Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » דראמאטישע היימישע מידיא אנטוויקלונג: טעגליכע אידישע צייטונג!

דראמאטישע היימישע מידיא אנטוויקלונג: טעגליכע אידישע צייטונג!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6189
זונטאג מערץ 30, 2014 4:36 pm#193535
דראמאטישע היימישע מידיא אנטוויקלונג: טעגליכע אידישע צייטונג!
העפטיגע און סודות'פולע מיטינגען קומען די טעג פאר אין די רעדאקציע פון איינע פון די גרויסע וועכנטליכע חרדישע צייטונגען אין אידיש, איבער אן איניציאטיוו וואס וועט טוישן די צורה פון חרדישע זשורנאליזם פאר אייביג. 

ווי באקאנט ליידן אלע פרינט אויסגאבעס פון פארלוסט פון ליינערס א דאנק דעם אינטערנעט. כאטש די עפעקט איז נישט אזוי גרויס פאר די חרדישע צייטונגען, וויבאלד שבת קען מען נישט נוצן דעם אינטערנעט, האבן אבער אלע היימישע צייטונגען פארלוירן טויזנטער ליינער אין די לעצטע יארן. די היימישע צייטונגען ליידן אויך פון א שטארקן פארלוסט פון אדווערטייזמענטס צוליב די פילע קאנקורירענדע אומזיסטע מידיא קאנאלן ווי קול מבשר און די וועכנטליכע אדווערטייזמענט ביכלעך וואו מ'קען היינט אדווערטייזן פיל מאל פאר ביליגער און מיט בעסערע רעזולטאטן.

די גרויסע חרדישע צייטונגען "דער איד", "די צייטונג", און "דער בלאט" מוטשען זיך מיט דעם פארלוסט פון ליינערס און אדווערטייזערס, און פרובירן כסדר אויפצוקומען מיט אופנים צוריקצוגעווינען דעם מארקעט.

ווי אויפגעדעקט יעצט צום ערשטן מאל דא אויף קאווע שטיבל, איז יעצט די רעדאקציע פון איינע פון די צייטונגען אויפגעקומען מיט דעם געניאלן געדאנק ארויסצוקומען מיט אן אומזיסטן טעגליכן צייטונג, וואס וועט דעקן די וועלטליכע און היימישע געשעענישן פון יענעם טאג, און וועט פארשפרייט ווערן אומזיסט פאר צענדליגער טויזענטער ליינערס דורך אימעיל.

אין די פארגאנגענהייט איז שוין געמאכט געווארן אזא פרואוו, אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט. יעצט, מיט דעם פינאנציעלן כח פון א גרויסע צייטונג און מיט א דגוש אויף היימישע נייעסן, אנטשפרעכט דאס צו זיין א ריכטיגע רעוואלוציע אין חרדישע זשורנאליזם.

די נייע טעגליכע צייטונג וועט טראגן דעם זעלבן נאמען ווי די צייטונג'ס וועכענטליכע אויסגאבע, און עטליכע סעמפל אויסגאבעס זענען שוין ארויסגעגעבן געווארן פאר רעדאקציע מיטגלידער. לויט דעם יעצטיגן פלאן וועט די רעדאקציע מעלדן איבער דעם דורכברוך אין די פארגרעסערטע פסח אויסגאבע, און עס וועט אנפאנגען ערשיינען הארט נאך פסח.
זונטאג מערץ 30, 2014 4:38 pm#193537
און וויאזוי וועט דאס העלפן זייעער וועכנטליכע אויסגאבע? וואס וועלן זיי האבן פון א אימעיל צייטונג?
זונטאג מערץ 30, 2014 4:52 pm#193539
ישמעאל הכהן האט געשריבן:און וויאזוי וועט דאס העלפן זייעער וועכנטליכע אויסגאבע? וואס וועלן זיי האבן פון א אימעיל צייטונג?

ווייל עס קאסט נישט קיין פרינטינג און דיסטריביושען, אבער מען קען פארקויפן עדווערטייזמענסט אויף עס. עס העלפט צו פאר דער באטטעם ליין, נישט פאר די וועכענטליכע.
זונטאג מערץ 30, 2014 4:55 pm#193540
קען איינער ברעכן די סוד? פון וועלכע צייטונג רעדט מען?
זונטאג מערץ 30, 2014 4:57 pm#193541
בקיצור, נאכגעמאכט פרוש'עס צייטונג המבשר
זונטאג מערץ 30, 2014 4:57 pm#193542
אגב, טאקע דראמאטיש. אזא דראמא וואס שפילט זיך אפ... די אטעם שטעלט זיך ממש אפ פאר תושבי 11211/11219.
זונטאג מערץ 30, 2014 4:59 pm#193543
עס איז גאנץ א גוטע געדאנק. עס זאל זיך נאר אויסארבעטן. JDN האט עטליכע אין טויזענט סובסקרייבערס.

אז זיי ווילן עס מאכן אפילו בעסער קענען זיי עס מאכן אין ען אנליין פארמאט ווי מ׳קען מגיב זיין (פארשטייט זיך מיט קאנטראל אז עס זאל האבן א טעם), אדער מיט אן עפפ איינטאג וכו׳ און אפדעיטן אנליין נאר היימישע נייעס.

ווי למשל: חתונה בבית ביטשקע וזונלע רבי אין קול ששון, די רבי איז איצט אריינגעקומען מיט צענדליגע לעלואס, ר יקיר בראון גיבט איבער אז עס קומט גראמען אזאנס און אזעלכעס.
זונטאג מערץ 30, 2014 5:01 pm#193544
JDN איז א וועבסייט, דא רעדט מען פון סתם א אימעיל
איך האלט אז ס'גייט זיך נישט אויסארבעטן
זונטאג מערץ 30, 2014 5:02 pm#193545
JDN האט זיך אנגעפאנגען מיט אימעיל. איך געש ענק נאך זייער אימעיל יעדן טאג. קוק וויפיל החצרות סאטמאר ארונים האבן יעדן טאג.
זונטאג מערץ 30, 2014 5:06 pm#193546
אהא.
לכאורה רעדט מען דא פונעם איד, זיי האבן שוין א שטיק צייט אימעיל סובסקרייבער אפשען פאר געלט, מ'באקומט דעם גאנצן צייטונ דיזשיטעל. מסתם האט זיך עס נישט אויסגעארבייט...
זונטאג מערץ 30, 2014 5:07 pm#193547
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך האלט אז ס'גייט זיך נישט אויסארבעטן

גראדע האט זיך די עברית'ישע צייטונג המבשר גאנץ גיט אויסגעארבעט
זונטאג מערץ 30, 2014 5:10 pm#193548
פון ווי נעמסטו דאס אז המבשר אויף אימעיל האט זיך אויסגעארבעט?
זונטאג מערץ 30, 2014 5:13 pm#193549
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אהא.
לכאורה רעדט מען דא פונעם איד, זיי האבן שוין א שטיק צייט אימעיל סובסקרייבער אפשען פאר געלט, מ'באקומט דעם גאנצן צייטונ דיזשיטעל. מסתם האט זיך עס נישט אויסגעארבייט...

האב מיך טאקע געווינדערט פארוואס ATUB @דער (פינטעל) איד ATUB איז נישט צו געפינען לעצטענס
האפענטליך איינמאל ס'גייט ארויס ממחשבה למעשה וועט ער זיך אימקערן
זונטאג מערץ 30, 2014 5:14 pm#193550
דא האט איינער פרובירט זיין לאק, עס האט אנגעהאלטן פאר עטליכע טעג וזהו.
זונטאג מערץ 30, 2014 5:15 pm#193551
אימעיל ארבעט דורך אינטערנעט, דאס איז נאר מותר פאר ביזנעס.
איי געס סגייט זיין מער אזא wsj סטייל צייטונג
זונטאג מערץ 30, 2014 5:16 pm#193552
ממי_שאמרו האט געשריבן:פון ווי נעמסטו דאס אז המבשר אויף אימעיל האט זיך אויסגעארבעט?

געב א קוק זייער עדס.
זונטאג מערץ 30, 2014 5:40 pm#193560
כאכאכא, ס'איז 2014 און די חרדים פאנגן זיך אן אויפצווועקן צום ריאליטי..., די עולם האינטערנעט טוט וועלקאמען אלע רבנים וחסידיהם ופארטעהייהען מיט אלע פארענטשעס און לעלוס למיניהם, מאכט אייך אלע באקוועם דא און לאזט וויסן אייער אדרעס פאר אייערע חסידים זיי ווארטן אייך שוין דא באלד 20 יאר בכיליון עינים.

און נאך אביסל און צימערמאן'ס הויפט זייטל וועט שרייען מיט רויטע אותיות "געוואלד, שייטלעך.קאם גייט'ס ארויס פון די הייליגע אינטערנעט געוואלדדדד"
זונטאג מערץ 30, 2014 6:45 pm#193588
געהערט פון אינטער די קיליסין אז סאיז שפילמאן פון מצליח
זונטאג מערץ 30, 2014 7:18 pm#193605
ישמעאל הכהן האט געשריבן:און וויאזוי וועט דאס העלפן זייעער וועכנטליכע אויסגאבע? וואס וועלן זיי האבן פון א אימעיל צייטונג?

אז זיי זענען מצליח אויפען אימעיל וועט עס אויכעט, האבען אן השפעה אז די וועכענטליכער אויסגאבע וועט ווערן מער פאפולער.

ברסלבער האט געשריבן:דא האט איינער פרובירט זיין לאק, עס האט אנגעהאלטן פאר עטליכע טעג וזהו.

יענס איז נישט געווען א אימעיל פון אן אויסגערופענער מוצלח'דיגער צייטונג.
זונטאג מערץ 30, 2014 7:29 pm#193610
נח בער האט געשריבן:יעצט, מיט דעם פינאנציעלן כח פון א גרויסע צייטונג


קרעקער האט געשריבן:געהערט פון אינטער די קיליסין אז סאיז שפילמאן פון מצליח

שטימט נישט
זונטאג מערץ 30, 2014 9:59 pm#193660
ישמעאל הכהן האט געשריבן:
נח בער האט געשריבן:יעצט, מיט דעם פינאנציעלן כח פון א גרויסע צייטונג


קרעקער האט געשריבן:געהערט פון אינטער די קיליסין אז סאיז שפילמאן פון מצליח

שטימט נישט

נח בער שרייבט קלאר אז מ'רעדט פון איינע פון די דריי צייטונגען
דינסטאג אפריל 01, 2014 11:41 am#193986
ביבער האט געשריבן:כאכאכא, ס'איז 2014 און די חרדים פאנגן זיך אן אויפצווועקן צום ריאליטי..., די עולם האינטערנעט טוט וועלקאמען אלע רבנים וחסידיהם ופארטעהייהען מיט אלע פארענטשעס און לעלוס למיניהם, מאכט אייך אלע באקוועם דא און לאזט וויסן אייער אדרעס פאר אייערע חסידים זיי ווארטן אייך שוין דא באלד 20 יאר בכיליון עינים.

און נאך אביסל און צימערמאן'ס הויפט זייטל וועט שרייען מיט רויטע אותיות "געוואלד, שייטלעך.קאם גייט'ס ארויס פון די הייליגע אינטערנעט געוואלדדדד"

די ״חרדים״ זאג נאר שעפעלע בהיימטשיקל און וועלעכע ביתהכחסע און בית מדרש ביסטו געזעצן ווען די האסט חוזק געמאכט פון די ״חרדים״?
פרייטאג אפריל 11, 2014 12:34 am#195847
האטשו
פרייטאג אפריל 11, 2014 12:35 am#195849
צום געזינט. א דר האסטו שוין געזעהן?
פרייטאג אפריל 11, 2014 4:07 am#195864
די נייע טעגליכע אידישע צייטונג האסטו שוין געזען? ....
פרייטאג אפריל 11, 2014 8:43 am#195869
דאס איז זייער אינטערעסאנט ווייל באמת איז כלל ישראל היבש ציטיילט,
חלק אלף זענען די אידען מיטן שפאן, די פשוטער איד, דער אן קיין חכמות איד, דער איד וואס ווערט באריאיגט ווען ער זעיט דעים רבין'ס געזיכט לייכטען, די אידען וואס דערקוויקן זיך ווען זיי זעיען א ריזיגע אויסשטעל פון פרישע פרוכט פארנט פון זייער רבי, די אידען וואס ווארטן מיט אנגסט זייער רבי זאל זיך באווייזן, די סארט אידן זענען די וואס ליינען די אלע נייעס אויסגאבעס, די אידן קענען נישט איין שלאפן איידער זיי האבן באטראכט יעדע בילד אויף כל העולם כלו, די אידן זענען מתפלל בשלומו של רבו, די אידן ליינען דער איד, גייען צי רעבישע טישן, חתינות.

דערנאך איז דא דער נישט אזוי פשוטער איד, דער איד וואס איז נישט נייגעריג אויף די סוד שיח וואס דער רבי האט זיך ג'סוד'סט בשעת פה קדשו איז פיל מיט טרויבן, דער וואס איז נישט נייגעריג וויפיל א זייגער דער רבי פירט טיש, דער וואס איז מוציא שנתו אן זיך זעיגענען יעדען שני ופישי, דער איז נישט נייגעריג אויף דער איד וכדומה, ווייל עס איז אים נישט אינטערעסאנט וויפיל גזירות דער רבי גייט אפשלייכען ביי תשליך, וויפיל גרויס ארטיגע מסיבות דער רבי שליט"א באשיינט, ער איז נישט נייגעריג וויפיל בניינים דער רבי זאגט פאראויס גייט ווערן ציגעשמידט צים ארסענאל פון בניינים, ער איז נישט נייגעריג און קיין קיעלע מעשיות, ער איז אזא איינער וואס איז גרייט צי הערען איינער ווואס רעדט צינעם א פשוטער גראָדער ווארט, א ווארט אן קיין פיפציג חשבונות, א ווארט וואס איז נישט קיין פאר פייל וואס האט א ציל וואס איינער וועט כאפען, א ווארט וואס מיינט נישט דווקא גרויס צי מאכן א געוויסע געמיינע מיט זייער פירער, א ארטיקל וואס איז צים ליינען, א ארטיקל וועיגן היסטאריע נישט היסטעריע, אן ארקטיקל וואס איז געווידמענט צי שמיסן מיט מיר א נארמאל ווארט נישט דווקא איך זאל דערנאך שפירן א דראנג צי תשובה, עפעס א נארמאל ווארט.

ווען זיי וועלן פארשטיין אז מער מענטשען טשוכען זיך אויס פון חלק אלף צי חלק בית, וועלן זיי פארשטיין פארוואס ווייניגער מענטשען קויפן זייערע צייטינגען, סארי איך בין נישט קיין קיעלע איד, און יא איך גלייך די שפאקטיוו די שטערן, איך קויף עס פאר מיר מיט מיינע קינדער.
דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:14 pm#219607
"די צייטונג" האט נארוואס פובליצירט אויף איר וועבסייט א "ספעציעלע נייעס ביילאגע" אין ליכט פון די שווערע נייעס אז מ'האט געפונען דעם גוף פון אהרן סופר ע"ה פון לעיקוואוד. עס איז אינטערעסאנט צי דאס איז א פארזוך אנצוהייבן פובליצירן א טעגליכע אנליין אויסגאבע.

m http://ditzeitung.com/lakewood.pdf m
דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 6:27 pm#219630
דאס קומט נאכדעם וואס די לעצטע עטליכע יאהר געשעען אלע גרויסע נייעסן פון מיטוואך און ווייטער, און ער בלייבט נעבאך אלס לעקיש, האט ער באשלאסן אז גענוג איז גענוג און זיך אויפגעריסן מיט א נייעס בליץ
זונטאג אוגוסט 31, 2014 1:42 pm#220107
אבי גערעדט האט געשריבן:דאס קומט נאכדעם וואס די לעצטע עטליכע יאהר געשעען אלע גרויסע נייעסן פון מיטוואך און ווייטער, און ער בלייבט נעבאך אלס לעקיש, האט ער באשלאסן אז גענוג איז גענוג און זיך אויפגעריסן מיט א נייעס בליץ


כה לחי! - זאל עס לאנג אנהאלטן, וועלן מיר זיך אוטערהאלטן!
דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:04 am#348044
ענדליך
דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:39 am#348048
נח בער האט געשריבן:העפטיגע און סודות'פולע מיטינגען קומען די טעג פאר אין די רעדאקציע פון איינע פון די גרויסע וועכנטליכע חרדישע צייטונגען אין אידיש, איבער אן איניציאטיוו וואס וועט טוישן די צורה פון חרדישע זשורנאליזם פאר אייביג. 

ווי באקאנט ליידן אלע פרינט אויסגאבעס פון פארלוסט פון ליינערס א דאנק דעם אינטערנעט. כאטש די עפעקט איז נישט אזוי גרויס פאר די חרדישע צייטונגען, וויבאלד שבת קען מען נישט נוצן דעם אינטערנעט, האבן אבער אלע היימישע צייטונגען פארלוירן טויזנטער ליינער אין די לעצטע יארן. די היימישע צייטונגען ליידן אויך פון א שטארקן פארלוסט פון אדווערטייזמענטס צוליב די פילע קאנקורירענדע אומזיסטע מידיא קאנאלן ווי קול מבשר און די וועכנטליכע אדווערטייזמענט ביכלעך וואו מ'קען היינט אדווערטייזן פיל מאל פאר ביליגער און מיט בעסערע רעזולטאטן.

די גרויסע חרדישע צייטונגען "דער איד", "די צייטונג", און "דער בלאט" מוטשען זיך מיט דעם פארלוסט פון ליינערס און אדווערטייזערס, און פרובירן כסדר אויפצוקומען מיט אופנים צוריקצוגעווינען דעם מארקעט.

ווי אויפגעדעקט יעצט צום ערשטן מאל דא אויף קאווע שטיבל, איז יעצט די רעדאקציע פון איינע פון די צייטונגען אויפגעקומען מיט דעם געניאלן געדאנק ארויסצוקומען מיט אן אומזיסטן טעגליכן צייטונג, וואס וועט דעקן די וועלטליכע און היימישע געשעענישן פון יענעם טאג, און וועט פארשפרייט ווערן אומזיסט פאר צענדליגער טויזענטער ליינערס דורך אימעיל.

אין די פארגאנגענהייט איז שוין געמאכט געווארן אזא פרואוו, אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט. יעצט, מיט דעם פינאנציעלן כח פון א גרויסע צייטונג און מיט א דגוש אויף היימישע נייעסן, אנטשפרעכט דאס צו זיין א ריכטיגע רעוואלוציע אין חרדישע זשורנאליזם.

די נייע טעגליכע צייטונג וועט טראגן דעם זעלבן נאמען ווי די צייטונג'ס וועכענטליכע אויסגאבע, און עטליכע סעמפל אויסגאבעס זענען שוין ארויסגעגעבן געווארן פאר רעדאקציע מיטגלידער. לויט דעם יעצטיגן פלאן וועט די רעדאקציע מעלדן איבער דעם דורכברוך אין די פארגרעסערטע פסח אויסגאבע, און עס וועט אנפאנגען ערשיינען הארט נאך פסח.


נח בער האט זייער גוט געבראכן די נייעס שוין צוויי יאר צוריק, אבער איין טעות האט ער געמאכט. ער שרייבט אז דער איד גייט עס טוהן וועגן זיי פארלירן ליינערס, למעשה שטעלט זיך עס ארויס אז זיי טוען עס למען כבוד שמו יתברך פשוט צו העלפען אידישע קינדער נישט דארפען צוקומען צו טריפענע אינטערנעט (און גלייכצייטיג א גוטע געלעגענהייט פאר אדווערטייזערס וכו')
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:23 pm#348631
.
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 9:39 pm#348642
Fake
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 9:50 pm#348643
דאס איז קלאר נישט ר' משה מנחם'ס שפראך. אבער פארט איז עס זייער ריספאנסיוו.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 2:28 pm#348737
Re: דראמאטישע היימישע מידיא אנטוויקלונג: טעגליכע אידישע צייט
נולד מאוחר האט געשריבן:אימעיל ארבעט דורך אינטערנעט, דאס איז נאר מותר פאר ביזנעס.
איי געס סגייט זיין מער אזא wsj סטייל צייטונג

אימעיל אן אינטערנעט איז אזוי ווי א גרויסע טעקס מעסעדזש
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 2:52 pm#348742
יואליש האט געשריבן:דאס איז קלאר נישט ר' משה מנחם'ס שפראך. אבער פארט איז עס זייער ריספאנסיוו.

וויאזוי קענסטו זען אז סאיז יא אדער נישט זיין שפראך?

כגלייב אז אויב איז עס א לץ וואלט ער פורבירט זיין בעסט עס נאכצומאכען אז סזאל שטימען מיט זיין שפראך
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:57 pm#348811
ליפא האט געשריבן:Fake

ליפא: ווער זאגט דיר אז ס'איז פעיק. איך קען איהם. ער איז געניג א משוגע'נער אז ער זאלל אזוי רעדן...!
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 9:27 am#349613
"טעגליכער דער איד" אפדעיט:

די חברה אין דער איד ארבייטן פיבערהאפטיג אויף דעם נייעם דעילי איד. ס'גייט זיין גרעפיקס משוגע צו ווערן, און ס'גייט זיין זייער פראפעשענעל. זיי לייגן א שטארקע דגוש אז ס'זאל זיין געשמאק פאר דעם אינגערמאן וואס איז צוגעוואוינט צו בראוזען די אינטערנעט און וויל זעהן פיקטשערס און גרעפס. סאו אין די צייט וואס דער געדרוקטע דער איד פאוקוסט אויף מענטשן וואס האבן נישט קיין אינטערנעט, און פאר זיי איז גוט ווייניגער פיקטשערס און מער איינגעהאלטענע סטייל, איז די אינטערנעט דעילי איד געמאכט פאר דעם סמארטפאון באנוצער וואס איז צוגעוואוינט צו וואס איז נייעס און קאווע שטיבל.

אויך הער איך פון גאנץ א גוטע מקור אז יושע הערש פרידמאן פון דער איד האט אפגעקויפט די טעגליכע וויליאמסבורגער בלעטל דבר יום ביומו. דאס מיינט אז חוץ די דעילי איד אין אימעיל וועט דער איד אויך האבן א פאקטישע געדרוקטע פאפיר פארשפרייט אין אלע בתי מדרשים וואס וועט קענען דינען די אינטערעסן פון דער איד – נישט נאר אלץ א פארטיי (ווי ביז היינט) נאר אויך אלץ א צייטונג.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 9:47 am#349615
די דבר יום נייעס איז נישט ריכטיג. ער איז אפשר געווארן א שטיקל שיתוף
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 9:53 am#349619
Re: דראמאטישע היימישע מידיא אנטוויקלונג: טעגליכע אידישע צייט
עס געפעלט מיר ווי אזא נערישע "אויסגאבע" ווי די"ב וואס דעליווערט גארנישט פאר די ליינערס חוץ עדס, איז אזוי מצליח. אזש עס טוט זיך דארטן עקוועזישענס מיט פארטנערס מיט פאליסיס און וואס נישט. באלד ווערט עס שוין געטרעיד אויפן סטאק מארקעט. וואט עי שעים
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 2:09 pm#349702
טמיר: אבער דער נייער אייגנטומער/שותף וועט קענען מאכן א מענטש דערפון. ביז דערווייל איז עס אויכעט גוט פאר א בית הכסא בלעטל...!
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 7:08 am#350173
Re: דראמאטישע היימישע מידיא אנטוויקלונג: טעגליכע אידישע צייט
ברוך השם און א זיג פון נארמאלע מענטשן איבער טערראריסטן האט דער איד אנגעפאנגען ערשיינען טעגליך,בילדבילד
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:36 am#350178
Re: דראמאטישע היימישע מידיא אנטוויקלונג: טעגליכע אידישע צייט
טמיר האט געשריבן:עס געפעלט מיר ווי אזא נערישע "אויסגאבע" ווי די"ב וואס דעליווערט גארנישט פאר די ליינערס חוץ עדס, איז אזוי מצליח. אזש עס טוט זיך דארטן עקוועזישענס מיט פארטנערס מיט פאליסיס און וואס נישט. באלד ווערט עס שוין געטרעיד אויפן סטאק מארקעט. וואט עי שעים

די סיבה איז זייער פשוט, ער איז די איינציגסטע אויסגאבע אין כמעט אלע גרויסע מנינים צענטער׳ס