Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » REAL ESTATE

REAL ESTATE

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 33 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5939
מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:26 am#185851
REAL ESTATE
איך קוק מיר אזוי אום, און כ'באמערק אז ס'איז נישט דא קיין אשכול אויף ריעל עסטעיט. מ'קען אפשר מאכן א שיינע פאר דיעלס דא (און אפשר נישט), איז, לאמיר פראבירן כאטש.

אויב איינער האט אינטערעסאנטע גוטע-פרייז commercial properties צום פארקויפן אין די ברוקלין אומגעגענט, אדער אויב עמיצער זוכט א ווערהאוז וכדו' זאל ער מיר ביטע קאנטאקטאן אין אישי.

איך האב אפאר גוטע זאכן אין ברוקלין און אין קווינס, גוטע פרייזן און הייסע געגענטער, אויב איר זוכט צו קויפן (בראקערס-- שטייטס אוועק) ביטע מיר מודיע זיין.

*ביטע האלטן סארקאזם פאר א צווייטע געלעגענהייט. א דאנק.
מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:34 am#185852
איך רייס מיך ביי די קשקשים און סנפירים. איך האב דעם ברוקלין בריק צום פארקויפן, ווי רעד איך מיט דיר איבער דעם, דא צו אין אישי?
מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:39 am#185855
*ביטע האלטן סארקאזם פאר א צווייטע געלעגענהייט. א דאנק.

וועלכע ווארט פארשטייסטו דא נישט?
מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:48 am#185857
קאמאן, איך קום דא צו קאווע שטיבעל ווען איך האב פרייע צייט כדי הנאה צו האבן, שמייכלען אין פארגעסען פון די ארבייט,
נישט אויף ביזנעס, פארדעים קען איך בלייבן אין אפיס,
מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:53 am#185858
איך קום אין ק"ש צו מאכן ביזנעס, אזוי קען איך זיצן און שמייכלען אין אפיס...
מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:55 am#185859
ביזט אויך אויף ביינאכט כדי צו שלאפן בייטאג?
מאנטאג פעברואר 24, 2014 2:39 pm#186009
איך ברענג נאכאמאל ארויף דעם אשכול, פאר די וואס זענען געשלאפן נעכטן נאכט.
מאנטאג פעברואר 24, 2014 2:42 pm#186010
דו טוסט נאר און commercial אדער אויך און residential?
מאנטאג פעברואר 24, 2014 2:44 pm#186011
ייש"כ פאר די אשכול, איך בעט שוין לאנג פאר א ביזנעס אפטיילונג.
מאנטאג פעברואר 24, 2014 2:46 pm#186012
לעמיל האט געשריבן:דו טוסט נאר און commercial אדער אויך און residential?

בעיקר גרויסע commercial ווערהאוז'עס און development sites. איך האב נישט קיין קליינע הייזער, זיכער נישט אין די היימישע געגענטער.
מאנטאג פעברואר 24, 2014 6:48 pm#186122
פישל'ע העררינג האט געשריבן:איך רייס מיך ביי די קשקשים און סנפירים. איך האב דעם ברוקלין בריק צום פארקויפן, ווי רעד איך מיט דיר איבער דעם, דא צו אין אישי?

:like :lol:
מאנטאג פעברואר 24, 2014 6:54 pm#186133
מר. ביזנעס.

לוינט זיך צו קויפן אין שטעטל בלומבערג?
מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:57 pm#186171
דער לעצטע מענטש 'ך וואלט געטוהן ביזנעס איז מיט אייך.
זייט נישט ברוגז פאר מיין קאלטע אויפנאמע דא אין שטיבל, אבער אם זקנה אין כאן חכמה יש כאן, לאמיר אייך זאגן א כלל גדול אין ביזנעס:
מ'האנדעלט נישט מיט אונטערערדישע באהאלטענע מענטשען.
אז איר ווילט אונז פארציילען איבער אייער געשעפטן און טרעפן דא נייע קליענטן, זייט מוחל שרייבט אייך איין מיט אייער פולע נאמען און טעלפאון נומער, און ווער ס'וויל וועט אייך שוין רופן מיט זיין פולע נאמען.
אה, און אגב, שיעור נישט פארגעסען צו זאגן, אויב האט איר עפעס אנאליזן און מיינונגען אינערהאלב ריעלעסטעיט, זייט מהנה דעם עולם דא. סוף כל סוף איז דאך דאס געווען כוונת כ"ק מייסד המוסדות שליט"א מלכנו בראשנו אמן. אל מסתתר... שיר המעלות... נו מים אחרונים.
מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:08 pm#186175
עה... עםםםם... ערשטע דארף איך כאפן דאס אטעם נאך אזא שלום עליכם פון הרב טווערסקי.
איז אזוי, זעהט אויס ביי דיר איז גילטיג דעם כלל "אם זקנה יש כאן, חכמה אין כאן..."
נעמליך, האסטו נישט ארויס דעם ליין, און איך וואלט אייך מייעץ געוועהן צו ווייטער עוסק זיין אין פיסכילאגיע און לאזן ריעל עסטעיט פאר מיר און מיינע קאלאגעס.
אין דער עולם הביזנעס איז דא טויזענטע מענטשן וואס זוכן, מיט ליכט, ווערהאוזעס און שטחים, און איינע פון די וועגן וויאזוי מען קרוגט דאס איז דורך -- קרעיגס ליסט, לופנעט, זילאו וכדו' וואו מ'קען זיך אויך נישט, און אלס איז אונטער'ן שלייער פון פארבארגענהייט.
איז ביטע ערקלערט מיר הרב טווערסקי, פארוואס קען מען נישט זיין אנאנים? אויב איינער מעלדט זיך אין אישי, און זאכן זעהן אויס סיריעס, קען מען זיך טרעפן אין ריעל לייף. וואטס דע פראבלעם?
דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:06 pm#197126
ביזנעס האט געשריבן:עה... עםםםם... ערשטע דארף איך כאפן דאס אטעם נאך אזא שלום עליכם פון הרב טווערסקי.
איז אזוי, זעהט אויס ביי דיר איז גילטיג דעם כלל "אם זקנה יש כאן, חכמה אין כאן..."
נעמליך, האסטו נישט ארויס דעם ליין, און איך וואלט אייך מייעץ געוועהן צו ווייטער עוסק זיין אין פיסכילאגיע און לאזן ריעל עסטעיט פאר מיר און מיינע קאלאגעס.
אין דער עולם הביזנעס איז דא טויזענטע מענטשן וואס זוכן, מיט ליכט, ווערהאוזעס און שטחים, און איינע פון די וועגן וויאזוי מען קרוגט דאס איז דורך -- קרעיגס ליסט, לופנעט, זילאו וכדו' וואו מ'קען זיך אויך נישט, און אלס איז אונטער'ן שלייער פון פארבארגענהייט.
איז ביטע ערקלערט מיר הרב טווערסקי, פארוואס קען מען נישט זיין אנאנים? אויב איינער מעלדט זיך אין אישי, און זאכן זעהן אויס סיריעס, קען מען זיך טרעפן אין ריעל לייף. וואטס דע פראבלעם?

ATUB @ביזנעס ATUB
איך זעה אז יעדער האט דיר אזוי אפגעפאטשט, און אויסגעלאכט. (געדענק! לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטער).
איך וועל דיר אויפנעמען מיט א ברייטע ״ברוך הבא״.
לאמיר אביסל הערן פון אייך, וואס טוהט זיך אין די ריעל איסטעיט וועלט?
בעיקר בין איך נייגעריג, ווי אזוי מען קעןמעס טוהן אווער די נעט? ווי אזוי קען מען וויסן אויב א פרייז פון א געוויסע פראפערטי וואס איז נישט אין מיין געגנט, אויב עס איז א מציאה אדער נישט, וכו׳?
אויב דו וועסט זיך לאזן הערן, קען זיין דו וועסט טרעפן קונים.
דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:30 pm#197131
א דאנק פאר דער שיינעם אויפנאמע.

צופיל קען איך נישט מאריך זיין, ווייל די צייט ערלויבט נישט, אבער איך וועל פראבירן דאס בעסטע.
ראשית כל, איך בין נישט עפעס א ספעציעלער גרויסער מבין אין דער אלגעמיינער ריעל עסטעיט ליין, דהיינו, אינדערויסן פון ברוקלין און קווינס. אין ביליגערע געגענטער איז געווענליך נישט שווער אויסצוגעפינען די ווערד, וואס מען טוט איז, מען מאכט אפאר טעלעפאן קאללס, מען רעד מיט אפאר מעקלערס, און מען זעהט בערך מיט וועם און וואס מען האנדעלט. איך זאג נישט- ריעל עסטעיט איז א טריקי ליין, און מען קען זיך גוט אויסגליטשען. חכמים הזהרו.

דא, ביי אונז אין ברוקלין (לדוגמא), וואו די פרייזען זענען אין די הימלען, דארף מען זייער אכטונג געבן, און נישט קויפן אין די וועלט אריין. אמאל זעהט מען איינער, א מבין, קויפט טייער, דארף מען פארשטיין אז יענער איז אדער א user, דהיינו, ער מוז האבן דעם פראפערטי (למשל איינער וואס דארף א ווערהויז), און דערפאר האט ער עס געקויפט, אדער א גרויסער דיוועלעפאר וואס האט גאנצעטע חשבונות, אבער פאר דיר לוינט עס נישט.

איין רגע, איך האב א פאון קאלל.
פרייטאג אפריל 25, 2014 12:02 am#197152
ATUB @ביזנעס ATUB ,

וואסארא ROI קען איך עקספעקטען אויף א וועירהאויז איבער 5 יאר?
פרייטאג אפריל 25, 2014 12:31 am#197157
שווער צו זאגן נביאות, אבער געב מיר מער פרטים; למשל, ווי גרויס איז דער ווערהויז (sf & buildable sf) און אין וועלכע געגענט מען רעד.
פרייטאג אפריל 25, 2014 12:37 am#197159
...
פרייטאג אפריל 25, 2014 12:48 am#197164
אין מזרח וויליאמסבורג, רעד הוק? וואו?
פרייטאג אפריל 25, 2014 1:10 am#197171
...
דאנערשטאג מאי 29, 2014 10:45 pm#203517
איך האב יעצט אפאר טאלער צו אינוועסטן און נפשי חשקה בריעל עסטעיט ווי חכז"ל זאגן שליש בקרקע. אבל דא עקא אז איך בין א קנאפע ידען אין די סוגיא, וויל איך מיך קודם באקענען אין די סוגיא פאר'ן אריינטאנצן.

מיין ערשטע פראגע איז וויפול דארף מען אראפלייגן? דאס הייסט אויב איך טרעף א הויז פאר 1m פארשטיי איך אז די באנק וועט נישט אויסלייגן די גאנצע. איך רעכן נאך א הונדרעט טויזענט קלאזינג קאסטס מיט זייטיגע הוצאות. עסאאמינג איך בין אים שיינע פארדינער מיט א גוטע קרעדיט, איז אויב האב איך דריי הונדרעט אלפים, וועט די באנק מיר געבן די רעשט אכט הונדרעט?
דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:12 pm#203522
כ'האב מורא אז די גייסט נישט אין מקוה. ווי קען זיין א חסידיש אינגערמאן זאל נישט וויסן אזעלכע א' ב'?
דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:26 pm#203524
איך גיי אין די קאלטע בור
דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:34 pm#203525
נו, מהאט דיר געזאגט אז די ביסט נישט חסידיש!