זונטאג אפריל 13, 2014 1:28 am#195949
מיין טאטע ערלויבט מיר נישט האבן אינטערנעט
א גוטן. שלום עליכם.
איך זוך נישט דא צו שרייבן קיין לאנגע ארטיקל, נאר ענדערש צוקומען צום פונקט. און זוך זיך דורך צו שמועסן א גאר גאר וויכטיגע נושא וואס גיבט מיר נישט קיין מנוחה די לעצטע פאר טאג. איך דריי מיר ארום פארלוירן און איך האב נישט מיט וועם צו רעדן צו, און וויסענדיג פון 'קאווע שטיבל', טראכט איך אז דא וועט מען מיר אפשר פארשטיין און אפילו ארויסהעלפן אי"ה.
איך בין א אינגערמאן אין די נידריגע צוואנציגער יארן, פיין חתונה געהאט כמעט דריי יאר, מיט צוויי קינדער ב"ה. איך בין מיט איין פוס ארויס פון כולל, און איך פארנעם זיך מיט לערנען פריוואט מיט בחורים צו לייזן אפאר פרוטות.
פאר עטליכע חדשים צוריק (חנוכה צייט) האב איך מיר געקויפט א סמארט-פאון. ביז דאן האב איך געהאט א טאלק & טעקסט סעלפאון, און נאכ'ן אפמאכן אז איך ברויך אינטערנעט צו שטיפן דעם טאג, האב איך עס געטוישט צו א נייע מאדערענע אויפרייסערישע אייפאון. מיין אידענע האט גראדע הנאה געהאט פונעם טויש (זי האט האט שוין געהאט א סמארט-פאון אסאך פאר דעם), און איך האב מיר צוביסלעך צוגעוואוינט צו א לעבן מיט א קליגע טעלעפאון.
קומען קום איך פון א פרומע פאמיליע. נישט ממש פרום, אבער מיינע עלטערן זענען שטארק פרום און אויף געוויסע זאכן זענען זיי שטארק מקפיד. איינע פון די זאכן, איז, ווי נישט -- אינטערנעט.
וויסענדיג אז מיין האבן אינטערנעט וועט שטארק באנג טון מיין פאטער און מוטער, האב איך זיכער געמאכט צו באהאלטן מיין נייע סמארט-פאון פון מיינע עלטערן, אויף ווי ווייט מעגליך. איך האב נישט ארויסגענומען מיין נייע מאשינקע פאר זיי, און פראבירט האלטן א סוד אויף ווי ווייט מעגליך.
עטליכע טעג צוריק איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן מיט מיין טאטע, און בין הדברים האט ער מיר מרמז געוועהן אז עפעס באדערט אים אויף מיין התנהגות. איך האב אים געבעטן ער זאל מיר זאגן וואס, און ער האט מסכים געוועהן. ער האט מיר געזאגט דעם אמת אז אפאר טעג צוריק האט ער אויסגעפונען איך האב אינטערנעט, און ער עסט זיך דאס געזונט. ער קען נישט שלאפן זאגט ער מיר.
דאס האט מיר זייער וויי געטון. איך האב אים געבעטן ער זאל פארשטיין אז איך האב א פילטער, און אפילו איך וויל קען איך נישט זעהן אומאויסגעהאלטענע זאכן, אבער ס'האט גארנישט געהאלפן. מיין טאטע האט ממש געוויינט. ער האט מיר געזאגט אז ער האט אזוי שטארק פראבירט מיך צו מחנך זיין על הדרך הישר והטוב, און דא פאנג איך אן גליטשן.
וויפיל איך האב מיר געבעטן ער זאל מיר פארשטיין, האט נישט געהאלפן. ער זאגט מיך אז ער העלפט מיר ארויס מיט געלט און אלעמען, און דא קום איך און שפיי אים אין פנים. ער זאגט מיר ווייטער, אז ער הייסט מיר עס נישט אויפגעבן און ער קען מיר נישט הייסן וואס צו טון, אבער ער בעט זיך ברחמים איך זאל אוועקווארפן מיין סמארט-פאון און קויפן א פשוט'ע פאון (ער וועט צאלן דערפאר).
יעצט איז אזוי, פון איין זייט בין איך שוין צוגעבינדען צו מיין סמארט-פאון, אינטערנעט, און וואטסעפפ. פון דער אנדערער זייט קען איך מיר נישט ערלויבן זיך צו צורייבן מיט מיין טאטע. וואס זאל איך טון? איך גיי נישט אריין אין הלכה, צי איך בין מחיוב אים צו פאלגן, דאס איז נישט די ווארט. איך וויל פשוט וויסן צי איך זאל יא אויפגעבן, אדער נישט. האט איינער דא געהאט אזא סיטוטאציע? אויב יא, ביטע רופט אייך אן.
איך דארף בעצם מער מאריך זיין מיט די צדדים לכאן ולכאן, אבער די צייט ערלויבט נישט.