Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » די אפעקטן פון חינוך אויף די אייגענע שיטות

די אפעקטן פון חינוך אויף די אייגענע שיטות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #599
דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:42 am#11079
די אפעקטן פון חינוך אויף די אייגענע שיטות
דער וואס באהאלט זיך אונטער די ניק ״שוטה״, איז בכלל נישט קיין שוטה. אין אייוועלט האט ער געעפענט א וויכטיגע אשכול וואס איז אסאך חומר למחשבה. נאר אנפארטשענעטלי אזא וויכטיגע יסודותדיגע טעמע קען ווי געווענטליך נישט נארמאל אויסגעשמועסט ווערן דארט, ברענג איך אהער שוטה׳ס ווערטער אז די חכמי השטיבל זאלן קענען דערין דן זיין כראוי וכיאות.

[נישט קיין] שוטה האט געשריבן ווי פאלגענד:

כ'מיין נישט דוקא 'חינוך' אין איהר אלגעמיינעם כלליות'דיגן באגריף, אויך מיין איך נישט דוקא 'חינוך' אין קאנטעקסט פון תורה ומצות–דברים שבקדושה, דער אריינגעבן א געוויסע בליק אויף – און דעם מחונך'ס תפקיד אין - די בריאה (הנקרא 'השקפה') [הגם איך וועל זיך יא באנוצען מיט איהר אלץ משל].

וואס איך וויל פארשטיין איז דער כח פון אויס פארעמען א מענטש'נס מהלך המחשבה [געווענדליך דורך עס איהם אריינהאקן אין קאפ מיום היוולדו ביז ער שטייט אויף די אייגענע פיס ועד בכלל, מיט די הילף פון די איינפלוס פון זיין ארום (אנגעהויבן פונעם מדינה וואו ער איז, ביז זיין קהלה און משפחה) {מיינע רינגלעך קענען שוין באלד גיין אין קאמפעטישען מיט 'איך הער'...}], וואס אין איהר נעגעטיווער פארעם ווערט זי אנגערופן 'ברעינוואשינג'.

די שאלה איז נוגע אויף טויזענטער שטאפלן, פון די טויזענטער קליינע החלטות וואס א מענטש מאכט טעגליך אנדערש ווי א צווייטער, הגם זיי זענען אינעם זעלבן מצב, ביז רעליגיע [וואס הגם דארטן קען מען גאר גוט אויסשמועסן ביידע צדדים וויל איך דאס אבער נישט נוצן אלץ א משל מטעמים מובנים].

וויל איך אנכאפן אלץ א משל דער ענין פון 'קנאות' [אין איהר ברייטערן באדייט (פרום – רעכט – שארף), ובפרט לגבי די חטא הידוע פון די לעצטע צענדליגע יאהרן], איך בעט אבער בכל לשון של בקשה אז דער עולם זאל זיך באציעהן צו איהר ווי טאקע אט דאס: א 'משל', דער נידון דא איז נאר די חלק הפסיכילאגיע וואס ליגט אונטער דעם [אז נישט וועט מען האבן א פנים ווי דער וואס איז געבליבן שטעקן ביים משל פון שיר השירים...], און די סיבה פאר'ן נוצען 'קנאות' אלץ משל איז ווייל דער ענין האט מיר שוין אסאך מאל צוגעברענגט אריינצוטראכטן אין דער חקירה, אבער בעיקר ווייל טעכניש איז זי דער בעסטער ארויסצוברענגן די נקודה, [יעצט קען איך שוין גיין קאמפעטישן מיט זיינע הקדמות אויך...]:

[יא, נאך איין נקודה, די משל גייט מיט'ן קנאי, אבער דער גאנצער סיפור גייט פונקט אזוי אויף דער וואס שטייט מנגד, כמובן].

ראובן איז געבוירען געווארן ביי א היימישע [אונגארישע] משפחה אין וויליאמסבורג, ער איז אויפגעוואקסן, נתחנך און נתגדל געווארן על ברכים אשר לא כרעו לבעל, כמיטב המסורת און מיט אלע פרטי פרטים אויף וועלכע חלק אידישקייט מען דארף לייגן מער דגוש וכו' וכו'.

ער איז גרייט צו שווערן אויפן טויט פונעם רבי'ן ז"ל [דער אנדערער שווערט אויפן לעבן פון די רבי... (יא שטארק זיך כ'האב באמערקט)] אז זיין דעה און זיין בליק אויף די וועלט בכלל און אידישקייט בפרט איז דער ריכטיגער, ס'איז ביי איהם קיין צל ספק נישט דא אז ער גייט נישט אויפן איין און איינציגן גלייכער וועג.

דא ווערט עס אבער פראבלעמאטיש, ווייל פונקט ווי דו ביסט א קלוגער מענטש און דו פארשטייסט מדעתך [דו האלטסט עכ"פ אז ס'איז 'מדעתך', ראה לקמן] כך וכך, איז דאך אבער דא ביים צד שכנגד פונקט אזעלכע קלוגע – און א חלק פון זיי מסתמא נאך קלוגערע - מענטשן ווי דיר [סייענטיפיקלי גיסט נישט דער אייבערשטער אראפ מער שכל אויף איין קרייז ווי דער אנדערער], און זיי אלע האלטן דאך מיט'ן זעלבן מאס זיכערקייט פונקט פארקערט.

איז ווי אזוי קען דאס זיין?, וועט דאך יעדער בר דעת פארשטיין אז דער תירוץ איז 'חינוך', דיר האט מען אריינגעלייגט אין קאפ פונעם טאג וואס דו געבוירן כך וכך, און מיט יענעם [וואס איז פונקט אזוי קלוג און וויל זיין פונקט אזוי ערליך ווי דיר] האט מען געטוהן דאס זעלביגע אויף פארקערט, [אודאי איז דא מענטשען וואס טוישען זייער שיטה, אבער על הרוב דיבר הכתוב], אויב אזוי איז דאך שווער א מרפסין איגרא'דיגער קשיא: מאי חזית? אלץ אן אינטעליגענטער מענטש דארפסטו דאך באטראכטן די זאך מן החוץ, איז פארוואס זאלסטו זיין מער גערעכט ווי יענער?

ועוד יותר, דו אזוי ווי דו שטייסט און גייסט, וואלסט דאך געקענט פונקט אזוי געבוירן ווערן אין שכונת כאן צוה הוי' את הברכה, און דאן וואלסטו – בכבודך ובעצמך מיט דיין גוטן קאפ און שארפן פיסק – געהאלטן פונקט פארקערט [אבער נישט סתם נאר מיט'ן גאנצן קנאק, 'שטארק זיך' וואלט צולייגט די הייסע טועמי' וואס ווארפט יענעם אריין אין א ווילדע התלהבות ביי לכה דודי, 'קרעמער' וואלט געווארפן אפאר שארפע ווערטער אויף די וואס קאכן זיך נישט גענוג אין שלימות הארץ, 'שויתי'ניק' אפאר קללות...  ], איז וואס מאכט דיך גלייבן אז דער אמת ליגט עפעס מער ביי דיר ווי ביי יענעם?

[כ'האף אז איך דארף נישט מסביר זיין דעם אינטעליגענטער עולם דא אז אלע תירוצים פון 'אונזערע רבי'ס', 'רבותינו הקדושים', 'מסורה' איז נכלל אינעם קשיא, ס'איז א גלגל החוזר, נאר ווייל דו ביסט געבוירן און נתחנך געווארן אויף די זייט זאגסטו די אלע זאכן, ופשוט למבין].

[כ'וויל נאכאמאל מדגיש זיין אז איך פרעג נישט די קשיא פונעם חלק האידישקייט, ווייל דאס גייט שוין אריין אינעם פראבלעם פון רעליגיע נאר אויף א קלענערן שטאפל, די קשיא איז אך ורק א פסיכילאגישער, און קען פונקט אזוי געפרעגט ווערן אויף יעדע שיטה אין די וועלט, פארוואס גלייבט אונזער מוח כך וכך ווייל מ'האט איהם געהייסן אזוי גלייבן (סיי געהייסן בפועל, און סיי ווייל יעדער ארום מיר האט אזוי געגלייבט)].

לעת עתה בין איך נוטה אז אין הכי נמי, דער גאנצער זאך איז בכלל נישט קיין אינטעליגענטער, נאר זייער א גראבער ענין געבויעט אויף נגיעות און אהבת עצמו, נאר דער דרויסענדיגער פארעם טוישט זיך מיט די יאהרן.

דהיינו: ביי די אכט יאהר איז ער לוחם אין חדר עד נשימתו האחרונה אז זיין רבי איז דער צדיק הדור און דער צד שכנגד א שור וחמור, זיין טאטע'ס קרייז איז 100 פראצענט גערעכט אין אלע זייערע שטעלונגן און דער צד שכנגד איז אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, פארוואס? ווייל 'זיין' טאטע האט איהם אזוי געזאגט, און 'זיין' טאטע – ווייסן מיר דאך אלע – איז דער קלוגסטער בעסטער און שטערקסטער פייער לעשער וואס איז נאר געווען זייט דער רבי איז געקומען קיין אמעריקא.

אזוי לויפן די יאהרן ביז ער האט שוין אן אייגענעם דעת, און 'ער' 'אליין' האלט שוין אזוי ווייל – און דא ליגט דער הונט באגראבן – ער קען נישט צו לאזן אז 'ער' האט נישט ריכטיג געטראכט אלע יאהרן, ממילא לאזט זיין סאבקאנטשעס נישט צו א מחשבה זרה אז יענער האט דאך פונקט אזא 50 פראצענט שאנס צו זיין גערעכט.

וואס זאגט איהר?
דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:03 pm#11114
איך זע נישט וויאזוי מ'קען דאס אפטיילן פון רעליגיע. לאמיר זיך נישט נארן, ווען דו ר' [נישט קיין] שוטה וואלסט ערצויגן געווארן ביי קריסטליכע עלטערן וואלסטו געווען א צדיק פון א קריסט, און וואלסט געווען זיכער אז ביי דיר ליגט דעם אמת. נאר וואס דען? דאס איז אמונה! מיר גלייבן באמונה שלימה אז אונזער אידישער וועג איז דער ריכטיגער, און מיר לאכן זיך אויס פון אלע אנדערע פאלשע אמונות.
דאס זעלבע מיט אלע אנדערע שיטות אינערהאלב אידישקייט. פונקט אלע אידן האבן א חיוב צו גלייבן אין דער תורה הק' און אין דער אידישער אמונה, אזוי האט יעדער איד א חיוב צו גלייבן אין זיין מסורה - און גלייבן אז דאס איז די ריכטיגע מסורה.
דערפאר, פונקט ווי יעדער פארשטייט אז וויבאלד איך בין אן ערליכער מאמין גיי איך נישט געבן אפילו קיין צל של ספק אז דער גוי איז גערעכט מיט זיין רעליגיע, דאס זעלבע, וויבאלד איך בין אן ערליכער איד וואס גייט ע"ד ישראל סבא און עפ"י מסורה, גיי איך נישט געבן אפילו קיין צל של ספק אז אן אנדערע מסורה איז ריכטיג.
דאנערשטאג מאי 10, 2012 2:38 pm#11168
אין אנדערע ווערטער, זאגט איר ר' חיים נחום, אז אונזער גאנצע אמונה איז נישט מער ווי א פסיכאלאגישער אפעקט אויפן מענטש? רח"ל מהאי דעתא.
דאנערשטאג מאי 10, 2012 2:51 pm#11172
יידל האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, זאגט איר ר' חיים נחום, אז אונזער גאנצע אמונה איז נישט מער ווי א פסיכאלאגישער אפעקט אויפן מענטש? רח"ל מהאי דעתא.


רח"ל מהאי דעתא אז וואס, אז געווענליך איז אמונה א תוצאה פון חינוך? נארוואדען, פון אייגנארטיגע ארגינעלע מחשבה? אויף וואס ארויף ביניך מחנך מיינע קינדער מיט אמונה פשוטה, נישט אז דער פסיכאלאגישע אפעקט זאל זיך אנכאפן?
דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:05 pm#11173
עס ווערט דערציילט אז איינער האט אמאל אנגעפרעגט ביי הגאון ר' משה פיינשטיין זצ"ל, וואו אזוי עס קען זיין, אז אין די בראשית יארען פון אמעריקא, זענען געווען אסאך ערליכע אידען וואס האבען זיך מוסר נפש געווען אויף צו היטען שבת, אפילו דאס האט געמיינט פארלירען די פרנסה, ביי א טייל זענען די קינדער געבליבען יראים ושלמים, ווידער ביי אנדערע זנען די קינדער ל"ע אינגאנצען אראפ פון דרך? האט ר' משה גענטפערט גאר פשוט, די וואס זענען אהיימגעקומען שבת און מיט שמחה פארציילט פאר די קינדער וואו זיי זענען זיך מוסר נפש אויפען שבת אפילו דאס מיינט פארלירען די פרנסה, ביי זייערע דורות האט זיך די אידישקייט געהאלטען, משא"כ די וועלכע זענען אהיימגעקומען טאקע מיט מסירת נפש אבער דאך האבען זיי נישט אויפגעהערט גאנץ שבת צו קרעכצען און צו וויינען אויף זייער ביטערע שוקזאל, זייערע קינדער האבען שוין ליידער פארלאזט אידישקייט אינגאנצען, עכת"ד.

איך מיין אז אין די ווערטער פון ר' משה ליגט א גרויסע יסוד וואס פארענטפערט אלע תמיהות וחקירות בענין זה, אבער פאר איך גיי אביסעל מער מסביר זיין וואס איך מיין וויל איך ברענגען נאך א משל וואס איך בין זיכער אז איר האט אייך שוין באגעגענט מערערע מאל מיט אזעלעכע ביישפילען.

איך קום אריין איין צופרי אין ביהמ"ד, איך זעה וואו אויף מיין פלאץ האט זיך געזעצט א אינגערמאן, ער זיצט און לערענט א מחי' ממש א געשמאק, שוין זאל זיין א כפרה אויף מיין פלאץ, ביני לביני האב איך נישט געקענט אראפ נעמען מיין אויגען פונעם אינגערמאן, אזוי בין איך איהם שטילערהייט נאכגעגאנגען מיט האלטען זיין דאווענען, אַה! ממש א מתיקות, מען זעט אויף איהם אז ער לעבט ממש א ברכה צו מאכען, נאכען דאווענען בין איך צו געגאנגען צו מיין חבר, זאג נאר ידידי ווער איז דער אינגערמאן? דער אינגערמאן? ער איז דאך חיים'ס זוהן, א קשיא אויף דער חיים אז זיינע קינדער קיקען אויס אזוי? דארפסט נאר וויסען וואספארא שטוב ער פירט, ממש וואו אין דער אלטער היים, נישט דא קיין סעלפאנס, קאמפיטערס, קוים קוים וואס עס הענגט עפעס א אלטע טעלעפאן אויפען וואנט, נישט קיין ווינדער אז זיינע קינדער גייען נאך זיינע וועגען.

נעקסטען אינדערפרי באגעגען איך אויפען זעלבען פלאץ עפעס א אכצען יעריג בחורל, אנגעטוהן מיט א גרויסע טי-שערט, אויפן פיס האט ער אפאר קראקס, מיט א האלב געשניטענעם בארד אין קראזעלדיגע פיאות פון דער זייט, בקיצור עס קוקט אויס היבש אנגעווייטאגט די מצב, פונקט האב איך אנגעטראפען דעם זעלבען חבר מיינער איך לויף צו מיט איין אטעם, זאג נאר, וווער איז דער בחורל וואס זיצט דארטען? דער בחור'ל איז דאך נטע'ס בכור, ווער איז דער נטע? נטע? בעסער אז מ'רעדט נישט, א פארפרומטער... א חאניאק... ער לאזט גארנישט אריין ביי זיך אינדערהיים, ווי אזוי ווילסטו זיין זוהן זאל בכלל אויסקוקען נארמאל?

יעצט בין איך שוין אינגאנצען צומישט, נעכטען איז די פרימעטיווקייט אין פרימקייט געווען די סיבה פארוואס דער אינגערמאנטשיק איז אויסגעוואקסען ממש פסולת נקיה, און דא אויף איינמאל איז דער פרימעטיווקייט און פרומקייט גאר די סיבה אויף פארקערט?

נאר דער תירוץ איז גאר פשוט, דער ר' חיים האט אוועק געשטעלט זיין שטוב אויף א רוהיגע און פרייליכע פארנעם וואו ער איז שטאלץ און צופרידען מיט זיך, אזא קינד זיכט נישט ע"פ רוב קיין אנדערע מהלך החיים, משא"כ דער ר' נטע א פארקוועטשטער, אלעס גייט מיט א אנגעצויגענקייט, דער לופט אין שטוב איז א אנגעצויגענער, אזא קינד איז נישט אינטערסירט בכלל אין די מהלך החיים פון זיינע עלעטרען, וואו נאר ער באקומט אביסעל אייגענע רעכטען זוכט ער גלייך א צווייטער מהלך.

א קינד וואס ווערט אויפגעוואקסען אין א צעפרידענע היים וואו די אטמאספערע אין די ליפט איז א געשמאקע, אידישקייט איז נישט קיין פיינפולע דורכגאנג, אזא קינד וואו קליג ער זאל נאר נישט זיין וועט בדרך כלל פרובירען נאך צוגיין דער חינוך וואס ער האט באקומען אינדערהיים, דער סיבה איז נישט ווייל ער טראכט נישט, נאר אפילו זיין קאפ איז יא אפען צו א צווייטער סארט מהלך המחשבה, וועט למעשה זיין מח אטמאטיש פארענטפערן אלע תמיהות וואס ער האט אויף זיין מהלך, און די סיבה דערפון איז ווייל ער איז א צופרידענער ממילא מאכט זיך זיין מח א חשבון אן זיין באווסטזיין, וואס האב איך צו נעמען א צווייטער מהלך? ווער זאגט איך גיי זיין צופרידען דארטען? וויסענשאפט ברענגט נישט קיין צופרידענקייט און א סאך מאל דאס פארקערטע, ממילא אפילו איך טראכט ברייט, ווען איז קומט צו מיינע שיטות וואס דאס שטעלט מיך אוועק דעם טאג טעגליכען מהלך החיים, איז נישט ווערט אויס פרובירען עפעס אנדערשט.

ביי טיפערע טראכטערס קען די לאגיק גיין נאכווייטער, אין יעדע סארט קרייז איז דאך דא קלוגערע פון מיר, איז אויב איך גיי נאר טוישען מיין מהלך החיים וועגען דעם וואס איך האב אפאר קשיות, וואס גייט זיין ווען איך וועל טרעפען איינעם קליגער אין ער וועט מיך אלעס פארענטפערען אין איך גיי מחליט זיין אז דער וועג וואס איך בין פריער געגאנגען איז יא די ריכטיגע, גיי איך שנעל צוריק דרייען מיין מהלך החיים? עס איז דאך גוט וואו אזוי עס איז יעצט.

דער יסוד האט גארנישט מיט אידישקייט צו טוהן, נעמט לדוגמא א קינד וואס איז אויפגעוואקסען ביי פרייע עלטערען, אין א שיינעם טאג ווען ער איז געאנגען און קאלעדזש שטודירען, האט ער זיך באקענט מיט אידישקייט, ער האט עס אנגעפאנגען שטודירען ביז עס איז איהם אריין אין קאפ און מחליט געווען אז ער ווערט א פרומע איד, ע"פ רוב ווען מען וועט נאכגיין די בעקראנד פון אזא קינד, וועט מען זעהן אז דער מסבב כל הסיבות האט אוועק געשטעלט אז אזא קינד זאל ווערען אויפגעצויגען ביי א אנגעצויגענע פארווייטאגטע שטוב, ממילא ווען ער ווערט עלטער און ער זעט עפעס אנדערשט זיכט ער זיך שנעל אפצושאקלען פון זיין ביז יעצטיגען לעבענס שטייגער.
דאנערשטאג מאי 10, 2012 5:23 pm#11177
איך בין אינגאנצן צומישט. וואס איז אידישקייט? לויט חיים נחום איז עס א בלינדקייט צו אלע אנדערע שיטות. לויט משה געצל איז עס צופרידנקייט פון סטאטוס קווא. איז אפשר דא אין אידישקייט נאך א קאמפאנענט? וויסן אז דאס איז די אמת?
דאנערשטאג מאי 10, 2012 6:01 pm#11195
ו
די נושא דא איז בכלל נישט וואס עס מיינט אידישקייט, אידישקייט זאל יעדער אפטייטשען לויט זיין, פארשטאנד, חסידות, מסורה, וכו', די גאנצע נושא איז דא ס"ה פארוואס מענטשען וואס טראכטען טיף, טוישען נישט זייערע שיטות ווען זיי הערען אנדערע שיטות, וואס מאכט מעגליך מער סענטס וואו די שיטה וואס מען איז אויפגעוואקסען געווארען אלע יארען.
דאנערשטאג מאי 10, 2012 6:42 pm#11204
משה געציל האט געשריבן:א קינד וואס ווערט אויפגעוואקסען אין א צעפרידענע היים וואו די אטמאספערע אין די ליפט איז א געשמאקע, אידישקייט איז נישט קיין פיינפולע דורכגאנג, אזא קינד וואו קליג ער זאל נאר נישט זיין וועט בדרך כלל פרובירען נאך צוגיין דער חינוך וואס ער האט באקומען אינדערהיים, דער סיבה איז נישט ווייל ער טראכט נישט, נאר אפילו זיין קאפ איז יא אפען צו א צווייטער סארט מהלך המחשבה, וועט למעשה זיין מח אטמאטיש פארענטפערן אלע תמיהות וואס ער האט אויף זיין מהלך.

איך מיין אז ס'גייט נאך ווייטער, נישט אז דער צופרידענער פארענטפערט די תמיהות, נאר אפילו אויב וועקט ער זיך אויף מארגען און ער גלייבט נישט אין גארנישט, אויף אלע גוים געזאגט, א פולקאמע אטעאיסט, וועט ער ווייטער בלייבן מיטן זעלבען לבוש, דאווענען אין זעלבען ביהמ"ד און זיך טענה'ן אין פאליש צו מ'דארף גיין צום כינוס כלל ישראל. איך האב לעצטענס געפרעגט אפאר חבירים דעם שאלה און מיר זענען געווען איינשטימיג אז זיי וואלטן גארנישט געטוישט.
משה געציל האט געשריבן:דער יסוד האט גארנישט מיט אידישקייט צו טוהן, נעמט לדוגמא א קינד וואס איז אויפגעוואקסען ביי פרייע עלטערען, אין א שיינעם טאג ווען ער איז געאנגען און קאלעדזש שטודירען, האט ער זיך באקענט מיט אידישקייט, ער האט עס אנגעפאנגען שטודירען ביז עס איז איהם אריין אין קאפ און מחליט געווען אז ער ווערט א פרומע איד, ע"פ רוב ווען מען וועט נאכגיין די בעקראנד פון אזא קינד, וועט מען זעהן אז דער מסבב כל הסיבות האט אוועק געשטעלט אז אזא קינד זאל ווערען אויפגעצויגען ביי א אנגעצויגענע פארווייטאגטע שטוב, ממילא ווען ער ווערט עלטער און ער זעט עפעס אנדערשט זיכט ער זיך שנעל אפצושאקלען פון זיין ביז יעצטיגען לעבענס שטייגער.

דער פרייער קינד האט סאך א גרעסערע אינסענטיוו צו ווערן פרום ווען ער איבערצייגט זיך אין אמיתת התורה ווייל יעצט גייט ער קעגן וואס ער גלייבט און יעדע עבירה וואס ער טוט ווייסט ער אז ער ווער דארפן געבן דין וחשבון, משא"כ דער פרומער פרייליכער יונגערמאן וואס גלייבט מער נישט קען ווייטער בלייבן אין זיין קאמיוניטי און משפחה און האבן א רואיגן געוויסן, אטאיזם הייסט נישט נישט גיין מיט א שטראמל.
ס'דא אבער נאך א מין מענטש, רוב מענטשען ווען זיי איבערצייגן זיך אז זיי האבן געלעבט זייער גאנץ לעבן אין א טעות זענען צו פויל צו טוישן, די סטאטוס קוואו איז זיי גאנץ געשמאק, (פארשטייט זיך אויב זיי זענען צופרידען, נישט אנגעווייטאגט) ס'אבער דא מענטשען וואס קענען נישט לעבן אין א שקר, אויב איבערצייגען זיי זיך אין א געוויסע דרך אז דאס איז די ריכטיגע, נעמען זיי דעם וואנדער שטעקן און לאזן איבער אלעס, אט די מענטשען זענען פון די געציילטע בעלי תשובות און גרים וואס זענען געווען צופרידענע סוקסעספולע מענטשען פארדעם, ס'אבער נישט דא קיין סאך פון זיי.
דאנערשטאג מאי 10, 2012 8:52 pm#11229
איך וויל מיך באציען דירעקט צו וואס "שיטה מקובצת" האט געברענגט בשם "שוטה". איך מיין אז בלויז איינער וואס איז א טראכטער קומט צו צו דער פראגע וואס שוטה ברענגט אויף. דער פראבלעם איז אבער אז דווקא דעם טראכטער איז עס ווייניג נוגע. הא תינח דער וואס טראכט נישט, ער "גלייבט" איז זיין פארמאט פון רעליגיע און אידישקייט בלויז ווייל מ'האט אים אזוי פראגראמירט און מח-געוואשן, דער האט דאך דער פראבלעם: ווער זאגט אז דו ביסט גערעכט? יענער קען דאך פונקט אזוי זיין גערעכט. אבער דער וואס טראכט, טוט דאך דורך בעיון רב די שיטות מיט וועלכע ער איז אויפגעוואקסן, ער קען זיך אליין זאגן 'שלום עלי נפשי, איך דארף טאקע אנערקענען אז פון נגיעות קען מען קיינמאל נישט פטור ווערן, אבער איך האב דאך דורכגעטון די שיטות מיט וועלכע איך בין אויפגעוואקסן, און למעשה ווייס איך קלאר אז מיר זענען גערעכט.'
קומט אויס א מאדנער פאראדאקס, דער טראכטער וואס ספראוועט זיך מיט דער פראגע איז אייגנטליך דער וואס געווענליך איז עס אים נישט נוגע, אבער דער וועמען עס איז יא נוגע, דאס הייסט רוב מנין ובנין פון דער מענטשהייט וואס טראכט נישט, פאלט ניטאמאל ביי אז עפעס איז דא נישט אזוי גלאטיג.
פרייטאג מאי 11, 2012 12:40 am#11286
געפילטע פיש האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:א קינד וואס ווערט אויפגעוואקסען אין א צעפרידענע היים וואו די אטמאספערע אין די ליפט איז א געשמאקע, אידישקייט איז נישט קיין פיינפולע דורכגאנג, אזא קינד וואו קליג ער זאל נאר נישט זיין וועט בדרך כלל פרובירען נאך צוגיין דער חינוך וואס ער האט באקומען אינדערהיים, דער סיבה איז נישט ווייל ער טראכט נישט, נאר אפילו זיין קאפ איז יא אפען צו א צווייטער סארט מהלך המחשבה, וועט למעשה זיין מח אטמאטיש פארענטפערן אלע תמיהות וואס ער האט אויף זיין מהלך.

איך מיין אז ס'גייט נאך ווייטער, נישט אז דער צופרידענער פארענטפערט די תמיהות, נאר אפילו אויב וועקט ער זיך אויף מארגען און ער גלייבט נישט אין גארנישט, אויף אלע גוים געזאגט, א פולקאמע אטעאיסט, וועט ער ווייטער בלייבן מיטן זעלבען לבוש, דאווענען אין זעלבען ביהמ"ד און זיך טענה'ן אין פאליש צו מ'דארף גיין צום כינוס כלל ישראל. איך האב לעצטענס געפרעגט אפאר חבירים דעם שאלה און מיר זענען געווען איינשטימיג אז זיי וואלטן גארנישט געטוישט.

לדעתי, וועט א נארמאלע אינגערמאן וואס איז באמת צופרידען, בכלל נישט צוקומען צו אזא שטאפעל פון אויפשטיין איין אינדערפרי און גארנישט גלייבען, ווייל אפילו ער גייט בלייבען מיט די לבוש אלטס געשמאקייט וועט זיין מח נאך אלטס איהם נישט לאזען זיך איבער רעדן, ווייל עס איז נישט מעגליך ער זאל בלייבען פונקט אזוי צופרידען וואו ער איז געווען, ערגעץ וואו טיף טיף בחדרי חדריו גייט איהם עס קוועטשען אז ער האט געלעבט אלע יארען מיט די נישט ריכטיגע מהלך המחשבה, ממילא ווועט ער איהם אלעס פארענטפערען אז ער זאל נישט צו קומען צו אזעלעכע מסקנות וואס צעווארפט זיין גאנצען יסוד מיט וואס ער איז געפארען פון קינדווייז אהן.
פרייטאג מאי 11, 2012 1:36 am#11292
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:אזוי האט יעדער איד א חיוב צו גלייבן אין זיין מסורה - און גלייבן אז דאס איז די ריכטיגע מסורה.

א) האט א גוי אויך דעם זעלבן חיוב, אדער איז דאס נאר חל אויף אידן?
ב) ווי אזוי קען מען וויסן מיט א זיכערקייט אז דאס איז טאקע א חיוב? (נישט פון די מסורה פארשטייט זיך, ווייל circular logic איז קיין logic נישט.)
פרייטאג מאי 11, 2012 1:58 pm#11394
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:איך זע נישט וויאזוי מ'קען דאס אפטיילן פון רעליגיע. לאמיר זיך נישט נארן, ווען דו ר' [נישט קיין] שוטה וואלסט ערצויגן געווארן ביי קריסטליכע עלטערן וואלסטו געווען א צדיק פון א קריסט, און וואלסט געווען זיכער אז ביי דיר ליגט דעם אמת. נאר וואס דען? דאס איז אמונה! מיר גלייבן באמונה שלימה אז אונזער אידישער וועג איז דער ריכטיגער, און מיר לאכן זיך אויס פון אלע אנדערע פאלשע אמונות.
דאס זעלבע מיט אלע אנדערע שיטות אינערהאלב אידישקייט. פונקט אלע אידן האבן א חיוב צו גלייבן אין דער תורה הק' און אין דער אידישער אמונה, אזוי האט יעדער איד א חיוב צו גלייבן אין זיין מסורה - און גלייבן אז דאס איז די ריכטיגע מסורה.
דערפאר, פונקט ווי יעדער פארשטייט אז וויבאלד איך בין אן ערליכער מאמין גיי איך נישט געבן אפילו קיין צל של ספק אז דער גוי איז גערעכט מיט זיין רעליגיע, דאס זעלבע, וויבאלד איך בין אן ערליכער איד וואס גייט ע"ד ישראל סבא און עפ"י מסורה, גיי איך נישט געבן אפילו קיין צל של ספק אז אן אנדערע מסורה איז ריכטיג.

וויי פאר אזא רעליגיע.
ר' חיים נחום, וויאזוי קענט איר פארענטפערן די קאמפיין פון סאטמאר - געשטיצט דורך אלע סאטמארער רבנים - צו פארשפרייטן דעם "ויואל משה" צווישן מענטשן וועלכע האבן אנדערע מסורות?
פרייטאג מאי 11, 2012 2:06 pm#11397
יאנקל האט געשריבן:ר' חיים נחום, וויאזוי קענט איר פארענטפערן די קאמפיין פון סאטמאר - געשטיצט דורך אלע סאטמארער רבנים - צו פארשפרייטן דעם "ויואל משה" צווישן מענטשן וועלכע האבן אנדערע מסורות?


ווייל די סאטמארער פאלגן מיט דעם קאמפיין אויס זייער מסורה :P
פרייטאג מאי 11, 2012 2:15 pm#11405
די געדאנק פון מיסיאנערן within פרומע אידישקייט האט דוכט זיך קיינמאל נישט עקזיסטירט.(חוץ אפשר ביי די גרינדונג פון די חסידות באוועגונג און אויף א קלענערן שטאפל, ביי די מוסר באוועגונג)
פרייטאג מאי 11, 2012 2:36 pm#11415
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:ר' חיים נחום, וויאזוי קענט איר פארענטפערן די קאמפיין פון סאטמאר - געשטיצט דורך אלע סאטמארער רבנים - צו פארשפרייטן דעם "ויואל משה" צווישן מענטשן וועלכע האבן אנדערע מסורות?


ווייל די סאטמארער פאלגן מיט דעם קאמפיין אויס זייער מסורה :P

מען דארף דאך אבער האלטן די פריאריטעטן פאר די אויגן. שטאפל ב' פון א לאגישער מסקנא קען נישט אפפרעגן שטאפל א'. דאס אז א מענטש האלט אז זיין מסורה איז די ריכטיגע איז בלויז שטאפל ב'. שטאפל א' זאגט אז עס איז דא א חיוב צו האלטן אז די מסורה מיט וועלכער מ'איז אויפגעוואקסן איז די ריכטיגע. טא, ווי קען שטאפל ב' דיך מחייב זיין איבערצוצייגן א מענטש אוועקצוגיין פון זיין מסורה אויב דאס איז א סתירה צו שטאפל א'?
פרייטאג מאי 11, 2012 2:46 pm#11418
יאנקל האט געשריבן:מען דארף דאך אבער האלטן די פריאריטעטן פאר די אויגן. שטאפל ב' פון א לאגישער מסקנא קען נישט אפפרעגן שטאפל א'. דאס אז א מענטש האלט אז זיין מסורה איז די ריכטיגע איז בלויז שטאפל ב'. שטאפל א' זאגט אז עס איז דא א חיוב צו האלטן אז די מסורה מיט וועלכער מ'איז אויפגעוואקסן איז די ריכטיגע. טא, ווי קען שטאפל ב' דיך מחייב זיין איבערצוצייגן א מענטש אוועקצוגיין פון זיין מסורה אויב דאס איז א סתירה צו שטאפל א'?


אויב מיין, דעם סאטמארנס, מסורה זאגט אז איך זאל יענעם איבערצייגן אוועקצוגיין פון זיין מסורה און קומען צו מיינער, דעמאלט איז עס פאר מיר, סאטמארער, א סעיף אין שטאפל א' -- אז מיין מסורה איז די ריכטיגע און דערפאר דארף יעדער איד, וואס האט בעצם א חיוב נאכצוגיין די ריכטיגע מסורה, אננעמען מיין מסורה.

אויב ווילסטו גיין אביסל טיפער, קען מען האבן נאך מער "פאָן": אויב דעם סאטמארנס מסורה זאגט אז איך דארף יענעם איבערצייגן אז מיין מסורה איז ריכטיג, דאן קען דער סאטמארער נישט אויספירן זיין מסורה למעשה נאר אויב ס'איז פאראן אזא אנדערע מסורה. דאס איז טייטש: מיין מסורה עקזיסטירט אויפ'ן יסוד אז דאס וואס איך וויל מבטל זיין זאל עקזיסטירן :D
פרייטאג מאי 11, 2012 2:57 pm#11423
דו קומסט מיר פאר ווי יענער וואס גאט האט אים געזאגט אין א נבואה אז עס איז נישטא קיין גאט...
כדי צו קענען האלטן אז די אייגענע מסורה איז דווקא די אמת'ע, מוז מען פאר דעם גלייבן אין א הנחה אז "יעדער מוז גלייבן אין דער מסורה מיט וועלכער מ'איז אויפגעוואקסן." דאס הייסט אז די סיבה פארוואס א סאטמארער גלייבט אז זיין מסורה איז די ריכטיגע איז ווייל ער האט פאר דעם מקבל געווען די הנחה אז יעדער מוז גלייבן די מסורה מיט וועלכער מ'איז אויפגעצויגן געווארן. טא, ווי קען ער נאכדעם גיין פרובירן איבערצייגן אנדערע צו טוישן זייער מסורה, ווען אזא אקט פרעגט אפ די הנחה אויף וועלכער זיין אמונה אין זיין מסורה איז געבויט געווארן?
פרייטאג מאי 11, 2012 3:13 pm#11426
יאנקל האט געשריבן:דו קומסט מיר פאר ווי יענער וואס גאט האט אים געזאגט אין א נבואה אז עס איז נישטא קיין גאט...
כדי צו קענען האלטן אז די אייגענע מסורה איז דווקא די אמת'ע, מוז מען פאר דעם גלייבן אין א הנחה אז "יעדער מוז גלייבן אין דער מסורה מיט וועלכער מ'איז אויפגעוואקסן." דאס הייסט אז די סיבה פארוואס א סאטמארער גלייבט אז זיין מסורה איז די ריכטיגע איז ווייל ער האט פאר דעם מקבל געווען די הנחה אז יעדער מוז גלייבן די מסורה מיט וועלכער מ'איז אויפגעצויגן געווארן. טא, ווי קען ער נאכדעם גיין פרובירן איבערצייגן אנדערע צו טוישן זייער מסורה, ווען אזא אקט פרעגט אפ די הנחה אויף וועלכער זיין אמונה אין זיין מסורה איז געבויט געווארן?


דערפאר זאל דער נישט-סאטמארער זיך טאקע נישט טוישן. דער סאטמארער מעג אבער אויספאלגן זיין מסורה פון פרובירן יענעם צו טוישן. (דער רבי האט געזאגט, "מען דארף טאן, נישט אויפטאן.")

באמת קומט דער סאטמארער פון א ראציאנאל פון: ביידע אונזערע מסורות זענען מסכים אז די הלכה איז די לעצטע אויטאריטעט. דערפאר, איינמאל מיר זענען שוין מסכים צו מסורה, מוזטו מסכים זיין אז די מסורה ווי איך האב זי מקבל געווען, איז פון דיין פערספעקטיוו די ריכטיגע.

ווי מיט אנדערע זאכן, איז די מסורה א ווינקלשטיין פונעם לעבן בעיקר אלס א פונקט ארום וועלכן אלעס זאל זיך בויען. יעדער פארשטייט דאך אז די זעלבע מסורה, וואס איך מוז פינקטליך נאכפאלגן, איז אליין אמאל צושטאנד געקומען אלס א חידוש וואס איז פריער נישט געווען.
פרייטאג מאי 11, 2012 3:22 pm#11428
מ'גיימיר דא אין רינגעלעך (סוירקלס?), ר' פשוט-קאמפליצירט.
אויב איז הלכה די לעצטע אויטאריטעט, און דער סאטמארער קען פארלאנגען פון דעם מזרחיניק בודק צו זיין צי זיין שיטה שטימט מיט הלכה דורך לערנען דעם "ויואל משה", דאן דארף דער סאטמארער אויך בודק זיין זיין אייגענע מסורה צי עס שטימט מיט הלכה, און דורך לערנען די ספרים פון גדולי המזרחי וכו'.
אז מיר האלטן שוין דא איז דאך דער גאנצער יסוד אוועקגעפאלן אז מ'מוז גלייבן אין דער מסורה מיט וועלכער מ'איז ערצויגן געווארן, ווייל מ'קען דאך יא פארלאנגען אז מ'זאל עס קריטיש באטראכטן אין ליכט פון הלכה.
פרייטאג מאי 11, 2012 3:36 pm#11430
יאנקל האט געשריבן:מ'גיימיר דא אין רינגעלעך (סוירקלס?), ר' פשוט-קאמפליצירט.
אויב איז הלכה די לעצטע אויטאריטעט, און דער סאטמארער קען פארלאנגען פון דעם מזרחיניק בודק צו זיין צי זיין שיטה שטימט מיט הלכה דורך לערנען דעם "ויואל משה", דאן דארף דער סאטמארער אויך בודק זיין זיין אייגענע מסורה צי עס שטימט מיט הלכה, און דורך לערנען די ספרים פון גדולי המזרחי וכו'.
אז מיר האלטן שוין דא איז דאך דער גאנצער יסוד אוועקגעפאלן אז מ'מוז גלייבן אין דער מסורה מיט וועלכער מ'איז ערצויגן געווארן, ווייל מ'קען דאך יא פארלאנגען אז מ'זאל עס קריטיש באטראכטן אין ליכט פון הלכה.


איך וואלט געשריבן קרייז, אדער צירקול.

די הלכה איז די לעצטע אויטאריטעט. וואס זאגט די הלכה? אויף דעם גיי איך לויט מיין מסורה. דער סאטמארער קוקט עס נאר מסתמא אן ווי דער מזרחניק'ס שיטה האט אפגענויגט פון זייער ביידנס מסורה. מזרחי איז דאך א רעלאטיוו-נייער באגריף. (און סאטמארער נישט?..)

למעשה, איך ווייס נישט ווי ערנסט דו נעמסט דעם שמועס. פאר מיר איז עס אביסל מוח איבונגען. קיין דעפיניטיווע זאכן זענען דא נישטא. כ'מיין, איינמאל עס זענען פאראן ע' פנים לתורה און מער ווי איין שיטה אין הלכה, איז שוין נישטא גארנישט דעפיניטיוו. מען קען דאך נישט דערווארטן אז מסורה, וואס קומט היטן מען זאל אויספאלגן די הלכה, זאל זיין קרעפטיגער ווי הלכה זעלבסט.

אמת און דעפיניטיוו איז נאר די תורה. וואס זאגט די תורה? -- איידער ס'איז אפילו שייך צו ענטפערן, קומט אריין א "קלאוס" וואס זאגט: ע' פנים לתורה.
פרייטאג מאי 11, 2012 6:36 pm#11441
בקיצור, נאך דעם גאנצן דין-ודברים האלטן מיר ביי דעם אז די פשוט'ע באדייט וואס איז פארשפרייט אויף "מסורה" האלט נישט קיין וואסער אויב מ'נעמט אזוי עקסטרעם אן דעם "אמת" פון דער אייגענער מסורה אויף צו וועלן איבערצייגן אנדערע.
זונטאג מאי 13, 2012 11:41 am#11537
משה געציל, ווען איז מיין רייע צו זיצען אויף דיין פלאץ? אבער ביטע פראק נישט אויס מיין טאטע'ס שטוב ברבים.
זונטאג מאי 13, 2012 1:29 pm#11572
גאר אן אינטערעסאנטער אשכול.

קודם כל, א זייטיגער נאטיץ. וועגן דעם "ויואל משה" פארשפרייטן, דאס מיינט נישט טוישן יענמ'ס "מסורה". מען דארף אפטיילן צווישן די 2. מסורה דארף יעדער זיך פירן פון וואו ער קומט, "שמע בני מוסר אביך ואל תטוש תורת אמך", דאס איז נוגע לבוש, מנהגים, דרך החינוך, און נאך. דערנאך איז פאראן א צווייטער חלק, וואס איז הלכה. אויף דעם האט גאנץ כלל ישראל אן ערבות פון "הוכח תוכיח את עמיתך", דער סאטמאר'ער האלט אז דער מזרחי'סט איז עובר אויף א הארבע עבירה, האט ער פשוט א מצוה יענעם אויפצוקלערן.

הגם מען קען אויך אויף דעם מחלק זיין, אז איך זעה א איד וואס גייט למשל מיט א קלענערע דרגא אין צניעות ווי איך, וואס לויט מיר איז דאס אן עבירה, צב"ש א שפיצל פאר א שייטל, אדער דיקע שטרימפ פאר דורכזיכטיגע וואס לויט אונזער מסורה טאר מען נישט מאכן קיין ברכה אנטקעגן דעם, זאל איך מעורר זיין? אדער זיי קענען זאגן דאס איז אונזער מסורה, און מיר מעגן גיין אזוי? סאטמאר רבי ז"ל פלעגט זאגן אין דערהיים 2 דרשות, איינס פאר זיין עולם, וואו ער האט געהאקט אנטקעגן יעדע קליינע פירצה, און די צווייטע פאר די קהל'ס שול, וואו ער האט געבעטן מען זאל זיך אנטון שייטלעך און נישט גיין מיט די אייגענע האר... תיקו.

אבער אין עצם פלפול הנ"ל, מיין איך אז ס'איז טאקע ע' פנים לתורה, און השי"ת וויל האבן אלע סארטן אידן, די י"ב שבטים האבן אלע באזונדערע טויערן אין הימל (און געהאט ביי קריעת ים סוף), אבער וויבאלד עס קען דאך פאסירן א התבוללות, יעדער וועט אננמען יעדנ'ס קולות און ס'וועט זיין יו"ט אינדערוואכן, האט דער אויבערשטער געגעבן אזא זאך ווי מסורה, א קינד ווערט געבוירן מיט א ליידיגן קאפ, גרייט מקבל צו זיין וואס מ'לייגט דארט אריין כיתד שלא תמוט, וחנוך לנער ע"פ דרכו גם כי יזקין וכו', און די עלטערן נעמען עדווענטעדזש פון דעם, און דאס קינד גלייבט טאקע באמונה שלימה. און אזוי דארף זיך די וועלט פירן. איך זאג נישט אז מען דארף האקן אויף א צווייטן, אבער אסאך מאל טוט מען דאס ווען מען זעהט אז דאס קינד האט נטיות צו שלעכטע זאכן אדער אנדערע מנהגים אשר לא שערום אבותינו, ממילא חוזק'ט מען אפ דערפון, גענוי אזוי מיר טוען כסדר חוזק מאכן פון די גויים און אלע זייערע נארישע הבלי עוה"ז, וואס דאס ברענגט א ווידער-ווילן אינעם קינד. אבער ווען דאס קינד ווערט עלטער, דארף ער אליינס פארשטיין אז ס'איז נישט אלעס פונקט אזוי ווי מען האט אים פארציילט אויף יענעם..

בקיצור מען קען נאך מאריך זיין דערין. אי"ה בל"נ.........
זונטאג מאי 13, 2012 3:05 pm#11597
שרייבענדיג וועגען פארקוועטשקייט וואס האט א אפעקט אויף די קינדער (מישט נישט אויס מיט פרימקייט וואו אויבען ערקלעט), האב איך מיך דערמאנט פון א דוגמא וואס הרב אשר לעווין האט אמאל געשריבען, דאכט זיך מיר אינעם צייטשריפט (ע"ה):
דער זעקס יעריגע פנחס'ל שפאצירט מיט זיין טאטע, שפאצירענדיג גייען זיי אדורעך א קורכע, דער קליינער פנחס'ל וואס האט נישט קיין אהנוג וואס א קירכע איז געט א זאג פאר זיין טאטע טאטי, קוק אזא שיינע בילדינג, דער טאטע א פארלוירענער נעמט זיך שרייען אויפן אומשולדיג שעפעלע, "דעס איז שיין? פוי! דעס איז א טמאנע קירכע! פארוואס קיקסטו אהין בכלל?", אנשטאט דער טאטע זאל מסביר זיין פארען קינד, שעפעלע, דארפסט פארשטיין עס איז טאקע שיין אינדרויסען בגשמיות, אבער ברחניות איז דאס מיאוס פאר א איד, וואס דעי ווערטער וואלטען אריין אינעם קאפ פונעם קינד, האט דער טאטע יעצט שאדען געמאכט צוויי זאכען איינס, דער קינד ווייסט פון היינט אין ווייטער אז א קירכע איז שיין, צווייטענס, זיין מח האט אימוויסענד פראגראמירט אז זיין טאטע איז א ליגינער וואס קען זאגען אויף א הערליכע בילדינג אז דאס איז מיאוס.