Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » די כללים פון די, דאס, דער, און דעם - קונטרס א'

די כללים פון די, דאס, דער, און דעם - קונטרס א'

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6073
דינסטאג מערץ 11, 2014 6:18 pm#190134
די כללים פון די, דאס, דער, און דעם - קונטרס א'
דער גרויסער שרייבער און מגיה יעקב יוסף סורקיס פון סקווירא האט ארויסגעגעבן א קונטרס וואס איז שיין מסביר די כללים פון די, דאס, דער, און דעם ביי אידיש שרייבן. דאס וועט אוודאי אויפגענומען ווערן מיט פרייד ביי אלע וואס דורשטן צו קענען שרייבן גוט און אויסגעהאלטן.

דאס איז דערווייל נאר חלק א'.
דינסטאג מערץ 11, 2014 6:44 pm#190139
א הארציגן ישר כוח ראביי סורקיס, אן אמת'ע מתנה טובה פאר'ן ברייטן ציבור!
דינסטאג מערץ 11, 2014 7:07 pm#190141
כ'האף נאר אז ער וועט ארויס קומען מיט די (אדער דער?) צווייטע טייל בקרוב.
דינסטאג מערץ 11, 2014 9:54 pm#190187
אנאליזירער האט געשריבן:דער גרויסער שרייבער און מגיה יעקב יוסף סורקיס פון סקווירא

כ'האב אריינגעבליקט אין דעם קונטרס, א מייסטערהאפטיגע ארבעט! צום באוואונדערן ווי טיף טייל מענטשן גייען אריין אין אונזער שפראך אידיש, אבער כל הכבוד פאר הרב סורקיס פאר זיינע עפפארטס צו האלטן דעמוילעם באוואוסטזיניג איבער די כללים.
דינסטאג מערץ 11, 2014 9:57 pm#190191
נישט קיין סתירה. א מגיה מוז נישט זיין קיין ידען.
מיטוואך מערץ 12, 2014 1:08 am#190232
הערשי האט געשריבן:נישט קיין סתירה. א מגיה מוז נישט זיין קיין ידען.

און אפילו א ידען מאכט אמאל א טעות. קוק נאר די קארעקשאנס אינעם ניו יארק טיימס, וועמענ'ס רעפארטערס זענען גאר שטארקע ידענים, מ'קען כסדר טרעפן פיל גרעסערע גרייזן. (א טעות וואס איך האב היינט געזען אין טיימס: פעם עם עראפלאן אויפרייס איז געווען 1992 - באמת ווייסט יעדער אז עס איז געווען 1988.)

צוויי גרייזן אין א דיקן בוך פול מיט פאקטן איז זייער נארמאל. נאך דערצו אז סורקיס איז בעיקר דער מומחה בה' הידועה אויף שפראך און גראמאטיק, און לאו דווקא אויף ''פעקט טשעקינג''. אבער אפילו די צוויי גרייזן זענען אויך נישט געפערליך. דער נייער ווארלד טרעיד סענטער איז דער העכסטער בנין אויף אונזער טייל פון דער וועלט. דער "טעות" פון 360° ווייס איך נישט אויב עס איז בכלל א טעות. זע, טאקע פון דעם 9/11 באריכט ציטירנדיג דעם לופט-קאנטראלירער:
But the plane continued to turn right until it had made a 360-degree maneuver.

m http://911review.org/Wget/september11.n ... OBrien.htm m
דאנערשטאג מערץ 13, 2014 3:08 pm#190526
לאליפאפ, נישט קיין יושר צו רעדאגירן נאך וואס א גאנצער שמועס האט זיך געשאפן איבער דיין קאמענטאר. יעצט האט נישט די שמועס קיין הענט און קיין פוס.
דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:41 am#197012
אנאליזירער האט געשריבן:דער גרויסער שרייבער און מגיה יעקב יוסף סורקיס פון סקווירא האט ארויסגעגעבן א קונטרס וואס איז שיין מסביר די כללים פון די, דאס, דער, און דעם ביי אידיש שרייבן. דאס וועט אוודאי אויפגענומען ווערן מיט פרייד ביי אלע וואס דורשטן צו קענען שרייבן גוט און אויסגעהאלטן.

דאס איז דערווייל נאר חלק א'.

דער חלק א' איז נאר די הקדמה. איינער ווייסט אויב עס איז שוין ארויסגעקומען חלק ב'?

ATUB @אנאליזירער ATUB
דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:25 pm#197147
א דאנק פאר'ן שרייבער און פאר'ן עס אהערבענגען.

ג"א מצטרף צו וויסן אויב עס איז שוין דא דער צווייטער חלק?
פרייטאג אפריל 25, 2014 8:04 am#197182
איך האב זיך נאכגעפרעגט ביים מחבר. ער זאגט אז די צווייטע חלק וועט בעז"ה פארטיג ווערן בקרוב.
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:50 pm#303631
ברסלבער האט געשריבן:איך האב זיך נאכגעפרעגט ביים מחבר. ער זאגט אז די צווייטע חלק וועט בעז"ה פארטיג ווערן בקרוב.

ווען איז בקרוב?
ATUB @ברסלבער ATUB
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 4:13 pm#303638
ווייס איך דען? איך האב אנגעפרעגט ביים מחבר אויף זיין אנגעגעבענעם אימעיל אינ'ם קונטרס. דאס איז שוין געווען א שיינע שטיק צייט צוריק.