Under maintenance
הויפט זייט » נביא בא לעיר! בואו בהמוניכם!

נביא בא לעיר! בואו בהמוניכם!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5908
דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:32 pm#184673
נביא בא לעיר! בואו בהמוניכם!
שלום עליכם טייערע אידן.

איך בין ניי דא אין שטיבל, און הגם וואס איך ליין שוין א לענגערע צייט, האב איך ביז היינט גארנישט געשריבען. כ'בין נבהל ונשתומם פון די מאס ידיעות און ברייטע קענטינישן וואס היימישע אינגעלייט האבן אין אזוי פיל ברייט פארצווייגטע נושאים און טאפיקס.

די זאך איז נאר אזוי: ס'זענען טאקע דא פארשער אין מדע, לייבן אין מאטאמאטיק, מומחים אין מוזיק, פילאזאפן אין חקירה און עקספערטן אין ליצנות-- אבער נביאים? דאס פילייכט נישט.

טאקע דערפאר בין איך דא.

אמאל מאכט זיך איינער האט א פראגע בדברים העומדים ברומו של עולם, איינער גייט דורך שווערע תקופות און זעהט נישט קיין וועג ארויס; איינער ווארט א קינד און וויל וויסן הזכר הוא אם נקבה; איינעם באדערט עפעס בעניני אישית און ברויך אן עצה פון א חכם/נביא אא"וו.

איצט, לא אלמן ישראל. ס'איז ב"ה דא א אויסוואל פון כמה וכמה ארגענאזציעס וואס ספעצעליזירן זיך אין הילף. אין דעם רעכענט זיך אריין תהילים כולל, כולל חצות, קופת העיר און שפרעכען די בליי א.ד.ג.
אבער אן אמת'ע ערליכע קליגע נביא? דאס איז שוין נישט לייכט צו טרעפן.

דערפאר קום איך הער מיט איין ציל: העלפן מיינע ברידער אין נויט.
רבותי, פארפאסט נישט דעם געלעגנהייט ווייל באלד פאר איך צוריק קיין צפת.
דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:35 pm#184677
אקעי וואס זענען דע ציפערן פאר'ן קומענדיגן לאטערי פאערבאל. ביטע ענטפערן אין אישי
דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:37 pm#184680
די מלאכים אין הימל זענען קראנק געווארן פון Sylvia Browne. מ'האט איר צוריק געשיקט צו אונז!!!
דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:06 pm#184697
פארוואס רופסט דיך נישט "נביא עדיף מחכם"?
דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:11 pm#184698
די פיקטיווע נביא געשיכטע פאסט זיך מער פאר די יושבי חושך, מיר גלייבן נישט עקסטער אין די זאכן.
גיס אויס די קאווע, אדער טרינק עס ווי יעדן איינעם.
דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:19 pm#184701
וויפיל טשארדזשסט דו?
דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:23 pm#184705
שלום עליכם. בואכם לשלום וצאתכם לשלום. ר' נביא: איך האב געהאט בדעה דיך צו פרעיגן וואס די געווינענדע נאמבערס (מספרים) פון די פאוערבאלל לאטערי זענען. נאר איך זעה אז דער פינטל איד האט מיר שוין אויסגעכאפט. (איך וויל דיר אנטראגן (מציע) א געשעפט. בסוד. אבער פארצייל עס נישט פאר קיינעם ספעציעל נישט פאר'ן פינטל. איך גיי דיר געיבן גרעסערע פראצענט (אחוזים) בני לדר, אויב די נומער וואס דו זאגסט מיר וועט געווינען. מיין סעל נומער איז: --- --- ----. נו. דו ביסט דאך א נביא. קענסט דו עס זיכער ליינען. :? 8-) :lol: :D ;) :o
דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:25 pm#184707
פיין. גוט צו וויסן ווער מיין קלייענטעל איז.

פינטעל איד שוין ב"ה א געהאלפענער;
רויטע וואנצעס פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס וויל; קאווע טרינקער פארשטייט אליינס נישט וואס ער וויל;
לאליפאפ שפילט זיך מיט פייער;
און הוגה- איטס פרי אוף טשארדז;
בעל עגלה- פינטעל האט שוין געוואנען. מעיבי נעקסטיים.
דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:25 pm#184710
הוגה האט געשריבן:וויפיל טשארדזשסט דו?


מסתמא 250 ביטקאינס א שעה.
דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:32 pm#184713
חכם עדיף מנביא האט געשריבן:לאליפאפ שפילט זיך מיט פייער;

העי, נביא שקר.. איך שויער מיך יעצט
דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:35 pm#184714
חכם עדיף מנביא האט געשריבן:פיין. גוט צו וויסן ווער מיין קלייענטעל איז.

פינטעל איד שוין ב"ה א געהאלפענער;
רויטע וואנצעס פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס וויל; קאווע טרינקער פארשטייט אליינס נישט וואס ער וויל;
לאליפאפ שפילט זיך מיט פייער;
און הוגה- איטס פרי אוף טשארדז;
בעל עגלה- פינטעל האט שוין געוואנען. מעיבי נעקסטיים.

ר' נביא: פרעיגט תוספות א קשיא?! וויאזוי האט ער געקענט געווינען היינט, ווען די לאטערי גייט ערשט שפילן מארגן?
איך גיי יעצט פרעיגן אן אפיקורסישע שאלה. איך האב מורא אז דער נביא שליט"א ווייסט נישט דעם עתיד. נאר אפילו דעם הווה אויכעט נישט. איך האף אז דעם רבי שליט"א'ס הקפדה וועט מיר נישט שאטן. 8-) :? :lol: :oops: :cry: :o
דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:40 pm#184715
בעיקבתא דמשיחא חוצפה יסגי. נישט אז איך דארף ליינען פראוואקאטישע תגובות צו וויסן מי ומי ההולכים, ווייל איך ווייס דאך דברים שבלב אויכעט; נאר איך וויל אייך ווארענען באש וגפרית: הבדלו מתוך הניקס הרעים הללו.
דער לאליפאפ וועט מען צוקייען, און קיין שריד ופליט וועט נישט בלייבן. און דער בעל עגלה וועט נישט האבן קיין קונדען.
אלעס ביז חוצפה!
גראדע, פינטעל רעד פון די ישראל'ישע לוטו.
דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:49 pm#184721
חכם עדיף מנביא האט געשריבן:דער לאליפאפ וועט מען צוקייען, און קיין שריד ופליט וועט נישט בלייבן. און דער בעל עגלה וועט נישט האבן קיין קונדען.
אלעס ביז חוצפה!

ATUB @גבאי שני ATUB פערזענליכע אטאקעס נישט ערלויבט!
דער הויכגעשעצטער פראפעט איז נאך ניי דא, עס איז דא תקנות.. (וואלטסט געמעגט וויסן בנביאות!)
דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:51 pm#184722
סארקאזם פארנעמט א הויעך פלאץ אין היכל הנביאות. עניוועי, מסירה איז אויך נישט ערלויבט.
כאפ א טשיל, ביטע.
דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:51 pm#184723
פארוואס האסטו געשיקט א ריסעט פעסווארד אימעיל ריקוועסט פריער ווען די האסט פארגעסען דיין נייע פעסווארד זיך איינשרייבן דא אין שטיבעל? נביאה ארבעט נישט אויף פעסווארדס?
דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:52 pm#184724
חכם עדיף מנביא האט געשריבן:סארקאזם פארנעמט א הויעך פלאץ אין היכל הנביאות. עניוועי, מסירה איז אויך נישט ערלויבט.
כאפ א טשיל, ביטע.

סארקאסטישע נביאים פארנעמען נישט קיין צוויי וועגיגע הומאר?
דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:54 pm#184725
איך גלייב אין נביאה און כבין גרייט צי הערן דבר ה' פון אייך.
וואס זענען די חטאים פונעם דור אויף וואס גאט צערענט?
דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:55 pm#184726
אינטערנעט, נאום ה' אלוקים.
דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:55 pm#184727
"סארקאסטישע נביא צוקייט א לאליפאפ" ווי איז ATUB @סאשי פיש ATUB ווען מ'דארף א בילד פון דעם.
דינסטאג פעברואר 18, 2014 11:03 pm#184730
חכם עדיף מנביא האט געשריבן:אינטערנעט, נאום ה' אלוקים.

אוי וויי! די נארישסטע ענטפער וואס דו קענסט געבן יעצט בשעת'ן טרייען צו ווערן אויפגעפיקט! וואס ביסטו עדיף פון אלע נארישע רעבעלעך?
דינסטאג פעברואר 18, 2014 11:16 pm#184733
חכם עדיף מנביא האט געשריבן:בעיקבתא דמשיחא חוצפה יסגי. נישט אז איך דארף ליינען פראוואקאטישע תגובות צו וויסן מי ומי ההולכים, ווייל איך ווייס דאך דברים שבלב אויכעט; נאר איך וויל אייך ווארענען באש וגפרית: הבדלו מתוך הניקס הרעים הללו.
דער לאליפאפ וועט מען צוקייען, און קיין שריד ופליט וועט נישט בלייבן. און דער בעל עגלה וועט נישט האבן קיין קונדען.
אלעס ביז חוצפה!
גראדע, פינטעל רעד פון די ישראל'ישע לוטו.

איך וויל מקבל נזיפה זיין. איכ'ל בלי"נ אריינקומען אין ביהמ"ד דעם צווייטן טאג יו"ט אן שיך. אזוי ווי יענער לץ הידוע וועלכער האט געזאגט אויף אונזער רבי אז ר'איז אן עם הארץ. און דער גביר פון שטעיטל האט פונקט געדאוונט ביי רביה"ק שליט"א אין בית המדרש. האט דער גביר געשריגן אז מ'זאל איהם מעביר זיין. איז ער דעם צווייטן טאג יו"ט אריינגעקומען אין ביהמ"ד האלטנדיג זיינע שיכלעך אין די הענט. און ער איז ארויף אויף די בימה און ר'האט אויסגערופן, נישט באהאלטנדיג זיין ליצנות-שמייכל אז היות ר'האט :lol: 8-) :? :x :P אט געזאגט א' די רבי איז אן ע"ה, וויל ער איהם מפייס זיין.... 8-) :? :x :P :oops: :o
דינסטאג פעברואר 18, 2014 11:19 pm#184734
לאליפאפ האט געשריבן:
חכם עדיף מנביא האט געשריבן:אינטערנעט, נאום ה' אלוקים.

אוי וויי! די נארישסטע ענטפער וואס דו קענסט געבן יעצט בשעת'ן טרייען צו ווערן אויפגעפיקט! וואס ביסטו עדיף פון אלע נארישע רעבעלעך?
לאלי בוסט אזוי אנגעשטעקט.
איך האב פארשטאנן די נביאה ''אינטערנעט'' אז סדא מענטשען וואס שיידען זיך אפ און אסרן אינטערנעט.
דינסטאג פעברואר 18, 2014 11:20 pm#184735
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארוואס רופסט דיך נישט "נביא עדיף מחכם"?


ווייל לוטן סדר איז "נביא עדיף משוטה,
דינסטאג פעברואר 18, 2014 11:24 pm#184737
רבותי, איר וועט נישט גלייבן! כ'האב געטראפן אן אור אלטער ספר פון אונזער נביא דידן צווישן די פארגעלטע מגילות ים המלח וואס איז ממש יעצט נתגלה געווארן נעבן לוט'ס ווייב, שמעו ותחי נפשכם:

הוי! שמעו דבר ה' כל שותי קפא, עטרת גאות שכורי חרדתא. יען מאסתם את דבר ה', ותלכו אחרי ההבל ותהבלו, ותמאנו משמוע אריטמאטיק, ושערי מדע נעלתם. בצימתא ובביצה כל מאכליכם, ובדברים מטפשים קמתם ושכבתם, ותמאסו בכל דבר חכמה, ולא תשמענה אזניכם מקרא משנה וגמרא. כי אם בפוליטיקה עיניכם, ובדברי און ומרמה שמתם מאווייכם. עד מתי תישנו במיטותיכם, ולא תקיצו מתרדימתכם! כי הנה בוא יום גדול ונורא, אשר לא יועיל כל הבליכם ביום עברה, כי חי אנכי נאום ה', נשבעתי בזרוע עוזי, אשר חפרו אמותיכם, יבושו אבותיכם, כי ימיכם ימלאו בריק והבל, ושנותיכם בבהלה. כי קיא צואה מלאה פניכם, וטינופת תסובבנה מכל עבריכם. ביום ההוא, אמר ה', לא יהיה עוד פוליטיקה ולשון הרע, ולא צימתא ולא קפתא, כי אם מלאה הארץ את ה', בדברי חכמה נשגבה מכם, ויאירו דברי מדע, שבעתים כאור הבוקר. הלא כה דברי נאום ה', האומר לחרס ויזרח ולירח ויאיר.
דינסטאג פעברואר 18, 2014 11:49 pm#184745
קומט א איד א נביא, מיט אזא עניוותדיגער נאמען, א נאמען וואס איז גאר משפיל די גרויסע מעלה זיינער, און דער עולם איז זיך מתחצף אנטקעגן אים... נישט שיין.

אדרבא ר' נביא, רעד צו אונז אביסל, איך בין פון דיינע חסידים. איך האב אלץ געוואוסט אז נבואה לעבט. איך לעכץ אליינס צו זיין א נביא. נישט אזוי ווייט כדי צו וויסען וואס די לאטטא וועט זיין מארגען, ווייל ווער עס קוקט אביסל פסוקים ווייסט אז נבואים ווייסן נישט עתידות סתם אזוי. מיין תשוקה צו נבואה איז צו האבן דעם געוואלדיגע עקספעריענס פון פארלירן אלע חושים און ווערן כל כולו איבערגענומען פון די התפרצות פון דעם צימצום וואס איך געפון זיך.

טייערער נביא, זאג מיר נישט דעם מארגענדיגע לאטטא, ליבערשט געב אונז דא א הרגש, א שמעק, פון א מצב נבואי.
זיי אביסל מסביר וואס דאס איז, זיי ממחיש וויאזוי מען שפירט, און אפשר אפשר געב אונז עטליכענע 'טיפס' וויאזוי מיר אליינס זאלען קענען זוכה זיין צו שפירן דעם טעם. prophecy 101

אזוי צו אזוי, א געניאלע איינפאל.