ישובניק האט געשריבן:איך בין דא צופעליג אריינגעפאלן, זע איך אז מ'האט אהער אריבערגעפירט מיין קאמענטאר פון דער "קונסט" אפטיילונג. איך וואלט אבער געהאלטן אז ס'באלאנגט דווקא דארט, ווייל אויב ס'הייסט טאקא א קאמענטאר אויף א מענטש, איז פארוואס זאל נישט זיין אנזעעוודיג אז מ'האט זיך אנגערופן דערקעגן, און אפשר טאקע געבן א געלעגנהייט פאר'ן בעל המודעה חוזר צו זיין און עס אראפנעמען? נאר אויב ס'דערווארט זיך טאקע אין יענעם פאל זיך אנצורופן, האב איך יוצא געווען מיינס; אז מיין רעאקציע ווערט ארויסגעפירט פון דארט, נו, דאס איז דאך שוין נישט בידי. איך האב, אגב, נאכאמאל אריינגעשטעלט מיין רעאקציע דארט זעענדיג אז ס'איז מיסטעריעז פארשוואונדן און טראכטנדיג אז ס'איז א טעכנישע פראבלעם. איך כאפ אויך נישט וואס איז דער אויפטו אין אזא פאל פון אריבערפירן די רעאקציע דא אהער? ווער וועט זיך דען מטריח זיין נאך יעדער הודעה צו כאפן א בליק דא צו זען צי ס'איז נישט אפשר געווען עפעס א הערה פון דעם סארט און אהערגעפירט געווארן דא? איז עס סתם פאר אינטערעסאנטקייט פאר די וואס ווילן דא אריינקוקן פון צייט צו צייט צו זען וואספארא באמערקונגען פון דעם סארט זענען ערגעץ געמאכט געווארן? איך וואלט מער פארשטאנען דעם תכלית דערפון אויב אזעלכע הערות ווערן פשוט איבערגעגעבן צו איינעם פון די דירעקטארן, צו קענען באשליסן אויפ'ן פלאץ, אדער פון צייט צו צייט, וואס עס איז פאסיג און וואס נישט אריינצושרייבן אין די פארומען.
גלייכצייטיג וויל איך מעורר זיין אז ס'זענען דא וואס שרייבן אריין בילדער, אילוסטראציעס, און אפשר אויך טעקסטן אין זייערע הודעות, און ס'קען אפשר זיין דערין א לעגאלע פראבלעם פון ניצן יענעמ'ס ווערק אן רשות. איך מיין, אז דאס געזעץ איז היינט זייער שטרענג דערמיט.
לכתחילה שטייט אין דעם "ווארט צו דעם נייעם מעמבער" אז מען זאל בכלל נישט שרייבן אזעלכע סארט הודעות, ווייל עס נעמט אוועק דעם פלוס פון די שמועסן. פאר אזעלכע פראבלעמען איז דאך אהערגעשטעלט דער "!" קנעפל וואס טוט איינמעלדן פאר די מנהלים איבער דעם פראבלעם. צומאל איז אבער אינטערעסאנט אז די חברים זאלן דווקא יא דעבאטירן צי א געוויסע הודעה איז א פראבלעם, אבער אזא דעבאטע קען זיך נישט געפינען אין דעם אריגינעלן מקום, ווייל דאן ווערט דער שמועס פארדרייט. דערפאר איז די דאזיגע טעמע געמאכט ספעציעל צו דעבאטירן אזעלכע פראגעס.
איבער אייער טענה אז מ'וועט נישט וויסן אז איינער האלט אז עס איז דא א פראבלעם, איז צו ערשט איז וויכטיג אז די מנהלים זאלן וויסן דערפון, אלזא, דרוקט דעם "!" קנעפל. צווייטנס, אז איר ווילט אויסדרוקן אייער דעה ברבים, און הערן אנדערע מיינונגען, שרייבט אייער דעה דא, און לייגט א לינק אהער אין דער אריגינעלער נושא.