Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » בין הזמנים איז דא - כ'בין אויס מענטש

בין הזמנים איז דא - כ'בין אויס מענטש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6194
מאנטאג מערץ 31, 2014 12:16 am#193695
בין הזמנים איז דא - כ'בין אויס מענטש
היינט אינדערפרי פונקט אויף געשטאנען אין א גוטן מצב רוח, ס'זונטוג מגייט נישט אין די ארבייט, גיין ענ'דזשויען 2 שעה אין סמעדריש, אהיים קומען עסען פרישטאג אין גיין שאפינג מיט מיין בעטער העלף.

כ'קום אן צו ביהמ"ד ווי א פרוץ מיט זיכערע פיס אין פארשלאפענע פיאות, כ'לייג אראפ מיין טלית בייטל אין עפעס שמעקט מיך נישט, כ'זעה נישט מיין היימישע פעינימער.
שוין!!!!!! כ'האב זיך דערמאנט!!! מהאט דער וואך שוין געבענטשט ר"ח. סימיר געווארן קאלט אין די ביינער, ס'גייט דא זיין פארפלייצט מיט אינגע בחורים.

כ'לויף אראפ אין מקווה, כנעם ארויס מיין קארטל, 6 בחורים וואס האבן זיך געדרייט די פיאות כאילו זיי ליינען די לוח הציבור לויפן צו "כ'קען אריין קומען מיט דיר?"
יא יא! מיין קאפליטש ווערט אינגאנצען צוקוועטשט אין כ'דארף האלטן די אטעם עס דורך צו מאכן. כ'קום אריין אין מקווה, סימיר גוט. ווי איז מושי? ער איז אייביג דא דער צייט אין קראצט די פיס?
צענדליגער בחורים לויפן אהין אין אהער. קיינער פון מיינע חברה זענען נישט בנמצא. אפשר ווייסען זיי אז מגייט נישט אין מקווה בין הזמנים.
כ'קום אריין אין בור אנשטאט הערען גוטע נייעס אין זייפטיגע לשון הרע, הער איך אז די משגיח איז א משוגנע אין די עסען אין ישיבה איז נאר גוט איף מיטוואך.

כ'קום אן אין קאווע שטיבעל (נישט די עכטע ק"ש) כ'וויל זיך מאכן א קאווע, אבער אלע קאפס זענען שוין געגאנגען. די קאווע איז אויסגענוצט אפי' די שירים וואס בלייבט איבער אויפן טישעלע איז שוין געווארן ארויס געציפט.
נישט איז נישט.

כ'גיי צו מיין סמאקינג זאון. אין נאכאמאל אלץ בחורים לויפן מיך אונטער די פיס. זיי זעהן איך קום אן באהאלטען זיי שנעל די ציגרעטעל (שוטה. אז וועסט באהאלטען די ציגרעטעל וועל איך מיינען האסט געטוען עפעס אנדריש, כ'מיין סאיז ערגער)

כ'לויף צירוק אריין אין סמעדריש,כ'זוך מיין טלית בייטל אבער הילד איננו. א בארג מיט קליינע תפילין בייטלעך האט באדעקט מיין איידעל בייטל, אזוי כ'שלעפ ארויס מיין בייטל מיט א בייזע שלעף, בוווםםם!!!!!!!!!!!!!! צען בייטלעך האבן געטראסקעט, אין מענטשן זענען געקומען לויפן פון אלע רוחות, כ'האב געהאט בושות, אין איין שמאק שרייט היתכן כ'קוש נישט יעדער איינס וואס איז געפאלן.

איך טוה אן מיין תפילין מיט א בייזע שטימונג כ'זיך א שנעלע מנין אין איך גיי אהיים לויפן.
כ'טרעפ א מנין ווי א בחור וואס וויל שטארק א שידוך האט מחליט געווען אז ער איז א גוטע בעל תפילה אין גייט פאניגען די עולם.

צירוק קומענדיג צו מיין בייטל זעה איך א מאנטל אויף מיין נייע היט, מיינע בתים זענען נישט בנמצא. כ'דארף יעצט גיי זוכן פיהר שטיקלעך (2 בתים = 4 שטיקלעך).
שוין כ'זעה היינט איז נישט מיין טאג.

כ'לויפ אהיים מיט א בייזע אטעם פארשטייט זיך קיין שאפינג איז נישט געווען.

נאכמיטאג גיי איך נאכאמאל ארויס פון שטוב צו סמעדריש לערנען מיט מיין חברותא, כ'קום אריין אונעם היכל. האהאה כ'האב נישט געוויסט צו וויינען אדער לאכן.
מיין מקום קבועה, ווי קיינער דערוואגט נישט א גאנץ יאר צו זיצן איז בארויבט געווארן מיט קליינע בחורים, גיסן קאווע. האקן פאפיטעס אויף מיין הייליג מקום קבוע.
כקען אזוי אנגיין פאר אפאר שעה. אבער איך זוך א תחלית. ס'איז מיר איינגעפאלען א גוטע געדאנק.
מ'זאל עפענען א אייגן ביהמ"ד סטריקטלי פאר אינגערלייט! מיט נאמען "קהל מאחורי"
איך בין מנדב נר למאור פאר חודש ניסן.
וואס האלט די עולם? קען עס ארבייטען?
מאנטאג מערץ 31, 2014 12:32 am#193696
ATUB @רויטע וואנצעס ATUB האללא you made it! מיט איין ווארט האסטו געזעצט שטילע צום קיבארד און עס איז יום טוב.
שטילע, גיי אן, ווארט נישט אויף א פסק און נאכדעם שרייב, מיר ווילען שטענדיג הערן פון דיר גוטע זאכן.
מאנטאג מערץ 31, 2014 12:33 am#193697
אוי בין הזמנים..

דערמאנט מיר דעם מאדנעם ארטיקל פון פעדער ז"ל
l viewtopic.php?f=10&t=2950 l
מאנטאג מערץ 31, 2014 12:43 am#193702
:lol: :lol: :like

איך בין מנדב די מקוה אין קהל מאחורי, מ'וועט פארהערן הלכות נדה ביים טיר.
מאנטאג מערץ 31, 2014 3:53 am#193721
גוטע נייעס די טשעק ביכל פון שטילע איז צוריק אין דינסט
מאנטאג מערץ 31, 2014 5:11 am#193724
רויטע וואנצעס האט געשריבן::lol: :lol: :like

איך בין מנדב די מקוה אין קהל מאחורי, מ'וועט פארהערן הלכות נדה ביים טיר.
מאנטאג מערץ 31, 2014 7:08 am#193734
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כ'לויף אראפ אין מקווה, כנעם ארויס מיין קארטל, 6 בחורים וואס האבן זיך געדרייט די פיאות כאילו זיי ליינען די לוח הציבור לויפן צו "כ'קען אריין קומען מיט דיר?"
יא יא! מיין קאפליטש ווערט אינגאנצען צוקוועטשט אין כ'דארף האלטן די אטעם עס דורך צו מאכן.

:like :like :like :lol: :lol: :lol:
מאנטאג מערץ 31, 2014 11:28 am#193771
שטילע, הערליך געשמאק אראפגעלייגט!
מיך באדערט עס אויך, אבער איך דערמאן זיך צוריק ווען איך בין געווען א בחור און איך האב געשפירט די שפיזיגע בליקן פון די גרויסע טאטעס וואס איך שטיי זיי אין וועג. דאן האב איך זיך פארגענומען אז ווען עס וועט קומען מיין טשענס וועל איך יא טאלערירן די בחורים בין הזמנים.
מאנטאג מערץ 31, 2014 2:40 pm#193796
דאווען מיט'ן ערשטן מנין וועסטי מיטאמאל וויסן אז ס'איז בין הזמנים.
מאנטאג מערץ 31, 2014 3:04 pm#193800
שטילע יונגעלייט פאקן איין די רוישיגע, אוי ביסטו גוט...
מאנטאג מערץ 31, 2014 3:14 pm#193803
רויטע וואנצעס האט געשריבן::lol: :lol: :like

איך בין מנדב די מקוה אין קהל מאחורי, מ'וועט פארהערן הלכות נדה ביים טיר.

פארוואס נישט אינעם בור?
מאנטאג מערץ 31, 2014 4:15 pm#193819
מ'וועט נאר געבן איינטריט ביים טיר פאר ווער ס'וועט באקומען לכה"פ א 65 אויף הלכות נדה.
מאנטאג מערץ 31, 2014 5:09 pm#193825
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מ'וועט נאר געבן איינטריט ביים טיר פאר ווער ס'וועט באקומען לכה"פ א 65 אויף הלכות נדה.

כ'האב זייער מורא איז די בחורים קענען בעסער די הלכות ווי די היינטיגע יונגעלייט
דינסטאג אפריל 01, 2014 3:13 pm#194060
מיר באדערט נאר איין זאך, די בית הכסא. for crying out loud, איך נוץ שוין די זעלבע בית הכסא כמעט פון ווען מ'האט איבערגעמאכט דאס בית המדרש דאס לעצטע מאהל, איך ווייס שוין וויפיל טיילס עס האט דארט, סערוויס איז דארט א נחת. קומט בין הזמנים, די בחורים ווערן פלוצלינג געוואר אז קאווע איז דא בשפע, און זיי ווערן ארעסטירט אין בית הכסא פאר ווייס איך ווי לאנג, אדער דארט איז סתם גרינגער צו שטיפן די צייט און פראבירן א פאף מיט א גע'גנב'טע ציגארעטל פון א חתן חודש כסלו.

קום,דריי דיר, טוה וואס דו ווילסט אין בית המדרש. מיין בית הכסא גיב מיר צוריק ביטע.
מיטוואך אפריל 02, 2014 10:17 am#194281
בין הזמנים וועסטו מוזען קומען אין שול בעסכיסעט..
מיטוואך אפריל 02, 2014 1:14 pm#194330
אינו דומה...
מיטוואך אפריל 02, 2014 1:48 pm#194343
טעפל האט געשריבן:בין הזמנים וועסטו מוזען קומען אין שול בעסכיסעט..

כ'וויל כאפן א ציגרעטעל אין ביה''כ אין סמעדריש,
זאגסט כ'זאל עס טוען אינדערהיים?
נו נו, כ'דארף זיך ערשט זארגן ווי צו שלאפן פאר די נעקסטא חודש, האסט פלאץ?
מיטוואך אפריל 02, 2014 4:07 pm#194389
ממי ,דו רעדסט פון קאווע תרתי משמע?
מאנטאג אפריל 28, 2014 7:36 pm#197827
די פראבלעמען קומען אט אט צו א ענדע, כשטעל קידוש, כגיי צירוק באקומען מיין ביהמ''ד סכסא קאווע וגו'
מאנטאג אפריל 28, 2014 11:08 pm#197875
זיי לאזן דיר ארויס אויף בעיל פאר 5 חדשים... הא?
נאר חיי שעה איז אויך געלעבט.
מיטוואך אקטאבער 08, 2014 10:30 am#228251
כ'האלט נישט אויס.
#אשכולות אויפוועקער עלערט
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 9:07 pm#260019
אודך ב׳ה
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 11:23 pm#260072
דרייט זיך היינט ארום א וו''ן פון א אויפגערעגטע באטשי.
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 11:35 pm#260074
דער אודיא קליפ װיל איך ארויף שטעלן אבער איך װײס נישט װי אזוי, אויב מען קען בכלל.
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 11:52 pm#260081
לכאורה נאר דורך דראפבאקס
זונטאג אפריל 10, 2016 4:35 am#328497
ATUB @שטילע אינגערמאן ATUB , א נייע בין הזמנים איז דא...
זונטאג אפריל 10, 2016 5:18 am#328499
Re: בין הזמנים איז דא - כ'בין אויס מענטש
א נחת צוצוקוקען!
הונדרעטער בחורי חמד קומען צוריק פון א ווינטער פון הארעוואניא, מיט חכמתם על פניהם. מ'גייט אריין אין ביהמ"ד סיי וועלכע צייט, זיצען בחורים און זענען זיך מפלפל אין לערנען, דער האט א רואיגע צייט בין הזמנים, קוקט ער אין א לייכטערע ספר צו ער פרעגט ביי די עלטערע יונגעלייט פשט אינ'ם מורה נבוכים.
און די שולען וואס האבען א קאמפיוטער מיט אוצה"ח, זעט מען אלס א פאר בחורים שטילען א דארשט אויף וויסענשאפט, נישט נערישקייטען, נישט פאליטיק צו לשה"ר, נאר די ספר און יענער ליקוט, ווער איז דער מחבר פון יענער ספר און וועמענ'ס זון איז א צווייטען. 'אט! אן אינטרעסאנטע תשובה אויף א פארווארפענע נושא!' און צו וועמען איז געשיקט געווארען דער בריוו?
דאווענען האט א יונגע ענערגיע, פון בחורים וואס זייערע כוונה איז נישט בלויז געלט. יעדער מנין איז געשוואלען אויף דאפעלט. פון דער זיבען אזייגער מנין ביז..... דער לערנט פאר'ן דאווענען און דער לערנט דערנאך.
אט זעט מען בחורים לויפען אין גראסערי איינקויפען פאר די משפחה אז די מאמע זאל קענען ווייטער צוגרייטען אויף פסח. דארט זעט מען ווי זיי טוהן בגופם, רייניגען די קאר אויף פסח, צו ברענגען די קליינע געשוויסטער שפילען אין פארק א שעה צוויי.
אה! מ'שטייט אין א קופקע מיט ציגארעטלעך און מ'שמועסט געמוטליך, דער איידעלע געשפרעך פון אפגעהיטענע בחורים. נישט פון מאווי'ס צו תאוות שמועסט מען, נאר על דא ועל הא, קלייניקייטען און קרישקלעך.
ס'דערמאנט זיך געשמאקערע צייטען, ווען מ'האט געשטרעבט אויף העכער'ס און נאך געגלויבט אז מ'עט עס איין טאג דערגרייכען.
כל אחד בשמו הטוב יברך

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זונטאג אפריל 10, 2016 8:14 am#328502
יא יא ליטוואק, אבער ווי יעדע בחורל ווייסט האט א מטבע צוויי זייטן, עס זענען דא פיל בחורים וואס דרייען זיך ארים מיט די קישקעס אין די הענט ווייל זיי ווילן חתנים ווערן, ווילן טוישן ישיבות, זענען נישט ציפרידן, מען האט זיי געגעבן א לא נתקבל פארן זימער זמן, אזוי אויך איז דא בחורים וואס דערגייען זייערע עלטערן די דם התמצית, ווען די עלטערן האבן געמיינט אז זיי זענען לייטיש, אבער נאך א טאג צוויי אינעם בין הזמנים איז פנים חדשות באו,
זונטאג אפריל 10, 2016 9:00 am#328505
זאל יעדער אנקוקען פון זיין ווינקעל. בעה"ב אויף זיך אליינס איז ער.......
זונטאג אפריל 10, 2016 11:21 am#328521
Re: בין הזמנים איז דא - כ'בין אויס מענטש
יוא ב"ה סערווייוד .....
כמיין די פראבלעם איז נאר זינטאג
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 11:46 pm#348017
Re: בין הזמנים איז דא - כ'בין אויס מענטש
די חברה זענען דא! די באלעבתים האבן שוין געלאזט פאלן קאמענטארען וועגן די בחורים וואס האבן נישט איבער געלאזט א ברעקל לקח פון די טאשער מיט ספינקער זצ''ל יארצייט.
מיטוואך מערץ 18, 2020 8:09 am#443957
און יעצט איז ער דא, און נאך ווי. מיר האבען א בין הזמנים פאר לכה"פ זעקס וואכען, און ווער ווייסט וויפיל לענגער.
זאל דער אויבישטער מרחם זיין אויף זיין פאלק.
מאנטאג מאי 25, 2020 7:30 pm#449612
Re: בין הזמנים איז דא - כ'בין אויס מענטש
די בין הזמנים ציט אן מיט א שטארקייט.......