Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ר' איתמר גינזבורג: אנאליז

ר' איתמר גינזבורג: אנאליז

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5760
זונטאג יאנואר 26, 2014 6:31 pm#179336
ר' איתמר גינזבורג: אנאליז
אזוי ווי מ'האט שוין דא באהאנדלט און אפגעשאצט כל ערליי פאבליק מענטשן - מינים ממינים שונים - איז יעצט געקומען דער צייט אויף א אפהאנדלונג אויף דעם פערזענליכקייט וואס רופט זיך הרב איתמר גינזבערג.
היינטיגע טעג לייגט ער זיך פאר אלס א פראפעשינעל מארקעטער וואס האט גע'עצה'ט גרויסע ביזנעס ריזן ווי ...גוגל. ער לייגט צו א בילד ווי ער קישט דער מזוזה אין גוגעל'ס הויפט קוואטיר אין ארץ ישראל אלס באווייז.
אבער מאכנדיג אביסל ריסורטש אויף דעם איינעם פאקט האב איך אנגעטראפן אן אלטע בלאג פאוסט ווי ער גרויסט זיך אז ס'איז עם געלונגען צו רעדן פאר א פאר נידריגע ארבעטארערס ביי גוגעלס איראעילישן אפיס ביי לאנטש טיים און ער איז גאר צופרידן דערמיט אז יעצט וועט ער עס קענען ניצן זיך אליין צו אדווערטייזן אלס א גרויסע ביזנעס סטראטעגיסט.

"I did not utilize this appearance “Hasidic Rabbi Speaks at Google to Resounding Applause”properly. no media mentions of it, no (that I know of) tweets or Facebook photos of it, which was partially due to a family wedding which took place just several days before. But had I done that, this event would have gotten media attention in the wider media, and that would have brought many more people to knowing about me and visiting my website.I also should have asked and encouraged the audience, at some point, to please take pictures and send them to me (for which I could have given a free book or somethin’.)



Now, why did I speak there? I did not speak there with the intentions of getting Google employees as clients, or even to “get hooked up” to an unlimited number of AdWords vouchers. I spoke there because of the prestige of Google, and the fact that once I spoke at Google, it’s a powerful name drop that I can use to further build my brand and my credibility with potential clients."
issamar.com/strategy/six-things-i-learned-speaking-at-google/

איינער פון זיינע גרעסטע אקאונטס איז דער תהילים - חצות - עין הרע כולל. ער מארקעט אויך עפעס א נעבעך באבע וואס פארט ארום דער וועלט טוענדיג - לאכטס נישט - laughing therapy.
צו מיר זעהט ער אויס ווי ער פארשטייט גוט ווי אזוי אויסצונוצען מענטשנס געוויסן און מענטשנס צרות אויף צו פארדינען געלט.
אז ס'האט איינער מער פרטים אדער איינער ווייסט מער גוטע זאכן וועגן עם, ביטע שטעלט עס ארויף אז א צווייטע זאל אויך קענען נהנה זיין פון עם עצה ותושיה.
זונטאג יאנואר 26, 2014 7:20 pm#179353
גראדע מיין איך אז ער איז א ''זאך''. איינע פון די גרויסע ביזנעס מעגעזינ'ס האבן אים גוט באשריבען
זונטאג יאנואר 26, 2014 7:23 pm#179356
במחילת כבודו איך מיין אז דאס וואס ער האט געגעבן אדווייס פאר גוגל איז ווארשיינליך געווען עפעס א פראגראם וואס גוגל האט געמאכט ווי זיי האבן גענומען עצות מכל מי שלבו חפץ, גוגל וואלט נישט געהייערט עמיצער וואס האט נישט קיין שום דעגרי
זונטאג יאנואר 26, 2014 7:24 pm#179357
:like
שלום עליכם טריפל עי.
דער גינזבורג האט זיך געלאזט באשרייבן אין דער משפחה וואו ער האט מודיע געווען אז בקרוב גייט זיין זיין התגלות אלס קעכניער רבי. איר הערט א מעשה, א קאנסאלטענט פאר גוגל, און א רבי..
בקיצור, די אלע קאנסאלטענטס למיניהם זענען די זעלבע טייג געקנעטן, זיי קענען אלעס און ווייסן אלעס, אבער געווענליך האלט עס נישט אן לאנג.
ווער געדענקט נאך ווען אלעזר לאנדא איז געקומען מיט אן אויפרייס, צו אלעס האט ער פארשטאנען, ביזנעס, געבן עצות אין עבדות ה' אויף קול מבשר, ביז שיינע שיעורים אויף דער סדרה. היינט האט ער א סעקרעטערי זשאב אין מר. סיינס!
אלעזר לאנדא האט אמאל געזאגט אז א קאנסאלטענט מאכט דריי הונדערט דאלער א שעה, דריי הונדערט דאלער א וואך און דריי הונדערט דאלער א חודש, ודפח"ח.
זונטאג יאנואר 26, 2014 7:31 pm#179361
וואס מאכט דזשעף לעפקאוויטש? - ער לעבט נאך?
זונטאג יאנואר 26, 2014 7:34 pm#179363
פון וואו נעמסטו אז ער איז ווירקליך דער מוח ביהיינד די תהלים כולל מארקעטינג סטראטעגיעס?
זונטאג יאנואר 26, 2014 7:38 pm#179366
ס'קלאר נישט ער. דאס ווערט געפירט דורך יואליש קרויס פון וויי.עיטש.קעי. וועלכער איז אגב א געוואליגע מארקעטער און גראפיסט און קומט אויף מיט געניאלע חידושים.
געב א קוק וואס ער האט יעצט געטון מיט די אפגעריסנסטע גראסערי אין וויליאמסבורג באנדאס, קודם האט ער אריינגעלייגט א טשערי אין די סימבאל איז ער שוין אויף די ארענע פון פאמאגרענעט און טשעסטנאט...
דערנאך האט ער אים געהייסן זיין אפן 24 שעה וואס גיט אים שוין עפעס א געוויסע יחס, און מ'טיילט דארט קאפי אומזיסט, און הערליכע טאוולען פון ארום אז מפארקויפט דארט סענדוויטשעס. הכלל, ער האט געמאכט א יש מאין.
זונטאג יאנואר 26, 2014 7:43 pm#179367
מורינו הרב האט געשריבן:וואס מאכט דזשעף לעפקאוויטש? - ער לעבט נאך?



ערנסט: יעקב יוסף לעפקאוויטש איז נאך אויף די ארענע? - ער טוט נאך די זאכן?
זונטאג יאנואר 26, 2014 7:44 pm#179368
מאראנצןזאפט האט געשריבן::like
שלום עליכם טריפל עי.

האט אמאל געזאגט אז א קאנסאלטענט מאכט דריי הונדערט דאלער א שעה, דריי הונדערט דאלער א וואך און דריי הונדערט דאלער א חודש, ודפח"ח.

זייער א גוט ווארט. דער קונץ איז צו קענען אויף זוכען די פאר אראפגעפלאפטע נשמות אדער קאמפאניס וואס זוכען א רעטונגס ברעטל זיך אנצוכאפן, און זיי אויסדרעשן ביז צו די סעקונדע וואס זיי זינקען אונטער.
דער ביטערן אמת אונטער דעם ווערטל איז אז א געהעריגע ביזנעס מוז האבן צוריקקומענדע קליענטן - מ'קויפט, פארקויפט און מ'קויפט ווידער איין. אבער דער וואס קלאפט אהן אין אזא הרב גינזבורג וכדומה לו זענען געווענליך שוין מיט א שמיץ אריבער דער בארג אראפ און האבן שוין נישט קיין דמי סחיטה פאר א צווייטע סעשן.
זונטאג יאנואר 26, 2014 7:49 pm#179372
מורינו הרב האט געשריבן:
מורינו הרב האט געשריבן:וואס מאכט דזשעף לעפקאוויטש? - ער לעבט נאך?



ערנסט: יעקב יוסף לעפקאוויטש איז נאך אויף די ארענע? - ער טוט נאך די זאכן?

זיין ווייב פלעגט ארבעטן מיט שעקלי ווייטימינען, היינט ארבעט ער מיט - מיט איר, דאס איז געבליבען פון אים.
גראדע איז ער/זי איינע פון די גרעסטע אגענטן פאר שעקלי,
זונטאג יאנואר 26, 2014 7:58 pm#179378
צוריק צו ר' איתמר.
איז דא איינער דא וואס האט עם אמאהל געהערט רעדן ברבים? איז דא איינער וואס קען מעיד זיין אז ר' איתמר האט עם געהאלפן מיט עצות און האט טאקע מצליח געוועהן דורך'ן אויספאלגן זיינע אנווייזנגונג'ס?
פון זיין וועבזייטל ווערט מען גארנישט קלוגער - אלס פירט צו צום טשעק אוט... פאר א נישטיגע דריי אלפים אויף'ן פלאסטיק איז ער דיינס פאר צעהן שעה. אבער כאפ שנעל, ווייל כדי צו פאוקוסען אויף אייער ביזנעס קען ער "נאר" אננעמען 3 אפוינטמענטס א טאג...
אפשר וואלט כדאי געווען אז איינער וואס האט שוין עפעס אמאהל געליינט פון זיינע בוכער אז מ'זאל דא ארויפ שטעלן א פאר פון זיינע בעסטע עצות.
זונטאג יאנואר 26, 2014 8:05 pm#179379
ער האט אפאר מאל גערעד אויף קול מבשר, ווי איך געדענק האט ער גאנץ גוט מסביר געווען ווי אזוי מען זאל אויסשטעלן אייטימס אין א סטאר וואס עס קומט אויף די העכערע שעלפ׳ס און וואס עס קומט אונטען,
המשך יבא
זונטאג יאנואר 26, 2014 8:17 pm#179382
אגב, אלע נייע געשעפטן מאכן לעצטנס די שעלווס מיט א שווארצן קאליר. אין בארא פארק איז עס מעגא פיפטי טרי למשל און אין וויליאמסבורג באנדאס.
זיי זאגן אז דער מוח פון א מענטש כאפט נישט אויף קיין שווארץ און עס שאפט בלויז א חלל אזוי ארום שטייען די פראדוקטן בעסער ארויס.
זונטאג יאנואר 26, 2014 8:36 pm#179387
סאשי פיש האט געשריבן:ער האט אפאר מאל גערעד אויף קול מבשר, ווי איך געדענק האט ער גאנץ גוט מסביר געווען ווי אזוי מען זאל אויסשטעלן אייטימס אין א סטאר וואס עס קומט אויף די העכערע שעלפ׳ס און וואס עס קומט אונטען,
המשך יבא

און ווען קומט די התחלה
זונטאג יאנואר 26, 2014 8:45 pm#179391
ר' טריפל ,איך האב פאר קיין מינוט נישט געגלייבט זיינע גוגל קלעימס. נישט צו גלייבן ווי עולם גולם לאזט זיך יעדע פאר יאר פריש אויסאקן דורך ניי ערפינדענע באבאס/מקובלים/מקבלים/דייעט/אינוועסטמענטס/עצה געבערס/קאנסאלטענטס.
זונטאג יאנואר 26, 2014 8:49 pm#179394
סאשי פיש האט געשריבן:
מורינו הרב האט געשריבן:
מורינו הרב האט געשריבן:וואס מאכט דזשעף לעפקאוויטש? - ער לעבט נאך?



ערנסט: יעקב יוסף לעפקאוויטש איז נאך אויף די ארענע? - ער טוט נאך די זאכן?

זיין ווייב פלעגט ארבעטן מיט שעקלי ווייטימינען, היינט ארבעט ער מיט - מיט איר, דאס איז געבליבען פון אים.
גראדע איז ער/זי איינע פון די גרעסטע אגענטן פאר שעקלי,

און וואס איז היינט מיטן וועלט בארימטן מארגעדש/נישט מארגעדש עקספערט דזשו גראס וואס האט אדווערטייזט זיין פנים לעבן א נארישע ארענדשע מייק ביז עס איז געקראכן פון אלע לעכער?
מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:59 pm#179495
ער איז בערך אזוי פיל ווערט ווי הרב משה יצחק שטיין, וועלכער איז שוין געווען א שרייבער, פסיכאלאג, אינשורענס בראוקער/קאנסאלטענט, אינשורענס בראוקער טרעינער, ביזנעסמאן, ביזנעס קאנסאלטענט...
מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:21 pm#179506
הדד בן בדד האט געשריבן:ער איז בערך אזוי פיל ווערט ווי הרב משה יצחק שטיין, וועלכער איז שוין געווען א שרייבער, פסיכאלאג, אינשורענס בראוקער/קאנסאלטענט, אינשורענס בראוקער טרעינער, ביזנעסמאן, ביזנעס קאנסאלטענט...

געווען?? ער איז נאכאלץ א שרייבער, פסיכאלאג, (אינשורענס בראוקער/קאנסאלטענט, אינשורענס בראוקער טרעינער - ווייס איך נישט צו ער איז אמאל בכלל געווען), ביזנעסמאן, ביזנעס קאנסאלטענט
מאנטאג יאנואר 27, 2014 6:06 pm#179612
און ארץ ישראל קימט ארויס א וועכענטליכע מאגאזין בחינם אין ענגליש פאר די חוץ לארצדיגער וואס ירושלים איז היינט פארפלייצט פון זיי
מיטן נאמען THE ENGLISH UPDATE
ר' איתמר האט דארט א קאלום יעדער וואך
רעדענדיג אמאל מיט א חבר מיינע וואס וואוינט היינט דארט זאגט ער אז ער האט שטארק הנאה פון דעם און עס איז אים שוין אסאך ציניצגעקימען
דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:16 am#179767
דא האסטו זיין ערך אין וויקאפידיע
en.wikipedia.org/wiki/Issamar_Ginzberg
דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:17 am#179768
"האדמו"ר רבי איטאמאר"
מיטוואך יאנואר 29, 2014 6:42 pm#180132
וואס מאכט ר' חיים דוד דעסער? - ער איז נאך יא אויף די ארענע?
מיטוואך יאנואר 29, 2014 6:55 pm#180135
איך האב נישט געקענט סטאפען צו לאכען ווען ער האט זיך באשריבען אין דער בליץ און ער זאגט אז פון פרייע און גוים נעמט ער 300 א שעה אבער פון היימישע יודען נעמט ער אסאך ווייניגער
זעהט אויס די פרומע זענען אביסעל מער מבינים
מיטוואך יאנואר 29, 2014 6:58 pm#180136
מורינו הרב האט געשריבן:וואס מאכט ר' חיים דוד דעסער? - ער איז נאך יא אויף די ארענע?

פירט אן די "פועל גרופ".
מיטוואך יאנואר 29, 2014 7:03 pm#180137
מורינו הרב האט געשריבן:וואס מאכט ר' חיים דוד דעסער? - ער איז נאך יא אויף די ארענע?

די POEL GROUP שיקט נאך ארויס יעדע שטיק צייט אימעילס פון JOB OFFERS
מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:34 pm#183355
Hello "Kave Shteibel"!

I don't frequent forums, and especially not Yiddish speaking ones...

I stumbled across this thread and felt it would be nice to say "hello" to my fellow heimishe yidden who find me worthy of dissection and discussion!

1) I do not have any affiliation with any Kollel Chatzos that I can recall (I B"H have had many manny clients but that does not ring a bell at all.) I have been zoche b"h to assist with many other mosdos though.... I've also never been involved in clown schools or laughing therapy, at least not that I can recall over the past few years.

I did speak for Google to the employees... so again, just another assumption and misinformation to say that it "must have been a public forum that anyone can speak at." it wasn't, and I thank Hashem for having given me that opportunity, both business-wise and as a kiddush Hashem.

Here are some columns of mine in the Jerusalem Post, for those of you who can read English well enough:
Jerusalem Post Artciles by Rabbi Issamar Ginzberg- Page 4

this one especially:

Using-Your-Yiddishe-Kop Ivelt

and here's a yiddish language interview from a few years ago with R' Luzer Landau:

Interview with Rabbi Issamar from snapahead- seminar 2011


I hope you find something useful above that helps you realize that you should not believe everything you read on message boards, good or otherwise, without doing some
basic thinking and researching.
this is especially true when things are written anonymously [and it's ot that anyone said anything negative really, just the fact that people "know" things, even good ones about me that never happened, or that i didn't do something that I actually did! oylam goylam....]...

I wish you all much Hatzlacha! and a special thanks to those who stuck up for me, I owe you one :)....


א פרייליכען און כשר'ן פורים און פסח!
מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:36 pm#183356
And since this site is yiddish based and I am unfamiliar
with the way the forum software works, please excuse the
way the grammar is messed up....

יישר כח אידען!
מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:42 pm#183359
(and there are some spelling mistakes too, but on this site, not too many people will notice, let's hope!)

:)
מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:46 pm#183360
איך האב "געלייקט" דיינע ערשטע 2 תגובות אבער אויפ'ן 3'טן וואלט איך ווען גענוצט דעם "דיסלייק" קנעפל (א מזל אז ס'איז נישטא)
דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:07 pm#183485
שלום עליכם כבו"ק אדמו"ר מקעכניע שליט"א.
דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:42 pm#183624
איתמר ווייז אונדז אויף אז דאס בוסטו טאקע
דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:00 pm#183636
שלום עליכם ר' איתמר!!
ס'איז א כבוד אייך צו האבן דא.

אז די רבי אליין איז דא , דארף מען כאטש האבן דא א פיקטשער פון אים

בילד
דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:01 pm#183637
דא איז ער באשריבען אין inc מעגעזין
m http://www.inc.com/multimedia/slideshow ... en_10.html m
דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:03 pm#183638
rigrig האט געשריבן:(and there are some spelling mistakes too, but on this site, not too many people will notice, let's hope!)

:)

מחוצף איינער.
ארויס פון דאנעט!
דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:10 pm#183641
טאקע חשוב צו האבן דא ר' איתמר'ן, אבער...
rigrig האט געשריבן:(and there are some spelling mistakes too, but on this site, not too many people will notice, let's hope!)

:)


כ'האב געכאפט א בליק אויף ר' איתמר'ס וועבסייט, און באלד האב איך געזען די שורה:
 He’s helped a famous physician improve his medical practice, generate media exposure and make their clients walk out the door happier then before, after paying his fat fee…


Not too many people will notice, let's hope... ;)
דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm#183645
ראובן האט געשריבן:טאקע חשוב צו האבן דא ר' איתמר'ן, אבער...
rigrig האט געשריבן:(and there are some spelling mistakes too, but on this site, not too many people will notice, let's hope!)

:)


כ'האב געכאפט א בליק אויף ר' איתמר'ס וועבסייט, און באלד האב איך געזען די שורה:
 He’s helped a famous physician improve his medical practice, generate media exposure and make their clients walk out the door happier then before, after paying his fat fee…


Not too many people will notice, let's hope... ;)

:like :like :like יחי ראובן, זאגט דער פסוק
דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:24 pm#183648
zurich האט געשריבן:איתמר ווייז אונדז אויף אז דאס בוסטו טאקע

דארף מען זיך נישט אידענציפירן ביים הנהלה אז מען איז טאקע דעם פערזאן?
דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:05 pm#183657
ראובן האט געשריבן:טאקע חשוב צו האבן דא ר' איתמר'ן, אבער...
rigrig האט געשריבן:(and there are some spelling mistakes too, but on this site, not too many people will notice, let's hope!)

:)


כ'האב געכאפט א בליק אויף ר' איתמר'ס וועבסייט, און באלד האב איך געזען די שורה:
 He’s helped a famous physician improve his medical practice, generate media exposure and make their clients walk out the door happier then before, after paying his fat fee…


Not too many people will notice, let's hope... ;)

איך האב אנגעצייכענט נאך א טעות אין דער זעלבע סענטענס. צריך לומר his במקום their.
דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 7:40 pm#183697
פישל'ע העררינג האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:טאקע חשוב צו האבן דא ר' איתמר'ן, אבער...
rigrig האט געשריבן:(and there are some spelling mistakes too, but on this site, not too many people will notice, let's hope!)

:)


כ'האב געכאפט א בליק אויף ר' איתמר'ס וועבסייט, און באלד האב איך געזען די שורה:
He’s helped a famous physician improve his medical practice, generate media exposure and make their clients walk out the door happier then before, after paying his fat fee…


Not too many people will notice, let's hope... ;)

איך האב אנגעצייכענט נאך א טעות אין דער זעלבע סענטענס. צריך לומר his במקום their.

He’s דארף זיין ארויסגעשריבן HE HAS ווען מען זאגט נאכדעם די ווארט HELPED
אנשטאט generate דארף שטיין AND GENERATED אדער GENERATING HIS
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 8:11 am#427207
דער אנאליז פון פרשת צו איז א קנאקעדיגע פסיכאלאגישע אנאליז
SELF IMPROVMENT
שטארק רעקאמענדעט
עס האט נישט דווקא מיט ביזנעס

זיך צי טרעפן מיט זיך אליינס!
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 3:33 pm#427238
זאפטיג האט געשריבן:זיך צי טרעפן מיט זיך אליינס!

m https://youtu.be/n3ZDslOxPhI m
זונטאג מערץ 31, 2019 5:08 pm#427371
יהודי פשוט האט געשריבן:
זאפטיג האט געשריבן:זיך צי טרעפן מיט זיך אליינס!

https://youtu.be/n3ZDslOxPhI


אוי דאס איז אלטע גיטע סחורה
קענסט דאס איבערזאגן? לאמיר זעהן