זונטאג יאנואר 19, 2014 2:56 pm#177347
להחזיר עטר"ה ליושנה: רב"צ מבאבוב און דער שטריימל-קרוין
עס איז ברייט באקאנט געווארן די לעצטע וואך אז נאכדעם וואס הרב בן ציון האלבערשטאם, אדמו"ר מבאבוב (48), האט געהערט אז זיין צוקונפטיגער איידעם האט אנגעטון א שטריימל מיט א "קרוין" ביי זיין שבת-אויפרוף אין לאנדאן, האט ער ארויסגעגעבן א באפעל אז ער זאל אראפשניידן דעם קרוין. עס זענען טאקע פארשפרייט געווארן בילדער פון דעם חתן מיט זיין שטריימל ווען עס האט נאך פארמאגט דעם קרוין, און נאכדעם וואס עס איז געווען הוסרה העטרה.
דא אין קאווע שטיבל איז שוין ברייט דורכגעטון געווארן די היסטאריע פון דעם שטריימל וואס שטאמט פון דעם מלבוש ווי פריצים זענען געגאנגען אין מזרח-אייראפע, און עס איז אינטערעסאנט צו כאפן א בליק אויף ווי עקסטרעם א מענטש קען דאס נעמען, און ווי סעלעקטיוו ער איז לויט זיין אייגענעם טעם.

א קעניגליכער שטריימל פון פערצנטן יאר-הונדערט
ווי מיר ווייסן זעט דער היינטיגער שטריימל בכלל נישט אויס ווי די שטריימלעך מיט וועלכע מ'איז געגאנגען 40-50 יאר צוריק, און אוודאי נישט ווי די שטריימלעך פון פאר'ן חורבן. די הויפט שינוי איז אין דעם הייעך פון דעם שטריימל, וואס האט זיך געטאפלט און דערנאך געטריפלט. נאך א שטארקע שינוי איז אנשטאט די פעל זאל זיין ווייך, און ארומנעמען און דערווארימען דעם קאפ, איז עס דערהויבן געווארן צום שפיץ קאפ ווי א פארהארטעוועטן צילינדער.

אן אמאליגער שטריימל
הרב בן-ציון הנ"ל האט זיך אבער לעצטנס פיקסירט אויף איין פרט פון דעם שטריימל וואס איז נשתנה געווארן. ער אליין גייט מיט א שטריימל וואס זיינע זיידעס פון הונדערט יאר צוריק וואלטן בכלל נישט דערקענט ווי א שטריימל, אבער אים שטערט דווקא איין פרט: אמאל פלעגט דער קאפל אינמיטן דעם שטריימל זיך ארויסזען פון אויבן, און היינט, וויבאלד די האר ווערט ארויפגעקעמט, זעט זיך עס נישט ארויס.
דער באבוב-48ער רב איז שטארק מקושר צו אמאליגע אידישע ווערטער און אויסשפריכן. ער האט מגלה געווען אז דעם קאפל פון דעם שטריימל האט אמאל מען גערופן "וויערך", וואס מיינט "דאס וואס גייט איבער". משם ראיה אז דער קאפל פון דעם שטריימל דארף איבערגיין דעם עצם שטריימל.
ווי איך פארשטיי איז די כוונה צו דעם רוסיש-אוקראיניש ווארט "верх", וואס באדייט "דער העכסטער חלק". הרב בן-ציון האלט אז וויבאלד מען האט דעם חלק פון דעם שטריימל גערופן מיט א ספעציעלן נאמען איז א ראיה אז דאס דארף זיין דער העכסטער חלק פון דעם שטריימל, און דעריבער האט ער באפוילן אז מ'זאל באזייטיגן דעם "קרוין" פון זיין טאכטער'ס חתנ'ס נייעם שטריימל.
עס איז מאדנע ביז גאר ווי עס ווערט געבויט א תורה שלימה אויף א משמעות פון א רוסיש ווארט אזש ביז'ן דיקטירן אנדערע וואס צו טון, ווען די גאנצע צורה פון דעם מלבוש איז ראדיקאל אנדערש פון אמאל, און אפילו דער הוט וואס ער אליין גייט דורכאויס דער וואך איז אינגאנצן אן אנדערן סארט הוט ווי דאס וואס זיינע זיידעס זענען געגאנגען פאר'ן חורבן.
האדמו"ר ר' שלמה מבאבוב אין די אינגערע יארן - מ'זעט דעם "וויערך"
- Shtreimel.jpg (41.4 KiB) געזען געווארן 5553 מאל

- Shtreimel2.jpg (39.23 KiB) געזען געווארן 5520 מאל