Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » א גריס פון יענע וועלט

א גריס פון יענע וועלט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5897
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:23 pm#184140
א גריס פון יענע וועלט
מיר איד'ן מאמינים בני מאמינים, גלייבן באמונה שלימה אז נאך הונדערט און צוואנציג יאר וואס אונזער זעקל ביינער טוט איר תפקיד אויף די וועלט, און מען פּאקט איר איין אין די תכריכים, דאן גייט מען ארויף צו דעם עולם האמת, וואו דער בית דין של מעלה איז דן די מענטש לפי מעשיו, אויב איז ער ראוי אריין צו גיין אין גן עדן, און באקומען זיין פארדינטע שכר, אדער חלילה פארקערט.

די שאלה איז אבער, צו קען מען דאס אויפווייזען סייענטיפיק, אדער נישט? די תירוץ אויף דעם איז, טויזענט פראצענט אז, יא!, נישט נאר דאס, נאר עס זענען פארהאן "מיליאנען" ( יא איר האט גוט געזען! ) גוים פון די גאנצע ערד קוגל וואס קענען אויף דעם מעיד זיין.

איבער דרייסיג מיליאן מענטשען פון איבער די גאנצע וועלט האבן איבער-געגעבן אז זיי זענען שוין געווע,ן און געזען א לעבן נאך זייער טויט, אין אמעריקע אליין זענען שוין געווען איבער אכט מיליאן מענטשען, וואס זאגען אז זיי זענען שוין געווען קליניקעל טויט, און צירוק געקומען צום נארמאלען לעבן, דאס זענען נאר די נומער'ן פון מענטש'ן וואס זענען געקומען פארציילען זייער געשיכטע, אבער לכאורה איז פארהאן אסאך מער ווי דעם, נאר זיי זענען נישט געקומען פארציילען וואס זיי האבן נארוואס מיט-געלעבט.

דורך אויס די לעצטע יארן זענען ארויס געקומען צענדליגע ביכער פון דאקטורים און פארשער, וואס האבן אוועק געגעבן צענדליגע יאר און טויזענטער שעות פון שטודירען, און אינטערוויאָען מענטשען וואס האבן דאס דורך געלעבט, און דערנאך באשריבן זייער שטוינענדע ערפונדונגען.
איינס פון די מערסטע אויפגעכאפטע ביכער איז פון א דאקטער און ווערדזיניע, וואס האט אינטערוויאָט הונדערט און פופציג פאציענטן, וואס זאגן אז זיי זענען שוין געווען טויט, און דערנאך צירוק געקומען צום לעבן, און זי פארציילט אלע אירע החלטות און ערפונדונגען , די בוך רופט זיך Life After Life, עס איז שוין איבערגעטייטשט געווארן אויף דרייסיג שפראכ'ן.
אזוי איז דא נאך צענדליגע ביכער וואס זענען ארויסגעקומען דורך די יארן פון שרייבער וואס האבן אינדערוויאָט הונדערטע פאציענטען וואס האבן שוין געזען יענע וועלט, פון די באקאנט'סטע ביכער זענען; The Time Of Death, The Life In The Death, The Return From The Tomorrow, On Death,
On Dieying .

לאמיר אביסעל אריבער גיין צו וואס די אלע זענען אויפגעקומען, די חידוש פון די גאנצע זאך איז אז מען רעדט דא פון מיליאנען מענטשען, פון איבער די גאנצע וועלט, אנדערע קולטשירס, און אנדערע רעליגיעס, אנדערע מיינונג'ען. אבער דאך אלע האבן געהאט צו פארציילן בערך די זעלבע מיט-לעבעניש פון די פינף זעקס מינוט וואס זיי זענען נישט געווען דאהי.

יעצט לאמיר זען וואס אלע פארציילען, אלע זאגן בפה אחד אז פון די מינוט פון זייער עקסידענט וכדו', האבן זיי געשפירט ווי זיי קומען ארויס פון זייער גוף, און זיי פליען אזוי ווי א בלעטעל ארום די סצענע פונ'ם עקסעדענט, אדער אין די שפיטאל צימער, און זיי פליען העכער און העכער. און פון יענע מינוט האבן זיי געקענט זען און הערן אלעס וואס טוט זיך ארום זיי, און נישט נאר און זייער צימער נאר צומאל האט מען געזען אז זיי האבן געוויסט קלאר וואס עס איז פארגעקומען אין א צווייטע שטוב אין שפיטאל, אפילו נישט אויף זייער שטאק, אויך זאגן זיי אז אפילו זיי פליען ארום אונם שפיטאל האבן זיי געקענט מיטהאלטן זאכן פון עטליכע פלעצער אויף איין מאל .
דערנאך זאגן זיי אז זיי זענען אנגעקומען צו גאר גאר א טונקעלע טונעל, וואס צוביסלעך זעהט מען קומען א גאר שטארקע לעכטיגע, א מין ליכטיקייט וואס זיי האבן נאך קיינמאל נישט געזען, עפעס הערליך שיין, און זיי שפּיר'ן א מוראדיגע גוטע געפיל, און לאוו וואס זיי האבן קיינמאל נישט געשפירט און זייער לעבן, דערנאך האבן זיי געטראפען זייער נאנטע, זיידעס, באבעס, וכו', וואס זענען געקומען זיי מקבל פנים צו זיין, און מען האט זיי געזען מיט זייער נארמאלע אויסזען, און זיי זענען ארום געפלויגן ארום איהם, טייל האבן געזאגט אז זיי האבן געזען יעדעם איינעם מיט א אנדערע ליכטיגקייט, די וואס זענען געווען גוט אויף די וועלט האבן געהאט א שטארקע ליכטיגקייט, און פארקערט האבן געהאט א שוואכערע ליכטיגקייט.
דערנאך טוט מען זיי ווייזען בילדער, פון די אנהייב פון זייער לעבן, אויף גאר א שנעלע אויפן, איין בילד נאכ'ן צווייטען זייער שנעל, אלעס און די סדר פון זייער לעבן, אזוי גייט מען דורך די גאנצע פערציג פופציג יאר און אפאר מינוט, און דא בערך האבן זיך אלע צוריק אויפגעכאפט.

דאס אלעס דארף זיין פאר אונז א שטארקע חיזוק, אז יש דין ויש דיין, און עס וועט קומען א צייט וואס יעדער וועט דארפ'ן אפגעבן א דין וחשבון אויף אלע זיינע מעשים, און באקומען שכר ועונש, לויט וויפיל עס קומט זיך איהם.


(גענומען ע"פ רוב פון א לעקציע פון הרב יוסף מזרחי ני"ו)
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:33 pm#184142
לויט אונזער גלויבינג אז יענע וועלט איז צדיקים יושבים ונהנים מזיו השכינה. איז פשוט אפיקורסת צו זאגן אז מ'קען בכלל מסביר זיין פאר א לעבעדיגער וואס טוט זיך אויף יענער וועלט. אלזא ווי מער מענטשן פארציילן זייער עקספיריענסעס אלס א גרעסער פראבלעם האבן מיר.
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:35 pm#184144
אויב אלע האבן געזעהן דער זעלבע זאך-- און אויפן הנחה אז אידישקייט איז דער ריכטיגע רעליגיע-- וויאזוי קען זיין אז זיי האבן זיך נישט אלע מגייר געוועהן? אלא מאי מוז מען זאגן אז די חברה לעבן אין דמיונות. בכלל זענען דא טויזענטע אטיאסטען וואס זענען אויך געשטארבן קליניש- און לייקענען ווייטער אין גאט.
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:42 pm#184147
מאטי האט געשריבן:לויט אונזער גלויבינג אז יענע וועלט איז צדיקים יושבים ונהנים מזיו השכינה. איז פשוט אפיקורסת צו זאגן אז מ'קען בכלל מסביר זיין פאר א לעבעדיגער וואס טוט זיך אויף יענער וועלט. אלזא ווי מער מענטשן פארציילן זייער עקספיריענסעס אלס א גרעסער פראבלעם האבן מיר.


ווער זאגט אז מען זעט גלייך די נהנים מזיו השכינה? און אויך לאזט זיך שווער גלייבן אז דער גוי וואס קומט ארויף דארט האט די זכי' פון נהנים מזיו השכינה.
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:43 pm#184148
אפטעמיסט דאס איז נישט קיין ראיה ווייל מיר ווייסן דאך אז "שאור שבעיסה מעכב" אדער "בראתי יצ"ה בראתי תורה תבלין כנגדו " און זיי לערנען דאך נישט קיין תורה.
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:46 pm#184149
אפטעמיסט האט געשריבן:אויב אלע האבן געזעהן דער זעלבע זאך-- און אויפן הנחה אז אידישקייט איז דער ריכטיגע רעליגיע-- וויאזוי קען זיין אז זיי האבן זיך נישט אלע מגייר געוועהן? אלא מאי מוז מען זאגן אז די חברה לעבן אין דמיונות. בכלל זענען דא טויזענטע אטיאסטען וואס זענען אויך געשטארבן קליניש- און לייקענען ווייטער אין גאט.


פארוואס דארף ער זיך מגייר זיין? ער גלייבט אין גאט און פירט זיך אויף בעסער, און דאס וואס דו זאגסט אז עס זענען דא וואס לייקענען אין גאט, ווייס איך נישט פון וואו די קומסט, ביטע אויב דו קענסט עס באשטעטיגען.
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:49 pm#184150
דער חכם מחוכם רב מזרחי פארגעסט אלץ צו מענטשענען איין וויכטיגע פאקט, אזש טויזענטער אידן וואס זענען געשטארבן קליניש פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט די בית דין של מעלה, טויזנטער קריסטן פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט יאשקע און טויזנטער מוסלמענער פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט מוכאמאד... הממממ... האסט אמאל געהערט איבער די שפריכווארט "מען חלומ'ט ביינאכט וואס מען טראכט בייטאג"?

דאנט געט מי סטארטעד אויף מזרחי.


.
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm#184151
מיר האט א איד פארציילט ווי נאך א סוזשורי און זעהט זיך אויס אונטער די איינפלוס פון די מעדיקעשאן האט ער ערענסט העלוסינעטעט. ער האט געגעבן שלום צו א גאסט פון ירושלים, זיינס א חבר א רב, און זיך באדאנקט פארן אים קומען באזוכן גראד פון לופטפעלד מיט די רענצל אין די זייט, ער האט מיטגעהאלטן א מעמד קידוש החמה מיט טויזענטער מענטשן, אויסרעכענדיג רבנים אויפן אויבנאן, בשעת זיין פאטער זיצט ביים שפיטאל בעטל אין טענה'ט זיך מיט אים אז ער ליגט אויפן דריטן שטאק אין א ווינקל. (אין חסידישע פאלקלאר רופט מען דאס "זיך באווייזן בהקיץ.")

פון די מיליאנען מענטשן וועלכע האבן געהאט NDEס האבן מערערע באריכטעט אז זיי האבן זיך געטראפן אויף יענע וועלט מיט מענטשן וועלכע זענען געווען נאנט צו זייער הארץ, פון עלוויס פרעסלי ביז יאשו הנוצרי ביז די פעטער וואס האט געפירט א פארצווייגטע מולטי-טאנק גאז סטאנציע.
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:53 pm#184152
מצטמק ויפה האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:לויט אונזער גלויבינג אז יענע וועלט איז צדיקים יושבים ונהנים מזיו השכינה. איז פשוט אפיקורסת צו זאגן אז מ'קען בכלל מסביר זיין פאר א לעבעדיגער וואס טוט זיך אויף יענער וועלט. אלזא ווי מער מענטשן פארציילן זייער עקספיריענסעס אלס א גרעסער פראבלעם האבן מיר.


ווער זאגט אז מען זעט גלייך די נהנים מזיו השכינה? און אויך לאזט זיך שווער גלייבן אז דער גוי וואס קומט ארויף דארט האט די זכי' פון נהנים מזיו השכינה.

בקיצור נמרץ לויטן רמב"ם זיכער יענע וועלט איז נישט תופס זמן , מקום, קיין שום חושים וואס א גוף קען זיך בכלל מצייר זיין . אויב זיי קומען ווען צוריק און זאגן מיר האבן געזען עפעס וואס מ'קען בכלל נישט מסביר זיין וואלט איך געהערט הגם ס'וואלט מיר געבאדערט דאס לשון ''געזען" וואס לאזט זיך נישט זאגן אויף אן עולם הבא'דיגער עקספיריענס . אבער אויב זיי קומען נאך פארציילן וואס ווען ווי אזוי ! דאס איז בכלל נישט אין איינשלינגען מיט וואס מיר גלייבן.
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:53 pm#184153
.
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:53 pm#184154
הוגה האט געשריבן:דער חכם מחוכם רב מזרחי פארגעסט אלץ צו מענטשענען איין וויכטיגע פאקט, אזש טויזענטער אידן וואס זענען געשטארבן קליניש פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט די בית דין של מעלה, טויזנטער קריסטן פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט יאשקע און טויזנטער מוסלמענער פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט מוכאמאד... הממממ... האסט אמאל געהערט איבער די שפריכווארט "מען חלומ'ט ביינאכט וואס מען טראכט בייטאג"?

דאנט געט מי סטארטעד אויף מזרחי.


.

דאס גענוי האב איך געזאגט ATUB @מאטי ATUB . דער עולם העליון איז אן עולם האמת, און אויב איז אמת וואס די חברה טענה'ן, וואלטן אלע געדארפט זיך מגייר זיין.
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:55 pm#184156
הוגה האט געשריבן:דער חכם מחוכם רב מזרחי פארגעסט אלץ צו מענטשענען איין וויכטיגע פאקט, אזש טויזענטער אידן וואס זענען געשטארבן קליניש פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט די בית דין של מעלה, טויזנטער קריסטן פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט יאשקע און טויזנטער מוסלמענער פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט מוכאמאד... הממממ... האסט אמאל געהערט איבער די שפריכווארט "מען חלומ'ט ביינאכט וואס מען טראכט בייטאג"?

דאנט געט מי סטארטעד אויף מזרחי.


.

אוי זאגסטו גוט, מיך באדערט דאס שוין לאנג איך האב נאר נישט געוואלט ברענגען יענע זייט מטבע, אבער וואס איז טאקע פשט? זענען זיי קיננמאל נישט געווען טויט? פונקט חלומען זיי דעמאלטס? און אלע חלומען כמעט די זעלבע חלום?
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:56 pm#184157
מאטי האט געשריבן:
מצטמק ויפה האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:לויט אונזער גלויבינג אז יענע וועלט איז צדיקים יושבים ונהנים מזיו השכינה. איז פשוט אפיקורסת צו זאגן אז מ'קען בכלל מסביר זיין פאר א לעבעדיגער וואס טוט זיך אויף יענער וועלט. אלזא ווי מער מענטשן פארציילן זייער עקספיריענסעס אלס א גרעסער פראבלעם האבן מיר.


ווער זאגט אז מען זעט גלייך די נהנים מזיו השכינה? און אויך לאזט זיך שווער גלייבן אז דער גוי וואס קומט ארויף דארט האט די זכי' פון נהנים מזיו השכינה.

בקיצור נמרץ לויטן רמב"ם זיכער יענע וועלט איז נישט תופס זמן , מקום, קיין שום חושים וואס א גוף קען זיך בכלל מצייר זיין . אויב זיי קומען ווען צוריק און זאגן מיר האבן געזען עפעס וואס מ'קען בכלל נישט מסביר זיין וואלט איך געהערט הגם ס'וואלט מיר געבאדערט דאס לשון ''געזען" וואס לאזט זיך נישט זאגן אויף אן עולם הבא'דיגער עקספיריענס . אבער אויב זיי קומען נאך פארציילן וואס ווען ווי אזוי ! דאס איז בכלל נישט אין איינשלינגען מיט וואס מיר גלייבן.


דאס איז וואס די וואס נעמען די "על עס די" דראג זאגן טאקע, זיי גייען דורך אן עקספעריענס וואס לאזט זיך נישט שילדערערן אין אונזער באגרעניצטע באגריפן.
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:59 pm#184158
האללא, חברה נאך אזוי פיל טענות, כאטש איין לייק געט'ס מיר פאר מיין ארטיקעל.
מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:00 am#184159
איך האב געגעבן. איך פארשטיי דעם צער
מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:00 am#184160
מצטמק ויפה האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:דער חכם מחוכם רב מזרחי פארגעסט אלץ צו מענטשענען איין וויכטיגע פאקט, אזש טויזענטער אידן וואס זענען געשטארבן קליניש פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט די בית דין של מעלה, טויזנטער קריסטן פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט יאשקע און טויזנטער מוסלמענער פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט מוכאמאד... הממממ... האסט אמאל געהערט איבער די שפריכווארט "מען חלומ'ט ביינאכט וואס מען טראכט בייטאג"?

דאנט געט מי סטארטעד אויף מזרחי.


.

אוי זאגסטו גוט, מיך באדערט דאס שוין לאנג איך האב נאר נישט געוואלט ברענגען יענע זייט מטבע, אבער וואס איז טאקע פשט? זענען זיי קיננמאל נישט געווען טויט? פונקט חלומען זיי דעמאלטס? און אלע חלומען כמעט די זעלבע חלום?


זיי זענען געווען טויט אבער אויף יענער וועלט זענען זיי נישט געווען, און אויב יא דאן איז יענער וועלט פונקט ווי דער, פול מיט כל מיני רעליגיעס.


.
מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:01 am#184161
מצטמק ויפה האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:דער חכם מחוכם רב מזרחי פארגעסט אלץ צו מענטשענען איין וויכטיגע פאקט, אזש טויזענטער אידן וואס זענען געשטארבן קליניש פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט די בית דין של מעלה, טויזנטער קריסטן פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט יאשקע און טויזנטער מוסלמענער פארציילן איבער זייער באגעגעניש מיט מוכאמאד... הממממ... האסט אמאל געהערט איבער די שפריכווארט "מען חלומ'ט ביינאכט וואס מען טראכט בייטאג"?

דאנט געט מי סטארטעד אויף מזרחי.


.

אוי זאגסטו גוט, מיך באדערט דאס שוין לאנג איך האב נאר נישט געוואלט ברענגען יענע זייט מטבע, אבער וואס איז טאקע פשט? זענען זיי קיננמאל נישט געווען טויט? פונקט חלומען זיי דעמאלטס? און אלע חלומען כמעט די זעלבע חלום?


ס'זענען דא פארשידענע טעאריעס אבער גארנישט איז קאנקלוסיוו. א פשוט'ע וויקיפידיע בלעטל פארמאגט מער אינפארמאציע פון א מזרחי שמועס.
מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:01 am#184162
דער פותח האשכול האט אבער יא געשילדערט מיט פארבן זייערע עקספיריענסעס.
מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:06 am#184164
מצטמק ויפה האט געשריבן:האללא, חברה נאך אזוי פיל טענות, כאטש איין לייק געט'ס מיר פאר מיין ארטיקעל.


א גרויסן דאנק פאר די לייקס, איך האב פשוט נישט געקענט צוקוקען וואו מיין שיינע פאר מינוט ארבעט גייט נאר האבן קריטיג אן קיין איין לייק
מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:15 am#184167
עס איז אמת אז מענטשען האלוסינעיטען כאילו זיי זענען ארויף און געדארפט געבען דין וחשבון. זיי קענען אפילו מאכען א מענטש האלסינעיטען, דורך זיי דרייען אין א ראד ארום און ארום זייער שנעל.

לדעתי איז דער שאלה עפעס אנדרעש.

די שאלה איז אויב אלע אמונות זענען געבויט אויף די חלומות וואס מענטשען האבען, נישט אויב די חלומות ווייזען אויף די ריכטיקייטין די אמונות, נאר גאר להיפוך, צו די חלומות ווייזען אויף די מקור און שורש פין די אמונות. ודו"ק.

פארשטייט זיך אז דער אידישער אמונה האט גארנישט מיט די חלומות, ופשוט הוא.
מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:18 am#184168
אפטעמיסט האט געשריבן:אויב אלע האבן געזעהן דער זעלבע זאך-- און אויפן הנחה אז אידישקייט איז דער ריכטיגע רעליגיע-- וויאזוי קען זיין אז זיי האבן זיך נישט אלע מגייר געוועהן? אלא מאי מוז מען זאגן אז די חברה לעבן אין דמיונות.

פארוואס עפעס מגייר זיין? לויט ווי דער רמב"ם שרייבט האט דער גוי פונקט אזוי א חלק לעולם הבא, יעדער נברא באקומט לפי ערכו ומעשיו.
מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:19 am#184169
מיין מיינונג איז אז די מענטשן זאגן נישט קיין ליגנט, ס'איז דא אזא מציאות פון עפעס וואס שפירט זיך שטארקער ווי א חלום און מ'עקספיריענסט וואס מ'האט געטראכט אגאנץ לעבן אז ס'גייט געשען צום מענטש איש על מחנהו ואיש על דגלו.
מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:27 am#184173
ביבער האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:אויב אלע האבן געזעהן דער זעלבע זאך-- און אויפן הנחה אז אידישקייט איז דער ריכטיגע רעליגיע-- וויאזוי קען זיין אז זיי האבן זיך נישט אלע מגייר געוועהן? אלא מאי מוז מען זאגן אז די חברה לעבן אין דמיונות.

פארוואס עפעס מגייר זיין? לויט ווי דער רמב"ם שרייבט האט דער גוי פונקט אזוי א חלק לעולם הבא, יעדער נברא באקומט לפי ערכו ומעשיו.

ווייל אויב איך שטארב קליניש און זעה אז איסלאם איז דער אטענטישע גלויבונג, טויף איך מיך צו איסלאם נאך יענע טאג.
מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:31 am#184174
אפטעמיסט האט געשריבן:אויב אלע האבן געזעהן דער זעלבע זאך-- און אויפן הנחה אז אידישקייט איז דער ריכטיגע רעליגיע-- וויאזוי קען זיין אז זיי האבן זיך נישט אלע מגייר געוועהן? אלא מאי מוז מען זאגן אז די חברה לעבן אין דמיונות. בכלל זענען דא טויזענטע אטיאסטען וואס זענען אויך געשטארבן קליניש- און לייקענען ווייטער אין גאט.


קיין שום אטעאיסט וועט נישט ווערן א מאמין. נישט ווייל עס פעלט אים עווידענס אדער פרוף אין א קריעיטאר. ניין. נאר זיין דראנג צו לייקענען וועט אים פירן צו די צעדרייטסטע און זינלאזע טעאריעס וואס א נארמאלער מענטש דארף זיך שעמען אפילו צו טראכטן.

אלזא קיין שום באשיינפערליכע און קאנקלוסיווע NDE וועט נישט איבערמאכן דאקינגס אדער דעם כופר היטשינס ימ"ש. וואס יא, זיי זענען אומבאקוועם דערפון.
מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:31 am#184175
איך געדענק נישט אז מען זאל רעדן וועגן גלויבן בכלל, מען זעהט ליכטיגקייט, טונעל, קרובים וזהו.
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:35 pm#184176
נאטרוליסט האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:אויב אלע האבן געזעהן דער זעלבע זאך-- און אויפן הנחה אז אידישקייט איז דער ריכטיגע רעליגיע-- וויאזוי קען זיין אז זיי האבן זיך נישט אלע מגייר געוועהן? אלא מאי מוז מען זאגן אז די חברה לעבן אין דמיונות. בכלל זענען דא טויזענטע אטיאסטען וואס זענען אויך געשטארבן קליניש- און לייקענען ווייטער אין גאט.


קיין שום אטעאיסט וועט נישט ווערן א מאמין. נישט ווייל עס פעלט אים עווידענס אדער פרוף אין א קריעיטאר. ניין. נאר זיין דראנג צו לייקענען וועט אים פירן צו די צעדרייטסטע און זינלאזע טעאריעס וואס א נארמאלער מענטש דארף זיך שעמען אפילו צו טראכטן.

אלזא קיין שום באשיינפערליכע און קאנקלוסיווע NDE וועט נישט איבערמאכן דאקינגס אדער דעם כופר היטשינס ימ"ש. וואס יא, זיי זענען אומבאקוועם דערפון.

היטשינס איז שוין לפי ידיעתי א מאמין איצט, אויב נישט, איז גרויסע צרות.
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:35 pm#184177
מאטי האט געשריבן:מיין מיינונג איז אז די מענטשן זאגן נישט קיין ליגנט, ס'איז דא אזא מציאות פון עפעס וואס שפירט זיך שטארקער ווי א חלום און מ'עקספיריענסט וואס מ'האט געטראכט אגאנץ לעבן אז ס'גייט געשען צום מענטש איש על מחנהו ואיש על דגלו.


אמת ויציב. אבער וויבאלד די סייענטיסטן האבן "דערווייל" נאכנישט קיין פרוף אויף א NDE, און קענען נישט סימיולעיטן א ספיטריטשועל עקספעריענס, און קענען נישט איבערצייגן דאס מציאות פון א נשמה וואס דער בוכ"ע האט אריינגעטאן אין יעדן מענטש, און דעם חלק אלי ממעל וואס א מענטש האט מער פון אן APE, וועלן זיי לייקענען, אפילו דער אמת שפרונגט זיי אין פנים!
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:38 pm#184179
אפטעמיסט האט געשריבן:ווייל אויב איך שטארב קליניש און זעה אז איסלאם איז דער אטענטישע גלויבונג, טויף איך מיך צו איסלאם נאך יענע טאג.

דער גוי מעג לכתחלה גלייבן אין ישו מיט מוחאמעד און וועט אפילו באקומען שכר דערויף. ער וועט זעהן אז תורת משה איז אמת און איז קיינעם נישט מחייב נאר די אידן.
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:38 pm#184180
מאטי האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:אויב אלע האבן געזעהן דער זעלבע זאך-- און אויפן הנחה אז אידישקייט איז דער ריכטיגע רעליגיע-- וויאזוי קען זיין אז זיי האבן זיך נישט אלע מגייר געוועהן? אלא מאי מוז מען זאגן אז די חברה לעבן אין דמיונות. בכלל זענען דא טויזענטע אטיאסטען וואס זענען אויך געשטארבן קליניש- און לייקענען ווייטער אין גאט.


קיין שום אטעאיסט וועט נישט ווערן א מאמין. נישט ווייל עס פעלט אים עווידענס אדער פרוף אין א קריעיטאר. ניין. נאר זיין דראנג צו לייקענען וועט אים פירן צו די צעדרייטסטע און זינלאזע טעאריעס וואס א נארמאלער מענטש דארף זיך שעמען אפילו צו טראכטן.

אלזא קיין שום באשיינפערליכע און קאנקלוסיווע NDE וועט נישט איבערמאכן דאקינגס אדער דעם כופר היטשינס ימ"ש. וואס יא, זיי זענען אומבאקוועם דערפון.

היטשינס איז שוין לפי ידיעתי א מאמין איצט, אויב נישט, איז גרויסע צרות.


אמת. דער פגר היטשינס האט געשטאמט פון אידן. און געווען דער גרעסטער מין און אטעאיסט און שמיצוגסטער כופר וואס די וועלט האט פראדוצירט זינט דארווין.
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:40 pm#184182
פארוואס ווייזט מען בילדער און נישט ווידאו?
זונטאג פעברואר 16, 2014 11:54 pm#184188
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארוואס ווייזט מען בילדער און נישט ווידאו?


קוים וואס מען לאזט דארט KDC קעמרע, ווילסטו נאך ווידיאו??!!
מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:01 am#184191
ונבנתה העיר האט געשריבן:איך געדענק נישט אז מען זאל רעדן וועגן גלויבן בכלל, מען זעהט ליכטיגקייט, טונעל, קרובים וזהו.


איך האב פונקט היינט געליינט א ארטיקעל פון ABC news , וואו איינער פארציילט אז ער האט געטראפן דארט זיינע נאנטע און אויך Buddha,jesus, Mary, און אפילו מארטין לוטיר קינג, און ער זאגט אז די אלע האבן געהאט גאר א שטארקע ליכטיגקייט.
גיי פארשטיי.
מאנטאג פעברואר 17, 2014 9:02 am#184246
דאס וואס עס ווערט געברענגט דא אז איינער האט געפילט ווי ער פליט און זעהט אלע שטובען מיט אמאהל, דער אמת איז אז קיינער האט דערווייל נאך נישט מגלה געוועהן א שמועס פין אן אנדערע שטוב, צו אפילו געזאגט וואס געפינט זוך אין זיין אייגינע שטוב וואס מען קען נישט זעהן ליגענדיג אין בעט, און מען קען יא זעהן ווען מען זיצט ווי א פייגעל אויווען.

ממילא איז א ראיה אז דאס איז אלץ חלומות.
מאנטאג פעברואר 17, 2014 9:48 am#184251
איןן נקודה האב איך פארגעסן, עס זענען דא אסאך וואס שרייבן אז זיי האבן גערעדט צו מענטשען וואס זענען אייביג געווען בלינד, אבער נאך זייער קליניקעל טויט, האב'ן זיי געקענט דיסקרייבן פונקטליך וואס זיי האבן געזען.
דא האט איר א ארטיקעל איבער דעם.

y Kevin Williams



Vicki Umipeg, a forty-five year old blind woman, was just one of the more than thirty persons that Dr. Kenneth Ring and Sharon Cooper interviewed at length during a two-year study just completed concerning near-death experiences of the blind. The results of their study appear in their newest book Mindsight. Vicki was born blind, her optic nerve having been completely destroyed at birth because of an excess of oxygen she received in the incubator. Yet, she appears to have been able to see during her NDE. Her story is a particularly clear instance of how NDEs of the congenitally blind can unfold in precisely the same way as do those of sighted persons. As you will see, apart from the fact that Vicki was not able to discern color during her experience, the account of her NDE is absolutely indistinguishable from those with intact visual systems. The following is an excerpt from Dr. Ring's latest book reprinted by permission.



Vicki told Dr. Ring she found herself floating above her body in the emergency room of a hospital following an automobile accident. She was aware of being up near the ceiling watching a male doctor and a female nurse working on her body, which she viewed from her elevated position. Vicki has a clear recollection of how she came to the realization that this was her own body below her. The following is her experience.

"I knew it was me ... I was pretty thin then. I was quite tall and thin at that point. And I recognized at first that it was a body, but I didn't even know that it was mine initially.



"Then I perceived that I was up on the ceiling, and I thought, 'Well, that's kind of weird. What am I doing up here?'



"I thought, 'Well, this must be me. Am I dead? ...'



"I just briefly saw this body, and ... I knew that it was mine because I wasn't in mine."

In addition, she was able to note certain further identifying features indicating that the body she was observing was certainly her own.

"I think I was wearing the plain gold band on my right ring finger and my father's wedding ring next to it. But my wedding ring I definitely saw ... That was the one I noticed the most because it's most unusual. It has orange blossoms on the corners of it."

There is something extremely remarkable and provocative about Vicki's recollection of these visual impressions, as a subsequent comment of hers implied.

"This was," she said, "the only time I could ever relate to seeing and to what light was, because I experienced it."

She then told them that following her out-of-body episode, which was very fast and fleeting, she found herself going up through the ceilings of the hospital until she was above the roof of the building itself, during which time she had a brief panoramic view of her surroundings. She felt very exhilarated during this ascension and enjoyed tremendously the freedom of movement she was experiencing. She also began to hear sublimely beautiful and exquisitely harmonious music akin to the sound of wind chimes.



With scarcely a noticeable transition, she then discovered she had been sucked head first into a tube and felt that she was being pulled up into it. The enclosure itself was dark, Vicki said, yet she was aware that she was moving toward light. As she reached the opening of the tube, the music that she had heard earlier seemed to be transformed into hymns and she then "rolled out" to find herself lying on grass.



She was surrounded by trees and flowers and a vast number of people. She was in a place of tremendous light, and the light, Vicki said, was something you could feel as well as see. Even the people she saw were bright.

"Everybody there was made of light. And I was made of light. What the light conveyed was love. There was love everywhere. It was like love came from the grass, love came from the birds, love came from the trees."

Vicki then becomes aware of specific persons she knew in life who are welcoming her to this place. There are five of them. Debby and Diane were Vicki's blind schoolmates, who had died years before, at ages 11 and 6, respectively.



In life, they had both been profoundly retarded as well as blind, but here they appeared bright and beautiful, healthy and vitally alive.



And no longer children, but, as Vicki phrased it, "in their prime."



In addition, Vicki reports seeing two of her childhood caretakers, a couple named Mr. and Mrs. Zilk, both of whom had also previously died. Finally, there was Vicki's grandmother - who had essentially raised Vicki and who had died just two years before this incident. In these encounters, no actual words were exchanged, Vicki says, but only feelings - feelings of love and welcome.



In the midst of this rapture, Vicki is suddenly overcome with a sense of total knowledge.

"I had a feeling like I knew everything ... and like everything made sense. I just knew that this was where ... this place was where I would find the answers to all the questions about life, and about the planets, and about God, and about everything ... It's like the place was the knowing."
מאנטאג פעברואר 17, 2014 9:49 am#184252
נאר גיי פארשטיי ווי אזוי האט זי דערקענט אירע נאנטע אויף יענע וועלט, אויב זי האט זיי קיינמאל נישט געזען ביים לעבן??!!!
תיקו!!
מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:25 pm#184286
נאטרוליסט האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:אויב אלע האבן געזעהן דער זעלבע זאך-- און אויפן הנחה אז אידישקייט איז דער ריכטיגע רעליגיע-- וויאזוי קען זיין אז זיי האבן זיך נישט אלע מגייר געוועהן? אלא מאי מוז מען זאגן אז די חברה לעבן אין דמיונות. בכלל זענען דא טויזענטע אטיאסטען וואס זענען אויך געשטארבן קליניש- און לייקענען ווייטער אין גאט.


קיין שום אטעאיסט וועט נישט ווערן א מאמין. נישט ווייל עס פעלט אים עווידענס אדער פרוף אין א קריעיטאר. ניין. נאר זיין דראנג צו לייקענען וועט אים פירן צו די צעדרייטסטע און זינלאזע טעאריעס וואס א נארמאלער מענטש דארף זיך שעמען אפילו צו טראכטן.

אלזא קיין שום באשיינפערליכע און קאנקלוסיווע NDE וועט נישט איבערמאכן דאקינגס אדער דעם כופר היטשינס ימ"ש. וואס יא, זיי זענען אומבאקוועם דערפון.

מעשה לסתור.
מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:25 pm#184287
אמת. דער פגר היטשינס האט געשטאמט פון אידן. און געווען דער גרעסטער מין און אטעאיסט און שמיצוגסטער כופר וואס די וועלט האט פראדוצירט זינט דארווין.

מה ענין דארווין אצל כפירה?
מאנטאג פעברואר 17, 2014 2:32 pm#184301
ATUB @שמעקעדיג ATUB איז נארוואס צוריקגעקומען פון יענער וועלט.

לאמיר הערן וואס ער האט צו פארציילן.
מאנטאג פעברואר 17, 2014 3:01 pm#184305
לאמיר עס מסביר זיין אזוי, ווען איינער זאל ווען קומען צו דיר אין ביהמ"ד איין צופרי קוים כאפ'נדיג זיין אטם, און דיר פארציילען אז ער האט געחלומ'ט ביינאכט ווי מעו נעמט איהם צון בית דין של מעלה, און דארט זענען געווען שרעקעדיגע מלאכים וכו' וכו', א יעדער נארמאלע מענטש וועט גלייך אוועק שפאצירען פון דעם מאדנע פארשוין, און מיט א מאך מיט די הענט וועט מען איהם זאגן; ביטע פארצייל דיינע מעשיות פאר דיין באבע און נישט פאר מיר.
אזוי איז אויך דא, אז ווען איינער פארציילט אז ער איז שוין געווען אויף יענע וועלט, און בלא בלא בלא ..... איז דער ביי מיר א שקרן, און איך גלייב נישט קיין איין ווארט וואס ער זאגט, נאר וואס דען ווען איך זעה אז מיליאנען מענטשען פארציילען די זעלבע מעשה זעה איך דאך אז יש דברים בגו, אבער אוודאי גלייב איך נאר דאס וואס יעדער פארציילט און קאמען, אז מעו פליט ארויס פונ'ם גוף, און מען זעט ליכטיגקייט, אז מען זעט נאנטע, דאס אלעס מוז זיין אמת ווייל יעדער זאגט דאך די זעלבע זאך.
אבער ווען עס קומט שוין אז ער האט געזעהן דער מחמוד מיט יוזל דארט זאג איך שוין אז ער איז א פאלנע ליגענער וואס האט אויף געמאכט א מעשה וואס עס זאל שטימען מיט זיין גלויבן, והא ריאה אז קיינער זאגט נישט די זעלבע זאך, און אויך פארוואס איז נאך נישט געווען איינער וואס האט געזעהן א גאט פון א צווייטע גלויבן? פארוואס זעט יעדער וועם ער וויל זען? אלא מאי עס איז שקר וכזב, אבער ביז אהין איז אוודאי אמת.
מאנטאג פעברואר 17, 2014 7:52 pm#184383
יאיר האט געשריבן:
אמת. דער פגר היטשינס האט געשטאמט פון אידן. און געווען דער גרעסטער מין און אטעאיסט און שמיצוגסטער כופר וואס די וועלט האט פראדוצירט זינט דארווין.

מה ענין דארווין אצל כפירה?

אצל כפירה? יא, ער מעג האלטן אז עוועלוציע שטימט נישט מיט די תורה, און אפילו אז יא, דארווין פערזענדליך האט דאך קלארגעשטעלט אז ער האלט ס'איז נישט פארגעקומען קיין שום התגלות אלקים אין סיי וואספארא פארמאט.

די בעסערע וועג צו פרעגן איז: "מה ענין דארווין אצל 'עטיאיזם'".
פרייטאג מערץ 28, 2014 4:26 pm#193309
Over here
I discussed this issue
Near death is only NEAR death! that mean the person is still alive!!!! There was never any credible evidence for any NDE happening after brain death.
The reason for NDE is that neurons fire signals before they die, so that evokes many old memories and white light etc.
Her's a a scientific article about it
m http://www.plosone.org/article/info%3Ad ... ne.0022127 m

Here's a nice article by Sam Harris about this
m http://www.samharris.org/blog/item/scie ... k-of-death m

Also watch this interesting video where they induced NDE's in people by making them temporarily loose blood in their brains
m https://www.youtube.com/watch?v=j1flUnbZXts m
זונטאג מערץ 30, 2014 6:44 pm#193622
scientists locate out of body experience brain activity
מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 1:52 am#391989
מצטמק ויפה האט געשריבן:אבער ווען עס קומט שוין אז ער האט געזעהן דער מחמוד מיט יוזל דארט זאג איך שוין אז ער איז א פאלנע ליגענער וואס האט אויף געמאכט א מעשה וואס עס זאל שטימען מיט זיין גלויבן, והא ריאה אז קיינער זאגט נישט די זעלבע זאך, און אויך פארוואס איז נאך נישט געווען איינער וואס האט געזעהן א גאט פון א צווייטע גלויבן? פארוואס זעט יעדער וועם ער וויל זען? אלא מאי עס איז שקר וכזב, אבער ביז אהין איז אוודאי אמת.

כבר היה לעולמים, אז א מוסולמענער זאל טרעפן ר' יוזל אויף יענע וועלט און זיך נאכדעם טויפן צו נצרות.
איך האב געזען ערגעץ ווי איינער וואס טוט דורך אזעלכע מעשיות שרייבט אז די אלע וואס זאגן אז זיי האבן געזען מוחמאד האבן זיך ארויסגעשטעלט צי זיין ליגנער.
נאר די וואס זאגן אז זיי האבן געזען יוזל אדער די בית דין של מעלה אדער גאט אליינס, האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אמת.
פשטות זאגט ער אזוי ווייל ער איז א קריסט...
מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 3:30 am#391990
ברוך שפינוזה: א קליינע הערה. די אלע וועלכע פארציילן די פאנטאסטישע מעשיות אז אפילו די מוסלמענער האבן געזעהן ר' יוזל פאנדריק, זענען יהודים משיחיים. אפילו דא אזעלכע וועלכע רופן זיך..."ראבייס"... און זיי גייען אפילו מיט א קאפל. א טייל פון זיי זענען בכלל נישט קיין אידן. מ'דערקענט עס אויף זייער צורה. און דער אופן ווי זיי רעדן איבער אידישקייט... ווייזט אז זיי זענען נאך געשוואלענע עמי הארצים אויך...!
מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 7:28 am#391991
Re: א גריס פון יענע וועלט
איך טראכט אז יעדער זעהט די זעלבע ווייסט בארד, ביים קריסטל איז עס יוזל, ביים מוסלמענער איז עס מוחמד, און ביים איד איז עס בעל שם טוב וכו'.
מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 8:05 am#391992
נודע בשערים בעלה כל חד לפום מאי דמשער בליביה
מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 1:08 pm#392008
berlbalaguleh האט געשריבן:ברוך שפינוזה: א קליינע הערה. די אלע וועלכע פארציילן די פאנטאסטישע מעשיות אז אפילו די מוסלמענער האבן געזעהן ר' יוזל פאנדריק, זענען יהודים משיחיים. אפילו דא אזעלכע וועלכע רופן זיך..."ראבייס"... און זיי גייען אפילו מיט א קאפל. א טייל פון זיי זענען בכלל נישט קיין אידן. מ'דערקענט עס אויף זייער צורה. און דער אופן ווי זיי רעדן איבער אידישקייט... ווייזט אז זיי זענען נאך געשוואלענע עמי הארצים אויך...!

לאו דוקא,די אלע וואס ווערן דא אראפגעברענגט זענען נישט קיין אידן, הצד השוה שבהן, אז אלע פון זיי גלייבן אין יוזל. פון די אנדערע זייט, וואס דען האסטו געוואלט, אז א מוסולמענער זאל דיך פארקויפן אזעלכע מעשיות? אויב גלייבט ער גענוג אין דעם עס אויסצופויקן אין די גאסן, וועט ער דאך גלייך ווערן א קריסט! ווייס איך נישט וואס צו זאגן, אדרבה ירא הקהל וישפוט.
m http://www.godlikeproductions.com/forum ... 009907/pg1 m
מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 9:16 pm#392036
א איד האט געשריבן:איך טראכט אז יעדער זעהט די זעלבע ווייסט בארד, ביים קריסטל איז עס יוזל, ביים מוסלמענער איז עס מוחמד, און ביים איד איז עס בעל שם טוב וכו'.

א איד: אויב שוין א מענטש מיט א ווייסע בארד און א הדרת פנים. זאלל עס שוין זיין סאנטא קלאץ. ער האט כאטש א שיינע רויטע בעקישע. און ער זעהט אויס ווי עפעס א רבי...!