמאל בעסער געווען און יעצט זענען שוין נישט ״די אמאליגע גוטע צייטן״. איינע פון די אנגעבליכע סיבות דערצו, וואס ATUB @לעיקוואד ATUB האט דערמאנט, איז דאס בייעס פון דאס ראזי רעטראספעקשאן און די פאליאנא פרינציפ; אז מ׳קוקט און געדענקט דעם אייגענעם עבר מיט א מער פאזיטיווע בליק, ארויסהייבענדיג די פאזיטיווע חלקים און פארדעקן (בלא יודעים אין מח) די נעגאטיווע חלקים. דאס איז פאר יעדע מענטש, ווען ער קוקט צוריק אויף זיינע ימי חורפו, איז דאס עקסייטמענט וכו׳ פון זיינע ימי ילדותו/בחרותו/אברכותו א נאסטאלגיע און זעהט אים אויס ״מער״ ווי יעצט.

יעצט, בנוגע ווי אזוי אונזער (אולטרא) אויסקוק אויף רעליגיעזע געפירעכץ וכו׳, וואס ארבעט גאר שטארק מיט ״מסורה״ און שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך, ווערט דאס לכאורה א קאמיולעטיוו עפעקט פון דאס וואס דער טאטע גיבט איבער איבער דאס ״געוואלדיגקייט/גוטסקייט/גרויסקייט/בעסערקייט״ פון זיינע ימי בחרות וואס דעמאלטס האט ער מקבל געווען פון זיין טאטע (וממילא איז דאס אליין אויך א חלק פון זיין ראזי רעטראספעקשאן ונאסטאלגיע, ודוק) איבער דאס ״געוואלדיגקייט/גוטסקייט/גרויסקייט/בעסערקייט״ פון זיינע ימי בחרות אא״וו אא״וו. (פארשטייט זיך אז דאס ווערט נאך מער געשטארקט ווען מ׳לייגט צו דערצו דעם רעליגיעזן אימפעריטיוו פון דאס האלטן/גלייבן אין די מושג כדי אויף אנצוהאלטן טאקע אט די געדאנק פון מסורה/טראדישאן; ווי ערווענט, אלס אן אמונה הכרחית.)

אגב האב איך געטראכט אז דאס קען אפשר פארענטפערן ATUB @קטלא קניא ATUB ׳ס שאלה איבער ״למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד?״. ווייל, ווי באקאנט, איז טראמפ א גאנץ שטארקע פראפאנענט פון [אמעריקאנע] דעקלייניזם [״מעיק אמעריקע גרעיט עגעין״], וואס די געדאנק בכלל רעדט צו חסידים...
דאס גייט דאך אלעס סתם אזוי מיט מיט דעם אז (אולטרא) רעליגיעזע (אידן) גייען אין אלגעמיין מיט מיט קאנסערוואטיזם. דאס איז (לכאורה) ווייל א חלק פון איר אידעאלאגיע איז, כשמו כן היא, אנצוהאלטן און קאנסערוון די (ווי נישט) אמאליגע לעבנסשטייגער, ווירדן וכו׳, ווייל דאס האלט זי איז גוט (לעומת מער ״פראגרעסיווישקייט״). ובפרט ריעקשינערי(סט) קאנסערוואטיזם (וואס לויט דער פאליטישער סייענטיסט דר. קארי ראבין איז דאס די קאנסערוואטיזם פון/אין אמעריקע כהיום), וואס דאס איז למעשה טראמפ׳ס פאליטישע מעסעדזש.
‏(ובפרט אז קטלא פארגלייכט אים אין די קאנטעקסט צו (היינטיגע) רביס, וואס ביי מנהיגים נוצט מען דאך די טעזע פון ירידת הדורות אין גרויסן כידוע.)