Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » סייענטיפישע סיבה פאר בריאת העולם

סייענטיפישע סיבה פאר בריאת העולם

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6145
זונטאג מערץ 23, 2014 8:56 pm#192148
סייענטיפישע סיבה פאר בריאת העולם
אונז ווייסמיר אלע מפי ספרי קבלה און ספרים הק', די סיבה פאר בריאת העולם. נהמא דיכסופא, רוצה להשפיע, אין מלך בלא עם וכדומה. וואס איך בין אבער נייגעריג צו וויסן איז וואס, אויב עפעס, האט די סייענטיפישע קאמיונעטי צו זאגן איבער די סיבה פארוואס ס'דא א וועלט. וויאזוי, האבן זיי שוין אסאך געזאגט און געשריבן, שרייבן זיי אויכעט עפעס איבער די סיבה פאר בריאת העולם?
זונטאג מערץ 23, 2014 8:57 pm#192149
די סייענטיסטן זאגן אז אן בריאת העולם וואלט נישט געווען קיין סייענטיסטן...
זונטאג מערץ 23, 2014 8:59 pm#192150
שיין.

נניח אז זיי האלטן אויך אז עס איז להנות בהם לבני אדם, איז דאס אבער נאר אלא מסובב אדער אפילו אלץ סיבה?
זונטאג מערץ 23, 2014 9:03 pm#192152
פאר די זעלבע סיבה וואס די פייגל האט אראפגעמאכט אויף דיין היט און רעקל.
זונטאג מערץ 23, 2014 9:04 pm#192154
פישל'ע העררינג האט געשריבן:שיין.

נניח אז זיי האלטן אויך אז עס איז להנות בהם לבני אדם, איז דאס אבער נאר אלא מסובב אדער אפילו אלץ סיבה?


נניח אז זיי האלטן טאקע אזוי, פארוואס זאל דער בינג בענג האבן אזא סיבה?
זונטאג מערץ 23, 2014 9:07 pm#192158
נאך איין סטעפ ווייטער און מען מעקט פאר מינות.
זונטאג מערץ 23, 2014 9:09 pm#192160
ATUB @גבאי שני ATUB מען קען שוין יעצט אויך רואיג אוועקפירן צום כפירה'דיגן העמק דבר פארום.
זונטאג מערץ 23, 2014 9:11 pm#192162
ATUB @ביבער ATUB ווי קומט אריין מינות. די ציל פון די אשכול איז נישט אויפצוווייזן אז זיי זענען גערעכט. פונקט פארקערט. אויב ס'איז צו טיף און קרום פאר אייך, אדער גאר מינות, ס'דא אנדערע אפטיילונגען. ביטע נישט אנמאכן ווי דער פייגל.
זונטאג מערץ 23, 2014 9:28 pm#192179
דו פרעגט וואס די סייענטיסטן האלטן אבער ווילסט נישט סזאל זיין כפירה? אתמהה!
זונטאג מערץ 23, 2014 9:33 pm#192183
ס'איז נאריש צו פרעגן סייענטיסטן א סיבה צו בריאת העולם. סייענס באשעפטיגט זיך צו פארשטיין חוקי הטבע/פיזיקס, און נישט פילאזאפיע.
זונטאג מערץ 23, 2014 9:37 pm#192185
ביבער האט געשריבן:דו פרעגט וואס די סייענטיסטן האלטן אבער ווילסט נישט סזאל זיין כפירה? אתמהה!


די זהר זאגט ניהמא דיכסופא, ראשונים זאגן אין מלך בלא עם. די זהר איז א כופר ווייל ער האלט אנדערש ווי די ראשונים? להבדיל חכמי האומות וואס חז"ל זאגן אויף זיי, חכמה בגוים תאמין, בין איך פשוט נייגעריג וואס זיי האלטן איז די סיבה פאר די באשאף פון אזא וועלט מלא נפלאות. מ'רעדט נישט דא ווער, מרעדט דא פארוואס.
זונטאג מערץ 23, 2014 9:47 pm#192194
די תירוץ אויף דעם איז אז אן א מסובב איז נישט קיין סיבה, שי"ט העפפענס ווי מזאגט אויף אידיש.
זונטאג מערץ 23, 2014 9:53 pm#192199
מאטי האט געשריבן:ס'איז נאריש צו פרעגן סייענטיסטן א סיבה צו בריאת העולם. סייענס באשעפטיגט זיך צו פארשטיין חוקי הטבע/פיזיקס, און נישט פילאזאפיע.


לאמיך איבערשיקען די פאסט צום ריכטיגן אדרעסס, וואס זאגט סעקולער פילאזאפיע צום שאלה?
זונטאג מערץ 23, 2014 10:13 pm#192204
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:ס'איז נאריש צו פרעגן סייענטיסטן א סיבה צו בריאת העולם. סייענס באשעפטיגט זיך צו פארשטיין חוקי הטבע/פיזיקס, און נישט פילאזאפיע.


לאמיך איבערשיקען די פאסט צום ריכטיגן אדרעסס, וואס זאגט סעקולער פילאזאפיע צום שאלה?

שיק צו וועם דו ווילסט, לאמיך וויסן ווען דו פארשטייסט שוין די סייענטיפישע סיבה פאר בריאת העולם.
מאנטאג מערץ 24, 2014 7:47 am#192229
וואס ווילסטע פון די סייענטיסטן, וואס זענען זיי שילדיג אז עס איז געוועין א ביג בענג, אז די גאזן האבן זיך פערצאפאל באהאפטן, אז די אטאם'ס וואס האבן אימשילדיגערהייט קורסירט איש על אטאמיתו האבן זיך באהאפטן ווייל די פארצעס פון נאטור האט אזוי געוואלט, מיר ברויכן זיך פשוט פרייען אז זיי האבן געקענט מרוב חכמתם געוואויער ווערן די אלע זאכו, ברויכסטע נאך סיבות
מאנטאג מערץ 24, 2014 9:12 am#192235
ווער זאגט ס'איז בכלל מעגליך צו וויסן?
מאנטאג מערץ 24, 2014 10:35 am#192252
איך פארשטיי נישט די שאלה. א סיבה איז נאר דא אויב ס'דא א מסבב, די סייענטיסן האלטן דאך נישט פונעם מסבב, ולסיבה מה זו עושה?
מאנטאג מערץ 24, 2014 10:57 am#192257
אמת, אסאך אדער רוב סייענטיסטען האלטן נישט פון א מסבב, אבער די גרויסע, איינשטיין מיט שפינאזע זאגן אז זיי ווייסן נישט קלאר, און זיי קומען צו מסקנות וואס זענען נישט דוקא כופר אין א מסבב. די שאלה באמת ווי מאטי האט שוין מעורר געווען, איז מער פילעזאפיש ווי סייענטיפיש. די שאלה איז וואס זאגט פעלעזאפיע אדער טהיאליזשי איבער די סיבה.
מאנטאג מערץ 24, 2014 1:42 pm#192318
פעלעזאפיע האט נישט קיין סיבה פאר בריאת העולם. אויב זיי גלייבן אז ס' שייך אז ס' דא א סיבה וועלן זיי זאגן אז מענטשן קענען נישט אנהייבן צו פארשטיין אזעליכע ענינים
מאנטאג מערץ 24, 2014 1:45 pm#192320
האדם לא נברא אלא להתענג. הפך בה והפך בה דכולא בה.
מאנטאג מערץ 24, 2014 4:31 pm#192392
יאיר האט געשריבן:האדם לא נברא אלא להתענג. הפך בה והפך בה דכולא בה.


שטימט נישט מיט די מציאות...
מאנטאג מערץ 24, 2014 5:12 pm#192437
עיין במורה נבוכים , חלק א פרק ס״ט ״כך גזרה חכמתו״
מאנטאג מערץ 24, 2014 6:12 pm#192467
הוגה האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:האדם לא נברא אלא להתענג. הפך בה והפך בה דכולא בה.


שטימט נישט מיט די מציאות...

נישט אויף דעי וועלט כמובן. אדער אפשר יא? יאיר איז דא עפעס וואס מיר פארפאסן?
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 12:18 pm#195662
ATUB @רויטע וואנצעס ATUB
איך מיין אז די סייענטיסטן קענען נישט און דערפאר ווילן זיי נישט ענטפערן אויף אזא פראגע.
אבער איך וויל נאר קלאר מאכן איין נקודה, ווען מען פרעגט וואס איז די סיבה צו א געוויסע מסובב (רעזולטאט), קען עס האבן צוויי באדייטן:
1. וואס איז די זאך וואס האט גורם געווען אט דעם רעזולטאט, צופעליג אדער בדוקא.
2. "פארוואס" האט די זאך וואס האט גורם געווען אט דעם רעזולטאט, "געטוהן" דאס.
פון דיין לשון איז אביסל פארשטענדליך אז דו פרעגסט די צווייטע סארט פראגע.
דאס הייסט, אז דו לייגסט שוין א הנחה, אז עס איז דא גורם, און אז דער גורם האט עס געטוהן בכוונה תחילה, און דו ווילסט נאר פארשטיין פארוואס?
איך מיין אז דו ביסט שוין געלאפן צו ווייט.
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 4:49 pm#195741
ראביי סאקס האט געשריבען אין זיין געזעגענונגס סטעיטמענט...

מיר ווילן נישט וויסן נאר "ווי אזוי" די וועלט איז באשאפען.
מיר ווילן וויסן "פארוואס" די וועלט איז באשאפען געווארען.

און דעם תפקיד פון "פארוואס" ווילן מיר ממלא זיין אויף די וועלט...
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 9:53 pm#195818
גנדי האט געשריבן:ראביי סאקס האט געשריבען אין זיין געזעגענונגס סטעיטמענט...

מיר ווילן נישט וויסן נאר "ווי אזוי" די וועלט איז באשאפען.
מיר ווילן וויסן "פארוואס" די וועלט איז באשאפען געווארען.

און דעם תפקיד פון "פארוואס" ווילן מיר ממלא זיין אויף די וועלט...

ווי אויבנדערמאנט פרעגנדיג ״פארוואס״ לייגט מען אריין באהאלטענערהייט צוויי הנחות אהן קיינע באווייז.
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 11:38 pm#195827
פארוואס איז דא א וועלט....? בעסער?
פרייטאג אפריל 11, 2014 1:55 am#195860
ביבער האט געשריבן:נאך איין סטעפ ווייטער און מען מעקט פאר מינות.

רעדן וועגען בריאת העולם איז מינות? ביסט אקעי?
א מזל אז אין חדר האסטי נאר געלערנט פרשת בראשית א פאר טעג.....
חובות הלבבות שער הבחינה?????
ליידער ביי אינז רעדט מען נישט וועגן דעם.
פרייטאג אפריל 11, 2014 10:53 am#195877
מאטי האט געשריבן:פארוואס איז דא א וועלט....? בעסער?

נאכאמאל, די שאלה איז וואס דו מיינסט דערמיט. ביסטו זיכער אז דער גורם צו דעם איז מיט א טעם.
למשל, ווען איך פרעג: פארוואס האט די ווינט אראפגעבלאזן די בלעטעלע?
מיינט עס עפעס אנדערש ווי צו פרעגן: ווי אזוי האט די ווינט אראפגעבלאזן די בלעטעלע?
דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 2:01 am#253115
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אונז ווייסמיר אלע מפי ספרי קבלה און ספרים הק', די סיבה פאר בריאת העולם. נהמא דיכסופא, רוצה להשפיע, אין מלך בלא עם וכדומה. וואס איך בין אבער נייגעריג צו וויסן איז וואס, אויב עפעס, האט די סייענטיפישע קאמיונעטי צו זאגן איבער די סיבה פארוואס ס'דא א וועלט. וויאזוי, האבן זיי שוין אסאך געזאגט און געשריבן, שרייבן זיי אויכעט עפעס איבער די סיבה פאר בריאת העולם?


יסודות'דיג האלטן זיי, אז אונזער וועלטל איז צופעליג באשאפן געווארן, און אזאך וואס איז באשאפן געווארן צופעליג איז נישט שייך עס זאל זיין עפעס א סיבה.
מאנטאג יאנואר 18, 2016 11:02 pm#318003
שיינע דעבאטע צווישן Richard Dawkins און Cardinal George Pell, ווי מ'שלאגט זיך ארום איבער די נושא.