Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל בילדער פארמעסט

קאווע שטיבל בילדער פארמעסט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6015
דינסטאג מערץ 04, 2014 11:00 am#188371
קאווע שטיבל בילדער פארמעסט
איך מיין אז לכבוד די צוויי יאהר פייערונג פון קאווע שטיבל [אגב שוין דא א אשכול פון הצעות וויאזוי צו פראווען די געלעגנהייט?] זאל מען עפענען א פארמעסט פון בילדער וואס זענען פארעפנטליכט געווארן דא אין שטיבל
איך בעט די מגיבים זאלן נאכקומען אפאהר תנאים:

1) יעדער זאל נאר לייגן איין אדער צוויי בילדער וואס האט אים די מערסטע געכאפט
2) געבן קרעדיט פאר דעם וואס האט דאס געלייגט
3) אנגעבן א ערקלערונג פארוואס די בילד האט אים די מערסטע געכאפט
דינסטאג מערץ 04, 2014 11:02 am#188372
דעס האט מיר די מערסטע געכאפט
דינסטאג מערץ 04, 2014 11:02 am#188373
וואס מיינט א בילד וואס איז פארעפנטליכט געווארן אין שטיבל?? יעדע נארישע בילד קומט אן אהער!

פארוואס זאל מיר איין בילד ספעציעל כאפן נאכן עס זעהן אויף וואטסעפפ?
דינסטאג מערץ 04, 2014 11:03 am#188374
די בילד וואס איז ארויפגלייגט געווארן דורך ATUB @ראשעקאל ATUB האט מיר שטארק באנומען,
די בילד ברענגט א ראמאנטישע קוק ווינקל אויף א שטארק פארמאכטע סעקט, און די זעלבע צייט זעהט מען א חן פון א תמימות'דיג אומוויסנדיגע חתן וואס מען קען באוואונדערן אדער בענעבעכן.
אין איין ווארט א מאכטפולע בילד וואס גיבט חומר למחשבה
דינסטאג מערץ 04, 2014 11:05 am#188375
ברעט מענינג האט געשריבן:דעס האט מיר די מערסטע געכאפט

מיטע זיך האלטן צו די תנאים בפתיחת האשכול

לאליפאפ האט געשריבן:וואס מיינט א בילד וואס איז פארעפנטליכט געווארן אין שטיבל?? יעדע נארישע בילד קומט אן אהער!

פארוואס זאל מיר איין בילד ספעציעל כאפן נאכן עס זעהן אויף וואטסעפפ?


א בילד וואס איז נתפרסם געווארן אין שטיבל נישט קיין חילוק די מקור, און עס האט דיך געכאפט, וועהל טאקע נישט אויס קיין נארישע, עס איז דא וואונדערבארע בילדער וואס זענען דא נתפרסן געווארן
דינסטאג מערץ 04, 2014 11:08 am#188377
דער בילד איז אהערגעברענגט געווארן דורך ATUB @טיטאניק ATUB
ענדליך צו די פריערדיגע בילד זעהט מען א אידל [דוכט זיך א זוהן פונעם פאלעסטינער מיניסטער משה הירש] וואס כאפט א ספאנטאנע התלהבות פון זיין אייגענע הדרת פנים
ווידער א העכסט מענטשליכע ערשיינונג אין א מענטש וואס מיר באטראכטען אלס אימיונירט פון אזעלכע זאכן
דינסטאג מערץ 04, 2014 11:11 am#188378
קודם קומט קרעדיט פאר ATUB @שמעקעדיג ATUB , פאר זיינע שיינע בינג בילדער. יעדעס איינער פון זיי איז חומר למחשבה. אבער איך פארשטיי אז נישט דאס מיינט דער פותח האשכול, איש עברי.
דינסטאג מערץ 04, 2014 11:12 am#188379
פארוואס נישט? קוק איבער און וועהל אויס איינס צוויי וואס האט דיר שטארק בארירט און זיי מסביר פארוואס...
דינסטאג מערץ 04, 2014 11:20 pm#188666
עס איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו כאפן א שמועס מיט א פאטאגראפיסט האט ער מיר ערקלערט דעם חילוק פון היימישע פאטאגראפיע ביז די אלוועלטליכע. ביי אונז זוכט מען איין זאך צו ווייזן אן עולם... דער פאטאגראפירער וואס קען ארייננעמען אין איין בילד דעם גרעסטן עולם ער איז דער העלד.
און די היימישע פאטאגראפירער ווי הלטבוסקי, רובינשטיין, יוסי גאלדבערגער, וכו' צייכענען זיך טאקע אויס דערין.
ווידער די אלגעמיינט מידיא ווען זיי באריכטן למשל א מאסן פארזאמלונג וועלן זיי אויפזוכן א בילד וואס דערציילט א געשיכטע פאר זיך, און נישט בלויז עס ווייזט איין צווייגל, צום ביישפיל אז עס איז געווען אן עולם.
הערנדיג דאס, האט אויפגעבליצט אין מיין קאפ דעם בילד וואס דער ניו יארק טיימס האט געהאט פון די עצרת דעם פארגאנגענעם זונטאג.

בילד

דאס איז איינס פון אינגאנצן צוויי בילדער וואס די טיימס האט אויסגעוועלט פאר זייער באריכט איבער דעם פראטעסט.
דער בילד ווייזט דעם גרויסן ציבור אבער פון אן אינטערסאנטן קוק ווינקל, פון אן אפגעריסענעם שטוב פון אן ארעמען חסיד מיט צעבראכענע פענסטער און אפגעשיילטע ווענט, און אן אילוזירטער פערזאן האלט מיט דעם פראטעסט לויט זיין גיסטע און געשמאק. ער איז מיט'ן ציבור אבער ער איז אליין, ער איז ארעם ווי דער נאכט אבער ער וויל נישט קיין רעפארמען, און גלייכצייטיג זעט מען א טייך פון מענטשן. אויך גיט עס דעם הרגש ווי דער פראטעסט האט איינגענומען די גאנצע שטאט, מער ווי א רעוואלט, אזש מ'האט עס געקענט מיטהאלטן פון די אייגענע ד' אמות.
דער בילד איז דאס לעצטע וואס האט געלאזט אויף מיר א רושם, און איך שפיר עס אלס פאסיג אין דעם אשכול.
דינסטאג מערץ 04, 2014 11:23 pm#188669
גוטע אבזערוואציע מאראנצן!
דינסטאג אפריל 08, 2014 7:08 am#195171
וואס איז דאס ? ווער איז דאס ? איינער ווייסט ?



rsz_screenshot_2014-04-07-21-42-16.jpg
rsz_screenshot_2014-04-07-21-42-16.jpg (26.82 KiB) געזען געווארן 2854 מאל

rsz_screenshot_2014-04-07-21-42-06.jpg
rsz_screenshot_2014-04-07-21-42-06.jpg (65.38 KiB) געזען געווארן 2854 מאל

rsz_screenshot_2014-04-07-21-41-31.jpg
rsz_screenshot_2014-04-07-21-41-31.jpg (51.71 KiB) געזען געווארן 2854 מאל




דעי פיקטשער שטאמט פון עפעס א קליפ (וואס איך האב אויך שוין נישט)
דינסטאג אפריל 08, 2014 7:10 am#195172
מען קען נישט זעהן די בילדער
דינסטאג אפריל 08, 2014 7:31 am#195173
איש עברי האט געשריבן:מען קען נישט זעהן די בילדער

קוק יעצט
דינסטאג אפריל 08, 2014 7:39 am#195174
פון די קליפ?

דינסטאג אפריל 08, 2014 10:33 am#195200
ניין עס איז פון די קליפ פון ראביי דשעיקאב המפורסם.
דינסטאג אפריל 08, 2014 10:36 am#195203
איך אויך האט געשריבן:ניין עס איז פון די קליפ פון ראביי דשעיקאב המפורסם.


נא נא לייג עס ארויף.
דינסטאג אפריל 08, 2014 11:06 am#195212
איך אויך האט געשריבן:ניין עס איז פון די קליפ פון ראביי דשעיקאב המפורסם.

דו רעדסט וועגן די בילדער וואס "קליגער יונגערמאן" האט געברענגט. דאס שטאמט פון א פילם וועלכע איז אריגינאל געשפילט געווארן אויף פראנצויזיש: "Les aventures de Rabi Jacob"/"The mad adventures of Rabbi Jacob". דאס רעדט זיך איבער א געוויסן "ראביי דזשעיקאב", וועלכער איז געקומען אלס בחור פון פראנקרייך קיין ניו יארק לערנען אין א ישיבה. און ער איז אליינס געווארן א רב און אויפגעמאכט א ישיבה אויף די איסט סייד. נאך עטליכע יאר האט ער מחליט געווען צוריק צו פארן צו זיין היימשטאט, פאריז. דאס איז גאר אן אינטרעסאנטער פילם, און האט א סאך וואונדערבערע סצענעס. איינס, למשל איז, אז אויפ'ן וועיג צו קענעדי עירפארט, ווען דער ראביי דזשעיקאב איז געפארן אין א "טשעקער-קעב" איז געווארן א גרויסער טרעפיק. און דער רבי האט מורא געהאט אז ער וועט פארשפעטיגן זיין פלייט, האט ער אונטערגעיאגט דעם דרייווער. דער דרייווער האטציך אנגערופן צו איהם "וואס ווילסטו, איך זאל באווייזן א נס? (קפיצת הדרך)3. ווען ער האט דאס ארויסגעזאגט זענען זיינע תלמידים ארויסגעגאנגען און אויפגעהויבן דעם טעקסי העכער דעם גאנצן טרעפיק און עס אראפגעלייגט צו פארן צום עירפארט. ס'איז זייער אן אינטרעסנטער פילם מיט א סאך קאמעדיע. ייש"כ פאר ארויפלייגן... :? 8-) :roll: :lol: :D :) ;) :o
דינסטאג אפריל 08, 2014 1:13 pm#195259
דא האסטו עס ,אין די זיבעציגער יארן איז ער געווען א פאפאלערע קאמידיען.

די עמבעדן פון יו-טוב קליפס דא איז לעצטענס געווארן א דשאב און א האלב און הערשט גייט עס נישט. געב א זוך ביי זיי פאר Rabbi Jacob y' va danser !.

זעה אויך
Mc Solaar - « Rabbi Jacob » + sous-titres

און פאר ווער עס פארשטייט אונגאריש (רעב בערל אפשר?) זעה דא א גאנצע פול לענגטה פילם פון עם ,עס קוקט אויס ווי זיין פארטס הייבט זיך אן בערך ביי די 50 מינוט מארק.

Jákob rabbi kalandjai 1973 Louis de Funes Emlékére Teljes Film
דינסטאג אפריל 08, 2014 9:31 pm#195374
איש עברי: מזל טוב, אדער לחיים. לכבוד דיין נייעם אוואטאר. איך ווייס נישט אויב מיין קאמענטאר באלאנגט בכלל אין דעים אשכול. בכל אופן. דו ביסט שוין מיעד געווארן פון הרב יונתן סאקס'ס צורה הקדושה? דאס האט צוגעגעבן רעספעקט. לויט דעם נייעם אימידזש וואלסטו געדארפט הייסן איש יווני. ווייל דאס שפיגלט דאך אפ א "גריעק גאד". א גריכישן אפגאט. (כנלענ"ד(. :? 8-) :lol: :roll: ;) :אומגלויבליך: :רח"ל :אומגלויבליך: :רח"ל :אומגלויבליך: :-P :מלאך :o
דינסטאג אפריל 08, 2014 9:36 pm#195375
ווי קען מען זעהן די גאנצע מוואיפון דער ראבינע ז'עיקאב?
דינסטאג אפריל 08, 2014 9:39 pm#195376
איך אויך האט געשריבן:דא האסטו עס ,אין די זיבעציגער יארן איז ער געווען א פאפאלערע קאמידיען.

די עמבעדן פון יו-טוב קליפס דא איז לעצטענס געווארן א דשאב און א האלב און הערשט גייט עס נישט. געב א זוך ביי זיי פאר Rabbi Jacob y' va danser !.

זעה אויך
Mc Solaar - « Rabbi Jacob » + sous-titres

און פאר ווער עס פארשטייט אונגאריש (רעב בערל אפשר?) זעה דא א גאנצע פול לענגטה פילם פון עם ,עס קוקט אויס ווי זיין פארטס הייבט זיך אן בערך ביי די 50 מינוט מארק.

Jákob rabbi kalandjai 1973 Louis de Funes Emlékére Teljes Film

איך אויך: ייש"כ פאר צו ברענגען דעם מראה מקום (לינק בלע"ז) פון אונגארישן פילם. יא. איך פארשטיי מאדיאריש. אבער לפענ"ד איז דער פילם אריגינאל געווען אין פראנצויזיש. ווייל די מעשה הייבט זיך אן אין פראנקרייך. את חטאי אני מזכיר. איך האב אמאל געזען דעם גאנצן מאווי, ר"ל אין א סקרינינג זאל, בבחינת דער איד און בלאט וועלכע האבן א שם הכינוי אויף אלץ און אלעמען... :lol: :? :roll: :D ;) :o
דינסטאג אפריל 08, 2014 9:42 pm#195377
בארא פארקער האט געשריבן:ווי קען מען זעהן די גאנצע מוואיפון דער ראבינע ז'עיקאב?

אפשר יו.טוב.: פאר איאר צוריק האב איך געקענט זעהן אלע חלקים דערפון. אבער לעצטנס האבן זיי עס אראפגענומען. :roll: :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: :o
דינסטאג אפריל 08, 2014 11:28 pm#195406
אלעס פיין אין וואויל, אבער ווער איז דאס? וואס וויל ער ? סתם א לץ ? איז ער מהול ?
מיטוואך אפריל 09, 2014 12:20 am#195413
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:אלעס פיין אין וואויל, אבער ווער איז דאס? וואס וויל ער ? סתם א לץ ? איז ער מהול ?

יפה שאלת. דו פרעיגסט גוט: דער עכטער ראביי דזשעיקאב איז טאקע מהול. און ער גייט אפילו מיט א פלאטשיג'ס. נאר אין איינס פון די סצענעס טוישט ער זיך מיט א גוי. און ס'איז שמחה וששון. דער גוי קומט אן צוריק אין שטעיטל, לכאורה אלס ראביי דזשעיקאב. און די גאנצע שטעיטל גייט ארויס איהם מקבל פנים זיין. אבער היות ער קען דאך קיינעם נישט ( לעומת דעם עכטן ראביי דזשעי).פאלט ער אויף א גאונ'ישע (גוי'אישע) המצאה. ער נעמט זיך אפליינען די נעמען וועלכע שטייען אויפגעשריבן אויף די סטארס. אויף איין סטאר איז געווען אויפגעשריבן "כשר". שרייט ער אויס "העלאו, כשר"..... נאכדעים איז דא א סצענע וואו ער גייט אין שול און מ'איז איהם מכבד מיט אן עלי' גייט ער צו צו די ס"ת. אבער ער ווייסט נישט וואס מ'דארף טון. האט ער זיך "דערמאנט". ער נעמט זיך "צלמ'ען" ר"ל..... :? 8-) :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :oops: :o
מיטוואך אפריל 09, 2014 12:41 am#195420
אהא.
ווען איך האב געזעהן די ווידיא האט ער עפעס אויזגעזעהן זייער נישט היימיש. ..ער שטויסט\שלאגט.. טאנצט ווי א צולאזטע פראפעשענעל טאנצער..
דינסטאג אפריל 08, 2014 11:56 pm#195424
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:אהא.
ווען איך האב געזעהן די ווידיא האט ער עפעס אויזגעזעהן זייער נישט היימיש. ..ער שטויסט\שלאגט.. טאנצט ווי א צולאזטע פראפעשענעל טאנצער..

א סאך חלקים האבן זיי שוין אראפגענומען. אבער ס'דא אזאלכע שטיקלעך וואס אפילו אויב מ'קען נישט פראנצויזיש איז עס אויך זייער אינטרעסאנט. ס'דא א סצענע וואו ער פליט אריין אין א "מקוה" אנגעפילט מיט באבל-גאם. און ער ווערט אינגאנצן באדעקט מיט די סחורה... :lol: :D :) ;) :o
מיטוואך אפריל 09, 2014 12:05 am#195427
ווי קען מען זעהן די גאנצע ווידיא ?
מיטוואך אפריל 09, 2014 12:22 am#195431
מיטוואך אפריל 09, 2014 10:15 am#195451
אין מיינע אויגן איז דאס בילד אויסטערליש שיין.

עס רעדט זייער אסאך, די ליבשאפט פון עלטערן, תמימות פונעם קינד, ודוק ותשכח.
מיטוואך אפריל 09, 2014 10:51 am#195461
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:אהא.
ווען איך האב געזעהן די ווידיא האט ער עפעס אויזגעזעהן זייער נישט היימיש. ..ער שטויסט\שלאגט.. טאנצט ווי א צולאזטע פראפעשענעל טאנצער..

טאקע ווייל ר'איז נישט מהול. די פאנניעסט פארט איז אז לסוף, ווען דער עכטער ראביי דזשעיקאב באווייזט זיך ווערט נאכאמאל ששון ושמחה. אבער ס'איז נישט רעאליסטיש, אז צווישן דעם גאנצן עוילעם זאל קיינער נישט כאפן (גלייך) אז עפעס שטימט דא נישט... :roll: :lol: :? :lol: :roll: :lol: :roll: :o .
מיטוואך אפריל 09, 2014 10:54 am#195462
בערל שא! פארהארגעסט מיר די מאווי! :lol: 8-) :? :P :( :o :shock: :twisted:
מיטוואך אפריל 09, 2014 4:35 pm#195526
רויטע וואנצעס האט געשריבן:בערל שא! פארהארגעסט מיר די מאווי! :lol: 8-) :? :P :( :o :shock: :twisted:

או.קעי. כ'ציה צוריק. כ'האב גארנישט געזאגט. איך טוה נאר באוואונדערן דעם אכשר דרא'דיגן אספעקט אז קיינער האט נישט מוחה געווען אז א חסידיש'ער איד (או.קעי. מאדערן-ארטאדאקס.) גייט (מיט זיין ווייב) צו א "סקרינינג זאל" צו זעהן א מאווי. ס'איז אבער אכשר דרא. דער אייבישטער האט געהאלפן און אינז צוגעשיקט אזא ווינדערליכע זאך ווי דער אינטערנעט בכלל און יו.טוב בפרט. דארף מען שוין נישט גיין אין סקרינינג זאלן... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :o
מיטוואך אפריל 09, 2014 5:16 pm#195537
טענקס פאר די לינק. ר' בערל'ס טעקסי סצענע איז ביי 2:25.
דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 5:45 am#215787
איש עברי האט געשריבן:די בילד וואס איז ארויפגלייגט געווארן דורך @ראשעקאל האט מיר שטארק באנומען,
די בילד ברענגט א ראמאנטישע קוק ווינקל אויף א שטארק פארמאכטע סעקט, און די זעלבע צייט זעהט מען א חן פון א תמימות'דיג אומוויסנדיגע חתן וואס מען קען באוואונדערן אדער בענעבעכן.
אין איין ווארט א מאכטפולע בילד וואס גיבט חומר למחשבה


די "נאציאנאלע גיאוגראפיש" דארף מאכן א ברכה "ברוך שכוונתי" בשם ומלכות, זיי האבן אויסגעוועלט אלס געווינער פון זייער יערליכע בילדער פארמעסט א בילד פון די זעלביגע חתונה און פאטאגראפירער.
די בילד איז געכאפט דורך פוילישע פאטאגראפיסט, און די שופט פון די פארמעסט איז מסביר זייער החלטה פארן אויסוועלן די בילד מיט די פאלגנדע הסבר:
"Photography is a powerful tool for showing the ways that people around the world are clearly different but in many ways the same. The Orthodox fur hat and wedding dress are clues that this picture was taken in a very distinctive place. But the smile and laughter of the bride and groom indicate that these are teenagers reacting to a new situation.

"When I look at the image I can't help but think about the nature of love and marriage around the world. Here is a scene that in many parts of the world could be a young couple on their first date. Because of the clothes they are wearing I know that this is not a lighthearted encounter but the beginning of a lifelong commitment. Any photograph that can make me think that much deserves to be a winner."

m http://travel.nationalgeographic.com/tr ... inners/#/1 m
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 8:04 pm#220629
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:וואס איז דאס ? ווער איז דאס ? איינער ווייסט ?



rsz_screenshot_2014-04-07-21-42-16.jpg

rsz_screenshot_2014-04-07-21-42-06.jpg

rsz_screenshot_2014-04-07-21-41-31.jpg




דעי פיקטשער שטאמט פון עפעס א קליפ (וואס איך האב אויך שוין נישט)

ער הייסט קוני לעמל, א פרייער דענסער אין ארץ ישראל.

די בילדער האסטו לכאורה געכאפט פון דעם ווידיא..
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 8:00 pm#412833
מעשה בג' טורבאנים ופאנדזשעלאס וואס קוקן זיך צו אין אנגסט צו דער אומגלויבליכער סצענע וואו ביידע טווין טאוערס ברענען אין מאנהעטן, פון א גאס אין וויליאמסבורג.
ס'איז פרי אין טאג און די קליידונג זענען נאך אומאפיציעל און היימליך, אבער דער פרי מארגן האט שוין געברענגט מיט זיך דאס ארגסטע.
דריי באזונדערע קאלירן פון שטוב ראקן, אבער אלע פאראייניגט פחד און אלעמענס אויגן זענען געוואנדן אין זעלבער ריכטונג.
אפגעטיילט אין גייסט פון מאדערנעם מאנהעטן אבער דאך איינס אין טרויער און אומגלויבליכקייט צו דער טעראר וואס שפילט זיך פארנט אלעמענס אויגן און פלאנט אראפצוברענגען די שטאט ביז אירע קניען.