ס'געווען א מאל איד וואס האט גארנישט געהאט צו טוען. ער האט גארנישט געהאט צו טראכטן, גארנישט געהאט צו רעדן, און גארנישט געוואלט. ויהי היום דער איד איז אזוי משוגא געווארן פון גארנישט, אז ער איז קראנק געווארן מיט די שרעקליכע מחלה פון גארנישט. זיינע חבירים האבן אבער גארנישט געטוען דערוועגן. ס'דורך א שטיק צייט, און די וויירוס פון גארנישט, האט זיך אריבערגעכאפט צו זיינע חבירים, ווייל זיי האבן גארנישט געטוען דערוועגן. מיט די צייט איז א האלבע שטאט קראנק געווארן פון גארנישט. די רב פון די קהילה, הרב גארנישט מלפנים בפלעטבוש, האט צאמגערופן א דרינגענדע אסיפה צו רעדן איבער דעם שרעקליכן נושא פון גארנישט. נאכ'ן איבער שמועסן אלע פרטים, וואס האט זיך פארצויגן פאר א טאג מיט גארנישט, איז געבליבן, אז מ'וועט עפענען א ספעציעלע אפטיילונג, אינעם שטאטעשין קאווע שטיבל, מיט'ן נאמען גארנישט אז די אלע גארנישט געשלאגענע אידן, זאלן האבן א פלאץ ווי זיי קענען זיך מחזק זיין מיט גארנישט און נישט.