Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וויליאמסבורג גרייט אייך צו העפטיגע וואלן!

וויליאמסבורג גרייט אייך צו העפטיגע וואלן!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #577
דינסטאג מאי 08, 2012 11:24 am#10584
וויליאמסבורג גרייט אייך צו העפטיגע וואלן!
ווי איעדע וויליאמסבורגער איינוואוינער געדענקט איז אין די לעצטע פאר יאר פארגעקומען עטליכע מאל שטורומישע וואלן וואס האט איבערגעדרייט די גאנצע שטאט,
אין אפאר וואכן ארום (June 26) גייט זיין פריימעריס פאר קאנגרעס פאר די וויליאמסבורגע דיסטריקט, און לויט ווי עס קוקט יעצט אויס גייט זיך עס איבערשפילן ווי די לעצטע פאר מאל און עס גייט זיין העפטיגע קאמפעינס ווי איעדער גייט טרייען איבערצושטייגן דעם צווייטן!

אלזא, קום איך דא מיט א צייטליכע ווארענונג!

״וויליאמסבורג גרייט אייך!!!״
יא! עס גייט נאכאמאל זיין קולות!...
טראקס וועלן ווידעראמאל באלאגערן די גאסן!...
צעטלעך וועלן זיך נאכאמאל וואלגערן אויף די גאסן!...
וכו׳ וכו׳...

אשע׳כ אויב איר קענט דאס נישט פארנעמן מאכט יעצט די רעזערוואציעס אוועקציפארן ווייל דאס איז די איינציגסטע מיטל עס אויסצימיידן!...

נ.ב. איך נעם נישט קיין צד ווער עס איז גערעכט איך שרייב בלויז פאקטן וויאזוי עס איז! און ביטע פאר איר שרייבט א תגובה מאכט זיכער עס איז נישט אריינגעמישט קיין פאליטיק אדער לש׳הר!
האלט דאס פלאץ ריין!
שכח! 
דינסטאג מאי 08, 2012 11:48 am#10586
פון וועללכע ווטלן רעדסטע ?
דינסטאג מאי 08, 2012 11:57 am#10588
סאטמאר מהריי האט אנגעהויבן א מעכטיגן קאמפיין גערופען "אחים לדעה" מיטן ציל צו רעגיסטרירן
ווי מער וויילער אויפציבויען א שטארקע בלאק וואוט בעיקר יעצט ארויסצושטויסן נידע וואלעסקיועז
וואס קעמפט שטארק פאר די קעמפס לטובת צד מהרא.
דינסטאג מאי 08, 2012 12:03 pm#10589
אבער דעי סארט וואלן קומען געווענדליך פאר אין סעפטעמפער'ס נישט אין יוני
דינסטאג מאי 08, 2012 12:04 pm#10590
רק בשמחה האט געשריבן:סאטמאר מהריי האט אנגעהויבן א מעכטיגן קאמפיין גערופען "אחים לדעה" מיטן ציל צו רעגיסטרירן
ווי מער וויילער אויפציבויען א שטארקע בלאק וואוט בעיקר יעצט ארויסצושטויסן נידע וואלעסקיועז
וואס קעמפט שטארק פאר די קעמפס לטובת צד מהרא.

סתם פאר אינטערסאנטקייט, אמת זי קעמפט קעגן די קעמפס אבער נישט דאס איז די ריכטיגע סיבה פוו זיי ווילן איר ארויסזען!
די ריכטיגע סיבה איז ווייל וויטא לאפעז האט אינדארסירט איר קעגענער און זיי מוזן טין וואס וויטא הייסט ווייל ער העלפט זיי זייער אסאך!
און אויך ווייל זי קעמפט שוין צוואנציג יאר אנטקעגן ujo!
והא ראיה ווייל מען האט אים שוין אינדארסירט סאך פאר זי האט געארבעט אנטקעגן די קעמפס! זי איז נאר געגאנגען ארבעטן אנטקעגן די קעמפס ווייל זי האט געוויסט זי האט סייווי גארנישט צו פארלירן.
דינסטאג מאי 08, 2012 12:09 pm#10591
ער זאגט אבער אז די קעמפס אישו האט צוגעברענגט צו גרינדען די ארגענאזאציע פון אחים לדעה
דינסטאג מאי 08, 2012 12:12 pm#10592
נישט אמת!
מען פלאנירט דאס שוין פון סאך פארדעם!
דינסטאג מאי 08, 2012 12:19 pm#10594
פון וואו ווייסטע ? ס'פאר יעדן געווען "נייעס"
דינסטאג מאי 08, 2012 12:23 pm#10595
אפי' רוב וומ"ב חסידים וועלן שטימען פאר איר קעגנער, וועט עס זיין זייער שווער איר צו באזיגן, זי שטארק פאראויס פון איר קעגנער, זי איז א פאטריקאנער מיט די ספאנישע אקצענט, און איז שוין איינגעגלידערט און קאנגרעס 20 יאר, און האט א גאר נונטע באציאונג מיט די ספאנישע וויילער און אפי' מיט סתם המון, די וומ"ב חסידים זענען אפשר א פיפטעל פון די דיסטריקט,

איך זאג עס נאר אז מ'זאל נישט לייגן גרויס האפענוג,
דינסטאג מאי 08, 2012 12:26 pm#10596
בלויז פאר'ן האבן אזא שווערע נאמען דארף מען איר שוין ארויסוואוטען
דינסטאג מאי 08, 2012 12:27 pm#10597
זר זהב האט געשריבן:פון וואו ווייסטע ? ס'פאר יעדן געווען "נייעס"

וואלאזקעז איז א אלטער שונא פון לאפעז, ער טרייט שוין צו פטור ווערן פון איר פאר א שטיק צייט, ס'אלס געלאפן א קעגנער געשטיצט פון לאפעז, נאר היות יעצט איז איר דיסטריקט אריינגענומען געווארן אין וומ"ב האפט לאפעז אז ס'העט איהם געלונגען מיט די שטיצע פון די וומ"ב חסידים, (בעיקר זאליס)
דינסטאג מאי 08, 2012 12:30 pm#10598
ס'דא פאולס אויף די דיסטריק?
דינסטאג מאי 08, 2012 12:31 pm#10599
גאלד האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:פון וואו ווייסטע ? ס'פאר יעדן געווען "נייעס"

וואלאזקעז איז א אלטער שונא פון לאפעז, ער טרייט שוין צו פטור ווערן פון איר פאר א שטיק צייט, ס'אלס געלאפן א קעגנער געשטיצט פון לאפעז, נאר היות יעצט איז איר דיסטריקט אריינגענומען געווארן אין וומ"ב האפט לאפעז אז ס'העט איהם געלונגען מיט די שטיצע פון די וומ"ב חסידים, (בעיקר זאליס)

איך רעד פון די "אחים לדיעה" ארגענעזעישאן.
דינסטאג מאי 08, 2012 1:51 pm#10616
זר זהב האט געשריבן:אבער דעי סארט וואלן קומען געווענדליך פאר אין סעפטעמפער'ס נישט אין יוני


היי יאר זענען אלע ניו יארקע קאנגרעס פריימעריס אין JUNE
דינסטאג מאי 08, 2012 1:54 pm#10618
איך לייען אז 3 חברה לויפן אינעם רעיס, און לאופעז'ס קאנדידאט רעכענט אז דער 3'טער קאנדידאט וועט אראפציפען וואוטס פון די אינקאמבעט.
דינסטאג מאי 08, 2012 1:55 pm#10619
ס'איז געווען א געלונגענע שטיקל פון וויטא לאפעז איר אויסצושניידן פון איר גרעסטע באזע שטיצער און איר אריינברענגן אין וויליאמסבורג ווי ער פלאנט איר צו באזייטיגן דורך די מאכטפולע חסידישע בלאק,

לאפעז וואס איז א שטארקע גבר אלים, פלאנט אזוי צו באזייטיגן וואלאזקעז וואס איז זיין 'גרעסטע קריטיקירער', און זיצט שוין 22 יאר אין קאנגרעס.
דינסטאג מאי 08, 2012 1:56 pm#10620
גדעון האט געשריבן:ס'איז געווען א געלונגענע שטיקל פון וויטא לאפעז איר אויסצושניידן פון איר גרעסטע באזע שטיצער און איר אריינברענגן אין וויליאמסבורג ווי ער פלאנט איר צו באזייטיגן דורך די מאכטפולע חסידישע בלאק,
לאפעז וואס איז א שטארקע גבר אלים, פלאנט אזוי צו באזייטיגן וואלאזקעז וואס איז זיין 'גרעסטע קריטיקירער', און זיצט שוין 22 יאר אין קאנגרעס.

איז גאנץ ווילי אינעם דיסטריקט ?
דינסטאג מאי 08, 2012 3:31 pm#10662
גדעון האט געשריבן:ס'איז געווען א געלונגענע שטיקל פון וויטא לאפעז איר אויסצושניידן פון איר גרעסטע באזע שטיצער און איר אריינברענגן אין וויליאמסבורג ווי ער פלאנט איר צו באזייטיגן דורך די מאכטפולע חסידישע בלאק,

לאפעז וואס איז א שטארקע גבר אלים, פלאנט אזוי צו באזייטיגן וואלאזקעז וואס איז זיין 'גרעסטע קריטיקירער', און זיצט שוין 22 יאר אין קאנגרעס.

ארויסגעשניטן פון ווי?
דינסטאג מאי 08, 2012 6:05 pm#10788
,
פרייטאג מאי 11, 2012 12:33 pm#11377
עסקים האבן ארויסגעדינגען געוועזענע משביע-לאנדא'ס רעסטוראנט
צונוצען אלץ קאמפיין אפיס פאר עריק דילאן
מיטוואך יוני 06, 2012 8:53 am#16375
מיין חבר דערציילט מיר: די פארגאנגענע פרייטאג, שפעט נאכמיטאג, ווען א גרויסע טייל משפחות פראבירן לייגן די קינדער שלאפן לכבוד שב"ק, האבן די הויכהילכערס אפגעדונערט אין וויליאמסבורג, אז מען קען זיך רעגיסטרירן ביים מקוה איד.